צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » זונטאג אפריל 19, 2020 7:35 pm

אין די יעצטיגע תקופה ווען מ'זעהט ליידער ווי חסידישע אידן זענען מוסר נפש זיך און אנדערע כדי צו קענען גיין אין מקוה, טראכט איך אז דאס קומט פון אויפוואקסען מיט מעשיות ווי צדיקים האבן זיך מוסר נפש געוועהן אויף מקוה און האבן געבראכן אייז וכו'. מענטשן האבן געמאכט די מקוה גיין אזא פרומע "מערעטאן" אז זיי ווילן קענען זאגן אז זיי "האבן שוין 20 יאהר נישט פארפאסט א מקוה" נעבעך.

איך האב חוה"מ געשריבן ווי איך האב דערמאנט דעם ענין אין א שורה, אבער ס'איז כדאי קלאר אויסצושמועסן. יא, צדיקים האבן געהאט ענינים צו גיין אין מקוה, אבער זיי זענען נישט געוועהן משוגע. כמעט קיינער פון די צדיקים האט נישט געהאט קיין קפידה צו גיין יעדן אייניגסטע טאג אין מקוה!! אפילו די לעצטיגע צדיקים ווי סאטמאר רב און באבובער רב ז"ל האבן בעיקר מקפיד געווען צו גיין פאר א ברית אדער יום ב' וה' וכו'. קיינער איז נישט געגאנגען ווען זיי זענען געוועהן קראנק, און אוודאי זענען זיי נישט געגאנגען ווען ס'איז געוועהן א חשש אז וועלן אנשטעקן אנדערע מענטשען מיט א מחלה.

דאס אז צדיקים זענען נישט געגאנגען אין מקוה יעדן טאג איז א דבר פשוט. איך וויל דא שרייבן וועגן צדיקים וואס ס'איז דא מקורות אז זיי זענען נישט געגאנגען פאר לענגערע תקופות אין מקוה. פארשטייט זיך אז נישט חסידישע צדיקים ווי דער חת"ס זי"ע זענען אוודאי נישט געגאנגען אין מקוה. נאר דא רעדן מיר דווקא פון חסידישע צדיקים, וואס מיר זענען אויפגעצויגן געווארן מיינענדיג אז מקוה איז א חסידישע יסוד.

דער הייליגער דברי חיים (וואס ס'איז היינט זיין יומא דהילולא) איז געוועהן תקופות פון לאנגע חדשים וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה. אמאל איז אפילו אויסגעקומען ווען זיין זוהן הגה"ק רבי ישעי'לע טשחובער זצ"ל איז געבוירן געווארן אין א צייט וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה, און ער איז נישט געגאנגען אין מקוה אפילו פאר די ברית.

הגה"ק ר' אהרלע מבעלזא איז דרייסיג יאהר אין א צי נישט געגאנגען אין מקוה. (בכלל איז בעלז האט מען מקפיד געוועהן אז בחורים זאלן בכלל נישט גיין אין מקוה, חוץ אויב מ'האט א מקרה לילה, און ער"ש ויו"ט)

ס'איז באקאנט די הייליגע בריוו פון הגה"ק ר' זכרי' מענדיל משטרים זצ"ל, פלימעניק פונעם הייליגן נועם אלימלך, וואס איז געדרוקט אין קונטרס ליקוטי שושנה אין נועם אלימלך. דארט שרייבט ער צו די וואס האבן אים באשולדיגט אז ער איז זיך מסגף און גייט כסדר אין מקוה, אז דאס איז בכלל נישט אמת, נאר ער גייט אין מקוה ווען ס'איז בעת הצורך און ער שפירט געזונט און שטארק, אבער אז ער שפירט סיי וואספארא שוואכקייט גייט ער בכלל נישט אין מקוה.

הגה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצ"ל איז די לעצטע 18 יאהר פון זיין לעבן נישט געגאנגען אין מקוה, חוץ יום י"ג מידות.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 19, 2020 8:14 pm

"גם אמר לי הר"י סאגיס ז"ל, בשם מורי (האר"י) ז"ל ששמע ממנו, כי אין דבר יותר מוכרח וצריך אל האדם לענין ההשגה, כמו הטבילה, שצריך שיהיה האדם טהור בכל עת. ואמנם אני ראיתי למורי ז"ל, שששה חדשים של החורף רובם לא טובל, מפני שהיה חולני, והיה שבור, ואמו לא היתה מניחתו לטבול, וזה אמת וברור אצלי, ולא מפני כך נסתלקה אז השגתו כלל." (שער רוח הקודש) די אלע בעלי רוח הקודש האבן זיך נישט וואס צו זארגן, ס'עט זיי גארנישט געשעהן אז זיי וועלן פארפעלן א מקווה..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג אפריל 20, 2020 4:26 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג אפריל 19, 2020 8:51 pm

גיין אין מקווה איז א מאדערנע מנהג חסידים. סאיז פשוט ניט מעגליך אז פאר דער קריג זענען חסידים געגאנגען אין מקווה אזוי ווי היינט. ס׳זענען ניט געווען קיין מקוואות אין די שוהלען, שטיבלעך און בתי מדרשות. סכמעט ניט בנמצא אין גאנץ מזרח יוראפ א שוהל מיט א מקווה אין קעלער. אין רוב מקומות איז מקווה ניט פון די יסודות החסידות בכלל. סאיז בדר״כ א נייע ענפינדונג. טבילת עזרא האט מען יא שטארק מקפיד געווען. אבער סאיז טאקע ניט לייכט אנגעקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג אפריל 20, 2020 12:08 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 872
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » זונטאג אפריל 19, 2020 10:04 pm

איך ווייס נישט וויאזוי הרה"ק רבי הערש'לע ספינקער זי"ע האט זיך געפירט פאר זיך אליינס אבער אין "הארז שנגדע" שטייט אז ער האט געהייסן נישט גיין אין מקוה טעגליך, נאר גיין לכל היותר צוויי מאל א וואך... (איך האב עס לעצטע מאל געליינט אפאר יאר צוריק, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט אויב האב איך א טעות, איך וועל בלי נדר נאכקוקן נאכאמאל)
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

הודעהדורך מצפצף » זונטאג אפריל 19, 2020 10:13 pm

געהערט בשמו אז ווער עס גייט יעדן טאג אין מקוה איז א קאטשקע.
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:49 am

מ'דארף נישט זיכן וועלכע צדיקים זענען נישט געגאנגען יעדע טאג; פארקערט, מ'דארף זיכן וועלכע צדיקים האבן געהאט די קפידה נישט צו פארפאסן א מקוה קיין איין טאג.
ס'געווען מקומות אין או לאנד ווי טשערנאבל און נאך עטליכע ווי מ'האט מקפיד געווען יעדן טאג צו גיין אבער און אלע אנדערע פלעצער איז נישט געווען אזא קפידה. פארקערט, אין צמח דוד פון ר' דויד'ל דינובער שטייט אז גיין יעדן טאג אין מקוה ברענגט צו עצבות.
היינט איז אבער א וועלט פון תוהו ובוהו און יעדער טרייט נא צו מאכן יעדעמס חומרות און משוגעתן, האט מען אויך עדאפטעט אין אסאך פלעצער די מנהג פון נישט פארפאסן קיין מקוה.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2714 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:04 am

ווער האט מחדש געווען צו ג'יין אין מקוה מוצאי תשעה באב ווי טייל חסידים פירן זיך כדאי נישט צו פארפאסן קיין איין טאג מקוה
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1642
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 842 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 20, 2020 4:14 am

יודישע שרייבער האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי הרה"ק רבי הערש'לע ספינקער זי"ע האט זיך געפירט פאר זיך אליינס אבער אין "הארז שנגדע" שטייט אז ער האט געהייסן נישט גיין אין מקוה טעגליך, נאר גיין לכל היותר צוויי מאל א וואך... (איך האב עס לעצטע מאל געליינט אפאר יאר צוריק, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט אויב האב איך א טעות, איך וועל בלי נדר נאכקוקן נאכאמאל)

דאס קען נישט זיין. ווייל דער חקל יצחק מ'ספינקא. ר' הערשעלע'ס זיידע שרייבט אין זיין ספר (דאכטזיך ביי פ' שלח) איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה א יעדן טאג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 20, 2020 4:15 am

מצפצף האט געשריבן:געהערט בשמו אז ווער עס גייט יעדן טאג אין מקוה איז א קאטשקע.

קען נישט זיין. כמו שכתבתי לעיל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » מאנטאג אפריל 20, 2020 6:02 pm

מהר"י ט"ב מסאקמאר איז כידוע אויך נישט געגאנגען אלע טאג אין מקוה.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג אפריל 20, 2020 6:35 pm

פארשטאנד האט געשריבן:מהר"י ט"ב מסאקמאר איז כידוע אויך נישט געגאנגען אלע טאג אין מקוה.


ריכטיג, וכן שמעתי מזקני שהיה משב''ק אצל הרבי.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1220 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 21, 2020 4:43 pm

די ריבניצער זצ״ל האט זיך שטארק מוסר נפש געוועהן פאר מקוה כיודע. אבער מיט דעם אלעמען איז ער נישט געגעאנגען יעדען טאג אין מקוה.
אז איינער פרובירט אייך איינרעדן אנדערש זאלט איר וויסן אז יענער איז א ליגענער סאיז נישט מעגליך געוועהן דאס צוטוהן יעדן טאג...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך וואולקאן עראפציע » דינסטאג אפריל 21, 2020 10:09 pm

איך האב אמאל באשריבן אן אדם גדול, א חסידישער ראש ישיבה, פאר אן אויסגאבע אין א"י. זיי האבן עס אריינגעגעבן פאר די בני המשפחה אויף איבערצוקוקן.

איינע פון די באמערקונגען האט נישט געשפעטיגט צו קומען: ס'שטייט אז ער איז געגאנגען אין מקוה 'כמעט יעדן טאג'. נעם ארויס דעם 'כמעט'.

כ'האב גע'טענה'ט צו זיי: היתכן? ער האט דאך מיר קלאר געזאגט אז ער גייט נישט 'יעדן' טאג אין מקוה!

זאגן זיי: אבער מענטשן דארפן דאס נישט וויסן.

נאך א טענה'ריי איבער די קוראפציע, האב איך אויסגעפירט. כ'האב זיי מיט פשוט'ע ווערטער אויפגעקלערט, אז מיט דעם וואס זיי טראסטן נישט זייער זיידנ'ס דעת תורה, ווייזן זיי אז זיי זענען גאר קנאפע חסידים פון אים. און אויב זיי האלטן נישט פון זייער זיידע, פארוואס זאל איך יא האלטן פון אים? און פארוואס זאל איך אים וועלן באשרייבן אלס אדם גדול?
וואולקאן עראפציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך לך לך » מיטוואך אפריל 22, 2020 5:11 pm

וויזניץ מאנסי ר' מאטעלע פלעגט נישט גיין יעדע טאג

ריבניץ'ע נישט גיין איז מיר א גרויסע חידוש! כטראכט אז כזאל עס נישט גלייבן
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 22, 2020 5:57 pm

איך וואלט געזאגט אז מענטשן בענקט זיך צו דער מקוה פין דער עת הצורך.

גערעכט, גיין יעדעס טאג איז געווארן מיט די נייע באקוועמע מקוואות מיט שויערס און מען גייט פאר באקוועמליכקייט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1257 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט