אינטערסאנטע פרעספעקטיוו פון רבי יהודה הלוי אויף די משל הכרם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אינטערסאנטע פרעספעקטיוו פון רבי יהודה הלוי אויף די משל הכרם

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער הייליגער נביא ישעיהו זינגט אויס א משל ווי דער אויבישטער שמיעסט אויס זיין אנטוישונג מיטן כלל ישראל.

לאמיר זינגן א פאר מיין פריינד, דאס געזאנג פון מיין ליבהאבער צו זיין וויינגארטן. א וויינגארטן האט מיין פריינד פארמאגט אין קרן בן שמן.
ער האט דאס ארומגעצוימט, אויסגעשטיינערט, און פארפלאנצט מיט רייפע צווייגן, ער האט אין איר אויפגעבויעט א טורעם, און ער האט אויך אין איר אויסגעהאקט א וויין גריבל.
ער האט געהאפט אז ס'וועט ארויסגעבן פיינע טרויבן, אנשטאט דעם האט עס ארויסגעגעבן שוואכע קאליווער טרויבן.
אצינד איינוואוינער פון ירושלים און מאן פון יהודה, טוה ריכטן צווישן מיר און מיין וויינגארטן.
וואס נאך האב איך געברויכט טאן מיט מיין וויינגארטן וואס כ'האב נישט געטאן? פארוואס האב איך געהאפט ס'וועט ארויסגעבן פיינע טרויבן און ס'האט ארויסגעגעבן שלעכטע?
אצינד וועל איך אייך צוויסן טאן וואס איך גיי טאן מיט מיין וויינגארטן! כ'וועל אפטאן זיין דערנער-צוים אזוי אז ס'וועט זיין א ארט צו עסן פאר בהמות, כ'וועל אויפברעכן זיין שטיינענע-צוים אזוי אז ס'זאל צוטרעטן ווערן דורך פארבייגייער.
כ'וועל איר מאכן וויסט, און נישט אפשניידן די שלעכטע צווייגן, און נישט גראבן אין איר קיין גרובער, אז ס'וועט אויפגיין מיט דערנער. און פאר די כמארעס וועל איך באפעלן אז זיי זאלן אויף איר נישט רעגענען.
ווארום דער ווייינגארטן פונעם אויבישטן איז דאס אידיש הויזגעזונד, און די מאן פון יהודה זענען זיינע באליבטע פלאנצונגען. כ'האב געהאפט צו יוסטיץ, אין ערזאץ איז געווען א זאמל פון זינד, כ'האב געהאפט פאר גערעכטיקייט, אין ערזאץ האב איך דערהאלטן א געשריי פון באקריוועדע.


די אידן זענען צוגעגליכנט צו א וויינגארטן. דער אויבערשטער רעדט זיך אפ: כ'האב זיי איינגעפלאנצט אין א לאנד וואס רינט מילך און האניג, גאר רייך אין מיניראלען, פול מיט שפרודלנדע קוועלער, א לאנד וואו עס פעלט נישט אין איר גארנישט. איך האב דארט אויפגעבויעט א בית המקדש וואו איך האב געמאכט רוהען מיין הייליג נאמען. און איך האב וויקליך געהאפט אז דאס גוט לאנד וועט האבן א פאזיטיווע אויסווירקונג אויף די אויפירונג פון אירע איינוואוינער, ווי אנטוישט בין איך אז ס'איז ווירקליך נישט אזוי.
וואס נאך האב איך דען געקענט טאן? וואס כ'האב נישט געטאן גוט אז דאס געבענטש לאנד זאל האבן א די פאסיגע ווירקונג אויף אירע איינוואוינער דאס כלל ישראל?
הערט וואס איך גיי טאן. איך גיי דאס לאנד חרוב מאכן! איך גייט איר פארוואנדלן צו וואוינארט פאר די פארציקענדע חיות, איך גיי נישט שיקן קיין רעגן אזוי אז דאס לאנד וועט גענצליך פארוויסט ווערן.
פארוואס? ווארום כ'האב געהאפט אז איר וועט זיין איינשטענדיגע לייט און זיך אויפירן איינער צום צווייטן לייטיש און מיט גערעכטיקייט, און ביזדערווייל זענט איר א באנדע פאסקודניאקעס...

ווי עס זעט זיך אויס פון די פסוקים, שטערט פארן אויבערשטן זייער שטארק אז די אידן זענען אומדאנקבאר פאר אים פאר אלעס גוטס וואס ער האט געטאן פאר זיי. און מיט וואס? ווייל זיי פירן זיך נישט ארענטליך איינער צום צווייטן. דער באשעפער וויל אז אידישע קינדער זאלן זיין גוט איינער צום צווייטן, נישט באקריוועדען קיין אומבאהאלפענע, זיך פירן מיט גערעכטיקייט און גלייכקייט, ווי עס פאסט זיך פארן אויסדערוועלטער פאלק!

רבי יהודה הלוי אין ספר הכוזרי באטראכט דאס וויינגארטן משל מיט אינגאנצן א אנדערע פרעספעקטיוו:

דאס משל צייגט אויף די אינערליכער צוגעבינדקייט צווישן דאס אידיש פאלק און ארץ ישראל, און צו די תורה און מצוות. אזוי ווי דער וויינגארטן דארף האבן דער ערד אז זי זאל קענען ארויסגעבן אירע פרוכטן, דארף דער וויינגארטן האבן פעלד ארבייטער וואס זאלן פלאנצן און שטיין אויף דער וואך און זיכער מאכן אז די טרויבן וואקסן ווי עס דארף צו זיין. איינס אן די אנדערע גייען נישט. דער ערד איז ארץ ישראל, דער וויינגארטן איז דאס כלל ישראל, און דאס פלאנצן און בארבייטן דאס וויינגארטן איז די תורה און מצוות.
דאס באדייט אז ווען די אידן זענען אין ארץ ישראל און בארבייטן די ערד, ווי אזוי? מיט איינהאלטן די תורה און מצוות, דאן קומט ארויס זייער ריכטיגער גלאנץ אלס ריכטיגע אידן. און ווען א איד זיצט אין גלות פארמאגט ער גארנישט נישט די מעגליכקייטן צו זיין א פולקאמער איד, ווייל ס'פעלט אים דאס ארץ ישראל! און ווען א איד זיצט אין ארץ ישראל און ער האלט נישט די תורה און מצוות איז ער אויך נישט קיין פולקאמער איד.

עס איז זייער אן אינטערסאנטער פערספעקטיוו.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר