אמור - מדות טובות איז נישט סתם א קלאסישע זאך!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

אמור - מדות טובות איז נישט סתם א קלאסישע זאך!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מאי 08, 2020 11:38 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

איידער מיר פארטיפן זיך אין פרשת אמור, לאמיר אנפאנגען אונזער שמועס מיט צוריק קוקן צו פרשת קדושים. דער פסוק זאגט: קְדשִׁים תִּהְיוּ כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם - "קדושים תהיו", הייליג זאלט איר זיין, ווייל הייליג בין איך השי"ת. די תורה הקדושה פארלאנגט אז מיר זאלן זיין א הייליג פאלק. און ווי מיר האבן געשמועסט לעצטע וואך, באדייט דאס אז יעדער איינציגער איד איז א קדוש. דאס איז נישט קיין ספעציעלער ענין פאר די אויסדערוועלטע מיוחדים פונעם פאלק, נאר א אידיש קינד איז הייליג און ער דארף זיך פירן בקדושה.

ווען מען רעדט פון דעם קאנצעפט פון קדושה, קומט אין מחשבה א בילד פון א דערהויבענער איד וואס טוט אפרעכטן תיקון חצות, ער פאַסט תעניתים און איז נישט נהנה פון דער וועלט. אדער כאטש ענינים וואס האט שייכות מיט כהונה און דער בית המקדש. אבער רוב ענינים פון פרשת קדושים האבן דווקא צו טון מיט עניני בין אדם לחבירו – צווישן מענטש צו מענטש, ווי מצות כיבוד אב ואם, לקט שכחה ופאה, טיילן צדקה, ואהבת לרעך כמוך, לפני עיור לא תתן מכשול, און אזוי ווייטער, וואס היינט וואלטן מיר דאס גערופן חסד אדער אפשר צדקות. ערשט די וואך אין פרשת אמור רעדט מען פון עניני כהונה, קרבנות, און ימים טובים.

אַן ענליכע שאלה שטעלט זיך ארויס אין דעם זמן וואס מיר זענען, די ימי הספירה, ווי עס שטייט אין רמב"ן (ויקרא כג, לו) אז די ספירה טעג איז ווי חול המועד צווישן פסח און שבועות (בפרט דעם יאר, ווען מיר זענען נאכנישט צוריקגעגאנגען געהעריג צום טאג טעגליכן שטייגער, שפירט זיך דאס אסאך שטערקער). און ווי באקאנט שטייט שוין אין די ראשונים (ספר החינוך ועוד) אז במשך די פופציג טעג פון ספירה גרייטן מיר זיך צום גרויסן טאג פון קבלת התורה. לאמיר זיך פארשטעלן, ווען מיר וואלטן מכובד געווארן אָפצומאכן ווי אזוי די הכנה צו מתן תורה גייט אויסקוקן, וואלטן מיר מסדר געווען עפעס א סדר הלימודים, וואס יעדער איד זאל גוט דורכלערנען די תורה, און קענען נאכזאגן פסוקים, משניות, גמרא. די למדנים וואלטן זיך געגרייט מיט דרוש, פלפול, חקירות, ווייל מען דארף דאך גוט קענען אפלערנען א סוגיא.

אבער למעשה איז דער ענין פון ספירת העומר גאנץ עפעס אנדערש. ווי עס ווערט געברענגט אין אלע ספרים, איז דאס דער צייט פאַר תיקון המידות. די תלמידי רבי עקיבא זענען ליידער נפטר געווארן ווייל זיי האבן זיך נישט געפירט מיט כבוד איינער מיטן אנדערן, און יעצט איז דער צייט וואס מיר ארבעטן אויס די מדות. אין די קבלה ספרים זעען מיר יעדן טאג אויף וועלכע מדה מען דארף ארבעטן כדי צו זיין גרייט אויף קבלת התורה. מען טרעפט נישט וועלכע סוגיא מען דארף דורכלערנען יעדן טאג. בפשטות איז עס אינטערעסאנט, ווי קומט מידות צו קבלת התורה, אודאי איז מידות גאר א גוטע און א וויכטיגע ענין, אבער פארוואס זאל דאס זיין דער גרויסער הכנה?

מען דערציילט אויף הגאון רבי איסר זלמן מלצר זצ"ל בעל אבן האזל על הרמב"ם, א וואונדערליכע מעשה. א תלמיד האט אמאל געזען ווי דער גרויסער גאון שטייט אין פאָרנט פון דער געביידע וואו ער וואוינט, און ער גייט נישט אריין. ערשט נאך עטליכע מינוטן האט רבי איסר זלמן געעפנט דעם טיר און אריינגעגאנגען. דער תלמיד האט זיך זייער געוואונדערט, און ביי א קומענדיגע געלעגנהייט האט ער געפרעגט זיין רבי'ן פארוואס ער האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון דעם טיר און געווארט.

"קינד מיינס," האט דער גאון און צדיק געענטפערט. "ווען איך האב געוואלט אריינגיין האב איך באמערקט אז א פרוי אַן אלמנה גייט ארויף די טרעפ, און זי זינגט זיך אונטער א ניגונ'דל. איך האב באלד פארשטאנען אז אויב איך קום אריין וועט זי אויפהערן זינגען כדי איך זאל נישט הערן קול באשה. איך האב אבער נישט געוואלט אוועקנעמען די רואיגע מינוטן וואס די צובראכענע אלמנה זינגט זיך אונטער א לידל, האב איך געוואַרט ביז זי גייט ארויף."

עס קוקט אויס ווי א קלייניגקייט, וועמען שטערט אז די פרוי וועט נישט קענען זינגען א לידל. אבער ביי דעם גרויסן גאון און ראש ישיבה איז דאס גארנישט געווען א קלייניגקייט, ווייל פונקט ווי ער האט אריינגעלייגט קאָפ און מוח און זיך געפלאָגט אויף א שטיקל רמב"ם, אזוי האט ער אויך אריינגעלייגט אַן עבודה רבה און יגיעה אריינצוטראכטן פון א צווייטנ'ס געפילן און ווי אזוי מען קען יענעם מאכן שפירן בעסער און ארויסהעלפן.

עס איז געווען א תלמיד פון הגאון ר' נתן צבי פינקל זצ"ל ראש ישיבת מיר, וועלכער איז ל"ע נפטר געווארן יונגערהייט, איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים. ר' נתן צבי איז געגאנגען מנחם אבל זיין און פרובירט צו טרייסטן די צעבראכענע משפחה. ביים ארויסגיין האט ער געזאגט פאר דער משפחה אז ער וועט שטיין בקשר מיט זיי און שטיין צו הילף, און ווען זיי ווילן קענען זיי זיך פארבינדן מיט אים.

די משפחה האט טאקע אנגעהויבן א קשר מיט דעם ראש ישיבה, און ר' נתן צבי האט זיך אנגעהויבן שרייבן בריוון מיט זיי אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, געבנדיג חיזוק און הדרכה פאר יעדן איינעם פון די בני המשפחה פערזענליך. דאס איז אזוי אנגעגאנגען א שטיק צייט.

איינמאל האט מען געלאָזט וויסן פאר ר' נתן צבי אז די יונגסטע קינד, א קליין מיידעלע, איז זייער צובראכן ווייל זי קען נאכנישט שרייבן צום ראש ישיבה, און דעריבער באקומט זי נישט קיין בריוו אויף צוריק. ר' נתן צבי האט דאס גענומען אין אכט, און ביים קומענדיגן בריוו אויסטויש איז אנגעקומען א באזונדערער צעטל, און עס איז געשטאנען דערויף "לכבוד…" און אונטער דעם איז געווען אויסגעמאלן א בילד פון א הערצעלע דערויף, שיין געפאַרבט.

דאס מיידעלע איז געווארן גאָר גערירט און זי האט אוועקגעלייגט דעם בריוו, און יעדעס מאל ווען זי האט געהאט א שווערע מינוט האט זי ארויסגענומען דעם בריוו און זיך איינגעקוקט דערין, שעפנדיג חיזוק אין אירע צעבראכענע צייטן. היינט ווען זי איז שוין אַן ערוואקסענע פרוי זאגט זי אז דער "בריוו" פון דעם ראש ישיבה האט איר דערהאלטן די אלע יארן.

באמת קען מען ממשיך זיין און שרייבן נאך פילע מעשיות, אבער דער כלל וואס מען לערנט זיך ארויס איז אז ביי אמת'ע צדיקים האט מען געזען אז זיי האבן נישט בלויז געטון חסדים און גוטסקייט, נאר זיי זענען געווען אויסגעארבעט טיף אריינצוקוקן און אריינטראכטן ווי אזוי מען קען ארויסהעלפן א צווייטן איד, און מיט הארץ און מחשבה האבן זיי אויסגעארבעט די מידות אויף א הויכער פארנעם, גארנישט ווייניגער ווי זיי האבן עוסק געווען אין א שווערע סוגיא אדער אין א תקיעת שופר, און אפילו נאכמער. זיי האבן אָפגעלערנט וואס יענער דארף און ווי אזוי מען קען עס צושטעלן און זיי האבן געטון למעשה אָן קיין חכמות.

דער אמת איז אז אינסטינקטיוו ווייסן מיר אז מידות טובות איז דער סאמע יסוד פון א מענטש. ווי מען זעט אז ווען עס קומט צו שידוכים וועט יעדער איינער זיכער מאכן ביים זיך נאכפרעגן אינפארמאציע אז דער בחור אדער דאס מיידל פארמאגט גוטע מידות. אוודאי, ווען עס קומט צו חתונה האבן פארשטייט יעדער אז עס איז גרינגער און געשמאקער צו לעבן מיט איינער וואס איז א בעל מידות ווי איינער וואס איז ליידער נישט אזוי אויסגעארבעט אין בין אדם לחבירו. אבער אויב מיר וועלן אריינטראכטן וועלן מיר זען אז דאס איז בעצם די יסוד היסודות פון א איד, און די אלף בית אין עבודת ה'. די ענינים פון ענווה, מידות טובות, באשיידנקייט, ישרות, סבלנות, דאס זענען אלע די פונדאמענטן פון א איד.

לאמיר גיין א טריט טיפער. דער רבש"ע איז אין סוף ברוך הוא. מיר האבן קיין שום וועג צו באגרייפן הקב"ה, דער מענטש קען נישט פילן, טאַפן אדער פארשטיין כביכול הקב"ה מיט דעם אייגענעם שכל. אבער קודשא בריך הוא האט אונז געגעבן א געלעגנהייט אז מיר קענען זיך פארבינדן און עפעס משיג זיין, און דאס איז די תורה הקדושה. די תורה איז אונזער קשר און געבט אונז עפעס אַן השגה ווי אזוי מען קען האבן א שייכות מיט'ן גרויסן באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלן. ווען א איד פלאָגט זיך אין תורה באקומט ער צוביסלעך א שייכות מיט די געטליכקייט פון דער תורה און זיין מח ווערט נענטער צו דעם דעת העליון.

אז מיר קוקן אריין אין דער תורה זעען מיר אז אויפ'ן איד ליגט א חיוב זיך צו מדבק זיין אין באשעפער. עס שטייט אין פסוק ולדבקה בו. ווי אזוי באהעפט מען זיך כביכול אין דעם באשעפער? שטייט אין חז"ל, הדבק במידותיו. מיר קענען זיך נישט באהעפטן באין סוף, דארפן מיר זיך באהעפטן אין די מידות מיט וועלכן דער באשעפער פירט דער וועלט. מה הוא רחום אף אתה רחום, מה הוא חנון אף אתה חנון. פונקט ווי דער אויבערשטער האט רחמנות אויף א צעבראכענעם מענטש, האב דו אויך רחמנות. פונקט ווי דער באשעפער טוט חסדים מיט אונז אלע כאטש מיר זענען נישט ראוי, אזוי טו אויך חסדים מיט דיינע ארומיגע אפילו דו האלטסט ס'קומט זיי נישט.

דערפאר איז ביי א איד פארהאן אַן אנדערע סאָרט באגריף פון מידות טובות. אין דער אלגעמיינער וועלט איז באקאנט דער אנגענומענער געזעץ: וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון צו דיר, טו נישט צו א צווייטן. מיר ווייסן אז הלל הזקן האט דאס געזאגט פאר'ן גר: מה דעלך סני לחברך לא תעביד. דער גר האט נאך נישט געקענט משיג זיין די אמת'ע אידישע מידות טובות, האט אים הלל ארויסגעברענגט מידות טובות אויף א פשוטע קלאַסישע אופן - וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון צו דיר – טו נישט צו א צווייטן. דאס איז טאקע די ערשטע יסוד אין מענטשליכקייט, נישט צו בא'עוולה'ן א צווייטן. אבער די תורה זאגט אונז גאר אַן אנדערע געדאנק. ואהבת לרעך כמוך - מ'דארף "ליב" האבן א צווייטן פונקט ווי זיך. ווייל יענער איז פונקט אזא חלק אלוק ממעל ווי דיר, דארפסטו יענעם ליב האבן בפועל.

די תורה וויל אז מיר זאלן לעבן מיט התבטלות צו דער בריאה. דער מענטש דארף זיין א קוואַל פון געטליכע ענערגיע, און באטראכטן די גאנצע וועלט מיט דעם זעלבן בליק. ווי נאר מען קומט נאָנט צו אמת'ע בעלי מידות שפירט מען אז זיי פארמאגן פאַזיטיווע ענערגיע. און ביי אזא מענטש ווערט מקוים דעם דברי חכמים בנחת נשמעין, יעדעס וואָרט זיינע הערט זיך אנדערש, זיין גאנצע באנעמונג איז אנדערש, ס'שיינט ארויס עניות, פשטות, און אמת. ס'איז נישט קיין חילוק וואו אויף דער וועלט דער מענטש געפינט זיך, צו ער רעדט מיט דעם חשוב'סטן רב אדער צו ער שמועסט מיט א קליין קינד, איז ער אַן אמת'ער בעל מידות!

אמר רבי שמעון בן חלפתא, לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום – דער באשעפער האט נישט געטראפן אזא גוטע כלי וואס האלט אין זיך ברכות ווי שלום. פארוואס פונקט שלום? ווייל דאס פארלאנגט מידות טובות. שלום פארלאנגט אז דער מענטש זאל ארבעטן און האָרעווען פטור צו ווערן פון קנאה, תאוה און כבוד. דער מענטש דארף זיין גרייט מוותר צו זיין אויף די אייגענע נגיעות און אגענדעס און זיך אינגאנצן מבטל זיין, און דערנאך אריינברענגען ליבשאפט צו יענעם אזוי אז פונקט ווי ער האט זיך ליב און ער וויל ס'זאל אים גיין גוט, זאל ער אויך ווילן אז ס'זאל יענעם גיין פונקט אזוי גוט. חז"ל זאגן אונז אז דאס איז די כלי וואס דערין קען די תוה"ק אריינגיין און זיך אריינזעצן.

עס איז כדאי אריינצוקוקן אין די הייליגע ווערטער פון רבינו יונה (פרק ג' משנה כ"ב) אם אין דרך ארץ אין תורה. ר"ל שצריך תחלה לתקן את עצמו במדות ובזה תשכון התורה עליו, שאינה שוכנת לעולם בגוף שאינו בעל מדות טובות. לא שילמוד התורה ואחר יקח לו המדות, כי זה אי אפשר. - "אם אין דרך ארץ אין תורה. דאס מיינט אז מען דארף זיך קודם פאררעכטן די מידות און נאכדעם קען די תורה רוען אויף אים, ווייל עס קען נישט רוען אין א גוף וואס איז נישט קיין בעל מידות טובות. מען זאל נישט קודם לערנען און נאכדעם ארבעטן אויף די מידות, ווייל דאס איז נישט מעגליך".

דערפאר טאקע איז דער עיקר עבודה ווען מיר גרייטן זיך צו זמן מתן תורתינו נאר מיט דעם קריטיש וויכטיגן ענין פון עבודת המידות. יעדן טאג האט זיין ספעציעלע מידה וואס מיר דארפן זיך אריינלייגן דערין ראשו ורובו, נישט סתם זאגן די הייליגע ווערטער און דאס איז עס, נאר אפלערנען און זיך פארטיפן און צוזאמען מיט די בני משפחה און בני חבורה האָרעווען טאג נאך טאג אויף אונזערע מידות, אנגעפאנגען פון חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מלכות, און ווייטער ווי דער סדר. יא, ס'הערט זיך ווי הויכע ווערטער אבער די ארבעט איז צוביסלעך זיך אריינטון טריט ביי טריט, ובשם ה' נצליח צו ווערן א ריכטיגע כלי גרייט צו ווערן באגאסן מיט השפעות טובות!

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה: מיר האבן אנגעפאנגען מיט פרשת קדושים - ווייל מידות טובות מאכט אונז פאר א 'קדוש', פאר איינער וואס ווערט פארבינדן מיט הקב"ה בכבודו ובעצמו. מען ווערט דבוק בה' אויף טריט און שריט, מען ווערט אין א געוויסע בחינה איינס מיט דער מלך העולם. מען ווערט א כלי צו רוחניות און תורה. און כדי צו זוכה זיין דערצו דארף מען זיך טאקע אויסארבעטן דערין, אריינטראכטן ווי אזוי יעדער מענטש איז אזא לעכטיגער קוואל פון חכמה און גוטס, און ווי אזוי מען קען מטיב זיין פאר יעדן איינעם. ווי מער מען טראכט אזוי אלס מער ווערט מען א קדוש, אלס מער איז מען דבוק אין קודשא בריך הוא.

דערנאך גייען מיר אריבער צו פרשת אמור, ווי די תוה"ק ערקלערט אונז ווי אזוי די עבודת ה', די מצוות וואס מיר טוען, באקומט א נייע בליק ווען עס הייבט זיך אָן מיט דעם יסוד פון מידות טובות. לאמיר כאפן א קורצע בליק אויף דער פרשה:

כהונה וקרבנות - דער הייליגער כהן וואס עס זענען פארהאן פילע הלכות מיט וועמען ער טאָר נישט חתונה האבן, ער טאָר זיך נישט מטמא זיין, נאר אלעמאל זיך האלטן בטהרה, ער טאר נישט האבן קיין מום, מיר זענען מחוייב "וקדשתו" אים צו הייליגן און אפגעבן כבוד. די אלע הלכות ברענגען אים צו איין תפקיד: צוריקברענגען דעם איד צו אבינו שבשמים. אין אנדערע ווערטער, די אלע הלכות זענען א היכי תמצא אז דער כהן זאל קענען טוען די עבודה פון 'שלום', צוריק מדבק זיין דעם איד צו אבינו שבשמים. און ווי באקאנט איז די גאנצע עבודה צוגעגאנגען אויף א וועג פיל מיט התבטלות און הכנעה, ווי נאר דער אידעלע האט אריינגעטרעטן אין מקום המקדש.

מועדים - דערנאך קומען די הייליגע מועדים וואס גאנץ כלל ישראל פלעגט זיך צוזאם קומען אינעם הייליגסטן פלאץ אויף די וועלט, ברידער, פרעגט נאר א איד וואס האט זיך אמאל געפינען אויף ל"ג בעומר אין מירון אדער ביי אנדערע מקומות הקדושים ווי פילע טויזענטער אידן קומען זיך צוזאם, דאס ערשטע וואָרט וואס איר וועט הערן איז איבער די ליבשאפט און אחדות וואס הערשט אויף דעם פלאץ, ווי פון אלע שיכטן און קרייזן קומט מען זיך צוזאם, מען שפירט אין די לופט אַן אהבה וואס איז אומבאשרייבליך, און מען פועל'ט מיט אלע אידישע קינדער צוזאמען. דאס איז נאר א משהו פון וויאזוי די הייליגע ימים טובים, די עלייה לרגל האט אויסגעקוקט. אין אנדערע ווערטער די תורה הקדושה איז ממשיך און זאגט אונז קלאר אז אונזער עבודת ה' מוז געטון ווערן באחוה ובאהבה.

ספירת העומר – ווי געשמועסט, די הייליגע טעג פון ספירת העומר וואס איז א שטיק עבודת המידות, די טעג פון הכנה ווי די ספרים זאגן אז מיר פאנגען אָן מיטן קרבן עומר וואס מען ברענגט פון שעורים גערשטן וואס איז א מאכל בהמה און דערנאך שבועות ווען מען ברענגט די שתי הלחם וואס איז פון חיטים ווייץ וואס איז א מאכל אדם, ווייל אט דאס זענען די טעג וואס מיר גייען פון א מצב פון בהמה צו מצב פון א מענטש, וואס דעמאלט ארבעטן מיר זיך אויס צו ווערן א 'מענטש', כדי מען זאל קענען מקבל זיין די תורה און זיין א 'איד' בשלימות.

הדלקת המנורה – לחם הפנים - ווי באקאנט איז דער מנורה מרמז אויפ'ן דעת יהודי, אויף דער מח פון א איד וואס איז די הייליגע תוה"ק, און דער שלחן איז מרמז אויף ברויטן וואס מען האט געגעסן, וואס איז מרמז אויף פרנסה, עניני בין אדם לחבירו. און די תוה"ק זאגט אונז, "טייערער אידעלע, אלעס איז געקניפט און געבינדן, תורה ברענגט מידות און מידות ברענגט תורה... מידות ברענגט דעת, דעת ברענגט מידות און אזוי שטייגט דער איד מער און מער."

פרשת מקלל - צום סוף פרשה טרעפן מיר עטליכע קורצע פסוקים איבער דער מעשה פונעם מקלל וועלכער האט ל"ע געשאָלטן כלפי מעלה. ווי מיר שמועסן איז געוואלדיג. די תוה"ק זאגט אונז צום סוף: טייערער אידעלע, אויב חלילה דערהערט מען נישט די וויכטיגקייט און הייליגקייט פון מידות טובות, מיינט נישט אז ס'איז נישט געפערליך. די תוה"ק ווייזט אונז אז מידות רעות איז דירעקט פארבינדן מיט א פירוד פון קודשא ברוך הוא, ווי דער מקלל וואס ווי נאר ער איז אריינגעפאלן אין זיינע מידות רעות האט ער געשאלטן דאס הייליגסטע. די תוה"ק געבט אונז אין די פאָר פסוקים א ווארענונג ווי געפערליך און סכנה'דיג מידות רעות זענען. און פון דעם קען מען פארשטיין דאס פארקערטע.

ווען מיר גרייטן זיך אויף ל"ג בעומר, צו די גרויסע יומא דהילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, זעט מען אויך די זעלבע געדאנק. נאכ'ן ארויסקומען פון מערה, ווען ער האט געדינט דעם באשעפער צוועלף יאר אויף א גאר גאר הויכע מדריגה, וואלטן מיר ערווארטעט אז ער זאל בלויז עוסק זיין אין תורה און קבלה, אבער אין חז"ל טרעפן מיר עפעס אנדערש. רבי שמעון האט אויסגערייניגט דעם שטאט טבריה, און מגלה געווען וואו עס איז נישטא קיין מתים כדי די כהנים זאלן קענען גיין. ווייל דער הייליגער צדיק האט פארשטאנען אז די וויכטיגסטע זאך איז צוצושטעלן דעם תיקון העולם, וואס איז דער יסוד פון בין אדם לחבירו.

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, מיר קענען זיך אלע פארלאזן אויף רבי שמעון. כלל ישראל לאַנט זיך אויף אים אָן, ווייל רבי שמעון וויל מיר זאלן זיך סומך זיין אויף אים. דאס איז אמת'ע אהבת ישראל, אז דער צדיק גייט אין די וועגן פון באשעפער און ער מאכט זיך גרייט פאר אנדערע מענטשן, און ער זאגט פאר כלל ישראל, "טייערע אידן, איר קענט זיך אויף מיר אָנלאנען. אויף מיין פלייצע איז אסאך פלאץ פארהאן, יעדער קען זיך אויסגיסן זיין פעקל און אראפלייגן זיין שווער הארץ".

טייערע אידן, לאמיר זיך מחזק זיין אין די געוואלדיגע ענין פון ולדבקה בו. לאמיר ווערן איינס מיט דעם גרויסן באשעפער, און לאמיר גיין אין די וועגן פון די גרויסע צדיקים און גאונים וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן דעם גאנצן גשמיות און אפילו די רוחניות פאר א צווייטן איד. לאמיר כסדר אריינטראכטן ווי אזוי מיר קענען בעסער מאכן די וועלט, ווי אזוי מען קען זיין אַן אמת'ער קדוש און זיך אויפפירן מיט ערליכקייט און איידלקייט. לאמיר פרובירן טוען אלעס אויף די וועלט און באלייכטן די וועלט מיט מידות טובות און דביקות בה', און דערמיט וועלן מיר מקדש זיין שם שמים עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

לסיכום געדענק:
• בין אדם לחבירו איז דער יסוד פון די גאנצע עבודת ה'.
• די וועג זיך צו מדבק זיין אין באשעפער איז מידות טובות.
• די וועג ווי מיר גרייטן זיך צו קבלת התורה איז צו ארבעטן אויף די מידות און ווערן דבוק בה'.




זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מאי 08, 2020 11:40 am

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

Re: אמור - מידות טובות איז נישט סתם א קלאסישע זאך!

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 13, 2020 7:02 am

זייער שיין געשריבן, פשוט'ע מוסר נישט טיף, נאר אויף למעשה.
עס האט געהאט א פאזיטיווע אפעקט אויף מיך און כ'האב שטארק הנאה געהאט, שכוח.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מאי 15, 2020 7:10 am

ישר כח גדול!
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט