בלאט 1 פון 1

וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 9:12 am
דורך העניך
אין דער וועלט פון וויסנשאפט זענען פאראן געציילטע וויסנשאפטלער וואס האבן רעוואלוציאנירט די וועלט מיט זייער חכמה. ווען מ'לייענט זייערע ערפינדונגען רייסט זיך ארויס שטוינונג ווי א ילוד אשה האט געקענט צוקומען צו אזא טיפער חכמה. דאס נעמט אריין אייזיק ניוטאן, און זיין ערפינדונג פון גראוויטי, און אלבערט איינשטיין און רעלאטיוויטי.

כאפ אן גראוויטי. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי א מענטש האט געקענט משיג זיין אז ס'איז באמת נישטא אזא מושג אז זאכן "פאלן אראפ", נאר אז גרויסע מאסע ציט צו זיך זאכן מיט א קלענערע מאסע, און אייגנטליך איז דאס אויך די סיבה פארוואס די לבנה דרייט זיך ארום דער וועלט, און ערקלערט דער גאנג פון כל צבא השמים.

די דאזיגע געדאנקען זענען אזוי נישט אינטואיטיוו, און אפילו היינט, אז מיר לייגן זיך אריין אין א מצב ווען מ'האט נאך נישט געוואוסט די אלע זאכן, רייסט זיך ארויס אויף ניוטאן "לית דין בר נש!" ווי האט ער דאס געקענט משיג זיין?

איז מיין שאלה, וואס איז דער איקווילאנט אין חכמת התורה? ווער איז דער גדול בישראל וועלכער האט ערפינדן אין אידישקייט א געדאנק, א חידוש, עפעס וואס ס'איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א ילוד אשה האט דאס געקענט פון זיך אליין משיג זיין?

איך רעד נישט פון א גאונישן חיבור וואס יעדער זעט דעם אומגלויבליכן כשרון, נאר פון איין ספעציפישן געדאנק, וואס איינמאל מ'הערט עס פארשטייט מען אז ס'איז אמת לאמיתו (אדער ס'איז נתברר געווארן אז ס'איז אמת במשך הימים), אבער ס'איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א פשוט'ער מענטשליכער מוח האט געקענט צוקומען צו אזא גאונות.

דאס איז אן ערנסטער אשכול. איך וועל פארמעקן אומפאסיגע ענטפערס און תגובות.