הלא הוא כמוס עמדי!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הלא הוא כמוס עמדי!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אפריל 07, 2020 3:31 pm

שוין א לענגערע צייט וואס כ'וויל שרייבן אן ארטיקל וועגן דעם ענין פונעם אַלעמען באקאנטן "טעם הכמוס" וואס ציט זיך שוין בערך הונדערט פופציג יאר און ס'נאך אלץ א סוד פאר גאנץ בראד.

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען משניות מס' ע"ז און דארט אונעם צווייטן פרק משנה ה' וואו צוויי תנאים ר' ישמעאל מיט ר' יהושע זענען געגאנגען אויפן וועג און ר' ישמעאל האט געוואלט וויסן דעם טעם פארוואס די חכמים האבן ג'אסר'ט קעז וואס איז געמאכט געווארן דורך א גוי, בקיצור ס'איז אנגעגאנגען א ויכוח אהין און צוריק, יעדע טעם וואס ר' יהושע האט געזאגט האט ר' ישמעאל ג'טענה'ט אז ס'קען נישט זיין, ביז ר' יהושע האט געזען אז ער קען זיך נישט ארויס דרייען מער, האט ר' יהושע אוועק געדרייט דעם שמועס צו שיינע אגדתא. און די גמ דף ל"ה ע"א איז מסביר פארוואס ר' יהושע האט עס געטון, וויבאלד ס'געווען א נייע גזרה, אינטער צוועלף חדשים אלט, האט ער נישט געוואלט ארויס געבען דעם טעם. די גמ' ברענגט צו דארט בשם עולא אז אין ארץ ישראל האבן די חכמים אזוי איינגעפירט נישט אויסצוזאגן די טעם פונעם גזירה ביז צוועלף חדשים, כדי מ'זאל נישט מזלזל זיין אינעם איסור, ווייל אויב וועט מען הערן טעם וועלן מענטשן עס אננעמען גרינגער, אבער נאך י"ב חודש איז שוין די זאך איינגעגעסן ביים עולם קען מען שוין מגלה זיין דעם טעם.


נאכדעם וואס כ'האב געלערנט דעם משנה, איז מיר נאך שווערער געווארן די קשיא למה ועל מה איז די טעם הכמוס וואס דער הייליגער דברי חיים האט מוסיף געווען פארוואס די מאשין מצות זענען אסור? קודם כל פון די משנה/גמ' זעהט מען, אז טעם הכמוס איז געווען א זאך וואס די חכמים בלשון רבים האבן געמאכט און נישט א יחיד, און אויך פאר א געוויסע צייט י"ב חודש און מיט א ריכטיגע חשש, מורא האבענדיג אז מ'וועט מזלזל זיין דערין, אבער זיכער נישט ביז תשבי וועט קומען און מתרץ זיין קושיות ואיבעיות!


נאך אזאך וואס עגבערט אין מיר איז פאר וועם האט דער הייליגער ד"ח געזעהן פאר א מוז, מוסיף צו זיין דעם שרעקעדיגער טעם הכמוס? אויב פאר זיין עולם וואסי סייווי סרים למשמעתו, זיי וואלטן סיי ווי נישט עובר געווען אויפן מצוות המלך, און נישט נאר יענעם דור נאר אפילו דורי דורות ביז משיח'ס טאג וואלטן סייווי נישט אוועק געקערט און עס געהיטן ווי א צוואה, ווי מ'זעהט טאקע היינט צו טאגס, נאך ווען די חמץ פראבלעמאטישע קארפן פיש איז שוין לאנג נישט אקטועל, נאך וואס די קנאבל חששות האט שוין לאנג עקספייערט, נאך וואס די שמוציגע ירקות ווי מייערן און מרור האבן שוין מער נישט קיין שום הידור גייען נאך מענטשן מיטן קאפ אין וואנט און מאכן זיכער אז אין שטוב מעג נאר איבער טרעטן די שוועל, קארפן פיש (די מער אויפגעקלערטע לאזן שוין דורך סעלמאן אבער ס'מוז אויך זיין לעבעדיגע) וואס צוויי כשר'ע עדות האבן געזען מיט זייערע אייגענע אויגן נישט פון א קאמערע, ווי די קארפן פיש האבן נאך יענעם אינדערפרי געזינגען שירות ותשבחות פאר גאט, קיין קנאבל חס מלהזכיר, און די מייערן מיט די מרור מוזן זיין פארשווארצט כאילו זיי זענען דורך די עבודת הפרך, כאילו זיי זענען אויך געווען א חלק אינעם שעבוד מצרים שטיקלעך זאמד מוזן פאלן פון זיי אנדערש קען גאר דער מהדרין מן המהדרין נישט יוצא זיין וכל המרבה הרי זה משובח, און דאס איז אלעס אן דעם טעם הכמוס. ווייטער דער עולם וואס האט זיך פארלאזט אויף די אנדערע גדולים וואס האבן לכתחילה מתיר געווען און אפילו אז ס'איז מער מהודר האבן במילא נישט נאכגעגאנגען דעם ד"ח'ס פסק. שטעלט זיך די קשיא, פארוואס דער הייליגער ד"ח האט געשפירט וואו זיינע טעמים נגלים זענען נישט גענוג שטארק אז ער האט נאך ג'מוזט זיך באניצן מיטן שרביטו של מלך און צולייגן א טעם הכמוס און עס מאכן ממש ווי מעשה מרכבה אליינס וואס נאר א יחיד ומבין מדעתו קען משיג זיין??


און דער גרעסטער פראבלעם מיט א טעם הכמוס זעהט אויס איז ווייל ס'טוט שוואך מאכן די עכטע טעמים און סברות וואס אידן ת"ח זענען זיך מפלפל, אז דאס איז כאילו נישט דער עיקר, נאר דער עיקר איז א פארהוילנע אינטערן טיש זאך וואסי פארבארגן פונעם מענטשליכן השגה לעת עתה וואס נאר יחידי סגולה זענען משיג מיט זייער ווייטע בליק, ס'קומט מיר פאר ווי געוויסע בעלי מקובלים האלטן, זענען מחשיב תורת הנסתר איבער תורת הנגלה. און ס'אינו דומה צו דעם טעם הכמוס וואס חז"ל דערמאנן דארט אין מס' ע"ז וואס דארט איז געווען די סיסטעם אזוי צווישען די חכמים בקיבוץ, און אפילו נישט איבעראל נאר ביי די בני מערבא און אויך נאר פאר י"ב חודש, און גלייך נאך די י"ב חודש זענען אלע טעמים מיט סברות אנטפלעקט געווארן דורך די חכמים אליין.


למעשה האלט מען שוין איבער הונדערט פופציג יאר נאכן שטארקן טעם הכמוס פסק, און ס'נאך אלץ נישט אנגענומען געווארן ביי רוב כלל ישראל, רוב אידן שומרי תורה זענען בכלל נישט מקפיד אויף האנד מצות, איה"נ אז ביי די חסידישע קרייזן אין וויליאמסבורג/בארא פארק/קרית יואל און נאך קלענערע שטעט איז מען טאקע שטארק נזהר דערין, אבער זיי מאכן נישט אויס רוב פרומע אידן. ס'דא אסאך א גרעסערע טייל אין כלל ישראל וואס פירט זיך נישט אזוי, און אפילו וואס צווישן די וואס זענען יא מקפיד צו עסן די סדרים מיט האנד מצות טוען עס אויך נאר פאר טראדיציע, אזויווי מנהג אבותיהם בידיהם, זיי ווייסן ניטאמאל די טעם דערפון.


און לאמיר זיך נישט פאפן רוב חסידישע אידן ווען זיי וועלן זעהן איינעם נישט קיין מאדערנער איד נאר לאמיר זאגן א היימישער וואס עסט מאשין מצות וועלן זיי עם וועלן צו פליקן אדער גאר אנקוקן ווי א משומד, און אפילו נישט וויסענדיג פארוואס, און דאס האט לכאורה די טעם הכמוס גורם געווען, ווייל אנדערש איז ווי יעדע מחלוקה אין הלכה, אבער די מינוט וואס מ'קומט אן מיט עפעס א מיסטישע טעם קוקט די גאנצע זאך אויס מיסטיקל.


ס'ממש אשאד פארוואס ס'האט געברויכט קומען דערצו, פארוואס האט עס נישט געקענט פארבלייבן ווי אלע אנדערע מחלוקת הפוסקים, וואס טייל נעמען אן דאס, און אנדערע נעמען אן יענץ און פארטיג? פארוואס האט עס געמוזט ווערן א סימבאלישע מחלוקה?? כ'געדענק מיט יארן צוריק האב איך געקויפט א שאכטל שמורה מאשין מצות געמאכט פון האבער כ'האב עס געברויכט האבן פאר איינעם אין די משפחה וואס האט געהאט א גלוטן פראבלעם, בין איך ווי שעפעלע געגאנגען אנפרעגן ביי א רב צו מ'מעג עס עסן, האט מיר יענער רב אויפגעמאכט אפאר אויגן און געדרייט מזרח מעריב צפון דרום, און זאגט מיר ווארף עס שוין ארויס! פרעג איך, איר האלט טאקע אז ס'חמץ גמור? דרייט ער אזוי מיט זיינע שווארצע אפעל ווי צו זאגן פרעג נישט קיין קשיות, זעהט אויס אז ער האט זיך דערמאנט פונעם טעם הכמוס.


און צום שלוס, כ'בין נייגעריג צו דע אלע וואס ווילדעווען אז מאשין מצות איז חמץ גמור, צו זיי פארשטייען בכלל דעם איסור דערפון, צו די זעלבע זענען אויך מקפיד צו גיין מיט ציצית פון וואלעס וכדו' וואס איז געמאכט מיט כוח ראשון, אדער מיט בתים וואס איז געמאכט מיט כוח ראשון, וואס סיי תפילין און סיי ציצית זענען א דאורייתא פונקט ווי מצות, פאר וואס דארט זענען זיי נישט פונקט אזוי ווילד, דער צאנזער רב ז"ל האט געהאלטן ביי אלעמען אז ס' מוז זיין כוח ראשון.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:00 pm

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס דו ביזט אזוי בייז אויף דעם 'טעם הכמוס', דער איינציגסטע וועג וויאזוי איך קען מתיר זיין מאשין מצות איז דאך נאר מיט'ן כח פון 'טעם הכמוס'. ווען דער הייליגער סאנזער רב וואלט געזאגט דעם טעם, ווער וואלט אני השפל געווען זיך צו דינגען? יעצט אבער אז ס'איז א 'טעם הכמוס' קען איך דאך אויך זאגן 'טעם הכמוס', איי האט דען נישט דער הייליגער סאנזער רב אויך געוואוסט פונעם 'טעם הכמוס' להתיר? דאס איז אויך א 'טעם הכמוס'.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

Re: הלא הוא כמוס עמדי!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:01 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט פארוואס דו ביזט אזוי בייז אויף דעם 'טעם הכמוס', דער איינציגסטע וועג וויאזוי איך קען מתיר זיין מאשין מצות איז דאך נאר מיט'ן כח פון 'טעם הכמוס'. ווען דער הייליגער סאנזער רב וואלט געזאגט דעם טעם, ווער וואלט אני השפל געווען זיך צו דינגען? יעצט אבער אז ס'איז א 'טעם הכמוס' קען איך דאך אויך זאגן 'טעם הכמוס', איי האט דען נישט דער הייליגער סאנזער רב אויך געוואוסט פונעם 'טעם הכמוס' להתיר? דאס איז אויך א 'טעם הכמוס'.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:26 pm

דער גאלדענער אדלער: מ'קען צוטיילן דיין שאלה אין 2 חלקים. די ערשטע חל'ק איז פשוט. פארוואס איז דער טעם הכמוס נאכאלץ כמוס"... נאך 150 יאר. און פארוואס איז דער סוד נאכנישט אויפגעדעקט געווארן.

נאר דער צווייטער חלק פון דיין שאלה וסיפור איז מער אינטרעסאנט. פארוואס דער רב וועם דו ביסט געגאנגען פרעגן א שאלה אויף שמורה מאשין מצות האטיך אנגעקוקט ווי גלייך דו רעדסט דא פון חמץ גמור. און אפילו אפיקורסות...! דער תירוץ אויף דעם איז אז דאס האט צו טון מיט אונזער גאנצן צוגאנג צו אידישקייט בכלל. והיינו טעמא ד'מאשין מצות והיינו טעמא ד'קאראנא וויירוס. אזוי ווי דער (צודר'...) ..."הייליגער"... פארשעי'ער האט צוזאמגעשאלטן די וואס פארמאכן בתי מדרשים און זענען מבטל מנין. און בחדא מחתא האט ער שוין צוזאמגעפלאפלט איבער לאנגע, געקרייזלטע שייטלעך און טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג אפריל 07, 2020 8:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:47 pm

נפקא מינא למעשה איז יעצט גאר אנדערע מאשינען ווי דעמאלטס פארוואס איז בכלל די איסור אויף היינטיגע מאשינען
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:56 pm

קאצקע ציקער: ווען דער דברי חיים זאגט ווען זיין טעם פארוואס ער האט גע'אסר'ט מאשין מצות, וואלט מען געקענט מתיר זיין די היינטיגע מאשין מצות. מסתמא ווייל ס'האט מער הידורים ווי די פראדוקציע פון יענע פרימיטיווע מאשינען. משא"כ אבער ווען ס'איז כמוס ווייסטו נישט וואס זיינע חששות זענען געווען...! און ס'בלייבט אסור...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך מתוק מדבש » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:36 pm

הלכה איז א חלק פון די תורה, די תורה איז א תורת חיים.

ווי באקאנט, א לעבעדיגע זאך האלט אין איין עוואלוון, צעלן באשאפן נייע צעלן, עס קומען צו מאטציעס (שינויים לכאן ולכאן) ביז עס קומט ארויס אזעלכע קאמפלעצירטע ארגאנען.

הלכה באשטייט פון צענדליגער פסקים במשך הדורות, צומאל לחומרה און צומאל לקולא. מכירת חמץ איז פיין אבער מכירת קרקע בשביעית איז אסור, היתר מכירה שבת איז מותר (לויטן תנא דידן) וכו'.
עס איז נישט אייביג דא א קלארע ערקלערונג, אבער דער פסק איז שוין אנגענומען גענוג שטארק צווישן חסידים אז עס איז שווער צו מערער זיין. מאשין מצות איז חמץ גמור אזויווי לאזן וואקסן די האר איז עוברת על דת יהודית, פארפאלן, עס איז אפילו אשאד צו אפיהרזוכן דעם טעם הכמוס, ווייל עס מאכט נישט אויס.
מתוק מדבש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:47 pm

קען מען דאך די גאנצע גמרא אין גארבידש לייגן, וואס עפעס פרעגן קשיות אויף ברייתות און דארפ'ן צוקומען צו תיובתות, חסורי מחסראס, און משבשתאס? פשוט, אזוי איז עס און פארטיג! ס'מאכט בכלל נישט אויס! וואס האבן דען אביי און רבא פארשטאנען, סתם א באנדע צולייגערס געווען. איך וויל שוין אפילו נישט רעדן פונעם רבינו תם, סתם זיך קריגן מיט'ן הייליגן זיידן אין דער וועלט אריין?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג אפריל 07, 2020 11:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הודעהדורך מתוק מדבש » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:49 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען מען דאך די גאנצע גמרא אין גארבידש לייגן, וואס עפעס פרעגן קשיות אויף ברייתות און דארפ'ן צוקומען צו תיובתות, חסורי מחסראס, און משבשתאס? פשוט, אזוי איז עס און פארטיג! ס'מאכט בכלל נישט אויס! וואס האבן דען אביי און רבא פארשטאנען, סתם א באנדע צולייגערס געווען.

נו, אין הכי נמי, האסטו שוין אמאל געזעהן א פוסק זאל גיין קעגן א גמרא צוליב א קשיא וואס ער האט אויף די גמרא?
מתוק מדבש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:53 pm

גראדע יא. איין דוגמא, די גמרא זאגט אז קריאת שמע איז א דרבנן, און אלע ראשונים זאגן אז ס'איז א דאורייתא מיט ראיות פון ברייתות. און בכלל פעלט דען פעלער וואס די גמרא זאגט "הלכתא" און מ'פסק'נט פארקערט? דאס איז אויסער דעם וואס דו האסט זיך אינגאנצן נישט באצויגן צו מיין קשיא, פון גמרא זעהט מען קלאר אז הלכה ארבעט נישט ווי דו לייגסט עס אראפ. אז ס'געפעלט דיר נישט די רעליגיע פון אביי ורבא ביזטו מכובד צו מאכן א נייע, פאררוף זיך אבער נישט אלס זייער פאנטרעגער.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הלא הוא כמוס עמדי!

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך אפריל 08, 2020 12:49 am

מתוק מדבש האט געשריבן:הלכה איז א חלק פון די תורה, די תורה איז א תורת חיים.

ווי באקאנט, א לעבעדיגע זאך האלט אין איין עוואלוון, צעלן באשאפן נייע צעלן, עס קומען צו מאטציעס (שינויים לכאן ולכאן) ביז עס קומט ארויס אזעלכע קאמפלעצירטע ארגאנען.

הלכה באשטייט פון צענדליגער פסקים במשך הדורות, צומאל לחומרה און צומאל לקולא. מכירת חמץ איז פיין אבער מכירת קרקע בשביעית איז אסור, היתר מכירה שבת איז מותר (לויטן תנא דידן) וכו'.
עס איז נישט אייביג דא א קלארע ערקלערונג, אבער דער פסק איז שוין אנגענומען גענוג שטארק צווישן חסידים אז עס איז שווער צו מערער זיין. מאשין מצות איז חמץ גמור אזויווי לאזן וואקסן די האר איז עוברת על דת יהודית, פארפאלן, עס איז אפילו אשאד צו אפיהרזוכן דעם טעם הכמוס, ווייל עס מאכט נישט אויס.

ביזט זיך אליין סותר. טאמער האלט זיך די תורה און איין עוואלווען קען מען אפווארפען די "אנגענומענע" פסקים פון אמאל, און מאכן פרישע לויט ווי די צייט פארלאנגט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 08, 2020 12:57 am

חתן בחור האט געשריבן:
מתוק מדבש האט געשריבן:הלכה איז א חלק פון די תורה, די תורה איז א תורת חיים.

ווי באקאנט, א לעבעדיגע זאך האלט אין איין עוואלוון, צעלן באשאפן נייע צעלן, עס קומען צו מאטציעס (שינויים לכאן ולכאן) ביז עס קומט ארויס אזעלכע קאמפלעצירטע ארגאנען.

הלכה באשטייט פון צענדליגער פסקים במשך הדורות, צומאל לחומרה און צומאל לקולא. מכירת חמץ איז פיין אבער מכירת קרקע בשביעית איז אסור, היתר מכירה שבת איז מותר (לויטן תנא דידן) וכו'.
עס איז נישט אייביג דא א קלארע ערקלערונג, אבער דער פסק איז שוין אנגענומען גענוג שטארק צווישן חסידים אז עס איז שווער צו מערער זיין. מאשין מצות איז חמץ גמור אזויווי לאזן וואקסן די האר איז עוברת על דת יהודית, פארפאלן, עס איז אפילו אשאד צו אפיהרזוכן דעם טעם הכמוס, ווייל עס מאכט נישט אויס.

ביזט זיך אליין סותר. טאמער האלט זיך די תורה און איין עוואלווען קען מען אפווארפען די "אנגענומענע" פסקים פון אמאל, און מאכן פרישע לויט ווי די צייט פארלאנגט.


עוואלושען מיינט נישט פרישע. ווען די תורה עוואלווט מיינט עס אז ס'ציען זיך הלכות איינער פונ'ם צווייטען. און דאס איז דרכה של תורה באמת, ווילאנג ס'בויעט זיך די היינטיגע אויף די נעכטיגע. קום אבער נישט מיט "חדש אסור מן התורה" שטיק, ווייל דאס איז סתם א מליצה. למעשה קיין פרישע תורה איז דאס נישט און מ'איז נישט עוקר די נעכטיגע אנצוהייבן היינט א נייע.

אבער פון דא ביז טעם הכמוס, וואס איז געווארן יהרוג ואל יעבור מחמת די סטייל פון די צייט, אפילו ביי משפחות וואס זייער זיידעס האבען געגעסן געבראקטס, דאס איז שוין ווי די חוקה פון פרה אדומה וואס האט נישט א טעם און נישט קיין ריח.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

Re: הלא הוא כמוס עמדי!

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך אפריל 08, 2020 1:35 am

איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט די תורה עוואלוט. פריער האסטו געמאכט א סמכתא אז די תורה איז א תורת חיים וואס ווערט עוואלווט און מיוטעטעט ווי לעבעדיגע צעלן.

איך האב דיך פשוט אויפמערקזאם געמאכט אז מיוטעשאן גייט אלע וועגן, ס'לייגט צו און ס'נעמט אויך אראפ. וואס האט נישט געשטומט מיט דיין מסכנא אז מ'קען נישט עוקר זיין פריערדיגע פסקים.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 08, 2020 1:42 am

חתן בחור האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט די תורה עוואלוט. פריער האסטו געמאכט א סמכתא אז די תורה איז א תורת חיים וואס ווערט עוואלווט און מיוטעטעט ווי לעבעדיגע צעלן.

איך האב דיך פשוט אויפמערקזאם געמאכט אז מיוטעשאן גייט אלע וועגן, ס'לייגט צו און ס'נעמט אויך אראפ. וואס האט נישט געשטומט מיט דיין מסכנא אז מ'קען נישט עוקר זיין פריערדיגע פסקים.


מיוטעשאן מיינט ווען פארשידיענע היכי תמצא'ס ווערען געבויעט אויף איינצעלע יסודות. דאס מיינט אז מ'קען צוען און בויען וכו' אבער נישט אראפנעמען ווייל דאס איז פשוט נישט שייך.

למשל די אלטע נאמבער שלאס פלעג האבען 5 נאמבערס אבער בכל אופן שהוא, אין עני סדר, האט עס געארבעט. די נייערע שלעסער האבן אויך 5 נאמבערס נאר ס'מוז זיין אין א סדר. קומט אויס אז יעצט איז דא 99999 אופאנים אויף צומאכן א שלאס. דאס מיינט אז איינס פון 99999 מיוטעשאנס איז די ריכטיגע. לייג יעצט צו אן אפשאן פון דריקען דוקא צוויי נאמבערס צוזאמען מתוך הסדר, ווערט יעצט נאך מיוטעשאנס.

בקיצור , דאס איז די דרך התורה צו בויען נאך און נאך אויף די זעלבע סכום קנעפלעך אינ'ם שלאס, נאר מיט פרישע אופנים. אבער פארקערט גייט נישט, מ'קען אפשר ארום טוישן דעם נאמבער פונ'ם שלאס, אבער פארמינירען און ארויס סקרוען א קנעפל פונ'ם שלאס, דאס איז פשוט נישט שייך.

חוץ אז מ'ברענגט א גרויסע בולדאזער און מ'פליקט אראפ די גאנצע בנין, אבער דאס איז שוין נישט קיין חכמה בכלל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

הודעהדורך מתוק מדבש » מיטוואך אפריל 08, 2020 8:36 am

חתן בחור האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט די תורה עוואלוט. פריער האסטו געמאכט א סמכתא אז די תורה איז א תורת חיים וואס ווערט עוואלווט און מיוטעטעט ווי לעבעדיגע צעלן.

איך האב דיך פשוט אויפמערקזאם געמאכט אז מיוטעשאן גייט אלע וועגן, ס'לייגט צו און ס'נעמט אויך אראפ. וואס האט נישט געשטומט מיט דיין מסכנא אז מ'קען נישט עוקר זיין פריערדיגע פסקים.

ווי וואלווי האט ערקלערט, לכאורה האסטו מיר שלעכט פארשטאנען, וועל איך זיך ערקלערן.
מיין מסקנא איז נישט אז מ'קען נישט טוישן לקולא. מ'קען טוישן אויף ביידע וועגן. און אין פאקט עס זענען פארהאן פארשידענע זאכן וואס ברבות הימים קומט אויס אז היינט איז מען אינגאנצן מיקל אין א זאך וואס מ'האט אמאל מחמיר געווען.

עס איז נאר די פראסעס, ווי אזוי קולות און חומרות ווערן באשאפן. קליינע מוטאציעס, קליינע בעיבי סטעפס לקולא ולחומרא. א פסק וואס מאיזה סיבה שהיא איז איינגעווארלצט געווארן, קען מען עס נישט טוישן אפילו אויב עס איז דא א גוטע לאגישע ארגומענט.
מתוק מדבש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 08, 2020 10:25 am

ווען דער טעם הכמוס וואלט געווען א חתם סופר צו א פני יהושע, וואלט מען זיך אן עצה געגעבן. ווען עס איז פארוואנדעלט געווארן אין א גזע מיט א פארטיי, איז עס געווארען פארהייליגט ווי קיין שום איסור און הלכה קען נישט דערגרייכן. די גמרא איז נאר א הלכה, צאנזער רב איז דאך אסאךמער ווידעם. אמער, די תנאים ואמוראים האבען דאך נישט פארברענט זייער הענט אין פייער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8627 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 08, 2020 12:28 pm

יעצט געהערט פון וואודרידזשער רב זז"ג אויף נומער פינף, אז דער סאנזער רב האט געזאגט זיינס איידער דער כת"ס האט אוועקגעשטעלט זיינע חומרות. נאך דעם איז אבער אנדערש, ובפרט די וואס זייערע זיידעס האבן יא געגעסן דערפון, און ווי דער ווינער רב זצ"ל האט דא אוועקגעשטעלט א בעקעריי מיט אלע הידורים פון דעם כתב סופר, ממילא קען מען מקיל זיין פאר דער וואס דארף.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8627 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך אפריל 08, 2020 12:28 pm

דער דברי חיים האט נישט געהאלטן אז ער איז בכח צו אסר'ן פאר די גאנצע וועלט און אוודאי נישט מיטן כח פון א טעם הכמוס. דער דברי חיים זייענדיג די רשכבה"ג so to speak פאר רוב חסידים פון גאליציע (סיידן די וואס האבן באלאנגט קיין בעלז און געוויסע ריזשענע חסידים) האט ער זיך געוואנדן צו די הסרים למשמעתו אז קיינער זאל זיך נישט מפלפל זיין אפילו אין זיינע ווערטער ווייל לדעתו האט ער אן ענין דערביי פון למיגדר מילתא וואס ער וויל נישט אויסשמועסן. בכל אופן וואס ער האט געוואלט איז מקויים געווארן אין אלע קהילות וואס שטאמען טאקע פון צאנז שינאווע און אפילו פון אנדערע וואס האבן מכבד געווען זיין כח התורה האלטן זיך צוריק אפילו דאס פון האלטן אין שטוב במשך'ן פסח. ממילא די וואס האלטן אז טעם הכמוס איז נאריש זאלן זיך איבערטראכטן אויב דאס איז טאקע נישט געווען די בעסטע און ווירקזאמסטע וועג.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

Re: הלא הוא כמוס עמדי!

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך אפריל 08, 2020 12:50 pm

פאר דעי געלט וואלט ער אויך געקענט הייסן אלע פרויען זאלן אפשניידן די אויערן מטעם הכמוס...
סאטמאר רב האט אויך גענוצט אן ענליכן דשאוקער 'אכצן דורות נישט פוגם געווען'. גיי פרעג מיך אפ יעצט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך אפריל 08, 2020 1:21 pm

קל וחומר האט געשריבן:פאר דעי געלט וואלט ער אויך געקענט הייסן אלע פרויען זאלן אפשניידן די אויערן מטעם הכמוס...
סאטמאר רב האט אויך גענוצט אן ענליכן דשאוקער 'אכצן דורות נישט פוגם געווען'. גיי פרעג מיך אפ יעצט.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. ער איז עפעס דא געווען פאר ליצנות? ער האט דאס געזען וויכטיג לדעתו פאר קיום הדת.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט