קרח - ווי זיס איז א לעבן אן מחלוקת - אבער ווי אזוי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

קרח - ווי זיס איז א לעבן אן מחלוקת - אבער ווי אזוי?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

'פרשת קרח' איז די באקאנטע פרשה וואו די תוה"ק פארציילט אונז איינע פון די שווערע קאפיטלעך היסטאריע וואס כלל ישראל איז אדורך - די מחלוקת וואס קרח מיט די 250 ראשי העדה, די גרויסע פון כלל ישראל, האבן געפירט קעגן משה רבינו און אהרן הכהן. די תוה"ק באהאַלט עס נישט פון אונז נאר טוט עס אונז דערציילן, ווי פארשטענדליך כדי מיר זאלן ארויס נעמען דערפון די ריכטיגע מוסר השכל אז ס'זאל זיך חלילה נישט נאכאמאל איבער שפילן.

די תורה דערציילט: וַיִּקָּהֲלוּ עַל מֹשֶׁה וְעַל אַהֲרֹן, וַיֹּאמְרוּ אֲלֵהֶם רַב לָכֶם כִּי כָל הָעֵדָה כֻּלָּם קְדֹשִׁים, וּבְתוֹכָם ה' וּמַדּוּעַ תִּתְנַשְּׂאוּ עַל קְהַל ה' - קרח און זיינע מענטשן האבן זיך צוזאַם גענומען אויף משה און אהרן און זיי האבן געזאגט צו זיי, "צופיל האט איר גענומען אויף אייך, ווייל די גאנצע עדה איז הייליג און השי"ת איז צווישן זיי, פארוואס זאלט איר זיך העכער מאַכן אויף די געמיינדע פון אויבערשטן?!" ווען מ'לערנט די פרשה אויף א פשוט'ן אופן קוקט עס עפעס אויס ווי ס'איז געווען סתם א נידריגע מחלוקה, באגלייט מיט ליצנות. אבער אז מ'טראכט אריין פארשטייט מען אז קרח און זיין עדה זענען נישט געווען קיין חדר אינגלעך, קרח איז געווען א בעל רוח הקודש און א פיקח, דארפן מיר פארשטיין וואס איז טאקע געווען די טיפקייט פון זייערע טענות צו משה רבינו, משה רבינו האט דאך נישט געטיילט קיין שטעלעס ווי נשיאות אדער כהונה גדולה פון זיין אייגענעם ווילן, ער האט דאָך נאר געטוען דעם רצון הבורא. נו, ווי קענען קרח און די אידן זיך קריגן אויף דעם? בפרט אז זיי אליין האבן דאך געזען די פילע נסים ונפלאות וואס בורא עולם האט געטוען מיטן פאלק ישראל אויף טריט און שריט.

אין מדרש געפינען מיר נאכמער אז קרח איז אזוי ווייט געפאַלן ביז ער איז צוגעקומען צו זאגן: לא משה נביא ולא אהרן כהן גדול ולא תורה נתנה מן השמים (ילק"ש פרק טז). קרח האט געלייקנט אז משה איז א נביא, אז אהרן איז א כהן גדול און אז די תורה איז פון הימל. ווי קען זיין אז אזעלכע גרויסע מענטשן פון א דור דעה זאלן אראפ קומען אזוי נידריג און אָפחוזק'ן? דאס דארף א געהעריגער הסבר. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די אומגעהויערע טיפע ענינים, מיר פרובירן נאר שמועסן אויף אונזער מדריגה אלעס מיט'ן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

מען דערציילט אז דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל איז אמאל געפארן מיטן בעל עגלה אויף א נסיעה'לע, און אזוי אונטערוועגנס האט דער בעל עגלה זיך געוואלט אפשטעלן אראפכאפן א
פרוכט פון א בוים וואס האט געהערט פאר פריוואטע שטעטל איינוואוינער. ווען ער האט זיך אָפגעשטעלט האט דער חפץ חיים א שריי געגעבן: "בלייב שטיין, איינער קוקט!" דער בעל עגלה האט געקלערט אז דער חפץ חיים טוט אים ארויסהעלפן אין דעם אקציע, איז ער צוריק ארויף געשפרינגען און ווייטער געפאָרן. עטליכע מינוט שפעטער האט ער נאכאמאל פרובירט אראפצוכאפן א פרוכט פון א בוים, האט דער חפץ חיים נאכאמאל א שריי געגעבן "איינער זעט!" אזוי האט פאסירט עטליכע מאל, ביז דער בעל עגלה האט זיך אפגעשטעלט און געפרעגט, "איין מינוט, וואס גייט דא פאר? קיינער זעט דאך נישט." האט דער הייליגער חפץ חיים א ווייז געגעבן אויף ארויף, "דער בורא עולם זעט!"

די מעשה צייגט אז צומאל ווען מען זאל אונז פרעגן, "ברודער, ביסט א מאמין בה'?" וועט דער תירוץ זיין, "זיכער, וואס פאַר א שאלה איז דאס? אוודאי!" "האסטו בטחון אז דער בורא עולם איז דער פותח את ידיך און ער וועט דיר שיקן אלעס וואס דו דארפסט?" דא וועט ער שרייען שוין אביסל אומבאקוועם, "זיכער, וואס פרעגסטו מיר די אלע פשוטע שאלות?!" אבער עטליכע מינוט שפעטער, ווען מען געבט זיך א דריי אוועק געבט מען אזא כאַפ אַן עפל פון בוים, עפעס א פאלשע חתימה נאר דא און דארט, נאר עפעס א קליינע ליגנט, עפעס א דריידל, זיי נישט אזא גראדע מעכל, שרייב שוין אונטער. איי, ברודער וואו איז די אמונה געגאנגען? וואו איז דער בטחון? און פלוצלינג וועלן מיר אויפקומען מיט פילע תירוצים און הסברים פארוואס ס'איז גאר מותר אדער אפשר גאר א מצווה און אזוי ווייטער. מען פארגעסט אז דער באשעפער זעט און קוקט...

אבער ווי נאר דער אידעלע זאל זיך פרעגן באמת, איז דאס ריכטיגע אמונה און בטחון? אויב האלט איך מיט אַן אמת אז דער בורא עולם געבט און טיילט און האַלט אלעס מיט, וועלן מיר זיך דאך אויפפירן אינגאנצן אנדערש. נאר וואס דען, זיך אינגאנצן ארויפווארפן און גלייבן מיט א ריינע אמונה איז גאר א שווערע עבודה, און צומאל וועלן מיר גלייבן און כסדר אויסרופן דעם 'אנחנו מאמינים' ווען צו די זעלבע צייט איז פארהאן עפעס אזא סארט גלייכגילטיגקייט אז ס'דארף נישט לאזן א השפעה אויפ'ן פאַקטישן לעבן. צומאל האבן מיר אזא סארט "נישט אום שבת גערעדט" צוגאנג צו די גאנצע אמונה און בטחון. דער איד זאגט כסדר אז ער גלייבט און איז מאמין באמונה שלימה אז דער באשעפער איז דער איינציגער וואס שיקט פרנסה, געזונט און נחת, אבער למעשה די אויפפירונג צייגט עפעס אנדערש. ווען ס'קומט צו ברענגען די מחשבות מכח אל הפועל איז אונז גאר שווער אויפצוגעבן דעם קאנטראל, זיך ארויפצוווארפן אויפ'ן בורא עולם מיט א רואיגקייט, און פלוצלינג וועלן מיר אויפקומען מיט כל מיני תירוצים פארוואס ס'האט מיט אונזער אמונה נישט קיין שייכות, ס'איז נאר וועגן דאס און יענץ...

צוריקקוקנדיג אויף די לעצטערע טעג און וואכן באמערקט זיך אט די זעלבע יסוד גאר קלאר. ווי נאר די בשורה האט זיך פארשפרייט איבער דעם וויירוס זענען מיר געווען אזוי זיכער אז קיין אמעריקע וועט עס נישט אנקומען, פארגעסנדיג אז ס'איז דא א גרויסער באשעפער וואס מאכט די החלטות. דערנאך ווען ס'איז ליידער יא אנגעקומען האבן מיר געהויבן די אויגן צום בורא עולם, פון אלע ווינקלען איבער די וועלט האט זיך ארויסגעהערט דעם געדאנק אז ס'איז אלעס פון באשעפער, אצבע אלקים הוא. כלל ישראל האט געוואוסט מיט א קלארקייט אז ס'איז נישט דא וואו זיך צו ווענדן נאר צו אבינו שבשמים. אבער ווי נאר דער מצב האט זיך ברוך ה' פארבעסערט, פלוצלינג פארגעסט זיך דער אמונה און ס'ווערט גאר אַן אנדערע שפראך. דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג. די שפיטעלער האבן גע'הרג'עט מענטשן, דער פרעזידענט האט עס נישט גוט באהאנדלט, דער גאווערנאר איז געפערליך, דער מעיאר איז שולדיג, די רעגירונג לאזט נישט עפענען קעמפס - יעדער איינער טייטלט מיט די פינגער אויף א צווייטן. אבער איין רגע, א וואך צוריק האבן מיר דאך געוואוסט מיט א קלארקייט אז דער באשעפער איז דער איינציגער וואס ברענגט א מחלה חלילה און בורא עולם איז דער וואס קען עס אוועקנעמען, וואס קען דען א פשוט'ער מעיאר, א בשר ודם, טון קעגן דעם באשעפער? ווי קען מען דען זאגן אזעלכע ווערטער אז ווען נישט דעם דאקטאר און דער שפיטאל, אדער ווען דער עסקן וואלט ווען געטון אזוי און אזוי, וואלטן זאכן געווען אנדערש. האבן מיר שוין פארגעסן אז דער גאנצער מגיפה איז געקומען ווי א בליץ פון הימל?!
ו
ויפיל מאל הערן מיר א טראגעדיע, און די רעאקציע האט אזעלכע צומישטע מעסעדזשעס. פון איין זייט זאגט מען, דער באשעפער פירט די וועלט, אבער תיכף גייט מען צוריק "אבער דער דרייווער דארף מען איינזעצן פאר'ן גאנץ לעבן..." איי, וואס האבן מיר מיט'ן דרייווער, ס'איז דאך אלס אנגעשריבן פון אויבן, ווי קומט דאס דא אריין? נאר די אמונה פארמאגט נישט גענוג טיפע ווארצלען אינעם מענטש, יא מיר גלייבן אז דער באשעפער פירט אלעס, אבער למעשה שפירט זיך עס עפעס נישט אין די ביינער, ס'איז נאכנישט איינגעקריצט אין קאפ און מוח אז ס'איז נישט דא קיין 'אבער', אלעס איז אין סוף ברוך הוא, מלא כל הארץ כבודו, וואס די גאנצע בריאה איז איינגעהילט מיט זיין רצון.

ביי א געלעגנהייט האבן מיר געהערט פשט פון ראש ישיבת לוצערן הגרי"ד קופלמאן זצ"ל אויף דעם פסוק: הַשְׁלֵךְ עַל ה' יְהָבְךָ וְהוּא יְכַלְכְּלֶךָ לֹא יִתֵּן לְעוֹלָם מוֹט לַצַּדִּיק. אמאל מאכט זיך אז א קינד שטייט אויף א דאך פון א בנין און דער טאטע שטייט אונטן און ווארנט דעם קינד, "געב אכטונג, גיי פון דארט אוועק!" אבער דאס קינד, זייענדיג יונג און אומערפארן, קומט גאר נענטער צום עק, און שרייט, "טאטי כאַפ מיך!" און אזוי פלוצלינג געבט ער א שפרינג אראפ. ווי פארשטענדליך וועט דער טאטע אהין לויפן און זיך שטעלן מיט אפענע הענט גרייט צו כאפן דעם קינד, כאטש דאס קינד האט אים נישט געפאלגט, ווייל אז א טאטע זעט אז זיין קינד איז אין א סכנה וועט ער טון אלעס אין דער וועלט אים צו ראטעווען, נישט קיין חילוק ווי אזוי דאס קינד איז אנגעקומען אהין. דאס זאגט אונז דוד המלך: השלך על ה' יהבך, ווארף ארויף דיין פעקל אויפ'ן באשעפער, דו רוק דיך ארויס און ווארף אלץ אויפ'ן באשעפער, און אונזער ליבליכער טאטע וועט אונז קומען ראטעווען, נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב מען געפינט זיך.

ס'איז פארהאן א מציאות אויף דער וועלט ווען מיר גייען אריין גענצליך אין דעם אין סוף און מיר געבן גענצליך איבער קאנטראל, און מיר פאנגען אָן לעבן א לעבן פון דביקות בה', מען לאזט זיך "אריינפאַלן אין די הענט" פון אין סוף ברוך הוא. ס'איז שווער צו לעבן אזוי אויף שטענדיג פאר א פשוט'ע מענטש, אבער אין געוויסע תקופות, אין געוויסע צייטן, באקומט מען דעם שטארקייט און אויפ'ן מענטש לאזט זיך אראפ א הימלישע רואיגקייט. דער איד לעבט מיט א דערהויבענע אמונה און בטחון, און זיין גאנצע אויפפירונג זאגט און רעדט: "איך האב ארויפגעווארפן מיין לאסט אויפ'ן באשעפער, איך שפיר כגמול עלי אמו, איך בין גענצליך מבוטל צו די גרויסקייט פון הויה ברוך הוא." דער געדאנק פון "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" איז מער נישט א שיינע מאמר חז"ל וואס מען זאגט נאך אין א מוסר שמועס, נאר ס'ווערט א לעבנסשטייגער, ווען דער מענטש זעט זיך מער נישט אלס א באזונדערע 'איך' וואס איז גראדע אויך א מאמין בה', נאר ער ווערט טאקע מקושר צום חלק אלוק ממעל מיט א גענצליכע התבטלות.

דערמיט קענען מיר אביסל פארשטיין דעם ענין פון קורח. יא, אוודאי האבן די ראשי העדה, קרח ועדתו, געגלייבט אין באשעפער. זיי האבן דאך געזען און מיטגעהאלטן די וואונדערליכע ניסים, פון יציאת מצרים, מתן תורה, די מן און אזוי ווייטער. נאר צומאל זענען מיר אין א פלאץ וואס מיר זענען מאמין בה', אבער ס'פארמאגט אַן 'אבער'. ס'קומט מיט א זייטיגע תירוץ. יא, דער באשעפער פירט די וועלט, אבער... יענער האט מיך למעשה בא'עולה'ט און כ'מוז אים אפצאלן ווי ס'פאסט. דאס האט פאסירט ביי קרח ועדתו, זיי האבן ווייטער גערופן דעם פאלק: קהל ה', זיי האבן געגלייבט אין באשעפער, נאר ס'איז מיטגעקומען מיט אַן 'אבער', מיט א 'תירוץ'. אבער משה רבינו... אבער מדוע תתנשאו... אבער אהרן הכהן... אבער טלית שכולה תכלת... אבער אבער אבער....

אמאל מאכט זיך אז מען וויל נישט אנערקענען אז מען האט שוועריגקייטן מיט אמונה - ווי ס'מאכט זיך ביי יעדן איד כמעט. און אז ס'שפירט זיך אין הארץ כביכול תרעומות אויפ'ן בורא עולם, איז גרינגער עס אנצולייגן אויף א צווייטן. עס איז דאך נישט קלאסיש פאר א ראש העדה זיך אפצורעדן אז דער באשעפער האט אים נישט אויסדערוועלט צו זיין כהן גדול, פאנגט מען אָן אויסגיסן דעם הרגשה אויף דעם און אויף יענעם. און אין דור המדבר האט מען עס ליידער אויסגעגאסן אויף די געטרייסטע און הייליגסטע, אויף משה און אהרן. דאס זעלבע פאסירט עטליכע מאל אין מדבר, ביים בעטן וואסער, ביי די שליו, וילנו העם על משה. יעדער האט טענות אויף משה רבנו און אהרן הכהן, ביז ס'קומט צום שפיץ אט דא אין אונזער פרשה, וואו די תוה"ק דערציילט אונז דאס שרעקליכע, אז זיי האבן פשוט געמאכט א גאנצע מחלוקת קעגן משה און אהרן. אבער ווי פארשטענדליך איז עס נאר געווען א צודעק צו דעם אמת, אז זיי האבן ליידער פארלוירן די ריינע אמונה און בטחון אין בורא עולם.

דערפאר זעען מיר ווי קרח ועדתו האבן זיך ארומגענומען מיט א מאנטל פון קדושה, און געזאגט: כִּי כָל הָעֵדָה כֻּלָּם קְדשִׁים וּבְתוֹכָם ה' וּמַדּוּעַ תִּתְנַשְּׂאוּ עַל קְהַל ה'. ס'כאפט א פחד צו באמערקן אז ווען מיר זענען נישט אמת'דיג, ווען מיר זענען נישט גרייט צו אנערקענען אונזערע אייגענע שוועריגקייטן, וועלן מיר אויפקומען מיט כל מיני טענות ומענות, כל מיני סיבות און תירוצים, און מסביר זיין מיט די בעסטע ארגומענטן ווער איז שולדיג און וואס איז דער פראבלעם. מיר קענען ווייזן מיט די פינגער אויף די הייליגסטע און גרעסטע, אויף אונזערע נאָנטסטע און געטרייסטע און די וואס זענען גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר אונז בלב ונפש, און אט דאס וועט זיין דער מקור פון אונזער טענה. אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז דער אמת'ע געשריי א טיפע יסודות'דיגע געשריי וואס זאגט: "איך בין נאך נישט אינגאנצן גרייט צו אנערקענען מיין קליינע נישטיגקייט קעגן די ענדלאזע בריאה, איך פרוביר מיך נאך איינצורעדן אז עפעס זענען מיר אין קאנטראל, עפעס כוחות האבן מיר נאך..."

דאס זאגט אונז דער פסוק ביים סוף פון דער דראמאטישער געשיכטע: וְלֹא יִהְיֶה כְקֹרַח וְכַעֲדָתוֹ - זיי נישט ווי קרח און זיין עדה. א איד זאל נישט טון אזעלכע זאכן, נאר לאמיר אויפמאכן די אויגן מיט אַן אמת און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף בורא עולם, ווייל אין די הענט פון השי"ת איז נישט פארהאן קיין דאגות און יסורים. דארט ווייסט דער אידעלע מיט א קלארקייט אז דער בורא עולם פארזארגט מיר, עס איז נישט דער און עס איז נישט יענער, אונטער אלעם איז דא דער גרויסער כח פון בורא עולם וואס מאכט אלעס און טוט אלעס און מיר זענען אלע כאין וכאפס. איי, צומאל שפירן מיר עס נישט? אויף דעם דארף מען זיך טאקע כסדר שטארקן און ארבעטן אויף זיך, אבער חלילה זאל מען נישט מאכן דערפון א "קורח ועדתו", צו ווידערשפעניגן אין דעם באשעפער'ס רצון און זיך פארלירן אין די אייגענע רצונות און שטרעבנס.

צוויי אידן זענען געקומען צו אַן אנגעזעענעם איד מיט א סכסוך. ס'האט זיך געהאנדלט פון א געוויסע ביזנעס פראיעקט וואס זיי האבן אנגעהויבן אלס שותפים און למעשה איז ענטשאנען שווערע קאַנפליקטן, ס'האט געהאלטן ביי א מצב וואס דער גאנצער פראיעקט איז געווארן אפגעשטעלט וויבאלד ס'איז געווען פארוויקלט אין מחלוקת. די צוויי יונגעלייט האבן געבעטן דעם ערליכן איד ער זאל זיי ארויסהעלפן זיך דורכקומען צווישן זיך.

איידער דער איד האט אנגעהויבן דורכטון די נושא האט ער זיי אראפגעזעצט און געפרעגט א דירעקטע שאלה. "צו גלייבסטו באמת אז דער בורא עולם פירט די וועלט און קיינער קען נישט צונעמען ביי קיינעם א פרוטה?" ער האט געפרעגט ביידע פון זיי און יעדער האט געענטפערט אוודאי, איך גלייב אזוי באמונה שלימה. אזוי האט ער איבערגעפרעגט עטליכע מאל. דערנאך האט ער זיי מציע געווען, "אויב אזוי אז איר גלייבט טאקע באמת אז דער באשעפער פירט די וועלט, לאמיך אייך בעטן, ראובן זאל זאגן די טענות פון שמעון, און שמעון זאל זאגן די טענות פון ראובן."

ביידע האבן אים אזוי אנגעקוקט צומישט, "וואס הייסט, איך זאל זאגן די טענות פון מיין חבר?" אבער דער איד האט זיי געזאגט מיט א קלארקייט אז אויב זיי גלייבן באמונה שלימה אז קיינער קען זיי נישט צונעמען קיין פרוטה דארפן זיי זיין רואיג צו זאגן די טענות פון זייער שותף, לאמיר הערן וואס איז יענעמ'ס צד. אזוי האט טאקע פאסירט, ביידע האבן געמוזט מסביר זיין בטוב טעם ודעת וואס איז דעם צווייטנס צד, און פארשטייט זיך ס'האט נישט געדויערט קיין לאנגע צייט און די צוויי צדדים זענען ארויס בשלום ושלוה.

די שורש פון אלע מחלוקות קומט פון דעם וואס דער מענטש לעבט נאכנישט גענוג שטארק מיט די הכרה אז אמונה ובטחון איז נישט בלויז א מוסר שמועס נאר ס'איז א פאקטישע מציאות. די וועלט ווערט נישט געפירט דורך מענטשן נאר דורך א העכערער כח. ווי לאנג איינער רעדט זיך איין אז מיר פירן די וועלט, קען מען זיין ברוגז אויף דעם און אויף יענעם, און אנצינדן א פייער וואס ברענט און פארלענדט דאס בעסטע און דאס שענסטע.

בדרך רמז קען מען זאגן אז אפשר איז דאס פשט אין דעם עונש פון באגראבן ווערן לעבעדיגערהייט, פון וַתִּפְתַּח הָאָרֶץ אֶת פִּיהָ. ווייל מחלוקת טוט פשוט באגראבן דעם מענטש, ס'איז נישטא קיין שום פארדינסטן, און דער מענטש באגראבט זיך און די קינדער אין א ביטערע פלאץ, וואס די נאכווייען זענען אומבאשרייבליך. מען זעט צומאל אז גאנצע משפחות זענען צוריסן פאר יארן וועגן אביסל כבוד און געלט, גאנצע משפחות פון שכנים רעדן נישט איינער מיט'ן אנדערן ווייל עס דאכט זיך אז יענער האט ארויסגעבויט, אהינגעבויט, און ער האט 'מיך' בא'עולה'ט. אנשטאט צו מקבל זיין די מצב און פארשטיין אז אזוי וויל מען פון הימל, שיסט מען אלע פיילן אויף יענעם און אלע פאלן אריין אין דעם זומפ. ליידער זענען גאנצע משפחות עלנד און צובראכן פון דעם מחלה נוראה פון ווילן אויספירן און זיין גערעכט. דאס אלעס וואלט געקענט פארמיטן ווערן מיט די פשוט'ע הבנה, די יסוד פון אידישקייט: ס'איז דא א העכערע כח וואס האט באשאפן און פירט די וועלט און מיר זענען בלויז אין זיינע הענט כחומר ביד היוצר.

טייערע ברידער און שוועסטער, אין דער מינוט וואס מיר פארגעסן אז בורא עולם פירט און מאכט, אין דער מינוט וואס מיר רעדן זיך איין אז מיר זענען אין קאנטראל אויף דער מצב, און מיר דארפן זיך פארטיידיגן און זיך באשיצן פון יענעם, ברענגט עס מיט זיך ביטערקייט און חורבן, ס'צוברעכט און מאכט חרוב. מען דארף נאר אביסל אויפמאכן די אויגן און באמערקן אז מיר לעבן היינטיגע צייטן אין א גאנצע וועלט פון פירוד פון חורבן, און די מקור פון דאס אלעס איז גאווה און מאכט. ווער איז שטערקער? ווער איז מער? ווער האט מער כוחות און ווער קען מער ווייזן? צו די זעלבע צייט צוברעכט עס דאס ביסל וואס מיר האבן, דאס ביסל הייליגע דעת וואס איז אונז פארבליבן ווערט צומישט און פארלוירן ה"י. וויפיל משפחות וואלטן געווען גאנץ, וויפיל שותפים וואלטן שיין פארדינט, וויפיל חברים וואלטן געבליבן חברים, ווען אמונה ובטחון וואלט געווען אונזער וועג ווייזער, ווען מיר וואלטן מיט די גרעסטע קלארקייט געוואוסט אז קיינער קען מיר גארנישט אוועקנעמען, אלעס וואס עס פאסירט ווערט געפירט דורך מיין ליבע טאטע.לאמיר אלע מקיים זיין דעם ציווי פונעם פסוק, ולא תהיה כקורח ועדתו. מיר וועלן זיך נישט פירן מיט דעם סארט מהלך וואס באגראבט יעדן לעבעדיגערהייט, נאר זיך לאזן אריינפאלן אין די הענט פון גרויסן בורא עולם און לאזן די וועלט זיך פירן ווי עס דארף. אויסרופן צו זיך און אונזערע קינדער דעם "אני מאמין באמונה שלמה. שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים", ס'איז אומבאשרייבלעך ווי זיס און לעכטיג דאס לעבן פון אמתע אמונה און בטחון איז, ס'איז פשוט א פלאץ פון וויקאציע און אפרוה אָן קיין דאגות, אָן קיין קנאה און שנאה, נאר מיט די גרעסטע רואיגקייט טוט מען זיך ווייקן און דביקות בה', מען לעבט און שפירט דעם השגחה פרטית, אונזער טאטע אין הימל פירט אונז אויף טריט און שריט, שפירן דעם כי טוב ה'... ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, מיר זאלן אלע זוכה זיין כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אז א מענטש לעבט מיט התבטלות צום בורא עולם וועט ער קיינעם נישט באשולדיגן.
• די בעסטע מיטל צו פארמיידן מחלוקת איז צו אנערקענען אז מיר מענטשן זענען נישט בעל הבית אויף דער וועלט.
• לאמיר זיך ווייקן אין דביקות בה', לעבן און שפירן דעם "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה".

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר