דורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 02, 2020 12:46 am
וועלכע ספרים איך לערן אסאך? ליידער לערן איך נישט אזוי סאך, ווען איך לערן יא לערן איך חומש רש"י און גמרא רש"י מיט אנדערע מפרשים ווען ס'פעלט זיך אויס בעסער ארויסצוהאבן וואס גייט פאר. איך נוץ אויך אסאך ארטסקרול, די הערות אונטן איז די בעסטע ליקוט ספר. איך בין א גרויסע חסיד פון רש"י, ער באלעסטיגט נישט מיט איבעריגע קשיות, קוועטשט נישט אריין קיין דוחק'דיגע תירוצים, זאגט כמעט נישט קיין אייגענס, הייסט דיר נישט גלייבן אזוי צו אזי, און ווען ער פארשטייט נישט עפעס איז ער מודה אז ער פארשטייט נישט! ער זאגט דיר פשוט וואס שטייט אן קיין התחכמות'ן און אן אריינמישן זיינע אייגענע מיינונגען און אגענדעס, און זאל יעדער אפמאכן פאר זיך צו ס'געפעלט איהם צו נישט. אז דו ווילסט נעם עסן אן, אז דו ווילסט נישט איז נישט. אנדערע זענען פארנומען דיך פארקויפן זייערע אייגענע מיינונגען און אמונות, זאגן מיינונגען קען איך אליינס שכח. וואס איך דארף איז איינער וואס זאל מיך פשוט זאגן וואס שטייט, טייטש מיר די ווערטער, לייג צו הסבר וואו ס'פעלט זיך אויס, און האלט דיינע מיינונגען ביי דיר. אז דו פילסט אז דו האסט וואס צו זאגן קענסטו שרייבן אן עקסטער ספר דערפאר און ווען איך וועל זיין נייגעריג אין דיין מיינונג וועל איך דארט אריינקוקן.
איך קען אסאך פשוט פון זיך דרייען אין משפחת טייטלבוים, א משפחה פון תלמידי חכמים מופלגים וואס ס'איז אייביג דא וואס צו הערן פון זיי, און אזויווי איך בין בטבע זייער א נייגעריגער וואס האט ליעב נייע אינפארמאציע בלייבט אלעס סטאק ביי מיר אין קאפ. אויך נאש איך אסאך פון די חכמי השטיבל דא און פון אנדערע קהלות און בלאגס אויפ'ן ברייטן געוועב, צומאל מאכט זיך אז מ'פאלט אריין אין א האזן לאך און מ'פארט מענין לענין ומבלאג לבלאג און מ'טרעפט זיך אפאר שעה דערנאך מיט א הויפן נייע אינפארמאציע וואס ס'געדויערט אפאר טאג צו פארדייען.
וואס איך קען יא שרייבן איז וועלכע ספרים איך לערן נישט, און פארוואס, אבער איך גלייב נישט אז דא איז די פלאץ דערפאר...