וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 01, 2020 3:15 pm

כ'האב געזען אין אייוועלט אן אשכול וואס טראגט דעם זעלבן נאמען פונעם דאזיגן אשכול, און כ'האב געקלערט אז עס קען אויך זיין אינטערעסאנט דא, צו הערן וואס דער עולם לערנט, און פארוואס.

דאס איז אן ערנסטן אשכול, און איך בעט נאר ערנסטע תירוצים פון ספרי קודש.

ליצנות און אומפאסיגע ענטפערס וועל איך פארמעקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך העניך אום מאנטאג יוני 01, 2020 3:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 01, 2020 3:16 pm

איך פרוביר צו איבערגיין יעדע וואך די חומש, און אביסל רש"י. דאס איז דער דער יסוד פון אידישקייט.

יעדן טאג לערן איך א שיעור גמרא, און איך חזר כסדר. גמרא איז דער יסוד פון אידישקייט הלכה למעשה.

חסידישע ספרים האב איך ליב ערבי נחל און ישמח משה. די צוויי ספרים זענען נישט פול מיט מיסטישע זאכן, נאר רעדן לאגיש, און אסאך באזירט אויף חז"ל און ראשונים.

מחשבה גלייך איך מכתב מאליהו. דער ספר איז פינף בענדער און דעקט גאר אסאך נושאים אין מחשבת ישראל אויף א שיינעם לאגישן און הארציגן אופן.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 01, 2020 3:47 pm

חומש רש"י רמב"ן, פראביר איך יעדער וואך. דער רמב"ן לערן איך שנעל, אבער איך טו עס שוין א שיינע פאר יאר, און עס האט מיר עפעס אויסגעלערנט. הלוואי ווען איך טו עס בעסער.

גמרא תוספות

טור שלחן ערוך חו"מ מיט די נושאי כלים.

ערבי נחל און ישמח משה האב איך קיינמאל נישט געקוקט, און מכתב מאליהו האב איך אויסדריקלעך נישט ליעב, הגם אז מיין זיידעס זענען תלמידים, איינער פון לאנדאן און איינער פון געיטסהעד (דער רופט אים זאגאר אן 'דער רבי'). אלס בחור האב איך עס דורכגעלערנט און איך טרעפ עס צו סימפליסטיש. איך גלייך באופן כללי 'פריימארי' מקורות, ווי ראשונים און גדולי האחרונים. איך האב יעצט אויף מיין טיש דער נפש החיים, ווי איך חזר איבער שער ב'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מאנטאג יוני 01, 2020 4:12 pm

איך לערן די דף פון די קהילה, אבער ליידער געדענק איך נישט קיין סאך.

פאר א חסידיש ספר לערן איך נועם אלימלך.

פאר א גוט ווארט אויף די פרשה דברי יואל.

פאר הלכה, משנה ברורה און אוצר הלכות.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 448
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 418 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג יוני 01, 2020 5:27 pm

תנ''ך מיט אנציקלופדיה מקראית, הכתב והקבלה, ארטיקלען פון ''די תורה דאט קאם'', און ווייזער'ס אבן עזרא, צו די זייט, וואי! א שילוב מנצח.

משניות מיט די פירוש ''משנת ארץ ישראל'' פון פראפ' זאב ספראי.

מסכת סנהדרין מיט ''מרגליות הים'' (ר'ראובן מרגליות). מסכת נדרים מיט די דעלישעס ר''ן'ס.

תשובת חוות יאיר, מהרש''ל, רמב''ם און חת''ם סופר.

און די דעקל, שער בלאט, מפתחות, און יעדע צוואנציג דרייסיג בלעטער, פון יעדע אידיש ספר, וואס קימט מיר אינטער די האנט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום מאנטאג יוני 01, 2020 6:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג יוני 01, 2020 5:30 pm

פארמעקט.
ביטע זיך האלטן צו דעם רוח האשכול. א דאנק.
העניך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך העניך אום מאנטאג יוני 01, 2020 6:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1012
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך מבקר » מאנטאג יוני 01, 2020 6:01 pm

עיונים בפרשת השבוע - אלחנן סמט

The Jewish Study Bible - JPS

רמבם יומי - מפעל משנה תורה

דרך השם, מסילת ישרים - רמח"ל.
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 01, 2020 6:26 pm

במדבר האט געשריבן:תשובת חוות יאיר, מהרש''ל, רמב''ם און חת''ם סופר.

זייער שיין. פארוואס דווקא אט די ספרי שו"ת?
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 01, 2020 6:53 pm

תשובות ספרים:
באר משה פון דעברעצינע'ר רב ז"ל, צוקער זיס!
מנחת אשר פון ר' אשר וייס שליט"א, צום פינטל און ברייטע פלייצעס, דלא כהרבה מזמננו.
נודע ביהודה. אנעפאלעדזעטי"ק, גאט"ס און קוראדז"ש, צוזאמען מיט בקיאות און פלפול אויף איינמאל.
ויש עוד...
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג יוני 01, 2020 7:29 pm

תנ״ך-תורה שבכתב, חומש מיט רש״י און רשב״ם, און נ״ך מיט רש״י און מצודות. דארף נישט קיין הסבר פארוואס יא, ענדערש פארוואס מען לערענט דאס היינט נישט.

תורה שבעל פה- תלמוד בבלי (דף היומי, גמרא רש״י, און איך בליק אין די הערות פון ארטסקראל), און משניות זרעים טהרות (מיט קהתי משניות), וואס די ספרים זענען די עיקר תורה שבעל פה.

טור, מחבר רמ״א מיטן ערוך השלחן, ווייל אזוי האט מען ארויס די הלכה פונעם מקור ביז הלכה למעשה פון א ספר וואס א רב בישראל האט מחבר געווען לאפוקי ממשנה ברורה.

די עיקר מדרשי חז״ל ווי מדרש רבה, תנחומא, ילקוט שמעוני, פרקי דרבי אליעזר. ווייל עס איז שיין צו לערנען.

האמונות ודעות לרבי סעדיה גאון, חובות הלבבות, מורה נבוכים, ספר הכוזרי, ספר העקרים, ווי הרב קוק האט שוין געזאגט אז די פינוף ספרים זענען די עיקר ספרי מחשבה ומוסר פון ראשונים כמלאכים.

ווי קען איך נישט דערמאנען מיין באליבטען רבי׳ן רבינו המהר״ל וואס באלייכט אידישקייט בכלל און מאמרי חז״ל בפרט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חוקר ודורש אום מאנטאג יוני 01, 2020 7:38 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 339 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 01, 2020 7:34 pm

משניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » מאנטאג יוני 01, 2020 8:10 pm

גמרא ראשונים (רשב''א ריטב''א)
חומש ואלשיך וזרע ברך
ספרי כללים כגון מלא הרועים ושדי חמד
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 01, 2020 8:18 pm

תלמוד בבלי, נ"ך, ספרי ר' צדוק הכהן, (איך האלט נאך ביי די בעיסיקס)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 8:59 pm

ווען איך לערן גמרא אין סיי וואספארא מסגרת ליגט ביי מיר דער ספר הערוך אויפ'ן טיש. איך ריר מיך נישט אן דעם. אזוי האט זיך מיין טאטע, ע"ה געפיהרט.

זייער א סאך מענטשן (אפשר רוב וועלט) טוען אונטערשאצן די ווערד פונ'ם ספר הערוך. ספעציעל איינער וואס איז א שטיקל לינגוויסט. אויסער די פשוט'ע טייטש פון ווערטער טרעף איך דעם שורש פון א סאך גענוצטע ווערטער אין ענגליש אין די פארטייטשונגען פונ'ם ערוך. וואס דער שורש פון די ווערטער איז לאטייניש אדער גריכיש.

נאך א מעלה האט דער ערוך. אז ער ברענגט אייביג די גמרות אין די איבריגע מסכתות פון ש"ס וואו דער ענין האט א שייכות...!

אין הלכה. האביך ליעב צו לערנען משנה ברורה. און אמאל שו"ע הרב...! דער משנה ברורה איז דאך פאקטיש איינס פון די וואונדערליכסטע ספרים וואס אונז פארמאגן מיר. איך קען מיך אמאל פארקלאצן פון התפעלות וויאזוי דער משנה ברורה און די נושאי כלים (ווי ביאור הלכה און שער הציון) ארבעטן אדורך מברר צו זיין א הלכה...!

בדוו.: אין דעם ביאור הלכה איז דא א סאך שטיקלעך וואס דער זון פון חפץ חיים האט געשריבן...! ווייל דער זון האט צוגעהאלפן פאר'ן טאטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג יוני 01, 2020 9:12 pm

גפ״ת. לייכטערע מסכתות. כבין דאך א איד!
חומש רש״י מיטן רבינו בחיי. טראגט אין זיך די גייסט פון די וועכענטליכע סדרה.
מנחת חינוך, עמק ורחב יעדעס קלער און דריי איז ממש א עונג!
שפת אמת על התורה. מי ידמה לו?
משך חכמה. א באווייז צו תורה מן השמים.
ספרי רבינו הגדול מהר״ל. אוי, ווי וואלטן מיר געפונען ידינו ורגלינו אהן די ספרי מהר״ל. איך דאווען אז סזאל שוין נתגלה ווערען די כתבים אויף די ימי נוראים.
קדושת לוי. לבם של ישראל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג יוני 01, 2020 9:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 01, 2020 9:17 pm

קוקט'ס דא פאר א שמועס וועגן דער ערוך השלחן און דער משנה ברורה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 9:20 pm

לייבל שטילער האט געשריבן:משניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.

לייבל שטילער: משניות קהתי ברענגט פאר דיר נישט קיין סאך נוצן פאר א פשוט'ן טעם. (אויסער פון די נארישע אידעאלאגיע ממקור סאטמאר). ווייל דו נוצט נישט עברית אלס טאג טעגליכע שפראך. ס'איז טאקע נישט געמאכט פאר דיר. און אויך נישט פאר די אונגערישע רבנים פון וויליאמסבורג. פונקט אזוי ווי די שטיינזאלץ גמרות. וואס די אונגערישע רבנים און סתם בעלי בתים האבן געכאפט. ווייל ס'האט שיינע, קאלירפולע צושריפטן. נאר רב שטיינזאלץ אליין שרייבט אין די הקדמה אז ער האט עס נישט מלקט/מחבר געווען פאר די אונגערישע, וויליאמסבורגע, סאטמאר'ע אידן. (נישט ממש אזוי)ווייל ס'איז נישט געשריבן אויף אונגאריש. נאר אויף עברית. (רח"ל). ער שרייבט אז ער האט בעיקר געמאכט די גמרות פאר סטודענטן וועלכע זענען נישט געגאנגען אין ישיבה. און זיי וויללן אנהייבן צו לערנען גמרא. זיי זענען נישט צו געוואוינט צום לשון הגמרא. און ער באלאנסירט דעם פארצייטישן לשון הגמ' מיט די מאדערן עברית וואס זיי רעדן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 9:32 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קוקט'ס דא פאר א שמועס וועגן דער ערוך השלחן און דער משנה ברורה

ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב געליינט דיין צו געלינקטן מאמר. ס'איז זייער פיין און וואויל. ערשטנס איז דער משנה ברורה נישט (כמעט) מער מחמיר ווי דער ערוך השולחן.
צווייטנס. דאס איז שוין א ביסל בדרך צחות. אויב די מעלה פונ'ם ערוך השולחן איז אז ער איז א בתראי. האביך איינעם וואס איז מער בתראי פון איהם. ר' שראל דוד הארפענעס. בעמח"ס ישראל והזמנים אויף הל' שבת...!

נאר אויסער דעם. איך פיהל א סאך געשמאקער צו לערנען משנה ברורה ווי ערוך השולחן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג יוני 01, 2020 9:38 pm

זייער א שיינער אשכול, קודאס פאר ידידי ר' @העניך פארן ארויפברענגען צום אויבערפלאך.

לענינינו, די ספרים וואס איך וועל דערמאנען קען איך נישט מעיד זיין אויף יעדעס איינע אז איך לערן זיי אסאך, ווייל עס ווענדט זיך אין מיין צייט, געמיט, און נאך זאכן. פארט זענען זיי די סארט ספרים וואס איך פרוביר צו לערנען אין זיי מער פון די אנדערע:

חומש רש"י, הכתב והקבלה ודומיו, פי' הרבנית נחמה ליבוביץ [די שוועסטער פון פרופ' ישעי' ליבוביץ], ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און מדרש רבה.

נ"ך עם פי' דעת מקרא, ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און אביסל מלבי"ם.

גמרא פרוביר איך עטליכע בלאט טעגליך, מער מקופיא פאר די ידיעות און נישט עכט בעיון.

ספרי מחשבה: אמונה ודעות, מורה נבוכים, כוזרי, עיקרים, כמה מספרי אברבנאל (ס'איז זייער באריכות, אבער זיין זיסע שפראך לאזט לויפן שנעל), תולדות האמונה הישראלית פון קויפמאן, כ'בליק אביסל אין הלל צייטלין, מכתב מאליהו, און אפילו היינטיגע.

ספרי חסידות היבש ווייניג, בעיקר פרוביר איך אפצולערנען די ערשטע ספרים און זיך פארטיפן אין די געדאנקען וואס זיי האבן געוואלט מחדש זיין. ספר בעש"ט עה"ת, מאור עינים, דגל מחנה אפרים, ספרי התניא, און דערנאך די פוילישע ספרים פון סאכאטשוב, שפת אמת, אלכסנדר און איזביצא.

כ'האב שטארק ליב ספרי אנציקלופדיה, פאר די געוואלדיגע מאס אינפארמאציע. והם: פחד יצחק, אביסל שדי חמד, ספרי חיד"א, האנציקלופדיה העברית, אנציקלופדיה יודאיקה [ענגליש], אוצר האגדה, די "אוצרות" פון יהודה אייזנשטיין (יא, כ'ווייס אז ער איז נישט עכט קראנט), די ערוך פון קוהוט, ועוד.

ביי הלכה ספרים גלייך איך שטארק די ספרי בעל חוות דעת, מיט א שפרינקעלע ר' יונתן. הלכה למעשה, בין איך א חסיד פון ערוך השלחן (ארויס פון די באקס, אייגענע אידענטיטעט, טשיקאווע סברות, און געט א סקירה פון די גאנצע סוגיא). משום מה גיי איך נישט שטארק פארן משנה ברורה. תשובה ספרים לויף איך צו ר' משה. טשיקאוועס צום חוות יאיר אדער תשובות הראשונים. ווען כ'בין אין די גיסטע גיי איך צו מיין פעיוואריט גאון: מרן החזון איש.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 400
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1551 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 01, 2020 9:49 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:משניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.

לייבל שטילער: משניות קהתי ברענגט פאר דיר נישט קיין סאך נוצן פאר א פשוט'ן טעם. (אויסער פון די נארישע אידעאלאגיע ממקור סאטמאר). ווייל דו נוצט נישט עברית אלס טאג טעגליכע שפראך. ס'איז טאקע נישט געמאכט פאר דיר. און אויך נישט פאר די אונגערישע רבנים פון וויליאמסבורג. פונקט אזוי ווי די שטיינזאלץ גמרות. וואס די אונגערישע רבנים און סתם בעלי בתים האבן געכאפט. ווייל ס'האט שיינע, קאלירפולע צושריפטן. נאר רב שטיינזאלץ אליין שרייבט אין די הקדמה אז ער האט עס נישט מלקט/מחבר געווען פאר די אונגערישע, וויליאמסבורגע, סאטמאר'ע אידן. (נישט ממש אזוי)ווייל ס'איז נישט געשריבן אויף אונגאריש. נאר אויף עברית. (רח"ל). ער שרייבט אז ער האט בעיקר געמאכט די גמרות פאר סטודענטן וועלכע זענען נישט געגאנגען אין ישיבה. און זיי וויללן אנהייבן צו לערנען גמרא. זיי זענען נישט צו געוואוינט צום לשון הגמרא. און ער באלאנסירט דעם פארצייטישן לשון הגמ' מיט די מאדערן עברית וואס זיי רעדן...!

תודה לא-ל, יש לי עברית שוטפת, אני מדבר, קורא ומאזין בעיקר בעברית, למדתי בישראל מספר שנים, וגם אין לי שום דבר נגד מזרחיים, משניות קהתי איננה מושלמת ומקיפה, היא קצרה מדי, חסרה הקדמות נחוצות למי שרוצה ללמוד המשנה בלי ידיעות מקודם, לעומת ארסקרול שעשתה עבודה נפלאה.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 01, 2020 9:54 pm

ומה עם סייעתא דשמיא? אני אישית לא אוהב ספרים כדוגמת אלו, ולעתים נדירות השתמשתי עם הסייעתא דשמיא בעת למדי מסכת כלים. התפארת ישראל והרע"ב הם מספיקים עבורי. קניתי את הארטסקרול נשים עבור הבן שלי, אבל אני לא הסתכלתי שמה. למדתי אתו עכשיו יבמות, והוא שאל שאלות מעניינות בביאור מילים מסוימים באנגלית.........
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 01, 2020 9:57 pm

סייעתא דשמייא מאריך מדי.
אני משתמש בארטסקרול למשניות טהרות, שהמושגים שם (היו) זרים בשבילי, וגם קצת לזרעים, לשאר הסדרים הם לא נחוצים בשבילי.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 10:09 pm

לייבל שטילער: דאס אז דו רעדסט נישט עברית שוטפת איד נאר געווען א השערה. בכל אופן די עיקר נקודה איז אז די משניות פון הרב קהתי זענען אהערגעשטעלט באופן שטחי מאד. און מ'קען כמעט גארנישט לערנען פון זיי קיין נייע חידושים... ארטסקרול לעומת זה איז זייער גוט. כדרכו. איז ער מסביר א יעדע זאך באופן יסודי ומקיף...!

די איבעריגע טייל פון מיין תגובה איז געווען א ביסל הומאריסטיש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 01, 2020 10:11 pm

ארי נוהם האט געשריבן: תשובה ספרים לויף איך צו ר' משה.

עגרי. ווען איך וויל זעהן א תשובה וואס די מסקנא קומט ארויס פון די בירור גיי איך צו ר' משה.
ווען איך וויל א תשובה וואס די בירור קומט ארויס פון די מסקנא גיי איך צו די וואס האבען זיך געקריגט אויף איהם....
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 10:13 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ומה עם סייעתא דשמיא? אני אישית לא אוהב ספרים כדוגמת אלו, ולעתים נדירות השתמשתי עם הסייעתא דשמיא בעת למדי מסכת כלים. התפארת ישראל והרע"ב הם מספיקים עבורי. קניתי את הארטסקרול נשים עבור הבן שלי, אבל אני לא הסתכלתי שמה. למדתי אתו עכשיו יבמות, והוא שאל שאלות מעניינות בביאור מילים מסוימים באנגלית.........

ליטוואק פון בודאפעסט: ב"ה אז דו האלטסט שוין דארט. ווען איך זאלל דיר דערציילן די אלע אומבאקוועמע מצבים אין וואס כ'האב מיך געפונען ווען כ'האב געלערנט מיט מיינע קינדער...!

יותר, באישי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron