במדבר - נישט שלימות איז דיין הצלחה, נאר די וועג אהין!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

במדבר - נישט שלימות איז דיין הצלחה, נאר די וועג אהין!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מאי 22, 2020 2:09 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

מיר הייבן ענדליך אָן ספר במדבר! א נייע פרשה, א נייע סדר, מיט א פרישקייט און התחדשות. סדר במדבר הייבט זיך אָן מיט די מצוה פון ציילן די אידישע קינדער, ווי דער פסוק זאגט: שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁפְּחֹתָם לְבֵית אֲבֹתָם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת כָּל זָכָר לְגֻלְגְּלֹתָם, מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה כָּל יֹצֵא צָבָא בְּיִשְׂרָאֵל תִּפְקְדוּ אֹתָם לְצִבְאֹתָם אַתָּה וְאַהֲרֹן – דער באשעפער באפעלט אז מען זאל צוזאם רעכענען די אלע וואס זענען אין די עלטער פון צוואנציג יאר און העכער וכו', די פסוק איז ממשיך און גייט אדורך די פונקטליכע חשבון פון יעדע שבט און פירט אויס אז בסך הכל איז די צאל פון אלע געציילטע געווען 603,550 (אויסער שבט לוי). שפעטער אין די פרשה טרעפן מיר די גאנצע ענין פון די דגלים, די פענער וואס יעדע שבט האט געהאט, ווי דער פסוק חזר'ט כסדר איבער און איבער: אִישׁ עַל דִּגְלוֹ בְאֹתֹת לְבֵית אֲבֹתָם יַחֲנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל… כַּאֲשֶׁר יַחֲנוּ כֵּן יִסָּעוּ אִישׁ עַל יָדוֹ לְדִגְלֵיהֶם… וַיַּעֲשׂוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל... כֵּן חָנוּ לְדִגְלֵיהֶם וְכֵן נָסָעוּ אִישׁ לְמִשְׁפְּחֹתָיו. יעדע פאָן טראגט מיט זיך זיינע ספעציעלע קאלירן און טוט פונקטליך אָנווייזן פאר יעדן שבט וואו זיין פלאץ איז און וואס זיינע אייגנשאפטן און ספעציעלע טאלאנטן זענען.

אין מדרש רבה געפינען מיר: חיבה גדולה חבבן הקב"ה שעשאם דגלים כמלאכי השרת – "פון גרויס ליבשאפט צו די אידישע קינדער האט הקב"ה זיי געמאכט פענער אזוי ווי די מלאכים." אזוי אויך איז באקאנט דאס לשון פון רש"י הקדוש גלייך אָנפאַנג פרשה ביי די ציילן: מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה כשיצאו ממצרים מנאן, וכשנפלו בעגל מנאן לידע מנין הנותרים, כשבא להשרות שכינתו עליהן מנאן. באחד בניסן הוקם המשכן ובאחד באייר מנאם: - "וויבאלד דער אויבערשטער האט אונז אזוי ליב, האט ער אונז כסדר געציילט. ווען מ'איז ארויס פון מצרים האט מען זיי געציילט, ווען מ'איז געשטארבן ביי די עגל האט מען זיי געציילט כדי צו וויסן וויפיל ס'איז איבערגעבליבן, און ווען ס'איז געקומען צו רוען די שכינה צווישן זיי האט ער זיי געציילט."

לאמיר זיך פארטיפן: א. צום אלעם ערשט לאמיר פארשטיין, וואס איז דער ענין פון ציילן, וואס איז פשט אז הקב"ה 'ציילט' כלל ישראל? ווי באקאנט ווייסן מיר אז ספר במדבר ווערט אויך גערופן מיט'ן נאמען חומש הפקודים וואס דאס זאגט אונז אז דאס ציילן איז געווען גאר יסודות'דיג? ב. בפרט אז עס ווערט גערופן א ענין פון חיבתן-ליבשאפט – וואס איז דער ענין פון חביבות וואס ליגט באהאלטן אין דער געדאנק פון ציילן כלל ישראל (בפשטות טראכט מען אז ס'איז א משל צו דער עושר וואס ציילט זיין פארמעגן, אבער ווען ס'קומט צו דער קשר פון א טאטע צו זיינע קינדער וואו הערט מען דעם געדאנק אז ציילן ברענגט אדער ווייזט חביבות)? ג. אז מיר טרעפן אין די המשך פון די פסוקים דער ענין פון דגלים און אט דעם זעלבן ענין פון די געוואלדיגע חביבות וואס ליגט דערין דארפן מיר אריינטראַכטן און באמערקן וואס איז טאקע די שייכות צווישן די צוויי.

בפרט יעצט ווען מיר שטייען א וואָך פאר דעם גרויסן מעמד קבלת התורה, וואס ווי באקאנט איז פרשת במדבר כסדר פאר קבלת התורה – און ווי באקאנט איז דאך דארט די פלאץ וואו מיר האבן באקומען די תורה, לאמיר זיך פארטיפן.

א יונגערמאן האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה מיט א געוואלדיגע לימוד. ער איז געווען א בחור וואס האט זיך גאר שטארק געמוטשעט מיטן לערנען. סוף זמן איז פארגעקומען א גרויסן פארהער פאר די גאנצע ישיבה, און דער בחור האט זיך ארומגעדרייט פארלוירן. ווען ס'איז געקומען נאנט צום גרויסן מעמד פארהער האט ער געזאגט פאר זיין טאטן: "טאטי, איך וויל נישט גיין צום פארהער." דער טאטע האט אים פארשטאנען, און האט אים געזאגט, "פון מיין זייט איז עס בסדר אז דו גייסט נישט, מאך נאר זיכער אז ס'איז מסודר מיט די הנהלת הישיבה".

למעשה האט דער בחור מחליט געווען אז ער גייט יא צום פארהער און ער וועט יא מיטהאלטן. אנקומענדיג צום פארהער, איז געווען א גרויסער מעמד, דער היכל איז אָנגעפילט מיט עלטערן, רבנים און אנשים חשובים. דער פארהערער האט אנגעפאנגען פרעגן די בחורים, און ער קומט אָן צו דעם בחור'ל און הייבט אָן פרעגן. ער פרעגט איין שאלה, און דער בחור ווייסט נישט צו ענטפערן. ער פרעגט נאך איין שאלה און נאך איינס, און דער בחור קען נישט, ווי שטארק ער זאל נאר וועלן. ווי פארשטענדליך איז דאס געווען זייער אומבאקוועם און אומבא'טעמ'ט.

ארויסקומענדיג פונעם פארהער מיט'ן תעודה אין די האנט האט ער געשפירט צוקלאפט און אראפגעלאזט, ער האט זיך געשעמט צו האלטן דעם תעודה. און פלוצלינג זאגט זיין טאטע, "אה! ביסטו געווען א נחת. כ'קען דיר נישט מסביר זיין וויפיל נחת איך האב געשעפט זעענדיג ווי דו זיצט ביים פארהער." דאס קינד האט זיך ווי פארשעמט, "טאטי, הער אויף." אבער דער טאטע האט ווייטער גערעדט ווי שטאלץ ער איז, און דאס קינד האט איינגעזען אז ער רעדט אמת'דיג פון הארץ. דער טאטע האט ערקלערט: "יעדעס קינד האט זיך זיין נקודה וואס ברענגט אים צו זיין א מצוין. איין בחור איז א גרויסער חריף, א צווייטער קען גוט נאָכזאגן מיט בקיאות, און אזוי ווייטער. קינד מיינס, איך ווייס אז די היינטיגע פארהער איז פאר דיר געווען א פארהער צו דו וועסט אנקומען צום מעמד אדער נישט. ס'איז געווען אין דיר א חלק וואס האט געוואלט נעלם ווערן, און ס'קען אפילו זיין אז דו וואלסט פארמיטן געוויסע בזיונות. אבער דיין יא אנקומען זאגט מיר אז דו האסט זיך געשטארקט, און דו פרובירסט מיין קינד, און צום סוף וועסטו אנקומען בעזר ה'..."

דער יונגערמאן האט אויסגעפירט: "אין לעבן קומט אסאך מאל אזעלכע מצבים וואס איך שפיר אז איך וויל נעלם ווערן, ווען ס'איז גרינגער בכלל נישט אָנצוקומען אדער אינגאנצן נישט צו נעמען א חלק, און די מחשבה קומט מיר אין מח וואס רופט אויס אז דער מצוין האט נישט קיין מורא, און מיט דעם אליין אז איך האב זיך באטייליגט מיט דעם ווייז איך מיין סוקסעס און מיין שטארקייט."

טייערע ברידער און שוועסטער, די מעשה גיבט א סקרוך אין די ביינער. ווען מען שטעלט זיך אָפ און מען געבט א טראכט אריין, מיר זענען געוואוינט צו רופן סוקסעס דער וואס האט מצליח געווען אין ביזנעס, אדער דער וואס האט מצליח געווען אנצוקומען צום גרויסן סיום און ענטפערן אויף יעדע שאלה שנעל און געשמאק וכדומה. אמת, מיר דארפן אלע האבן א ציל און שאיפות, אבער הצלחה ווענדט זיך נישט אין די רעזולטאטן, נאר אין די ארבעט וואס מיר לייגן אריין, די יגיעה וואס א מענטש מוטשעט זיך איז זיין סוקסעס. דאס עצם אָנקומען און זאגן דעם 'הננו' איז שוין א געוואלדיגע עררייכונג, און אט דארט ליגט אונזער סוקסעס באהאלטן. ווען עס קומען שווערע מינוטן דארפן מיר זיך לערנען אז אוועקלויפן איז נישט קיין מהלך, ווייל דאס עצם מציאות אז מיר זענען גרייט צו קוקן דעם נסיון און דעם שוועריגקייט אין פנים אריין איז אונזער גרעסטע הצלחה, סוקסעס ווערט נישט געמאָסטן לויט די רעזולטאטן – סוקסעס מעסט זיך לויט די ארבעט אונזערע, לויט וויפיל כוחות מיר לייגן אריין.

צום ביישפיל, אויב איינער זוכט אַן ארבעט, אדער ער וויל א העכערונג פון זיין בעל הבית, וועט אָפטמאל נעמען א סאך צייט ביז מען נעמט זיך די קוראזש צו בעטן. ווילאנג מיר וועלן מעסטן וואס יענער וועט טראכטן, און וואס דער בעל הבית וועט אונז זאגן, וועלן מיר בדרך כלל זיך צוריק האלטן צו גיין, ווייל ווער וויל דען ווערן אפגעזאגט? אבער אויב ווערט דער עיקר ציל צוצוגיין און טוען די ריכטיגע השתדלות, נישט קיין חילוק וואספארא רעאקציע מען באקומט, איז די צווייטע חלק בכלל נישט נוגע. וואס יענער וועט זאגן אדער טראכטן קומט נישט דא אריין, אין דעם ווערט נישט געוואנדן די הצלחה פון דעם שריט. עס ווערט עפעס א צווייטע נקודה וואס גייט אין שאָטן פון דעם עיקר, וואס איז דאס השתדלות פון 'צוגיין צו יענעם', און אפילו אויב יענער וועט קאלטערהייט אָפווארפן איז עס נאכאלס א סוקסעס, ווייל איך בין צוגעגאנגען – איך האב אים געפרעגט!

ווען ס'קומט צו אונזער עבודת ה' באנוצט זיך דער יצר הרע טאקע מיט דעם זעלבן מיטל. ער ווייזט אונז דעם בילד פון באגרעניצונגען, ער ווייזט אונז אז מיר קענען נישט זיין פערפעקט, ער ווייזט אונז כסדר אונזער אייגענע גרויסע שאיפות, וואס ווי געשמועסט איז עס גאר וויכטיג צו האבן, אבער ער קוקט און מאכט אונז שפירן ווי מיר זענען אזוי ווייט פון אונזער ציל. ער זאגט אונז, געב א קוק, ביסט אזוי נישט 'מצליח' אנצוקומען צום ציל, ביסט אזוי ווייט אוועק, און צוביסלעך ווערט דער מענטש אָפגעשוואכט. אויף דער מינוט וואס מיר באמערקן אז מיר קענען נישט דעליווערן אונזער ציל, מיר קענען נישט אנקומען גענוג ווייט, ס'גייט נישט פערפעקט, פאַנגט דער מענטש אָן צו שפירן ווי דער דורכפאל און צוביסלעך לאזט מען חלילה נאך. דער מציאות איז אז סוקסעס ברענגט סוקסעס, און די סיבה איז ווייל סוקסעס מאכט דעם מענטש פילן גוט מיט זיך, און דאס געבט אים חשק צו ארבעטן ווייטער. אבער ווען דער מענטש קוקט זיך אָן ווי א דורכפאל האט ער נישט קיין ענערגיע צו ארבעטן ווייטער.

אויף דער מינוט וואס דער איד פאנגט אָן קוקן אויף דעם לעבן מיט א טיפערע בליק. מיר פאנגען אָן באמערקן אז אונזער ריכטיגע סוקסעס איז טאקע "אויף דעם וועג" צום סוקסעס. יעדע ברעקל השתדלות, יעדע קלענסטע פעולה אין דעם ריכטונג פון הצלחה איז מיין גרעסטע הצלחה, ווערט דאס גאנצע טאג אנגעפילט מיט הצלחות. אין דער מינוט וואס מיר באמערקן אז אונזער עבודה האט נישט מיט דעם אויספיר, ס'האט נישט קיין שייכות מיט'ן אנקומען צום ציל, נאר ס'האט מיט וויפיל ארבעט מיר לייגן אריין, שטעלט זיך ארויס א צווייטע בילד. דער איד איז א טעגליכער סוקסעס. הונדערטער מאל א טאג וואס מען שטארקט זיך, שטרענגט זיך אָן, און קאנפראנטירט די שוועריגקייטן פון לעבן. דאס אליין מאכט דעם מענטש אלס א סוקסעס, ס'בויט אים אויף אינערליך מיט א פעסטקייט.

יעדעס מאל מיר גייען אריין צו דער ארבעט ברענגען פרנסה, יעדעס מאל וואס מיר קומען אָן צום שיעור, יעדעס מאל מיר גייען פארברענגען מיט די משפחה, האבן מיר עררייכט א געוואלדיגע און אומשאצבארע ציל אין לעבן. יא, ס'קען זיין אז מען וואלט זיך געמעגט מער אנשטרענגען ביי די ארבעט, אפשר וואלט מען געדארפט בעסער מיטהאלטן דעם שיעור, פילייכט וואלט מען זיך בעסער געדארפט אפגעבן מיט די קינדער, אבער דער מענטש איז א סוקסעס ווייל ער איז דא. ער האט זיך באוויזן, ער איז אקעגנגעקומען דעם מצב מיט א פעסטקייט און שטאלץ. צו ער האט למעשה דערגרייכט זיין ציל? זיכער אז יא, ווייל ער האט געטון זיין תפקיד. איז ער א מוצלח? יא, ווייל ער האט זיך ארויסגעשטעלט און געטון וואס ער האלט פאַר ריכטיג.

יעדער מענטש האט א אנדערע שוועריגקייט. איינער איז א סוקסעס פאר'ן ענדיגן ש"ס, א צווייטער איז א סוקסעס פאר'ן אויפשטיין, א דריטער איז א סוקסעס בכלל פאר'ן אָנגיין מיט'ן לעבן. אבער דאס איז זיכער אז דער סוקסעס מעסט זיך לויט וויפיל דער מענטש שטעלט זיך ארויס מיט א פעסטקייט. און דער מציאות ווייזט אז אויב מען וועט נאכקוקן די וואס הייסן אין גאס מוצלח'דיגע מענטשן, וועט מען זען אז זיי האבן שטענדיג געהאט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן און נעמען שריט אפילו ווען ס'איז שווער געווען, אפילו ווען מ'האט נאכנישט געהייסן קיין מוצלח. אז איינער טוט נאר זאכן וואס ער איז גאראנטירט אז ס'וועט זיין א סוקסעס, איז דער מציאות אז ער וועט נישט צופיל דערגרייכן. אבער חוץ מזה איז ער שוין א דורכפאל ווייל ער האט מורא אז טאמער ער דערגרייכט נישט עפעס קען ער גארנישט טון.

ווען מיר ברענגן אריין דעם געדאנק אין אונזער טעגליכע עבודת ה' ווערט דאס לעבן זיס און געשמאק. מען שפירט זיך שטענדיג ווי א מוצלח, ווי א סוקסעס. יעדע שריט וואס מען נעמט איז נאך א רינגעלע אין דעם קייט פון הצלחה, אפגעזען וואס דאס ברענגט. דער איד ברומט זיך אונטער אשרינו מה טוב חלקינו, ברוך ה' ס'איז געלונגען, ס'איז מיר געלונגען אויפצושטיין צופרי, ס'איז מיר געלונגען צו גיין אין שול דאווענען פאר'ן הייליגן באשעפער. יעדע קליינע טריט, יעדע קליינע פעולה, בפרט אויב מען האט נישט קיין חשק און מען געבט זיך א הייב אונטער מיט א שטארקייט, ווערט פארצייכנט אין דעם גאלדענעם בוך פון הצלחה. דער מענטש קען זיך ארומדרייען מיט א געוואלדיגע סיפוק הנפש, יא, איך בין א מוצלח. נישט סתם א מוצלח, נאר איך בין כסדר מצליח מיט א פעסטקייט און קלארקייט.

ווען דער נביא דערציילט אונז איבער אונזער גיין אין מדבר זאגט אונז דער נביא ירמיהו: כֹּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ אַהֲבַת כְּלוּלֹתָיִךְ לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה - דער באשעפער געדענקט אונזער געוואלדיגע ליבשאפט פון די יונגע יארן, ווען מיר זענען נאכגעגאנגען דעם באשעפער אין מדבר וואו ס'וואַקסט גארנישט. די אידן האבן דאך געטון אסאך זאכן, מ'איז ארויס פון מצרים, מקבל געווען די תורה, געבויט א משכן. אבער דער נביא דערמאנט איין זאך: "לכתך אחרי במדבר." דער אידעלע האט זיך גענומען די שטארקייט און געזאגט, לאמיר גיין. איך וויל נאכגיין דעם באשעפער אפילו ס'איז א וויסטע מדבר. דער פעסטער און שטארקער שריט פון זיך אויפהייבן און גיין, אט דאס איז די גרעסטע שבח וואס דער נביא דערמאנט, ווייל דאס די גרעסטע הצלחה פאר'ן איד. יציאת מצרים, קבלת התורה, דער משכן, דאס אלעס זענען מתנות פון באשעפער. אבער דאס נוצן די אייגענע בחירה און זיך אויפהייבן און זאגן "איך גיי!" איז דעם איד'ס אייגענע כח, וואס אין דעם זכות דערגרייכט ער די אלע הויכע מדריגות.

די זעלבע זעען מיר ביי אברהם אבינו, די ערשטע נסיון איז געווען "לך לך מארצך." הייב דיך אויף און גיי ארויס. וואו? פארוואס? וואס וועט זיין? אברהם פרעגט נישט קיין קשיות. דאס איז געווען די שטערקסטע כח פון דעם טאטע פון כלל ישראל. ער קאנפראנטירט דעם שוועריגקייט. אז מיר באגעגענען זיך מיט נסיונות און דער אידעלע גייט מיט די גרעסטע געטריישאפט נאך אבינו שבשמים, מיר פארשטייען אז אונזער הצלחה איז די וועג אנצוקומען צום ציל, דורך דעם בויעט זיך די געוואלדיגע קשר און ליבשאפט צווישן כלל ישראל מיט אונזער הייליגער טאטע, ווייל אט אויף דעם וועג ווערט אונז קלאר אז ס'איז בשעת די שוועריגקייטן בשעת מיר זענען אונטערוועגנס וואו אונזער הצלחה ליגט באהאלטן. יא, זיכער האבן מיר א ציל וואס איז מעמד הר סיני, אבער די וועג אהין, די התבטלות און פארלוירנקייט וואס מיר זענען אריבער אויפ'ן וועג, דאס ברענגט אונז די ליבשאפט, און דאס איז אונזער הצלחה!

אט די חביבות טרעפן מיר אין די מדבר, מען ציילט כלל ישראל. ווי באקאנט אין אידיש קען מען נוצן דעם אויסדרוק פון 'רעכענען' אנשטאט ציילן. פשט איז אז ווען דער מענטש ציילט טוט ער מיט דעם צוזאם נעמען צו זיך אין מח, געב א קוק וואס איך פארמאג, און דערמיט קען ער זיך רעכענען אויף שפעטערדיגע החלטות אין לעבן. אויב האב איך אזוי פיל און אזוי פיל, קען איך קויפן א הויז וכדומה. דאס מיינט אז דער תכלית פון ציילן ברענגט ארויס אז מען קען זיך רעכענען אויף ווייטער. אט דאס זעלבע שפילט זיך אויס מיט'ן הייליגן פאלק ישראל. מיר ווערן נישט געציילט ווי טרוקענע נומערן, מען ציילט כלל ישראל און דערמיט ווערט ארויסגעברענגט אז מיר זענען דעם פאלק וואס אבינו שבשמים כביכול 'רעכנט' זיך אויף, ווי מיר זענען גרייט צו טון דעם רצון ה'. ווי דער הייליגער רמב"ן ברענגט ארויס אז יעדער איד האט זיך געשטעלט פאָרנט פון משה רבינו און איבערגעגעבן זיין נאמען און דעם נאמען פון זיינע עלטערן. דאס מיינט אז מיר אלע האבן זיך געשטעלט און גענומען אויף זיך דעם עול מלכות שמים. מיר אלע האבן מקבל געווען אויף זיך דעם רצון ה' מיט די גרעסטע געטריישאפט!

דאס ברענגט א געוואלדיגע חביבות – די צבאות ה'. ווען סאלדאטן שטעלן זיך צום מיליטער איז נישט פארזיכערט אז זיי וועלן געווינען דעם קריג, אבער מיט דעם אלעם שטייען זיי מיט גרייטקייט און שטאלצקייט ווייל זיי רופן אויס אז מיר וועלן קעמפן, מיר זענען א חלק פון דעם קריג! אפילו מען פארלירט, האט דער סאלדאט געטון זיין ארבעט. פארקערט, אז ער פאלט אוועק ביים קריג איז ער גאר א העלד. אבער אז א סאלדאט דעזערטירט, ער אנטלויפט פון דער ארמיי, באקומט ער א שווערע שטראף. מיר אידן זענען ווי סאלדאטן צום באשעפער, מיר טוען אונזער פליכט, אפגעזען אויב מיר געווינען אדער פארלירן. און אט דאס איז דער מעסעזש וואס דער באשעפער וויל אונז שיקן, איר אלע ווערט געציילט ווייל יעדער דארף זיין קאמפסגרייט אין דעם הייליגן מיליטער. און אידישע קינדער זאגן צו אבינו שבשמים: "טאטע, מיר זענען געטריי, מיר וועלן טוען אלעס וואס מיר קענען." א איד איז א סאלדאט ווייל ער איז דא, ער רופט אויס: "איך שטעל זיך ארויס – איך גיי נישט אוועק. איך בין דא, איך טו דאס בעסטע וואס איך קען לויט מיינע כוחות און טאלאנטן."

דאס וואָרט פקודים האט נאָך א טייטש. ס'קען אויך מיינען א לשון פון פעלן, ווי דער פסוק זאגט (במדבר לא מט): וְלֹא נִפְקַד מִמֶּנּוּ אִישׁ (עס האט נישט געפעלט קיין איין מענטש פון די מלחמה, קיינער איז נישט געשטארבן). אזוי אויך זעען מיר אין שמואל א' (פרק כ' פסוק כ"ז): וַיְהִי מִמָּחֳרַת הַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי וַיִּפָּקֵד מְקוֹם דָּוִד - עס האט געפעלט די פלאץ פון דוד המלך, ס'איז געבליבן ליידיג ווייל ער איז נישט געקומען צו די סעודה וואס שאול המלך האט געמאכט. דאס זאגט אונז גאנץ קלאר אז דאס פארקערטע פון 'ציילן' איז 'פעלן'. א מענטש וואס ווערט געציילט איז דא, און אז נישט, פעלט ער. אויב מען קען זיך חלילה אויף דעם איד נישט רעכענען מיינט עס אז ער פעלט. אבער ווען דער איד באמערקט אז מיין עבודה איז נישט אויסצופירן מיין חלום, נאר צו דערקלערן "הנני" - איך בין דא, טוישט זיך די גאנצע בליק. דאס אליין אז מיר זענען דא, מיר שטייען גרייט, חיים כולכם היום, דאס איז די גרעסטע הצלחה און שטערקסטע באווייז פאר סוקסעס. דאס ווארט פקד איז אויך מלשון תפקיד. דער איד נעמט אויף זיך כסדר פרישע אויפגאבעס, און טאקע די קבלות טובות, דאס אריינשפרינגען אין א נייעם פראיעקט, אט דאס איז אונזער הצלחה!

דערמיט איז געוואלדיג די המשך פון דגלים, וואס דאס רופט אויס אז דער איד שטייט אויף זיין פלאץ מיט גרייטקייט. דער איד שטעלט זיך ארויס מיט שטאלץ און ער איז גרייט צו האלטן זיין פאָן און טוט דערמיט אויסרופן אז ער איז גרייט ווי דער סאלדאט, אט דעם יסוד שפילט זיך אויס געוואלדיג ביי קבלת התורה. די ערשטע און גרעסטע יסוד וואס דארט איז פארגעקומען איז געווען זיך אוועקצושטעלן, שטיין ביים בארג גרייט מקבל צו זיין מיט התבטלות. ס'האט זיך נישט פארלאנגט קיין גרויסע מדריגות אדער פעולות, מיר זענען געשטאנען מיט אַן אפענע הארץ און געשריגן דעם נעשה ונשמע. דאס איז אונזער גרעסטע עבודה, קום און נעם, זיי מקבל! דערמיט איז אויך געוואלדיג וואס מיר זאגן ביי די הגדה, "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו." אלע מפרשים מוטשען זיך, וואס איז די אויפטו פון גיין צום בארג סיני אז מען באקומט נישט די תורה, נאר דער אמת איז אז דאס אליין צו צוטרעטן צום בארג סיני איז שוין א דערגרייכונג!

אט דאס איז אונזער גרעסטע יסוד. מיר דארפן געדענקען און לערנען אונז און אונזערע קינדער אז ס'איז נישט דער ציל וואס וועט זיין אונזער גרויסע הצלחה, נאר ס'איז דער גרייטקייט און שטארקייט וואס איז די הצלחה. ווען מען קוקט בלויז אויף די רעזולטאטן קען מען זייער גרינג ווערן אנטמוטיגט און צובראכן, און מען שפירט זיך נאר ווי א מוצלח אויב מען באווייזט א פערפעקטע ארבעט. דאס ברענגט אריין א צובראכנקייט און אנגעצויגענקייט. אנשטאט דעם לאמיר זיך מחזק זיין און שטארקן זיך און אונזערע בני בית, לאמיר אנערקענען די גרויסקייט און טייערקייט פון א אידיש קינד וואס זאגט "הנני", איך בין דא און איך בין גרייט צו נעמען אויף זיך דעם עול התורה, אדער דעם עול הפרנסה, אדער דעם עול החינוך. דער פארלאנג אנצוקומען צו שלימות איז דער ווערעמל וואס עסט אויף פילע נפשות. דאס האט שוין אזוי דערשטיקט אסאך הייליגע נשמות נישט צו קענען בליען און וואַקסן, בפרט ווען ס'קומט צו שוועריגקייטן וואס עס איז כמעט נישט שייך קיין שלימות, וואס דער תכלית איז טאקע אז ס'זאל זיין א כסדר'דיגע עבודה, און מען זאל כסדר זאגן פון פריש, יא, איך בין דא. איך בין ווייטער גרייט צו קעמפן און שטיין שטארק. אט דאס איז אונזער גרעסטע הצלחה און ברענגט די געוואלדיגע חיבה פון באשעפער צו די אידן. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מאכן א ריכטיגע הכנה צו מקבל זיין די תורה און זיין געטרייע עבדי ה' עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• הצלחה מעסט זיך נישט לויט רעזולטאטן נאר לויט די גרייטקייט פון דעם מענטש.
• אויב מען פארלאנגט שלימות פון זיך קען דאס חלילה צוקלאפן און צוברעכן דעם מענטש.
• א מוצלח איז דער וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט 'הנני' איך בין גרייט.

א לעכטיגע פרייליכע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מאי 22, 2020 2:10 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט