וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

שליחה דורך ארי נוהם »

אין א דערנעבנדער אשכול האט ידידי היקר [tag]העניך[/tag] געפרעגט די שאלה: "וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל", אויף וואס פילע האבן זיך געבראכן ציינער צו טרעפן אן ענטפער, וויבאלד עס איז שווער דאס צו באשטימען באזירט אויף גאוני'שע מחודש'דיגע געדאנקען אין חכמת התורה, לעומת חכמות העולם.

באזירט אויף די דארטיגע ווערטער פון [tag]נהורא נפישא[/tag], [tag]צפור בודד[/tag] און [tag]כוכב[/tag], וואס האבן אויסגעשמועסט דעם פראבלעם מיט אידישער ליטעראטור לעומת גוי'אישע ערפינדער פון סיי וואספארא נוצבארע געדאנק, קלער איך אז מ'דארף עטוואס טוישן די שאלה און לפ"ז די תשובות:

מיר זענען דאך דער עם-הספר, עד היום הזה, מיט אן איבערפלוס פון ספרים אויף יעדן נושא וואס בארירט יהדות, און דערפאר דארפן מיר ענדערש באטראכטן וועלכע פון די הונדערטער טויזנטער ספרים האבן מציע געווען א מחודש'דיגע וועג פון טראכטן, און נישט וועלכע פון די ספרים (צי גדולים) האבן מציע געווען א ספעציפישן חידוש פון וואס מיר געניסן.

און טראצדעם וואס געוויסע ספרים וועלן געוויס ארויספאלן, טראץ זייערע אריגינעלע ווערק און וואונדערליכע חידושים (א שטייגער ווי די פילע פילאזאפן נאכן מורה, ביזן נייעם מהלך פון ן' קרשקש מיטן אור השם), דאך איז דאס א גוטע וועג וויאזוי צו באטראכטן די כלליות'דיגע חידוש וואס זייערע ווערק האבן געברענגט צום אידישן וועלט בשעתם ולדורות.



כ'וועל מציע זיין מיין ליסטע, דערווייל נאר מתקופת הגאונים וראשונים, וואס איז געוויס נאר א טיפה מן הים.


1. דער סדר רב עמרם גאון, וואס איז דער ערשטער מסודר'דיגער סידור אין כלל ישראל. דאס איז גראדע א חידוש אפילו לויט די קנה מידה פון העניך, וויבאלד מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו דעם יעדן טאג, דריי מאל א טאג, מיט א נוסח קבוע, אז מיר כאפן ניטאמאל וויאזוי דער אינטעגראלער טייל פון אונזער לעבן איז ערשט מסודר געווען צוערשט בתקופת הגאונים (און מיט די צייט זענען צוגעקומען שינויים וכו', אבער ס'שוין נישט קיין נפ"מ בחידוש הענין).


2. די יבול ספרותי פון רב סעדיה גאון. דאכצעך אז לפניו לא היה, און אפילו אחריו כמעט לא קם כמוהו, און געוויס נישט אויף אזויפיל אנדערע מקצועות, אריינגערעכנט שבע חכמות, און אלעס אויף גאר א הויכע סטאנדארט. היסטאריע געט נישט גענוג כבוד און רעספעקט פאר דעם אומגעווענליכן פערזאן, אבער א בליק אין זיינע פירושים אויף גאנץ תנ"ך, מיט אלע אנדערע ספרים פון דקדוק ביז פולמוסים און וואס נישט, ווייזט אונז די חידוש פון בפועל באשאפן יצירות נאכאנאנד פארן גאס - א נייע ערשיינונג בשמי היהדות.


3. דער אלפסי אויף תלמוד. ווידער איז עס היינט נאר א לימוד ווי רשב"א און ריטב"א, אבער איז פאר דורות נאכאנאנד געווען א בליציגער איינפאל און חידוש וואס האט פשוט געטוישט יהדות אויף אייביג. ער איז דער ערשטער מקצר צו זיין סוגיות און פסקנ'ען מסקנות בכל התלמוד כולו (עכ"פ וואס איז פארבליבן און איז אנגענומען געווארן), וואס איז שפעטער געווען דער פונדאמענט פון וואו דער רמב"ם האט געקענט קלערן פון זיין אייגענע מער-פארגעשריטענע מעטאד פון מאכן א יד החזקה.


4. צוויי תקופות פון פייטנים נפלאים, וואס האבן געטוישט אונזער נוסח התפילה אויף שטענדיג. אין אשכנז רעדט מען פון משפחת קלונימוס הידועה, עטליכע דורות איידער רש"י, און אין מדינות ספרד רעדט מען פון די לייבן רבי יהודה הלוי, רבי שלמה אבן גבירול, און די צוויי אבן עזרא'ס, רבי משה און רבי אברהם. זייערע פיוטים זענען אריין אין אונזער סידור יעדן יום טוב, ימים נוראים, און מסדר געווען יוצרים, פיוטים, סליחות, קינות, קרובות, און אלעס ארום. (כמובן נישט אויסלאזן הקלירי, ווער אימער ער'ז נאר געווען). זיי זענען נישט נאר געווען פייטנים וואס האבן באוויזן אנצוקומען אינעם סידור'ל, נאר זענען ווירקליך געווען גאונים און מחדשים סיי אין יצירת הפיוט - בעיקר די ספרד'ישע, און סיי גאונים בתורה ומדרש.


5. ס'האט געקאסט א שמייכל צו זען אז מ'האט אויסגעלאזט איינע פון די גרעסטע מחדשים אין היסטאריע, וואס צוליב זיין פשטות כאפט מען ניטאמאל די רעוואלוציע זיינעם. עפעס א אידל רבי שלמה יצחקי, וואס האט באוויזן אז זיין פירוש אויף גאנץ תנ"ך איז די פונדאמענט פאר יעדן תנ"ך לערנער ביזן היינטיגן טאג, און אז זיין פירוש אויף תלמוד איז די פונדאמענט פון יעדן תלמודיקער ביזן היינטיגן טאג. אוודאי האבן שפעטער אנדערע געשריבן מער מדוקדק און מער אויסגעהאלטן וכו', אבער די חידוש שבדבר איז אויסדרוקליך זיינס, און ער האט אויך געהאט א משקל זהב וואס צו שרייבן און וואס נישט - א זאך וואס צייגט זיך ארויס פון דעם וואס לא נס ליחו ביזן היינטיגן טאג.


6. נאך א גרופע אידן וואס פארלירן אייביג זייער רעספעקט, זענען די בעלי תוספות, אנגעהויבן פון רש"י'ס אייניקלעך, ר"י, ר"ת, רשב"ם. עס איז נישט נאר די פירושים וואס זענען פארבליבן (צי נישט), וואס איז נישט אנדערש פון אנדערע ראשונים וואס האבן געשריבן על סדר הש"ס, נאר בעיקר דער מחודש'דיגער געדאנק פון פרובירן צו מאכן ש"ס שטימען, פון איין סוגיא צום צווייטן. מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם, און אין די ישיבישע וועלט (ולאו דוקא ליטווישע) איז שוין הונדערטער יארן פארהאנען סוגיות וואס שטורעמען די לומדים וויאזוי צו פארענטפערן סתירות, אז ווידערמאל כאפן מיר זיך פשוט נישט אז די גאנצע מושג פון זוכן צו פארענטפערן א סתירה פון א סוגיא אין סנהדרין צו א סוגיא אין ב"ק, איז צו פארדאנקען די טעזע פון די בעלי תוספות, וואס האבן זיך פארמאסטן פאר דעם ריזיגן דזשאב, און אין איינוועגס אריינגעברענגט די הרגשה אין כלל ישראל אז אלעס מוז שטימען (עכ"פ וויפיל ס'איז שייך), און האט געוויס פארשטערקערט די קאנאניזאציע פון תלמוד, ודוק בזה היטב. אויב א מענטש דארף קריגן קרעדיט, איז עס געוויס דער ר"י הזקן - לכאורה דער מחדש הרעיון.


7. כמובן איז איינע פון די גרעסטע מחדשים דער רמב"ם. עס איז א געמיש פון דריי אומגלויבליכע כשרונות וואס ער האט באזיצן: א' - א גאלדענע פעדער און קריסטאל קלארע שפראך. א לשון וואס איז א ריינע לשון הקודש, מעסער שניידענד קלאר, און קורץ און שארף. ב' - אן אומגעווענליכן כשרון אין מסדר זיין אזא ריזן ווערק מסודר און צעטיילט דבר דבר על אופנו ביז די קלענסטע דעטאלן. ג' - זיין וואונדערליכע קאמבינאציע פון וויסנשאפטן און מדעי התורה ומדעי תבל צוגלייך. סיי זיין פירוש המשניות - ווידער דער ערשטער אויסצושטעלן אויף גאנץ משניות, סיי זיין מורה נבוכים - א יצירה וואס האט געטוישט יהדות העולמית אויף אייביג, און סיי זיין יד החזקה - כנ"ל, סיי אלס דער ערשטער אויסצושטעלן א ספר הפסק אויף כל התורה כולה און סיי אלס יצירה וואס האט געטוישט יהדות אויף אייביג, נישט נאר אין ציטירן זיינע פסקים נאר בעיקר אין די נייע וועג וויאזוי כלל ישראל וועט לערנען און שרייבן ווייטערדיגע חיבורים. דאס זעלבע איז מיטן מורה, וואס איז נישט נאר א כח מיט וואס מ'רעכנט זיך, נאר בעיקר די געוואלדיגע מאס דעות וואס זענען אנגענומען געווארן איבעראל אדאנק אים. א שטייגער האט מען אויבן געברענגט די י"ג עיקרים (לשבר את האוזן, שרייבט דער ראב"ד אז גדולים וטובים ממנו האבן זיך טועה געווען אין הגשמה [און מיר ווייסן אויך זייערע נעמען, ואכמ"ל], א זאך וואס איז מער נישט געווען שייך נאכן רמב"ם).


8. דער מהרי"ל, וואס ווערט באטיטלט - מיט רעכט - אלס אבי מנהגי אשכנז. עס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט געטוישט יהדות אשכנז אויף שטענדיג, און ווי אנדערש קולטור וואלט זיך אויסגעפארעמט ווען נישט דעם גדול בישראל. ער האט אריינגעברענגט מנהגים, נוסחאות, און אפילו ניגוני הנוסחאות, און האט געברענגט האלב פון רמ"א'ס געשרייבעכצער אויפן שו"ע, און א גאנצע קולטור פון מסורות און מנהגים עד היום הזה. אונזער קליידונג, טראכטונג, חת"ס'דיגע חדש אסור און חסידישער אל תיטוש, איז אים צו פארדאנקען. אבער נישט נאר וויפיל ער האט געטוישט איז ווערד צו דערמאנען, נאר אויך די חידוש שבדבר אז ער האט בכלל געפונען פאר וויכטיג צו דאקומענטירן און זיך אננעמען קנאיש פאר סיי וועלכע מנהגים, און אזוי ארום קאנאניזירט די געדאנק פון מסורה.


9. דער ספר הזוהר, וואס האט געטוישט די וועג פון אידישער מיסטיציזם אויף שטענדיג. אויב אנצונעמען אז עס איז נתחבר געווארן בתקופת הראשונים צי אביסל פריער און צוגעפיצט געווארן דורך די ליאון, איז עס א וואונדערליכע יצירה וואס האט קאנאניזירט חכמת קבלה, און עס גלייכצייטיג געטוישט פון פריערדיגע מיינונגען ווערנדיג די נייע מושל בכיפה עד ימינו אלה. אפגעזען אויב עס איז באזירט אויף א חיבור מימות חכמי התלמוד, איז עס נישט אנדערש געווען ווי פילע אנדערע קליינע חיבורים בח"ן וואס האבן נישט געטוישט יהדות העולמית, ביז הועווער איט איז וואס האט עס ארויסגעגעבן אלס פונדעמאנטאלע ווערק וואס מיר זעען היינט צוטאגס אלס זוהר.


10. ספרי רבי יהודה חיוג' איבער חכמת הדקדוק, וואס האט געטוישט די וועג פון באטראכטן די ווערטער פון לשון הקודש עד ימינו אלה. כמובן מוז מען געבן קרעדיט פאר ג'נאח, רס"ג, משפחת קמחי וכו', פאר זייערע ספרי מתרגמים, מכלולים ושרשים.


אזוי אויך האבן פילע גאונים וראשונים געמאכט וואונדערליכע מחודש'דיגע ווערק, הגם אויף פיל א קלענערע פארנעם. א שטייגער ווי אבן קרשקש מיטן אור ה', רשב"ם מיטן פירוש על המקרא על פי פשוטו של מקרא בלבד, רלב"ג מיטן פירוש הראציאנאלי אזש ביזן אויפרעגן רבני הדורות. אבער כ'קען דאך נישט אויסרעכענען יעדן חידוש...



אויב כ'וועל האבן מער צייט וועל'ך זיך אי"ה קענען נעמען צו תקופת האחרונים, ווען עס איז דא פיל פיל מער חיבורים וואס שטארצן ארויס מיט זייערע בליציגע נייע חידושים בכתיבה והשקפה.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר