קאך_לעפל האט געשריבן:קיינער האט נישט געטוישט גארנישט! די אמונה איז פון סיני. ס'האט זיך נישט געטוישט און ס'גייט זיך נישט טוישן. און ווער ס'זאגט אנדערש איז א כופר!
אישתישבי האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.
אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.
וואלווי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.
אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.
חידוש, אין דעם אשכול, מיינט נישט דוקא אז די תוכן איז מחודש. חידוש איז אויף די ספר בכלל, די געדאנק פון די ספר און די וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן. משנה תורה איז געשריבן געווארן אסאך רייכער ווי די אנדערע הלכה'דיגע חיבורים פון ראשונים.
אזוי אויך, למשל, וואס נקודת אמת שרייבט, ויואל משה איז א חידוש, דאס איז באמת א חידוש פון א ספר, נישט קיין נפק"מ צו מ'איז מסכים מיט עם צו נישט.
לייבל שטילער האט געשריבן:עוז והדר נוצט איהם נאר אויף טהרות. לויט ווי איך פארשטיי האט די ארגינעלע מתרגם אויף טהרות געמאכט א געפערליכע ארבעט, ווידער די אנדערע סדרים זענען פיין אן איהם אויך.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דאס האט אויך פאראורזאכט אז דומ׳ער פוילע מענטשן פאררופן זיך אלס ׳רמב״ם אידן׳, ווייל זיי ווילן נישט ארבעטן און ווילן נאכאלס הייסן מענטשן צום טיש.
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה,
בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי.
@רביה''ק זי''ע ביסט מסכים מיט מיר?
קאך_לעפל האט געשריבן:קיינער פון זיי. נאר דער וואס ס'זאגט אז די אמונה קען זיך חלילה טוישן... דער איז א כופר.
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה,
בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי.
@רביה''ק זי''ע ביסט מסכים מיט מיר?
אישתישבי האט געשריבן:מען טרייבט איבער דער משנה תורה. כאילו ער קלארט אױס סוגיות, אבי גערעדט.
סך הכל שרייבט ער פסקים וואס קומט ארויס פין די גמרא, און אמת, עס איז געשריבן מיט א רייכע לשון, אבער מען זאל רעדען דא פין עפעס אזוי געוואלדיג.
דער שיינע מעשה וואס קאך לעפעל ברענגט מיט דער ראגאטשאווער און ר' חיים, במח"כ הקאך, ער מיינט אוודאי דער אור שמח מיט דער ראגאטשאווער,ער מישט נעמען, קעה"ר. אבער לעצם במעשה, דער ראגאטשאווער האט זייער ליב געהאט דער רמב"ם, פארוואס? ווייל ער האט געקענט זאגן שיינע תורה צו פארענטפערן שווערע רמב"ם'ס, עס איז זיכער אז ווען דער רמב"ם שרייבט אליין דער כסף משנה וואלטען זיי ביידע אים נישט אזוי ליב געהאט, און זיי וואלטען אים נישט געזאגט גוט מארגען און א גוטע נאכט יעדעס טאג.
און לגבי דער מחאה פין הרב קאך, און זיין עקסטרעמע אנרופען א כופר פאר איינע וואס זאגט אז דער רמב"ם טוישט "אמונה", רב קאך, די לעב ווייטער אין דיין באבעל, עס איז בעסער פאר דיר, קריך נישט ארויס חלילה, ווער ווייסט ווי די וועסט לאנדען, אבער פאר דער וואס מיינט אז יש ממש לדבריו, איז ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, דער גאנצע ענין אז מען טאר נישט מייחס זיין א גוף צום אויבערשטען, און בכלל אז מען דארף מאכן אידישקייט שטימען מיט דער ראציאנאלע זאכען וואס חכמי הגוים זאגען, דאס איז דער רמב"ם, אפילו נאך דער רמב"ם האבן נאך אסאך געהאלטן אז מען מעג יא מייחס זיין א גוף, ווי דער ראב"ד.
היינט איז אנגענומען ווי דער רמב"ם, אבער מען רעדט נאך אלץ אסאך מיט הגשמה, ווי די מקובלים וואס פליפפלאפען אין דעם ענין.
דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.
@נקודת-אמת, איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.
@נקודת-אמת, איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.
mevakesh האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.
דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.
די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.
מיר קוקט דער רמבם אויס גאר אנאנדערע סארט חיבור ווי דער ריף. איה"נ דער ריף איז מכריע צווישען גמרות און פיהרט אויס אליבא דהלכתא
אבער דער אופן פון דעם רמבםס הערליכע סדר הדברים איז גענצליך ניי און עס איז נישטא קיין שפיר פון דעם אינעם ריף
אישתישבי האט געשריבן:מען טרייבט איבער דער משנה תורה. כאילו ער קלארט אױס סוגיות, אבי גערעדט.
סך הכל שרייבט ער פסקים וואס קומט ארויס פין די גמרא, און אמת, עס איז געשריבן מיט א רייכע לשון, אבער מען זאל רעדען דא פין עפעס אזוי געוואלדיג.
דער שיינע מעשה וואס קאך לעפעל ברענגט מיט דער ראגאטשאווער און ר' חיים, במח"כ הקאך, ער מיינט אוודאי דער אור שמח מיט דער ראגאטשאווער,ער מישט נעמען, קעה"ר. אבער לעצם במעשה, דער ראגאטשאווער האט זייער ליב געהאט דער רמב"ם, פארוואס? ווייל ער האט געקענט זאגן שיינע תורה צו פארענטפערן שווערע רמב"ם'ס, עס איז זיכער אז ווען דער רמב"ם שרייבט אליין דער כסף משנה וואלטען זיי ביידע אים נישט אזוי ליב געהאט, און זיי וואלטען אים נישט געזאגט גוט מארגען און א גוטע נאכט יעדעס טאג.
און לגבי דער מחאה פין הרב קאך, און זיין עקסטרעמע אנרופען א כופר פאר איינע וואס זאגט אז דער רמב"ם טוישט "אמונה", רב קאך, די לעב ווייטער אין דיין באבעל, עס איז בעסער פאר דיר, קריך נישט ארויס חלילה, ווער ווייסט ווי די וועסט לאנדען, אבער פאר דער וואס מיינט אז יש ממש לדבריו, איז ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, דער גאנצע ענין אז מען טאר נישט מייחס זיין א גוף צום אויבערשטען, און בכלל אז מען דארף מאכן אידישקייט שטימען מיט דער ראציאנאלע זאכען וואס חכמי הגוים זאגען, דאס איז דער רמב"ם, אפילו נאך דער רמב"ם האבן נאך אסאך געהאלטן אז מען מעג יא מייחס זיין א גוף, ווי דער ראב"ד.
היינט איז אנגענומען ווי דער רמב"ם, אבער מען רעדט נאך אלץ אסאך מיט הגשמה, ווי די מקובלים וואס פליפפלאפען אין דעם ענין.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צפור בודד: ... הנוגע לעינינו, ביז דער רי"ף, רמב"ם, און די אנדערע פוסקים איז בכלל נישט געווען אזא באשעפעניש ווי "הלכה", הלכה איז געווען אזויווי מנהגים היינט. די גמרא האט געהאט בערך אזא חשיבות ווי די זמירות דברי יואל היינט, געטון האט מען וואס דער טאטע האט געטון און מ'האט אויך אריינגקוקט אין גמרא און אויפגעפיקט "הלכות" אין וואס מ'האט געפילט א געשמאק, מחייב געווען האט עס פונקט ווי די זמירות דברי יואל (אגב: היינט איז דען אנדערש..?). יא, פארשטייט זיך אז איינמאל דער רמב"ם האט געשריבן זיין ספר האלטסטו אז ס'איז דיר מחייב, און היינט הונדערטער יארן דערנאך טראכטן אונז "וואס האט מען געטון פאר'ן רמב"ם...", ער האט אבער קיינעם נישט קיין טובה געטוהן מיט זיין ספר, מ'האט זיך זייער גוט אן עצה געגעבן אן דעם אויך. ער האט גארנישט גרינגער געמאכט, נאר צוגעלייגט נאך פסקים מיט וואס מ'דארף זיך רעכענען, סתם קאמפליצירט געמאכט א פשוט'ע קאנצעפט. ווי האט דער חזון איש געזאגט, "מוחל טובות"...
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט