אחרי-קדושים - מיט וואספארא בליק גייען מיר ארויס פון דעם מצב!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

אחרי-קדושים - מיט וואספארא בליק גייען מיר ארויס פון דעם מצב!

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:22 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

איידער מיר פארטיפן זיך אין פרשת אחרי, לאמיר אנפאנגען אונזער שמועס מיט פרשת קדושים. דער פסוק זאגט: קְדשִׁים תִּהְיוּ כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם - ברענגט רש"י דעם מדרש (ויקרא רבה): מלמד שנאמרה פרשה זו בהקהל - דער פרשה איז געזאגט געווארן ביים פארזאמלונג פון אלע אידן. השי"ת זאגט פאר משה רבינו, רוף צוזאם "גאנץ כלל ישראל" און זאג צו זיי "קדושים תהיו", הייליג זאלט איר זיין, ווייל הייליג בין איך השי"ת. די תורה הקדושה פארלאנגט אז מיר זאלן זיין א הייליג פאלק. עס איז נישט א שיינע, פרומע, אדער חסידישע זאך, ס'איז נישט עפעס וואס מען זאגט פאר די חשוב'ע אדער די אויסגעוועלטע, נאר פאר יעדן איד, ווי דער פסוק זאגט: דבר אל כל עדת בני ישראל - פאר אלע אינאיינעם, יעדער איז גלייך. קדושים תהיו, און דער טעם פארוואס איר זאלט זיין הייליג איז ווייל כי קדוש אני, השי"ת אונזער טאטע איז הייליג, דערפאר זענען מיר אלע הייליג און דערפאר דארפן מיר אלע זיך פירן הייליג.

לאמיר זיך אביסל דערהייבן און צוריקקוקן צו פרשת שמיני (יא מד). דארט טרעפן מיר צוויי פסוקים וואס זענען כמעט די זעלבע צו דאס וואס מיר טרעפן אין די וואכעדיגע פרשה. די תורה איז מאריך וועגן מאכלות אסורות, און דער פסוק פירט אויס: וְהִתְקַדִּשְׁתֶּם וִהְיִיתֶם קְדשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי. אין די ספרים הקדושים טרעפט מען אַן אינטערעסאנטער דיוק. אין פרשת שמיני שטייט כִּי קָדוֹשׁ אָנִי – ס'איז געשריבן מיט א קָמץ, און אין פרשת קדושים איז עס געשריבן כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי מיט א פַּתח. לאמיר זיך פארטיפן אין די הייליגע ווערטער און ריכטיג אפלערנען, וואס איז טאקע דער חילוק אז דארט איז עס געשריבן מיט א קמץ און דא אין אונזער פרשה איז עס עטליכע מאל מיט א פתח? און פארוואס דארטן ווערט עס דערמאנט נאר איין מאל און דא ווערט עס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל? פארשטייט זיך אז מען רעדט פון גאר דקות'דיגע און הויכע ענינים, אבער לאמיר פרובירן אויף אונזער מדריגה זיך צו פארטיפן.

דער זוהר הקדוש אין אונזער פרשה זאגט: כד הוו מטו חבריה קדישא להאי פרשתא הוו חדאין - ווען די הייליגע בני חבורה פון רבי שמעון בר יוחאי זענען אנגעקומען
צו די פרשה פון קדושים, זענען זיי געווארן פרייליך. דארף מען פארשטיין וואס ליגט אין אונזער פרשה אז ס'פארמאגט דער כח צו ברענגן די חבריה צו שמחה?

לאמיר אנהייבן מיט א פערזענליכע מעשה. מיר זענען אמאל געגאנגען צוזאמען מיט נאך עטליכע יונגעלייט צו א דרשה פון חינוך און קירוב, ביי וועלכע מען האט געדארפט רעדן וועגן מקרב זיין פארבלאנדזשעטע נשמות. דער רעדנער איז געווען א גרויסער חשוב'ער מחנך פון ירושלים עיה"ק, און מיר האבן שטארק ארויסגעקוקט צו הערן זיין מהלך אין די ענינים. דער בעל דרשן האט אנגעפאנגן מיט א פייערדיגע דרשה איבער די נושא פון אמונה און בטחון, דערנאך האט ער גאר שטארק ארויסגעברענגט דער ענין פון מידות טובות, און וואס באדייט א דערהויבענער איד, און אזוי ווייטער. מיר זענען געזעצן אויף די בענקלעך און מיר זענען געווארן אביסל צומישט. מען האט דאך געשמועסט אז מען גייט רעדן וועגן מחנך זיין פארלוירענע קינדער, און דערווייל רעדט מען פון גאנץ אנדערע נושאים.

נאך א שטיקל צייט האט דער בעל דרשן זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "איך ווייס אז איר וואונדערט זיך וואס האט דא פאסירט, וויל איך אייך זאגן אז איך האב נישט פארגעסן דעם פלאן איבער וואס אונזער דרשה רעדט זיך. אבער דער הייליגער חזון איש האט געזאגט: 'דער וועג ווי אזוי א איד איז משפיע איז ווי א בעכער וואס מען גיסט אָן, און ווען עס פילט זיך אָן גיסט דער בעכער איבער און ס'רינט ארויס פאר אנדערע.' דאס מיינט אז כדי צו קענען משפיע זיין דארפן מיר צום אלעם ערשט זיך אליין אנפילן מיט תורה וחסידות, מיר דארפן אנפילן אונזערע הערצער מיט א ריינע אמונה און בטחון אזוי אז ס'זאל זיך פון אונז איבערגיסן און איבערפליסן פאר אנדערע, און אז ס'זאל פון זיך אליין נשפע ווערן פאר אלע וואס קומען אין אונזער סביבה. ס'זאל פשוט ארויסקומען פון אונז א ענערגיע וואס באלייכט און שיינט גאר ווייט."

און דער מחנך האט אויסגעפירט: "אט דאס איז דער שליסל און יסוד היסודות פון חינוך און קירוב. פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן אסאך נקודות, געדאנקען און וועגן ווי אזוי מען קען אריינברענגן דעם קינד צו זיין אביסל מער אינטערעסירט אין אידישקייט און אז ס'זאל זיין מער געשמאק, אבער כדי צו מאכן אַן אמת'ע רושם דארף זיך עס ארויסגיסן פון א ריינע הארציגע נשמה וואס איז אנגעפילט מיט רוחניות און אזוי פליסט עס איבער."

טייערע ברידער, אין אונזער עבודת ה' איז פארהאן צוויי סארט עבודת, ס'איז פארהאן די פערזענליכע עבודה וואס שפילט זיך אויס דארט וואו קיינער זעט נישט און ווייסט נישט, דארט וואו דער איד דינט דעם באשעפער בינו לבין עצמו און הארעוועט זיך אויס אין תורה און עבודה און יראת שמים, וואס דאס איז זיין פערזענליכע עבודה. דערנאך איז פארהאן א גרויס חלק פון אונזער עבודת ה' וואס איז דירעקט פארבינדן מיט ארויסגיין אינדרויסן, פילע מצוות וואס ווערן געטון ברבים, ווען אנדערע זעען און האלטן מיט, ווי למשל דאווענען אין בית המדרש וכדו'.

אויב ווילן מיר אז ווען מיר גייען ארויס אין גאס דינען דעם באשעפער זאל עס זיין א ריינע און אפגעהיטענע עבודה, פארלאנגט זיך אז אונזער פערזענליכע עבודה זאל זיין פעסט אויפגעבויט און אויסגעארבעט מיט א קלארקייט, אז ווען מיר גייען ארויס זאל דער איד זיין ריין און שטארק און קענען זיך האלטן מיט א קלארקייט וויסנדיג ווער מיר זענען און וואס איז אונזער ספעציעלער תפקיד אויף דער וועלט. אויב א מענטש האט זיך נישט גענוג אויסגעארבעט ביי זיך אין הארץ און ביי זיך אינדערהיים, דאן ווען ער גייט צווישן מענטשן, אפילו ער שטעלט זיך צו צו אלעם וואס די געזעלשאפט טוט, וועט עס נישט האבן דעם סארט שטארקייט אז עס זאל קענען אריבערגיין צו אנדערע.

לויט דעם קענען מיר פארשטיין דעם דיוק צווישן אָנִי און אֲנִי. דער קמץ איז מרמז אויף פארמאכטקייט, ווי מען טרעפט אז איינער וואס איז קאַרג ווערט גערופן א קמצן, ווייל זיין הארץ איז פארמאכט. אויך טרעפן מיר ביי דער מצוה פון "קמיצה" אז דער כהן פארמאכט זיין האנט. אבער פַּתַח איז א לשון פון עפענען. אין פרשת שמיני, וואו מיר טרעפן צום ערשטן מאל דער ענין פון כִּי קָדוֹשׁ אָנִי, איז עס מיט א קמץ ווייל אט דארט פאנגט דער איד אָן זיין עבודה. מען רעדט דארט פון עסן כשר'ע מאכלים, וואס דאס איז א פערזענליכע זאך ביי יעדן אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט. דער איד עסט עפעס און ס'ווערט מער קיינמאל נישט געזען, ער דרייט זיך אין גאס און מענטשן קענען נישט דערקענען וואס ער האט היינט געגעסן פאר פרישטאג. אבער ווי מיר ווייסן פון חז"ל אז א מאכל גייט אריין אין די טיפסטע באהאלטנסטע פלעצער פונעם קערפער און ס'ווערט נבלע אין דעם מענטש, ס'ווערט א חלק פון זיין מציאות, און דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נאר אריינצונעמען כשר'ע עסן, ווייל דאס מאכט אַן אינערליכער טיפער רושם אויף דעם איד'ס גאנצע מציאות.

אין די ווייטערדיגע פרשיות זאגט די תורה וועגן נגעים וואס זענען ווייטער פערזענליכע זאכן פון דעם איד. א איד האט א נגע גייט ער צום כהן און ער רייניגט זיך אויס פריוואט. אמאל דארף ער זיך אפילו אפשיידן און ארויסגיין מחוץ למחנה. דאס איז די פרשיות פון תזריע און מצורע.

ווען עס קומט צו פרשת אחרי האַנדלט זיך איבער די הויך פונקט פון דעם איד'ס פערזענליכע עבודה - דער פרשה פון דעם הייליגן טאג (כאטש בפשטות איז א וואונדער, ווי קומט דא אינדערמיט דער ענין פון יום כיפור?) ווי מיר שמועסן איז דאך פשוט, דער הייליגסטער און גרעסטע טאג אין יאר, ווען דער איד טוט זיך איבערדעקן מיטן טלית און איז זיך מתוודה און גיסט אויס זיין הארץ פאר'ן באשעפער, איז דאס דער שפיץ פון דער פערזענליכער עבודה. אזוי אויך דער כהן גדול גייט אריין איינער אליין לפני ולפנים, און קיינער זעט נישט. דער באשעפער געבט אונז כפרה סליחה ומחילה, און דער איד פאנגט אָן מיט א פרישקייט. אין דעם זעלבן פרשה טרעפן מיר אויך דער ענין פון עריות וואס דאס איז ווייטער דאס מערסטע פערזענליכע עבודה פון א איד, שמירת המחשבה און שמירת עינים איז אַן אינערליכע עבודה וואס א פרעמדע מענטש זעט נישט, אבער פון אינעווייניג איז דא א שווערע נסיון וואס דער איד באקעמפט אָן אויפהער טעגליך און טוט זיך כסדר מחזק זיין, און אויב חלילה מאכט זיך אז דער איד פאלט דורך ווערט ער נישט צובארכן ווייל ער געדענקט אז גלייך נעבן די פרשה פון עריות איז דער פרשה פון יום כיפור – די פרשה וואו הקב"ה וואשט אונז אפ מיט ליבשאפט!

אט דאס איז די עבודה ווען א איד פאנגט אָן און לאזט זיך ארויס אין וועג. דאס איז די עבודה פון קמץ – די שווערע ארבעט ביי זיך אין הארץ און אין מחשבה און ביי זיך אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט און האלט נישט מיט, דארט וואו מיר זענען אליין מיט הקב"ה. און דאס זאגט אונז דער פסוק: כִּי קָדוֹשׁ אָנִי - מיין טייער קינד ווער נישט דערשראקן און פארלוירן אז חלילה די קענסט נישט, האלט זיך נישט קליין אין דעם פארמאכטן פריוואטן פלאץ, וויסן זאלסטו אז די פארמאגסט אויסטערלישע כוחות ווייל כִּי קָדוֹשׁ אָנִי – דו ביסט נישט אליין, דארט אין דעם קמץ'דיגע פלאץ בין איך צוזאמען מיט דיר, מיין קינד.

יעצט קומען מיר צום לעכטיגן פרשה פון קדושים, וואס די פרשה רעדט זיך מער פון די באציאונגען פון דעם איד צו דער גאנצער געזעלשאפט. די מצוות פון אפהיטן שבת און פארשפרייטן דעם באשעפער'ס נאמען כיבוד אב ואם, לקט שכחה ופאה, טיילן צדקה, ואהבת לרעך כמוך, לפני עיור לא תתן מכשול. דאס זענען אלעס זאכן וואס יעדער קען זען און עס קומט פאָר ברבים, און דערפאר איז פארשטענדליך אז ס'איז געווען א געוואלדיגע שמחה ביי די בני חבורה אנקומענדיג צו דעם פרשה, ווי דער סאלדאט וואס גרייט זיך פאר יארן, ער לערנט זיך מיט ביטער שווערע איבונגען, און הארעוועט אויס די ביינער און פלוצלינג קומט דער טאג וואס מען דארף ארויסגיין אויפן פראנט. אמת, ער איז איבערגענומען מיט א פחד, אבער צו דער זעלבע צייט איז ער פיל מיט שמחה אז ער איז אנגעקומען צו דער תפקיד ארויסצוגיין און אייננעמען די וועלט פאר'ן קעניג. דאס זעלבע איז מיט אונז קינדער פון אבינו שבשמים. דערנאך וואס מיר זענען געווען איינגעשפאַרט און געארבעט ביטער שווער אויף אונזער פערזענדליכע עבודה, זיך געבויעט יסודות אין אמונה און בטחון, קדושה וטהרה, געהארעוועט אויף שוועריגקייטן ווען קיינער האט נישט געזען און אנערקענט, קומען מיר צו פרשת קדושים.

יעצט זאגט אונז די תורה הקדושה כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי - מיט א פַתח. דער פתח איז מרמז אויף אויפגעמאכט, דער איד מאכט זיך אויף און גייט ארויס אין די וועלט מקדש זיין און הייליגן דעם נאמען פון הקב"ה. ער גייט טיילן צדקה, ער גייט ווייזן פאר די וועלט וואס באדייט צו זיין א איד און זיין דבוק אין דעם באשעפער. אבער דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב ער האט זיך שוין אויסגעהארעוועט אין די פריערדיגע ענינים, ער האט שוין אויסגעארבעט דעם "קדוש אני" מיט'ן קמץ. יעצט קען שוין די קדושה איבערפליסן און איבעררינען פאר די גאנצע געמיינדע.

דער דובנער מגיד האט געזאגט א משל: ס'איז אמאל געווען אַן עושר וועלכער האט געוואלט האבן אַן איידעם א תלמיד חכם. ביי אים אין שטעטל זענען אלע געווען עמי הארצים, און דעם עושר האט זיך פארגליסט אזא תלמיד חכם כדבעי. דער נגיד איז אראפגעפארן אין א ווייטע ישיבה, ער האט זיך גוט נאכגעפרעגט, און צום סוף איז ער אהיימגעפארן מיט דעם בעסטן בחור פון ישיבה. מען האט געפראוועט א תנאים און דער עושר האט זיך שטארק געפרייט אז ער האט אריינבאקומען אזא עילוי אין זיין שטוב.

נאך א שטיק צייט האט מען אָפגעראכטן א גרויסע חתונה, און דער איידעם האט באקומען א פריוואטע דירה און אלע זיינע הצטרכות'ן. מיט א גרויסע ספרים שטוב ער זאל קענען זיצן און לערנען רואיג מיט הרחבת הדעת.

עס איז אריבער עטליכע חדשים, און דער שווער זעט אז דער איידעם לערנט שוין נישט אזוי פלייסיג, ער לאזט שוין אביסל נאך. אין אנהויב האט ער גארנישט געזאגט, אבער מיט די צייט איז ער מער מער און מער נתרשל געווארן, ביז ער האט שוין געלערנט גאר ווייניג און פארברענגט רוב טאג מיט נארישקייטן. פאר דעם שווער האט עס זייער וויי געטון, וויסנדיג אז ער האט גענומען אַן איידעם וואס גייט זיצן און לערנען און אויסוואקסן א גדול, און דא פארברענגט ער די צייט.

איין טאג האט דער שווער געכאפט א שמועס מיט'ן איידעם און אים איידעלערהייט געפרעגט, "אפשר פעלט דיך עפעס? איך געדענק דאך אין ישיבה האסטו געלערנט אזוי פלייסיג, און דא האט מען אנגעהויבן נאכצולאזן."דער איידעם האט זיך אבער פארענטפערט: "שווער לעבן, אין ישיבה בין איך געזעסן ארומגענומען מיט למדנים און גאונים, האב איך זיך געמוזט אנשטרענגען. דא זענען נישט דא קיין תלמידי חכמים, און אפילו איך לערן גארנישט קען איך נאך אלטץ אסאך מער לערנען ווי דעם גרעסטן למדן אין שטעטל!"

האט דער שווער געענטפערט: "דו פארשטייסט נישט, איך האב דיך נישט גענומען אלס איידעם ווייל דו קענסט די מערסטע לערנען אין דעם שטעטל, איך האב דיך גענומען ווייל דו קענסט די מערסטע לערנען אין ישיבה! אז דו וועסט נישט אויסנוצן דיינע כוחות און כשרונות וועסטו נישט אויסוואקסן לויט דיינע מעגליכקייטן, אפילו אויב דא אין שטעטל וועסטו בלייבן דער גרעסטער למדן."

פון דער מעשה'לע לערנען מיר זיך וואס פאסירט ווען מען קוקט נאר אויף די געזעלשאפט און מען טראכט נישט וואס מען דארף אליין באמת טון פאר'ן באשעפער. אין אונז ליגט אַן אוצר, א הייליגער לעכטיגער טייערער אוצר. מיר זענען הייליגע קינדער פון דעם גרויסן באשעפער, אבער מיר מוזן עס אויפבויען און אויסארבעטן. געווענליך זענען מיר שטארק פארנומען מיט דער געזעלשאפט, מיר פירן אונזער לעבן אויפ'ן רשות הרבים, און מענטשן קענען מיטהאלטן. אבער יעצט אין די טעג, בשעת ווען הקב"ה האט אזוי געפירט אז מיר זענען איינגעשפאַרט און מיר האבן עוסק געווען די לעצטע וואכן אין אונזער פערזענליכע עבודה, פלוצלינג האבן מיר זיך געטראפן אין אונזערע אייגענע שטיבער מיט אונזערע קינדער צוזאמען, און ס'איז צוריק נתחדש געווארן דעם מציאות אז אונזער עבודה פאנגט זיך אָן ביי אונז אליין, אין די אייגענע ד' אמות פון א איד און פון דעם שטוב גייען מיר צוריק ארויס.

בעזרת ה' בקרוב וועלן מיר נאכאמאל אנפאנגען צוריקצוגיין צו דעם פתח, ווען די טויערן פון אונזערע הייליגע מוסדות התורה וועלן זיך אויפמאכן, אבער לאמיר געדענקן דעם לימוד וואס מיר האבן זיך געלערנט אין די לעצטע פאָר וואכן. דאס וואס מיר האבן אלע יארן געוואוסט אז "חינוך הייבט זיך אָן אינדערהיים", ס'איז נישט מער קיין מליצה און א שיין ווערטל, נאר ס'איז געווארן א מציאות. יעדע טאטע און מאמע איז געווארן א מחנך, א מלמד און א לערערין אין די לעצטע צייט. מיר האבן שוין איינגעזען אז די עיקר עבודה פאנגט זיך אָן אין אונזער פערזענליכע שטוב, דער חדר איז נאר עפעס וואס העלפט אונז צו – ס'איז דער המשך פון אונזער פריוואטע עבודה. אבער דער דרויסנדיגער בליק איז בלויז אַן אפשפיגלונג צו דעם אינערליכן מציאות.

"און אז מען שטעלט זיך אָפ טראכטן, לאמיר זיין אמת'דיג, ווער האט געגלייבט אז אונזערע קינדער וועלן קענען פאר עטליכע וואכן זיצן אין שטוב און לערנען ביי א טעלעפאן, ווער האט געגלייבט אז פילע פון אונז קענען זיין בעלי תפילות און שמשים, מלמדים און מגידי שיעור, פילע אינגעלייט האבן זיך צוזאם גענומען און געפירט דעם גאנצן שטוב אויף אַן אופן וואס מיר האבן ניטאמאל געוויסט אז מיר קענען. פילע עלטערן האבן צום ערשטן מאל אליין געפראוועט א סדר, די הייליגע אידישע מאמעס זענען געווארן לערערינס און פרינציפאלס און צוגעשטעלט עפעס פאר אונזערע קינדערלעך וואס איז אומבאשרייבליך, וואס זאגט אונז אז יא, מיר קענען, מיר פארמאגן כוחות מער ווי וואס מיר האבן נאר אמאל גע'חלומ'ט".

מיר האבן איינגעזען אויף די אייגענע הויט אז הקב"ה איז מיט אונז אין יעדער מצב. כאטש מיר האבן דאס שטענדיג גע'חזר'ט האבן מיר עס יעצט געשפירט, מיר האבן געפילט ווי מיר זענען א חלק אלוק ממעל וואס האבן אויסטערלישע כוחות און דער וועלט. אמאל האבן מיר פשוט נישט געהאט די צייט און געדולד זיך אוועקצוזעצן און טראכטן, נעמען אפאר מינוט און זיך אפשטעלן, אויסהערן די קינדערלעך און זיצן מיט זיך אליין. דער באַן איז געפארן, דער חדר האט מחנך געווען, מיר האבן אביסל פארהערט שבת. דער זאל האט ערלעדיגט די שמחה, מיר זענען נאר אהין געגאנגען, און אזוי ווייטער. אבער ברידער, הקב"ה האט אונז אהיים געברענגט הקב"ה האט אונז געטראגן צו דעם קמץ ווי מיר זענען געווען פארמאכט, מיר זענען צוריק צו אונזער תכלית און ציל און מיר האבן זיך נישט געקענט דערפון ארויסדרייען.

יעצט ווען מיר גייען צוריק צום פתח, צום אויפמאכונג, (פארשטייט זיך אין דעם ריכטיגן מינוט – חלילה נישט מאכן קיין חילול ה'), וועט עס קומען מיט א נייע מציאות וואס זאגט "אז דאס ארויסגיין וועט זיין א המשך פון דאס זיין אינעווייניג." מיר גייען נישט צוריק צו וואס איז געווען פריער; מיר גייען צו א נייע הערליכע מציאות ווי מיר ברענגן דאס אינערליכע ארויס, און מיר גייען מקדש זיין דעם נאמען פון השי"ת איבער די וועלט. מיר אנערקענען אז דעם איד'ס עבודה הייבט זיך אָן פון זיך, זיין קדושה קומט פון אינערליך, און נאר אזוי קען ער ארויסגיין און משפיע זיין און זיין א שייכות מיט די גרעסערע וועלט. לאמיר טאקע בעטן השי"ת אז די אלע שוועריגקייטן זאלן אריבערגיין בקרוב, בפרט אז אין די לעצטע טעג זענען גאר גרויסע צדיקים אוועקגענומען געווארן פון אונז, און ווי באקאנט פון די פרשה אז דער ענין פון מיתת צדיקים ברענגט א כפרה פאר די וועלט, זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין א כפרה פאר'ן גאנצן דור, און אלע צרות זאלן זיך שוין אפשטעלן און הקב"ה זאל אונז שוין אויפמאכן דעם בנין השלישי בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• די קדושה פון א איד פאנגט זיך אָן אינערליך, ווען קיינער זעט נישט.
• ווען א איד איז אויסגעהארעוועט פון אינעווייניג קען ער ארויסגיין און משפיע זיין פאר אנדערע.
• לאמיר אויסנוצן די צייט ווען מיר האבן געלעבט מיט זיך אליין און עס מיטנעמען אויף ווייטער.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:23 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך אמת וצדק » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:42 pm

א גוטן @א שעפעלע אויב איך מעג פרעגן, די דברי תורה איז דיין אייגענס? אויב יא פארשטיי איך אפשר פארוואס די פאוסט עס דא אויף קאווע שטיבל כדי אז איינער זאל קענען מגיב זיין, אבער אויב איז דאס נישט אזוי, דאן פארוואס פעלט דען אויס דאס אהערצושטעלן, דער וואס וויל קען עס זען אויף לדעת, סתם צו מרבה זיין אשכולות?
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט