לך לבדך חטאתי - הכרת החטא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

לך לבדך חטאתי - הכרת החטא

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג מאי 10, 2020 2:18 pm

כי לך לבדך חטאתי

און ווי די באקאנטע מאמר החכם: "דו קענסט אדורפאלן וויפיל מאל דו ווילסט, אבער דו ביסט נישט קיין דורכפאל ביז דו לייגסט אן דיינע פראבלעמען אויף אנדערע".

אן עקסטרעמע דוגמה דערצו, וואס כ'האב זיך אנגעשטויסן לעצטנס, איז איבער א חרדי'שער איד אין לאנדאן, וואס אלס קלייער 13'צן יעריגער בחור'ל האט איהם דער ראש-ישיבה ארויסגעווארפן פון ישיבה מיט ביזי-ביזיונות, און פון דארטן איז ער אנגעקומען צו זיין א גאסן-יינג, זיך געוואלגערט אין די גאסן, חתונה געהאט, גע'גט, איבערגעלאזט צוויי קינדער אונטער זיך, און געווארן א דראג-דילער, געזעצן דריי מאל אין תפיסות אין פארשידענע לענדער איבער די וועלט.

אזא שטורמישע לעבן זענען ווייניג מענטשן אדורכגעגאנגען, יעצט פרעגט זיך א קשיא וואס טוהט זיך אינעם נפש פון אזא מענטש, ער האט שוין אפגעהרגעט זיין גילטי-קאנטשעס זיבעציג מאלן, ער איז געווען דירעקט אריינגעמישט אין רציחות. בקיצור, א קרימינאל פונעם ערשטן קלאס.

איך הער זיך צו צו זיינע ווערטער, ער טענה'ט אז עס איז געווען דעם רצון השם אז עס זאל אזוי זיין, ווייל ווען נישט וואלט עס דאך נישט געשעהן. ער זאגט אז ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטוהן, אבער מ'זעהט קלאר אז ער וויל אנטלויפן דערפון, ער וויל עס נישט פעיסן.

אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, לייגן די חסיד'שע ספרים צו - שלעולם לא תגיע. איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס מיינט אזא לעבן, איך האף אז איך וועל טאקע קיינמאל נישט האבן קיין השגה ווי אזוי א מענטשליכע הארץ פיהלט נאכן הרג'נען. אבער איין זאך זעה איך, נישט קיין חילוק ווי הארב דער חטא איז, וועט אלעמאל דער מענטש טרעפן וועגן ווי אזוי זיך צו מצדיק זיין. (און עס קען טאקע זיין, אז זיין שווערע ייגנט און נאך אזעלכע טענות, זענען באמת א הצדקה, און אלע קרימינאלן קענען אזוי ווערן פארענטפערט).

פאר דעם איז דא א באזונדערע גבורה פון "הכרת החטא", א מענטש זאל קענען זאגן, יא! איך האב געטוהן א טעות, און איך פארשטיי אז איך דארף יעצט באצאלן א פרייז דערויף. פעיסן דעם כישלון אין פנים, דאס איז עפעס וואס א מענטש וועט פראבירן פארמיידן פאר יעדן פרייז. א מענטש קען בשום אופן נישט מכיר זיין אז ער איז א פעילאר, און ער פיהלט אז ווען ער איז מכיר אין זיין טעות, מיינט עס אז ער איז דער כישלון.

אלמדה פושעים דרכיך וחטאים אליך ישובו

עס שטייט נישט אשיב חטאים אליך, ער וואלט געקענט אפשר אנכאפן די חוטאים ביים קארג און זיי צוריקפירן על דרך המלך, אבער דוד המלך פארשטייט אז ניין, דאס איז גארנישט ווערד, גאט דארף נישט קיין קרימינאלן וואס ווארפן אויף איהם זיינע זינד.

עס דוכט זיך צומאל אז חטא האט נישט קיין פלאץ אינדרויסן פון רעליגיע און חטא און תשובה גייען צוזאמען מיט רעליגיעזע גלויבונגען.

אבער לדעתי, איז עס ווייט פונעם אמת, חטא איז ווען א מענטש טוהט אן אקט אקטיוולי אין קעגנזאץ צו זיינע אייגענע ווירדן, אפגעזעהן אויף וואס די ווירדן זענען באזירט. למשל, איינער וואס גלייבט אין קדושת החיים און ער טעקסט בשעת'ן דרייבן, זונדיגט ער יעצט.

תשובה, ווידער, איז ווען ער אנערקענט אין זיין זינד, (הכרת החטא) און ער נעמט אחריות אויף זיינע אקטן.
ווען איינער נוצט רעליגיע צו אנטלויפן פון הכרת החטא, איז עס איז דאס פונקט פארקערטע פון תשובה.

ווען איינער זאגט, דאס איז געווען דער רצון השם, אדער אזוי האט דער גורל געפיהרט, נעמט ער נישט קיין אחריות אויף זיינע חטאים. דאס איז נישט קיין תשובה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 893
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1743 מאל

Re: לך לבדך חטאתי - הכרת החטא

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 10, 2020 3:29 pm

אין סאציאלאגיע איז באקאנט אז אלע מעשים און בּיהעיוויארס פון מענטשן פאסירן אין א סאציאלן קאנטעקסט. רעליגיע, און איר פראקטיצירונג, איז א באדייטענדע חלק דערפון. דאס אלעס, אין א סאָסייעטעל סעטינג און קאנטעקסט כנ״ל, איז וואס פארעמט אויס דאס עצם אידענטיטעט און באוואוסטזיין פונעם מענטש (ועכ״כ אז אפשר אפילו זיין עצם פּערסעפּשאן פון רעאליטעט ואמת לאמיתו, עפ״י די טעאריע פון סאָשׁעל קאַנסטראָקטיוויזם).

יעצט, דער סאציאלאגיסט דר. ערווינג גאפמאן האט געזאגט אז סאציאלע אינטערעקשאנס ארבעטן מכח אימפּרעשׁאָן מענעדזשמענט. דהיינו, אז מענטשן פרובירן (אומבאוואוסטזיניג) צו ״קאַנען״ און מאניפולירן אנדערע מענטש׳נס אימפּרעשאנס איבער זיי (עס ווערט אויך גערופן דראַמאַטוּרדזשי על שם ס׳איז אזוי ווי א שפיל וואס מ׳שפילט אויס די כאראקטער פאר אנדערע [די אודיענץ] (ואגב, עיין כאן (ובסתם בנושא האשכול שם))). דעריבער, ווען מען ווערט פארשעהמט און ״מ׳פארלירט דאס פנים״ זוכט מען דאס בכל מעמצים ״צוריקצוברענגען״ מיט וואס פאר א תירוץ ס׳איז נאר שייך [אויספאפּען די אודיענץ וכנ״ל].

ולפי כל הנ״ל איז דאס א חלק פון די אינערליכע דראנג פונעם מענטש צו ״שיפטען״ דאס בּלעים צו עפעס אינדרויסן פון אים/איר. און אין די קאנטעקסט פון סאציאלאגיע אונ׳ם מענטש׳נס אידענטיטעט איז א חלק דערפון דאס ארויפצולייגן אויף די רעליגיעזע בעליִפס פונ׳ם סאָסייעטי, אלעס כדי אויף אויסצופאָפּען די אודיענץ (און ווער ווייסט? אפשר זיך אליין אויך).

עס קומט טאקע אויס דערפון אז דאס איז טאקע אן עקסטערע התגברות זיך צו שטארקן דערויף און אנערקענען די אייגענע שילד און דאס נישט שיפטען צו די געזעלשאפטליכע גלויבונגען אין יכולת הקב״ה והמסתעף.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל

הודעהדורך cictim » דינסטאג מאי 12, 2020 11:23 am

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט