ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער סוס חקירה קומט פון ר' חיים בריסקער, און עס איז באמת א תוספות אין חולין.
די ווארט איז "א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"
די חילוק צווישן דיני ממונות און איסור והיתר וועט מען מוזן לאזן אן אנדערן מאל.
פארהאן עפעס א ליובאוויטשע מעשה, וואס ענדיגט'זיך, "איך האב אייך ניט געפרעגט אלט'ס בעל-עגולה איך האב אייך געפרעגט אלט'ס פערד"!
איינער קען ביטע צולייגן (אפשר אין א פאסיגערע אשכול ווי די, @ונבנתה העיר/אנדערע, ייש"כ)