האט פשט צו לערנען אלע תוספות פאר'ן ענדיגן ש"ס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

האט פשט צו לערנען אלע תוספות פאר'ן ענדיגן ש"ס?

שליחה דורך העניך »

עס איז ידוע אז דער מהר"ל און אנדערע האבן געהאלטן אז עס איז א טעות אז מ'האט געדרוקט תוספות אויפ'ן דף, ווייל עס איז נישט קיין לימוד וואס מ'דארף לערנען תיכף ביים לערנען דעם בלאט. דוכט זיך אז דער מהר"ל רעקאמענדירט אז מ'זאל ענדערש לערנען דעם רא"ש, ווייל עס איז פאקוסירט אויף הלכה וואס קומט ארויס פונעם דף.

זעענדיג אז ידידינו החשוב [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] לערנט גמרא תוספות איז מיר נתעורר געווארן צו כאפן א שמועס דערוועגן. פארוואס אייגנטליך לערנען תוספות? הא תינח א תוספות דא און דארט פאר פשט אדער סתם פאר א שטיקל עקסייטמענט אינעם לימוד, פארשטיי איך. אבער פארוואס פארברענגען אזויפיל צייט צו לערנען יעדן תוספות ווי א לימוד ווען מ'קען אין דער זעלבער צייט לערנען נאך א בלאט? איז נישט ענדערש צו לערנען צוויי בלאט גמרא רש"י ווי איין בלאט מיט תוספות?

איך פארשטיי אויך אז איינער איז א בקי בש"ס איז תוספות ממש נוגע, ווען ער איז זיך מפלפל צווישן איין מסכתא און דער צווייטער. אזוי אויך, ווי מער א מענטש איז בקי, אלס מער וועט ער לערנען תוספות ווען ער רעדט פון מסכתות וואס ער קען. אבער ווען תוספות רעדט פון אנדערע מסכתות וואס ער האט נאך נישט געלערנט, וואספארא זין האט צו לערנען יעדן תוספות?

אזוי שרייבנדיג טראכט איך אז איך קען עס אויך פארשטיין אויב איינער לערנט דף היומי. ער וויל דאך מיטהאלטן דעם דף, און ער וויל פארברענגען מער צייט אינעם דף און לערנען מער בעיון, וועט ער נאטירליך אויך לערנען תוספות. פערזענליך וואלט איך אין אזא פאל נישט געלערנט תוספות דווקא, נאר א געמיש פון ראשונים על דרך פשט. אבער כ'קען עס פארשטיין אין אזא פאל.

אבער עכ"פ סתם אזוי, פארוואס קובע זיין תוספות ווי א לימוד, ווען מ'קען ענדערש לערנען נאך גמרא רש"י?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום העניך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר