פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די פאה נכרית פון די גמרא איז געווען אזעלכע געפלאכטענע צעפ (פאה טייטש געפלאכטן - רש"י) וואס פרויען וואס זייער האר איז געווען אויסגעדינט צו אויסגעקראכן האבן אריינגעפלאכטן אין זייער האר זיך שיין צו מאכן אין שטוב, אין גאס האט מען עס געהעריג פארדעקט.

לויט די גמרא דארף נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א שייטל צו אייגענע האר, נאר וואס דען, לויט די גמרא דארף אויך נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א מיידל און א פארהייראט פרוי, און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם (איסורי ביאה כא, יז) און שולחן ערוך (אבן העזר כא, ב). די גאנצע האר צודעקן איז דאך שוין איין שטיק חוכא ואיטלולא, זאל שוין זיין דאס אויך.

בכלל שטייט די גאנצע מצווה פון צודעקן די האר אויף הינערישע פיס, די גמרא זאגט טאקע אן אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפריעת ראש און אז ס'איז א דאורייתא, ס'מיינט אבער נאכנישט אז ס'איז ממש א מצווה דאורייתא. כ'מיין קיינע פון די מוני המצוות רעכענען עס נישט צווישן די תרי"ג מצוות, און בכלל וואו טרעפט מען נאך א לאו אין די תורה וואס די גמרא דערמאנט אזוי דרך אגב, ס'וואלט געמעגט זיין א מסכתא, כאטש א פרק, כאטש א בלאט אדער אפאר שורות מער אויסצורעכענען די פרטי המצווה, וואו וואס ווען ווי? אבער דא גארנישט, די גמרא ברענגט עס נאר אראפ צו פרעגן א קשיא און מ'גייט גלייך צום תירוץ כאילו לא היה!

נאר וואס דען, ווען די גמרא זאגט "דאורייתא" מיינט מען נישט אז ס'איז אן איסור דאורייתא, ווען די גמרא זאגט אין יומא ל"ח אז זאגן נאך א צדיק זכר צדיק לברכה איז א דאורייתא מיינט מען טאקע אז ס'איז א מצווה דאורייתא?! ס'מיינט צו זאגן אז ס'איז א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה, וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט נח איש צדיק איז עס א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה. אזוי אויך דא וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט אז מ'זאל אראפנעמען די סוטה'ס קאפ צודעק, זעהט מען אז די תורה האט אנגענומען פאר א פשטות אז פרויען דעקן זיך צו דאס קאפ. ס'נישט קיין מצווה און נישט קיין עבירה, סך הכל א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה.

וואס איז טאקע די שיינע מידה פון צודעקן די האר? איז דא צווי פשטים אין דעם. בפשטות לערנט מען אז ס'איז אלץ צניעות, רבי יוסף משאש (אוצר המכתבים חלק ג סי' אלף תתפ"ג) האט אבער גע'טענה'ט אז ס'גאנץ מעגליך אז די טעם איז גאר עפעס אנדערש. אין די צייטן פון די תורה אינעם מיטל-מזרח ווען ס'איז געווען די נארמע זיך צוצודעקן די האר איז א פרוי וואס האט נישט צוגעדעקט די האר געווען כאילו נאקעט, ס'איז געווען ווי א פרוי היינט זאל ארויסגיין אין גאס מיט אנטבלויזטע ברוסטן, ס'פשוט געווען אוממענטשליך. דערפאר טאקע ווען די אשכנ'זישע אידן האבן עמיגרירט קיין אייראפע וואו נאר פארהייראטע פרויען פלעגן זיך צודעקן די האר, איז פארקערט, א מיידל וואס גייט צוגעדעקט איז אוממענטשליך און מאדנע, און זינט דאן פירן זיך די אשכנזים אז נאר פארהייראטע פרויען דעקן זיך צו די האר. די ספרד'ישע אידן אבער וועלכע זענען געבליבן וואוינען אין די פלעצער וואו מיידלעך האבן זיך יא צוגעדעקט די האר זענען טאקע געבליבן אזוי, און אזוי האבן דער רמב"ם און רבי יוסף קארו, וועלכע זענען געווען ספרדים, געשריבן אין זייערע ספרים.

ווייטער היינטיגע צייטן, ווען ס'איז די נארמע פאר פרויען צו גיין אויפגעדעקט, פירן זיך טאקע רוב אידישע פרויען צו גיין אויפגעדעקט. רוב גייען טאקע מיט די אייגענע האר, אנדערע גייען מיט א שייטל, אבער על פי דינא דגמרא איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישן די צוויי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 99 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר