ויקרא - דער מצב איז נישט נערמאל, אבער וואס מיינט נערמאל?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

ויקרא - דער מצב איז נישט נערמאל, אבער וואס מיינט נערמאל?!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מערץ 27, 2020 1:05 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!


ביים סוף פון ספר שמות האבן די אידישע קינדער זוכה געווען אויסצופירן דעם דבר ה' און אויפגעשטעלט דעם הערליכן משכן בשלימות כאשר צוה ה', און דערמיט קומען מיר צו ספר ויקרא! דער ספר וואס ווערט אויך גערופן אין חז"ל "תורת כהנים", ווייל א גרויס חלק דערפון איז עוסק אין דער ענין פון די קרבנות און דינים וואס זענען נוגע פאר די כהנים. אין דער המשך פון אונזער פרשה איז פארהאן דער באקאנטער ענין פון פון דער קרבן חטאת. ווען א איד מאכט א טעות און איז עובר אַן עבירה בשוגג איז פארהאן א קרבן חטאת וואס מען דארף ברענגען. די פרשה פאנגט זיך אָן מיט א יחיד וואס האט געזינדיגט בשוגג, דערנאך רעדט מען פון א כהן גדול, דערנאך פון גאנץ כלל ישראל, דערנאך פון דער נשיא פון כלל ישראל, און אזוי זאגט די תורה די ריכטיגע כפרה פאר יעדן איינעם.

ביים יחיד: דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר נֶפֶשׁ כִּי תֶחֱטָא בִשְׁגָגָה מִכֹּל מִצְוֹת ה' אֲשֶׁר לֹא תֵעָשֶׂינָה וְעָשָׂה מֵאַחַת מֵהֵנָּה:
ביים כהן גדול: אִם הַכֹּהֵן הַמָּשִׁיחַ יֶחֱטָא לְאַשְׁמַת הָעָם וְהִקְרִיב עַל חַטָּאתוֹ אֲשֶׁר חָטָא פַּר בֶּן בָּקָר תָּמִים לַה' לְחַטָּאת:
ביי גאנץ כלל ישראל – (חז"ל זאגן אונז אז עס רעדט זיך ווען די סנהדרין האבן גע'פסק'נט נישט ריכטיג און דאס האט געברענגט א שוגג) - וְאִם כָּל עֲדַת יִשְׂרָאֵל יִשְׁגּוּ וְנֶעְלַם דָּבָר מֵעֵינֵי הַקָּהָל וְעָשׂוּ אַחַת מִכָּל מִצְוֹת ה' אֲשֶׁר לֹא תֵעָשֶׂינָה וְאָשֵׁמוּ:
ביים נשיא פון כלל ישראל: אֲשֶׁר נָשִׂיא יֶחֱטָא וְעָשָׂה אַחַת מִכָּל מִצְוֹת ה' אֱלֹקָיו אֲשֶׁר לֹא תֵעָשֶׂינָה בִּשְׁגָגָה וְאָשֵׁם:

רש"י ברענגט דאס לשון המדרש - אשרי הדור שהנשיא שלו נותן לב להביא כפרה על שגגתו ק"ו שמתחרט על זדונותיו. - וואויל איז פאר'ן דור וואס זייער נשיא ברענגט א כפרה פאר זיינע עבירות בשוגג, קל וחומר אז ער טוט תשובה אויף זיינע עבירות במזיד. לאמיר זיך פארטיפן ווי באקאנט איז רש"י בדרך כלל א פירוש בדרך פשט ווי קומט די ווערטער וואס בפשטות זעט עס אויס ווי א רמז אדער א מוסר?

פארשטייט זיך אז דער ענין פון קרבנות, בפרט דער קרבן חטאת, איז גאר א טיפער ענין, און איבריג צו זאגן אז מיר זענען אין א זמן וואס יעדער פון אונז זוכט און בענקט פאר עפעס א קליין ביסל חיזוק. ווי פארשטענדליך זענען מיר צוזאמען אין דעם מצב, מיר זענען בכלל נישט אין א פלאץ צו זאגן, אבער לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה צוזאמען אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה און בעזר ה' טרעפן די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

צווישן מיינע ישיבה יארן איז פארהאן איינע פון אונזער נאנטע מגידי שיעור וואס דער יאר וואס מען האט געלערנט ביי אים אין שיעור ליגט ביי אונז תלמידים שטארק איינגעקריצט אין די ביינער, פארוואס?

דער מגיד שיעור איז געווען א גאון און א צדיק, איינער פון די יקירי ירושלים, דערצו איז ער געווען א עמקן נפלא, מיר פלעגן לערנען עיון אויף גאר א שטארקע פארנעם. איך וועל זיין אמת'דיג אז פאר מיר איז עס געווען אביסל צו שווער, ס'איז געווען צו הויך און אביסל צו טיף... אבער זיינע שיעורים זענען געבליבן אין זכרון פאר אַן אנדער סיבה.

דער מגיד שיעור פלעגט האבן א סדר אפצוכאַפן דעם שיעור אויף א טעיפ און עס איבערהערן טעגליך כדי צו מאכן זיכער אז אלעס וואס איז געזאגט געווארן בשעת'ן שיעור איז געווען אויסגעהאלטן און ריכטיג. צומאל פלעגט דער מגיד שיעור אנפאנגען דעם נייעם שיעור מיט א הערה אויפ'ן נעכטיגן, למשל: "מיר האבן נעכטן איבערגעזאגט דעם פשט פונעם הייליגן רמב"ן, אבער ביינאכט האב איך געהאט א מחשבה אז דער רמב"ן קען געלערנט ווערן אביסל אנדערש, און דערפאר איז נישט זיכער אז ווי מיר האבן געלערנט איז דאס ריכטיגע." אט אזוי פלעגט ער כסדר מקפיד אז יעדעס ווארט זאל זיין ריכטיג און אפגעהיטן דאס בעסטע וואס שייך.

ויהי היום, דער מגיד שיעור האט צוגערופן עטליכע תלמידים און געזאגט אז ער וויל מאכן א מסירת מודעה אז דער פשט וואס מיר האבן נעכטן געלערנט אין די סוגיא איז נישט געווען ריכטיג. "איך האב געמאכט א טעות…" האט ער קלאר און אפן געזאגט. ווען דער מגיד שיעור האט מיט זיין לומדות אונז מסביר געווען די דקות'דיגע נקודה, האב איך פערזענליך כמעט נישט פארשטאנען דעם חילוק, אבער צו דער זעלבער צייט האב איך געלערנט א יסוד פארן לעבן. ווי גרעסער מען איז, ווי מער אפגעהיטן דער מענטש איז, אלס גרינגער איז אויסצורופן בפני כל העם ועדה, "רבותי, כ'האב געמאכט א טעות."

דאס מודה זיין אויף א טעות קומט פון אהבת האמת. דער מציאות איז אז א איד וואס איז א גאון און וואס לערנט יומם ולילה טוט כסדר בודק זיין צו דער פשט וואס ער
האט געלערנט איז ריכטיג און אמת, און ווען ס'איז נישט פונקטליך ריכטיג פארשטייט ער אז ער דארף טוישן דעם פשט, און ער רופט אויס מיט אַן איידעלע שטאלץ, מיר האבן נישט גוט געלערנט נעכטן, לאמיר עס איבערלערנען... מען געדענקט אז דער אמת בלייבט כסדר אמת און מיר דארפן זיך דערצו צושטעלן, נישט חלילה צובייגן דעם אמת צו אונזער טעות.

ברידער, אין דער וועלט ווערט 'נארמאל' אנגערופן דאס וואס רוב מענטשהייט טוט. אויב די גאנצע וועלט זאל זיך פירן אויף עפעס אַן אופן וואס האט נישט קיין שום פשט און זין, און קיינעם וועט נישט איינפאלן אז עפעס איז נישט ריכטיג דערמיט, ווייל אויב רוב מענטשן זאלן מחליט זיין אז דאס הייסט נארמאל וועט עס ווערן נארמאל, און פלוצלינג וועט דער מענטש וואס טוט עס נישט נאך זיין דער וואס ווערט גערעכנט דער נישט נארמאלער.

יעדער טעות וואס איינע פון די גרויסע חברה מאכן, צו דאס איז א פאליטיקאנט, אדער פארשטייער ווערט דאס די מציאות. פלוצלינג ווערט דאס דער אמת.ער וועט געבן פופצן אינטערוויוס מסביר צו זיין אז יא, טאקע אזוי איז עס. א פאפולערער מענטש גייט בטעות צוריסענע הויזן, און מיר האבן א גאנצע פאלק מיט מענטשן מיט צוריסענע הויזן. ווייל יעדער מענטש האלט אז וואס ער טוט איז נארמאל און ריכטיג – דער פראבלעם איז נאר אז מיר דארפן נאך אפאר מענטשן וואס זאלן מיטהאלטן און אלעס איז מסודר...

ביי כלל ישראל איז נישט פארהאן אזא מציאות אז א טעות ווערט אונזער נארמאל, אונזער שטייגער. דער אמת בלייבט דער אמת, און א טעות בלייבט א טעות פאר אייביג. אדרבה, א טעות וואס עסט זיך איין איז פיל ערגער, ווי די גמרא זאגט: שבשתא כיון דעל על. א טעות, איינמאל עס גייט אריין אין קאפ בלייבט עס דארטן. דער איד ווייסט כסדר אז מען טאר עפעס נישט טון איז עס אן עוולה, און כאטש אלע טוען עס איז עס נאך אלץ א טעות. דער פאקט אז רוב טוען עס מאכט עס נישט אויס טעות – אויב ס'איז אנדערש ווי דאס וואס דער דעת תורה רופט און מאנט פון אונז, איז עס א טעות!

די תוה"ק ווערט נישט גערירט פון פלאץ, ס'בלייבט דער אמת פון א איד, ס'בלייבט דער מציאות פון דער וועלט, גארנישט קען זיך נישט מאכן אדער פאסירן אז ס'זאל זיך אוועק רירן פון אונזער אמת. מיר זענען אריבער געגאנגען דאס שווערסטע כדי מען זאל נישט אוועקנעמען פון אונז אונזער אמת'דיגע ירושה.

דער איד טוט זיך כסדר בודק זיין, דער איד טוט זיך כסדר פארגלייכן צו דער דעת התורה און טוט זיך כסדר איבערקוקן. ווי אזוי קוקט אויס מיין 'אמת'? ווי אזוי קוקט אויס מיין אפטייטש פון דאס ווארט 'נארמאל'? וואס איז דער אמת'ער אפטייטש פון אמונה און בטחון? וואס איז דער אמת'ע אפטייטש פון שמחה און צופרידנקייט? וואס איז דער אפטייטש פון עשירות און רייכקייט?

בדרך כלל איז פארהאן דער הערליכער אידישע לוח וואס טוט אונז כסדר ברענגן טעג פון מחשבה, הייליגע טעג פון ראש חודש, שבת און ימים טובים וואס שטעלט אפ דעם מענטש, דער מענטש טוט זיך אליין בודק זיין און פרעגט זיך: ווי בין איך? ווי האַלט איך? ווי ווייט בין איך אוועק פון דעם ווארט 'נארמאל'? – ווי בין איך געגאנגען מיט דעם אמת'ע נארמאל – דער תורה'דיגער 'נארמאל' און געגאנגען צו דעם נארמאל פון דעם דעת הציבור. צומאל ווען מיר זענען זייער ווייט פון דעם ריכטיגן דרך טוט הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו אונז צוריק טראגן צום אמת'ן, 'נארמאלן' פלאץ.

אט דאס טרעפן מיר אין אונזער פרשה ביי דער ענין פון די חטאות. סיי דער נשיא, מלך אדער דער גאנצע כלל ישראל דארפן אלע ברענגען א קרבן חטאת – וואס דאס מיינט אויב מאכן מיר אלע א טעות, דארפן מיר דאס אנערקענען און תשובה טון און מקריב זיין א קרבן און בעטן פון דעם באשעפער ער זאל אונז פארצייען.

ביי טייל מענטשן איז פארקערט. זיי וועלן נישט מודה זיין אין א טעות, און טאמער וועט ארויסקומען אז זיי זענען באגאנגען אַן עוולה, וועלן זיי אנטלויפן אין דעם אנדערן עק וועלט וואו קיינער ווייסט נישט ווי אזוי מען הייסט, און פרובירן אנצוהייבן פון פריש, אנשטאט צו אנערקענען די טעותים און מודה זיין אז מ'איז באגאנגען אַן עוולה. אנדערש איז אבער ביי דעם הייליגן פאלק ישראל, אבינו שבשמים זאגט קינד מיינס גיי נישט ווייט, פונקט פארקערט קום צו מיר אין שטוב, צום 'הייליגסטן' פלאץ אויף דער וועלט און ברענג א קרבן. טו וואס מען דארף און די וועסט זוכה צו א כפרה בשלימות.

ברידער, לאמיר זיין אמת'דיג צווישן זיך, כלל ישראל האט זיך געטראפן אין די לעצטערע יארן אין א שווערע מצב, וואס כאטש פון אויסערליך קוקט אלעס אויס גוט, זענען די הערצער פארקלעמט. אייגנטליך איז די גאנצע וועלט געווען אויף א פאריאגטע, פארפלאגטע מצב וואס די וועלט האט נאך נישט געזען אין היסטאריע. מענטשן ארבעטן טאג און נאכט, מען דרייט מיט ריזיגע געלטער, די באדערפענישן שטייגן מיט אַן אומגעהויערע שנעלקייט און די פארדינסטן קריכן קוים ארויף.

דער 'נארמאלער' לעבנס שטייגער איז געווען גענצליך אומזיניג. נארמאל איז געווען אז רוב טאטעס קוקן קוים אויף זייערע קינדער און ווייסן ניטאמאל פונקטליך וואס זיי לערנען אין חדר. נארמאל איז געווען אז 'מיר' די עלטערן פאָרן אוועק אויף גאנצע וואכן, איבערלאזנדיג די קינדער וואנדערן. נארמאל איז געווען אז א חתונה נאכט מוז אפקאסטן סכומים אדורים וואס איז פשוט אומבאשרייבליך. נארמאל איז געווען ווען מיר זענען גאנצע טעג נישט אינדערהיים און מען גייט און לויפט פון דא צו דארט אָן אויפהער, פארנומען מיט כל מיני שטותים והבלים. אבער פלוצלינג געבט דער בורא עולם א דריי ארום די וועלט, און אלע נארמאלע מענטשן מוזן איינזיצן אינדערהיים. מ'קען נישט אנטלויפן צו אַן אנדער לאנד, מ'קען נישט גיין איינקויפן, מ'קען נישט פאָרן אויף מקומות הקדושים.

הקב"ה זאגט און רופט אונז: קינד מיינס, נארמאל איז אַן ערליכע, באשיידענע, צופרידענע לעבן. נארמאל איז א רואיגע לעבן וואס די משפחה לעבט אינאיינעם, און מען דארף נישט אזויפיל דרויסנדיגע זאכן זיך צו מאכן צופרידן. נארמאל איז צו זיין אינדערהיים מיט די קינדערלעך, נארמאל איז זיין פארבינדן מיט אונזערע קינדער, נארמאל איז נישט צו רעדן אויף אנדערע אידן. און ווען דער אויבערשטער וועט העלפן און די שולן און חדרים וועלן נאכאמאל געעפנט ווערן, וועלן מיר האפנטליך וויסן דאס צו שעצן, און פארשטיין אז 'נארמאל' באדייט אז מיר האבן אפענע שולן און מוסדות התורה וואו 'יעדער' קען דארט קומען מיט ליבשאפט און דינען השי"ת.
דער באשעפער טראגט אונז צוריק צו א מצב פון התבוננות און התבודדות, הקב"ה שטעלט אונז אפ און טראגט אונז צוריק צו נארמאלקייט... יעצט, ווען מיר הערן נישט אויף זאגן ווי ס'איז נישט נארמאל די מצב, און דער מצב איז טאקע נישט נארמאל, מיט די פילע אידן וועלכע ווארטן אויף א ישועה ה"י, אבער ליידער אין די יעצטיגע צייט זענען מיר געצווינגענערהייט געווארן אביסל נענטער צו נארמאלקייט. מיר זיצן אינדערהיים און פארברענגען מיט די משפחה, מיר פראווען באשיידענע שמחות בלויז פאר די נאנטע פאמיליע, מיר באגענוגן זיך מיט ווייניגער און מען לויפט נישט איינקויפן טאג און נאכט.

פון הימל האט מען אונז געצווינגען צו טוישן אונזער גאנצער מהלך החיים פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. יעצט איז די צייט פאר התבוננות און צו אנערקענען וואספארא לעבן מיר פירן. ס'איז צייט מיר זאלן ברענגען א חטאת שמינה. א קרבן חטאת טראגט מיט זיך דער געדאנק אז ווען דער איד מאכט א טעות, און ער זעט אז ער האט זיך טועה געווען, רופט ער גלייך אויס צו זיך און צו די וועלט: רבותי, כ'האב געמאכט א טעות, כ'האב זיך אוועקגערוקט פון דער אמת, כ'האב געטון א פעולה וואס איז נגד דעם רצון ה'. כאטש ס'איז געווען בטעות, דארף איך נעמען אויף זיך די תשובה און אויסרופן פאר זיך און פאר די ארומיגע: "חטאתי."

ניין, איך אנטלויף נישט ווייט אוועק. ניין, איך באהאלט זיך נישט. אויך שפיל איך נישט ארום כאילו כ'האב יא געטון דאס ריכטיגע, נאר מיט די גרעסטע קלארקייט און שטארקייט קומען מיר צום בית המקדש, צום הייליגסטן פלאץ אויף דער וועלט, און מיר רופן אויס חטאתי! און הקב"ה אונזער באליבטער טאטע נעמט אונז צוריק מיט די גרעסטע ליבשאפט, טאקע ווי אנפאנג פרשה מיט דעם ויקרא אל משה. הקב"ה רופט אונז, ווי רש"י זאגט, אז דער לשון ויקרא איז א לשון חבה, "ס'איז פול מיט ליבשאפט". הקב"ה רופט אונז נענטער, קומט מיינע קינדערלעך, און נישט אנדערש ווי קינדערלעך וואס פאנגען אָן מיט די גרעסטע פרישקייט און התחדשות, אט האבן מיר קרבנות וואס ברענגט די גרעסטע דרגא פון פרישקייט פאר'ן איד כבן המתחטא לפני האביו.

און טאקע דאס זאגט אונז רש"י: וואויל איז פאר'ן דור וואס דער פירער ברענגט א חטאת, ווייל ווי באקאנט איז דער פירער פון דעם דור א סימבאל אויף דער הנהגה ווי זאכן פירן זיך, און אויב האט א דור א מנהיג וואס איז פול מיט הכנעה און טוט אויסרופן חטאתי, איז דער גאנצע דור אַן אפגעהיטענער, און דאס איז דער גרעסטער זכות!

ברידער און שוועסטער, מיר אלע זענען נשיאים אין אונזערע שטיבער - יעדער טאטע איז דער נְשִׂיא בֵית אָב אין זיין שטוב, און יעדע מאמע איז די עקרת הבית, די עיקר פון דער שטוב. אשרינו, וואויל איז אונז ווען מיר קענען אנערקענען א טעות, וואויל איז אונז ווען מיר רופן אויס פאר זיך און פאר אונזער שטוב אז ס'איז צייט צו ברענגן דעם קרבן חטאת, ס'איז צייט נענטער צו ווערן מיט אונזערע בני בית און קינדער, באמערקן אונזערע טעותים, און באמערקן ווי ווייט מיר זענען פון דעם דרך האמת.

אין די יעצטיגע צייט ווען מיר זענען אלע איינגעשפארט אין די היימען, לאמיר אריינטראכטן וויפיל פון אונזער לעבן איז געווידמעט פאר 'יענער', און וויפיל איז געווידמעט פאר אונזער תכלית. וויפיל צייט פארברענגען מיר אויף נארישקייטן און וויפיל צייט שענקען מיר אוועק פאר אונזערע טייערע קינדער, די געטליכע מתנות פון הימל. וויפיל כוחות גייט אוועק אויף זאכן וואס געבן אונז בלויז מער אנגעצויגנקייט און דאגות, און וויפיל ענערגיע געבן מיר אוועק פאר אמת'דיגע זאכן וואס האבן א קיום, לימוד התורה, חינוך, שלום בית, און אנדערע אויסגעהאלטענע באשעפטיגונגען.

אין אונזער טאג טעגליכן לעבן טראכטן מיר אסאך וואס די געזעלשאפט זאגט און וואס אנדערע זאגן. יעצט איז די גאנצע געזעלשאפט אריינגעפאלן אין א פאניק. עס איז נישטא וועמען צו געפעלן און ס'איז נישטא וואס צו געפעלן. עס איז נישטא וועמען צו מקנא זיין, עס איז נישטא פאר וועמען זיך אויפצורייסן. יעדער איז אייניג פארציטערט און פאר'דאגה'ט איבער זייערע נאנטע און באליבטע. לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט אריינצונעמען אין זיך אַן אמת'ע אהבת ישראל, אַן אמת'ע שעצונג פאר תורה'דיגע ווירדן און פאר אַן אמת'דיגע אויפריכטיגע לעבן.

רש"י זאגט אז ויקרא איז א לשון חיבה, א שפראך פון ליבשאפט, וואס די מלאכי השרת באנוצן זיך דערמיט. זאגט דער תפארת שמואל פון אלכסנדר זי"ע, די מלאכים באנוצן זיך מיט דעם לשון ויקרא וויבאלד ס'איז א לשון פון הכנעה. זיי רופן זיך איינער דעם צווייטן, און זיי זענען מקרב די וואס זענען נידריגער פון זיי. "שעל ידי הכנעתם בעיני עצמם אוהבים זה את זה, שרואים תמיד חסרונות עצמם ומעלת חבריהם." - דורך דעם וואס זיי האבן הכנעה ביי זיך האבן זיי ליב איינער דעם צווייטן, זיי זעען שטענדיג זייערע אייגענע חסרונות און די מעלות פון זייערע חברים. און דער תפארת שמואל פירט אויס: "גם משה רבינו ע"ה איש האלקים שהי' מזוכך וקרוב להקדושה ביותר הי' נכנע ושפל ועניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה, ועל ידי זה הי' דרכו בקודש לקרב הרחוקים לעבודת ה' ולמדם דרך ה'." - אויך משה רבינו, דער געטליכער מאַן, וועלכער איז געווען אויסגערייניגט און אויסגעלייטערט און נאנט צו די קדושה, איז געווען דער גרעסטער עניו פון די גאנצע וועלט, און דערפאר האט ער מקרב געווען די מענטשן וואס זענען ווייט פון עבודת ה' און זיי אויסגעלערנט דעם דרך ה'.

טייערע אידן, דער שליסל צו אהבת חברים איז צו אנערקענען די אייגענע חסרונות און קוקן אויף די מעלות פון אונזערע חברים. לאמיר אויסנוצן די צייט זיך צו פאררעכטן די אייגענע מעשים, און קוקן וואס איז גוט און שיין ביי כלל ישראל, לאמיר זיך אומקוקן אויף די געוואלדיגע מסירות נפש פון אידן וואס געבן זיך אוועק אין די שווערסטע צייטן פאר אנדערע, לאמיר זען ווי דווקא אין דעם יעצטיגן מצב קענען מיר צוריקברענגען אביסל 'נארמאלקייט' אויף דער וועלט. לאמיר צוריק אויפמישן אונזערע הייליגע ספרים און באמערקן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט. לאמיר אנפאנגען מקדיש זיין צייט פאר התבוננות און התבודדות אריינצוטראכטן אין אונזער לעבן. לאמיר זיך בארואיגן פונעם טעגליכן געלויף און מאכן זיכער אז יעדעס קינד אונזערער ווערט געזעטיגט ברוחניות ובגשמיות ווי ס'דארף צו זיין. לאמיר זיך צוריק מאחד זיין מיט אונזערע הייליגע ברידער פון דעם גרויסן פאלק ישראל און באמערקן ווי געשמאק ס'איז צו זיין א חלק פון דעם הערליכן משפחה!

ווען מיר וועלן אונזער חלק, וועלן מיר אט בקרוב זוכה זיין צום "ויקרא ה' אל משה", דער באשעפער וועט אונז רופן בלשון חיבה. ווען מיר וועלן זאגן חטאתי, וועלן מיר זוכה זיין צו דעם "אשרי", מיר וועלן זיין אויסגעלויבט פאר'ן אנערקענען אונזערע טעותים. בדרך רמז קען מען זאגן אז די ווערטער א'שר נ'שיא י'חטא איז ר"ת 'אני'. ווען מ'טוט תשובה דארף מען אריינטראכטן אין די אייגענע מעשים, ס'מיינט נישט דעם אדער יענעם, ס'מיינט אונז אליין, יעדער מענטש האט וואס צו פאררעכטן און יעדער האט וואס צו זיין בעסער. די ווערטער אונזערע מיינט נישט א צווייטן, ס'מיינט אונז אליין, ס'איז א שמועס פון הארץ צו הארץ. ווען דער ציבור איז אין א קלעם, ליגט אויף יעדן יחיד א חוב קדוש צו ווייזן מיט'ן פינגער אויף זיך - און נאר אויף זיך - און בעזר ה' וועט הקב"ה אננעמען אונזער קרבן און מיר וועלן אט זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• קרבן חטאת מיינט אז א מענטש אנערקענט אז ער האט געמאכט א טעות.
• יעצט איז א צייט פון התבודדות און התבוננות, אריינצוטראכטן אויב מיר זענען נישט באגאנגען טעותים אין אונזער לעבן.
• לאמיר ווערן נאנט מיט זיך אליין און מיט אונזערע בני בית און אנהייבן פירן אַן אמת'ע און צופרידענע לעבן.

א לעכטיגע פרייליכע שבת קודש!


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:41 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט