בורשטינע תשובה וועגן בתי מדרשים בשעת קאראנע, און ענטפער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:47 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דינא דמלכותא דינא קומט דא בכלל נישט אריין, און איז נאך א רויטע העררינג. דער רעגירונג האט נישט קיין שום רעכט צו פאדערן, מטעם זייער מלכות, אז די שולן זאלן זיין פארמאכט. נישט אויף דעם שטייט דינא דמלכותא דינא.

מ'דארף אבער פארמאכן צוליעב דער געזונט און וואוילזיין פון די באפעלקערונג, לויט די אנווייזונג פון די וואס פארשטיין די בעסטע צו מעדיצין (ניין, זיי פארשטיין נישט אלס, אבער במקום ספק האבן זיי אנווייזונגן וואס קענען ארבעטן, און מיר ווייסן נישט בעסער ווי זיי).


איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אז דינא דמלכותא קומט נישט אריין, פארוואס נישט? דער מלכות איז גוזר א גזירה לטובת די מענטשן און מען דארף פאלגען. איך קען מיך דינגען פין היינט ביז מארגן צו זיי זענען גערעכט אדער נישט, אבער פאלגען מוז מען.

ווען זיי וואלטען געמאכט געזעצן פאר אידן אנדרעש ווי גוים, וואלט עס געווען א פראבלעם פאר דינא דמלכותא. זיי קענען צונעמען אלע בתי מדרשים לטובת דער כלל אויב מען דארף, האבן זיי א סמכות צו זאגן אז עס זאל זיין פארמאכט ַַ

דא עקא, זיי האבן נישט געהייסן פארמאכט בתי מדרשים, נאר אז מען זאל זיך נישט צוזאמען קומען אין ערגעץ. איז עס נישט משנה די בתי מדרשים דווקא, אבער דאס צוזאמען קומען איז דאך קעגן די געזעץ, און מען דארף פאלגען.

למאי נפק"מ? אױב איינער גייט צו לויה למשל, און גייט אן ווערט געשעדיגט דורך א צווייטען קיין ער נישט טענה'ן באצאלען, ווייל ער האט נישט געטארט דארט זיין לכתחילה. אזוי קלער איך בדרך אפשר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:58 pm

זייט ווען האט דינא דמלכותא דינא געמיינט אז מ'מוז טון ווי זיי הייסן. דינא דמלכותא דינא מיינט אז זיי קענען אדער נעמן געלט פון מענטשן לויט זייער געזעצן, אדער קענען זיי קובע זיין הלכות מסחר, אדער קענען זיי באשטימן דיין רעכטן אין לאנד. ווען אבער זיי זאגען 'טו דאס', מיט וואס פארא רעכט איז דאס? אפילו לפי די שיטות אז זיי קענען איבערוועגן די דיני התורה (רמ"א ודעימיה), מ"מ דאס איז ווען זיי זאגען אז די ביהמ"ד איז נישט דיינס, אז די גאס איז נישט פאר דיר. טאמער אבער זיי זאגען סתם 'גיי נישט ארויס', זעי איך נישט וואס פארא דינא דמלכותא פאסט דא.

לייגן א היטונגס פאסיג אין קאר איז אויך מחויב אלס דינא דמלכותא דינא?

קוק פון דא און ווייטער ליתר ביאור.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8627 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג מאי 01, 2020 1:53 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייט ווען האט דינא דמלכותא דינא געמיינט אז מ'מוז טון ווי זיי הייסן. דינא דמלכותא דינא מיינט אז זיי קענען אדער נעמן געלט פון מענטשן לויט זייער געזעצן, אדער קענען זיי קובע זיין הלכות מסחר, אדער קענען זיי באשטימן דיין רעכטן אין לאנד. ווען אבער זיי זאגען 'טו דאס', מיט וואס פארא רעכט איז דאס? אפילו לפי די שיטות אז זיי קענען איבערוועגן די דיני התורה (רמ"א ודעימיה), מ"מ דאס איז ווען זיי זאגען אז די ביהמ"ד איז נישט דיינס, אז די גאס איז נישט פאר דיר. טאמער אבער זיי זאגען סתם 'גיי נישט ארויס', זעי איך נישט וואס פארא דינא דמלכותא פאסט דא.

לייגן א היטונגס פאסיג אין קאר איז אויך מחויב אלס דינא דמלכותא דינא?

קוק פון דא און ווייטער ליתר ביאור.

מספר מעדני שלמה, תלמיד הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל בשם רבו
20200501_000855_copy_1182x873.jpg

ובענין אחר כתב
20200501_000839_copy_1067x800.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2124
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 01, 2020 6:44 am

ומה אעשה כי בעניי לא הבנתי כלל, און איך זעי נישט קיין מקור דארט.

קוק אין די לינק וואס איך האב געברענגט, ווי ער רעדט אויס דער ענין מיט א ברייטקייט. שרעק זיך נישט פון זיין מאדנע שפראך, מ'קען עס פארשטיין אפילו אזוי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8627 מאל

הודעהדורך מצפצף » דינסטאג מאי 05, 2020 9:45 pm

עם עקש...
תשובה על הבירור.pdf
(92.5 KiB) אראפגעלאדנט 62 מאל
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מאי 05, 2020 10:27 pm

טאמער איינער האט עס געהאט און ער האט שוין נישט קיין סימפטאמען פאר א וואך וואס לויט דער סי די סי איז ער שוין נישט אין א מצב עס איבערצוגעבען, און מעג גיין צו דער ארבעט, איז נאר דא א פראבלעם פין דינא דמלכותא צו גיין אין א בית המדרש.

יין שרף, ייש"כ פאר דיין מעדני שלמה, אויב די קענסט ביטע ווייזען דער אינטערשטע חלק פין די בלאט וואס האט דער מקורות אויף דעם וואס ליטוואק קאמפלעינט אז ער זעהט נישט די מקור, ייש"כ.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 05, 2020 10:46 pm

איך זעה נישט וואס מ'איז אזוי פרייליך מיט'ן מעדני שלמה, ס'דאך פשוט פאר יעדער וואס האט נאר געלערנט די סוגיות אין ש"ס אז ס'איז נאר אן אסמכתא. ר' שלמה זלמן האט זייער גוט פארשטאנען אונזער ציבור. דער חכם פארשטייט אליינס אז מ'דארף זיך אויפפירן ווי א ציוויליזירטער מענטש, דער שוטה וואס פארשטייט נישט אליינס קען מען פארקויפן שטותים והבלים ווייל ער ווייסט דאך סייווי נישט וואס פליעט. (פאר נאך א פשט קוק אין תוספות אין סוכה ל: ד"ה כי יקריב)
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הודעהדורך מצפצף » דינסטאג מאי 05, 2020 11:24 pm

רביה"ק דו מיינסט ל ע"א נישט ע"ב
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מאי 06, 2020 8:13 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט וואס מ'איז אזוי פרייליך מיט'ן מעדני שלמה, ס'דאך פשוט פאר יעדער וואס האט נאר געלערנט די סוגיות אין ש"ס אז ס'איז נאר אן אסמכתא. ר' שלמה זלמן האט זייער גוט פארשטאנען אונזער ציבור. דער חכם פארשטייט אליינס אז מ'דארף זיך אויפפירן ווי א ציוויליזירטער מענטש, דער שוטה וואס פארשטייט נישט אליינס קען מען פארקויפן שטותים והבלים ווייל ער ווייסט דאך סייווי נישט וואס פליעט. (פאר נאך א פשט קוק אין תוספות אין סוכה ל: ד"ה כי יקריב)


דער חשבון איז אמת אויף דאורייתות אויך.

און דער שמועס איז אמת להחמיר און להקל, ווען דער חברה שמועסט אהן א געזעץ לטובת הציבור, און א געזעץ וועט אייביג האבן השלכות אויף פעלער וואס דער טעם פין דער געזעץ איז נישט שייך, קען דער יחיד מחליט זיין אז ער דארף נישט האלטען דער געזעץ?

דאס איז לכאורה דער ענין פין דריש טעמא דקרא.

איך שיהיה, זענען אלע געזעצן נאר פאר שוטים, אדער בעסער געזאגט לטובת דער כלל פין דער יחידים פראבלעם.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

Re: בורשטינע תשובה וועגן בתי מדרשים בשעת קאראנע, און ענטפער

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך מאי 06, 2020 10:33 am

לבי אומר לי אז דער בורשטינער האט אפן געלאזט זיין בית הטבחים נאר כדי צו קענען שרייבן א 'תשובה' מברר צו זיין אז ער איז פון גדולי פוסקי דורנו וואס שרייבט אזאנע שווערע בירורים וואס איז נוגע פק"נ און שעת מגיפה.
דאס איז א ריזן פי אר סטאנט וואס וועט אים אייגנטליך פאראייביגן אינעם געשיכטע בוך לנצחים.
די 'מענה לתשובתו' גיבט אים נאך די עטענטשאן אז ער איז בכלל אן עפעס ווען ס'איז נוגע אזאנע האקעלע ענינים.

ווען נישט וואס דאס ווערט געטוהן אויפן חשבון פון מענטשליך בלוט וואלט איך אים שטארק ארויפגעקוקט אויף זיין שעפערישקייט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מאי 06, 2020 10:58 am

מען קען ווייטער ציען די שטריק און שפעקעלירן אז ער האט אליינס געשריבן/באצאלט צו שרייבן די מענה, א שטייגער ווי אסאך נייע פראדוקטן ווערן גלייך געמארקעטעט מיט א פאשקעוויל בצדם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5690
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2589 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מאי 06, 2020 11:33 am

און פארגעס נישט צוצולייגן אז ער האט באצאלט מען זאל עס שרייבן אויף קאווע שטיבל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט