פנחס - הייליגע קנאות מהו?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פנחס - הייליגע קנאות מהו?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

פאריגע וואך אין פרשת בלק שטעלט זיך ארויס די שטארקע ליבשאפט וואס הקב"ה פארמאגט צו זיינע טייערע קינדערלעך. צוליב דעם לאזט נישט השי"ת אז דער רשע בלעם זאל זיי
שעלטן, נאר דאס פארקערטע פאסירט. בלעם שרייט אויס מיט התרגשות מה טובו אהליך יעקב - 'ווי שיין און גוט זענען די שטיבער פון יעקב. אבער דער רשע געבט נישט אויף און זאגט פאַר בלק אז ס'איז פארבליבן איין עצה: "אלוקיהם של אלה שונא זימה" - דער אידישער גאט האט פיינט אומווערדיגקייט, ווייל איינע פון די יסודות פון אידישקייט איז קדושה - הייליגקייט, ממילא קענסטו זיי מכשיל זיין אין עניני קדושה ר"ל. געזאגט און געטון, די רשעים שיקן זייערע אייגענע טעכטער מכשיל צו זיין די אידן, און ליידער האט זייער פלאַן געארבעט. די בנות מואב האבן געשלעפט די אידן צו גילוי עריות און פון דארט איז שוין געגאנגען גרינג צו עבודה זרה פון בעל פעור, און די שרעקליכע זינד האט געברענגט א שווערע מגיפה ביים פאלק.

צווישן די גאנצע צומישעניש שטעלט זיך ארויס איינער פון די יונגערע פון די חבורה: פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן. דער צדיק קען נישט צוקוקן דעם שרעקליכן חילול ה' וואס דא קומט פאָר, די שרעקליכע פירצה מיט די בנות מואב, ער זעט די סכנה וואס ליגט אויף כלל ישראל, און מיט מסירת נפש, מיט א הארץ וואס ברענט פאר כבוד שמים, שפרינגט ער אויף, טוט דעם העלדישן אַקט און טוט אָפשטעלן דעם שרעקליכן מצב. אין דער איצטיגער פרשה באצאלט אים דער באשעפער מיט דער מתנה פון כהונה, ווי דער פסוק זאגט: לכן אמור לו הנני נותן לו את בריתי שלום.

לאמיר זיך אפשטעלן און זיך פארטיפן. ווי באקאנט איז דער גאנצע מציאות פון כהונה א שטיק חסד, אהבה און שלום, ווי מען זעט אז אהרן הכהן איז געווען אַן אוהב שלום ורודף שלום. אבער ווען מען באטראכט די קנאי'שע אקט וואס פנחס האט געטוען - כאטש ס'איז קלאר אז ער האט געראטעוועט כלל ישראל - פרעגט זיך, ווי ליגט אין דעם דוקא דער שכר פון שלום און כהונה?

אין תהלים ווען דוד המלך דערמאנט די געשיכטע פון פנחס שטייט אין פסוק: וַיַּעֲמֹד פִּינְחָס וַיְפַלֵּל וַתֵּעָצַר הַמַּגֵּפָה (תהלים קו ל). אז מען כאַפט א בליק אין די פרשה טרעפט מען בכלל נישט דער ענין פון תפלה - אז פנחס זאל האבן געדאוונט, אדער עפעס ענדליך. פון די צווייטע זייט, זעט מען אז די עיקר גרויסקייט פון פנחס וואס ער האט געטון, דעם ויקח רמח בידו, ווערט נישט דערמאנט אין תהלים. פארשטייט זיך אז די אלע ענינים פארמאגן א אומגעהויערע טיפקייט, לאמיר אבער פרובירן אפצולערנען די פרשה אויף אונזער מדריגה, אלעס מיטן ציל צו קענען בעזר ה' ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאַרן טאג טעגליכן לעבן.

א יונגערמאן דערציילט: זייענדיג א יונגער בחור בין איך נישט געווען פון די חשוב'ע בני ישיבה, איך האב זיך געדרייט מיט די נישט ריכטיגע חברים און צוביסלעך בין איך געפאלן און געפאלן. ויהי היום, דער ראש ישיבה האט מיר אריינגערופן און געזאגט, "מיין טייער קינד, ס'איז געקומען די צייט צו פאַקן די פעקלעך, די ישיבה איז נישט פאר דיר." איך האב גוט פארשטאנען די סיבה דערצו, און צובראכן און צוקלאפט האב איך מיך אויסגעדרייט צום טיר. פלוצלינג הער איך ווי מיין ראש ישיבה פלאַצט אויס אין א געוויין. איך האב זיך צוריק געדרייט און באמערקט אז ער ווארפט זיך פון בכיות און ווישט הייסע טרערן. איך בין געבליבן ווי פארגליווערט, נישט וויסנדיג וואס גייט דא פאָר, איך האב אזוי געקווענקלט וואס צו טון. און דאַן האט דער ראש ישיבה מיר געוויזן צוריק אריין צו קומען, און ער האט מיר געזאגט ווערטער וואס האבן געטוישט מיין לעבן: "איך וויין אז דאס וואס איך האב געטון זאל טאקע זיין די ריכטיגע החלטה – איך וויין אז דו זאלסט מצליח זיין, איך וויין אז הקב"ה זאל דיר באגלייטן און זאלסט האבן הצלחה אויף טריט און שריט, און איך וויין אז אפשר דאָך זאלסטו מיט אונז יא פארבלייבן".

דער אינגערמאן דערציילט ווייטער: אט יענע טרערן האבן מיר פלוצלינג דערמאנט אז דער ראש ישיבה מיינט מיין טובה, דער ראש ישיבה וויל מיין גוטס, פלוצלינג האבן די ווערטער אז איך דארף פארלאזן די ישיבה געהאט אַן אנדערע אפטייטש. ס'איז געווארן א רוף אז איך מוז מצליח זיין, ס'איז געווארן א געבעט פון שטייגן... אין אט יענעם מינוט האב איך געמאכט די
גרויסע החלטה זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און ברוך ה' איך בין געבליבן אין די ישיבה און זוכה געווען צו ווערן א נאנטער תלמיד צום ראש הישיבה.

ווען עס קומט צו עבודת ה', מאכט זיך צומאל אז עס פארלאנגט זיך פון אונז קנאות, וואס דאס מיינט אז ס'פארלאנגט זיך א שריט וואס האט אין זיך שטארקייט, צו דאס איז אין שטוב, מיט חברים, אין ביהמ"ד, און אפילו פאר זיך אליין. אמאל איז דער ריכטיגע זאַך זיך צו געבן א שטיקל פסק מיט אביסל שמאל דוחה אין זיך, ס'פארלאנגט זיך א שארף ווארט, א ווארט פון התעוררות, מוסר וכדומה. ס'איז קלאר אז ס'קען זיך אויספעלן אמאל צו אויפשאקלען דעם מצב. אבער אין עבודת ה' ווייסן מיר אז יעדע חלק פון אונזער עבודה דארף זיין איבערגעטראכט מיט קאפ און מח. אז מען טוט עפעס אָן מחשבה, איבערגעאיילט, קומט נישט ארויס קיין גוטס. אויב איז דאס געזאגט געווארן שטענדיג, איז א קל וחומר ווען עס קומט צו אַן אקט פון קנאות, אז ס'איז ממש א סכנה אויב מען כאפט זיך ארויס מיט א שארף ווארט אָן עס איבערטראכטן.

אויב א איד וועט אריינקומען אינעם סדר נאכט גלייך פון דער ארבעט, און געבן א כאַפ א כזית מצה און מאכן א ברכה און אויפעסן, וועלן מענטשן אים אנקוקן אלס אביסל אינטערעסאנט. אויב אזוי איז א כל שכן אז ווען מען זאגט פאר איינעם א שארף ווארט, מען גרייט זיך צו מקיים פסק זיין און שטעלן איינעם אויפ'ן פלאץ, אדער גאָר ווען מען האלט זיך זעלבסט פאָר און מען האט טענות אויף זיך אליינס, דארף מען זיך גרייטן דערויף און איבערטראכטן און איבערקלערן הונדערט מאל אויב דאס איז טאקע די פאסיגע שריט. און אויב חלילה א איד טראכט נישט צוויי מאל איידער ער לאזט זיך ארויס אין אזא קנאות אקציע, ווערט דער הייליגער ענין פון קנאות פארוואנדלט אין א מידה גרועה, עס ווערט א פשוט'ע וועג פון ווייזן אז כ'בין נישט מסכים, און אזוי פארלירט עס די תכלית און ציל, בדרך כלל וועט עס אפילו ארויסברענגען די פארקערטע פון דאס וואס מיר ווילן עררייכן, ווי מען זאגט נאָך פון דער בריסקער רב זצ"ל אז קנאות און רשעות זענען זייער נאנט איינער צום אנדערן, און מען דארף שטארק אכטונג געבן אז ס'זאל זיך נישט אריבערכאפן.
ו
וען עס קומט א צייט וואס מיר שפירן אז עפעס געפערליך קומט פאָר, און מען מוז נעמען א שטרענגע שריט, און נאכאמאל - ס'איז קיין חילוק פון וועמען מיר רעדן דא - א טאטע צו א קינד, א רבי צו א תלמיד, א חבר צו א חבר, אדער א מענטש צו זיך אליין - דארפן מיר זיך אפשטעלן אין אזא צייט, און וויסן און געדענקן מיט א קלארקייט ווער מיר זענען, וואס מיר ווילן, און וואס איז דער תכלית און ציל פונעם שמועס. אבער בעיקר דארף מען זיך פרעגן פון וואו עס קומט דער שמועס, פון וואו קומען די ווערטער, פון וואנעט שטאַמט די תשוקה צו נעמען אזא שארפע שריט. צו קומט עס פון א קנאות וואס איז נישט מיט אַן אמת, וואס דאס מיינט אזא סארט קנאות וואס שרייט ארויס: 'דו טוסט נישט ווי איך וויל, דו פירסט זיך נישט ווי איך פארשטיי!' אדער קומט עס פון א ריינע ליבליכע פלאץ פון מרבה זיין כבוד שמים אויף דער וועלט, פון א פלאץ וואס איז פול מיט הכנעה און התבטלות צום בורא עולם, אַן אפגעהיטענע פלאץ וואס טוט עס בלויז להרבות כבוד שמים אויף דער וועלט. איידער מיר נעמען זיך צו די מצוות מחאה און אַפירהאַלטן זיך אליינס אדער א צווייטן, לאמיר גוט אריינקלערן אויב דאס קנאות איז א פשוט'ע אינערליכע שוואכקייט וואס קען זיך נישט ספראווען מיט עפעס וואס גייט אנדערש ווי געראכטן, אדער איז עס עפעס וואס קומט ארויס פון א ריינע ווייטאג ווען מען זעט ווי איינער וואס איז מיינס א ברידער, איינער וואס איך האב אים ליב, פירט זיך נישט ריכטיג? צו איז מיין איינציגער ציל להרבות שלום ורעות אדער חלילה נישט?!

לאמיר באמערקן דעם יסוד מיט א טריט טיפער: צומאל טוען צוויי מענטשן דעם זעלבן פעולה, לאמיר נעמען א פראקטישע משל אין חינוך, צוויי טאטעס זאגן פונקטליך די זעלבע שאַרפע ווערטער פאר זייערע קינדער. ביי איינעם האט עס א געוואלדיגע רושם אבער ביים צווייטן האט עס עפעס נישט אזא גוטע רושם, און מיר וואונדערן זיך, וואס איז דער חילוק? ביידע האבן דאך געטון די זעלבע פעולה? צומאל אויב זאלן מיר זיין אמת'דיג און אריינטראכטן, וועט זיך באמערקן אז דער חילוק איז פון וועלכער ארט קומען די ווערטער, פון וואו שטאַמט דער פסק? אויב קומט עס פון א פלאץ פול מיט ליבשאפט, און דער טאטע וויל באמת מיט די גאנצע הארץ משפיע זיין פארן קינד, ער וויל דאס קינד'ס טובה (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט עפעס וואס מען קען פשוט זאגן, נאר מען דארף עס באמת שפירן הונדערט פראצענט), וועט עס בעזר ה' האבן א גוטע רושם, ווייל דאס קינד שפירט אין די שארפע ווערטער אַן אהבה און ליבשאפט, אבער צומאל זענען אין די שורות אריינגעמישט פילע נגיעות און אגענדעס, און כאטש וואס ס'איז דארט פארהאן א נקודה של אמת, ס'קען זיין אז דאס קינד פירט זיך טאקע נישט ריכטיג, איז עס אבער נישט לויטער, און עס האט נישט א גענצליך ריינע כונה. דאס קינד שפירט עס און דאס שטערט אים מקבל צו זיין די דברי מוסר.
ו
וען ס'קומט צו א תורה'דיגע קנאות פארלאנגט זיך פון אונז אז ס'זאל זיין עפעס וואס קומט ארויס פון די ריינסטע פלאץ, פון א הארץ וואס גיסט איבער מיט ליבשאפט צו די גאנצע בריאה, פון א הארץ וואס איז בטל ומבוטל צו בורא עולם און וויל נאר פארשפרייטן מער כבוד שמים איבער די וועלט, דעמאלט קען פאסירן אז דער קליינער פסק אדער א פעטשעלע איז נאר א היכי תמצא ווי אזוי עפעס ווערט ארויסגעברענגט אז מען זאל זיך שטעלן אויפ'ן פלאץ. אבער דער מעסעדזש איז אסאך טיפער, ווייל מען פארשטייט אז ס'איז נישט דאס וואס האט פאסירט, ס'איז פארגעקומען עפעס אסאך מער און טיפער, מיר האבן ארויסגעוויזן מיט א קלארקייט אז ס'טוט וויי, מיר האבן ארויסגעוויזן אז בורא עולם'ס וועלט דארף אויסזען אנדערש, מיר לעבן אין א העכערע וועלט.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. דערנאך וואס כלל ישראל איז נעבעך אריינגעפאלן אין דעם שרעקליכע זינד וואס האט ווי באקאנט געברענגט די ביטערע גזירה, שטעלט זיך ארויס איינער פון די יונגערע פון די חבורה, פנחס בן אלעזר הכהן, וואס ער קען נישט צוקוקן דעם שרעקליכן חילול ה' וואס דא קומט פאָר, ער זעט די סכנה וואס ליגט אויף כלל ישראל און מיט מסירת נפש - מיט א הארץ וואס ברענט פאר כבוד שמים, שפרינגט ער אויף. אבער דא באמערקט זיך עטליכע ווערטער אין פסוק: וַיָּקָם מִתּוֹךְ הָעֵדָה. ער האלט זיך נישט העכער און הייליגער, נאר מתוך העדה, ער איז בטל ומבוטל צום גאנצן כלל ישראל און מיט די גרעסטע ליבשאפט טוט ער דעם העלדישן אַקט און טוט אָפשטעלן דעם שרעקליכן מצב. און ווי רש"י הקדוש זאגט אונז "והמה בכים - נתעלמה ממנו הלכה (כל הבועל ארמית קנאים פוגעים בו) געו כולם בבכיה. בעגל עמד משה כנגד ששים רבוא שנאמר ויטחן עד אשר דק וגו', וכאן רפו ידיו, אלא כדי שיבא פינחס ויטול את הראוי לו" – די מנהיגי ישראל זענען געווען פארלוירן וואס צו טון דא, און דער העלדישער פנחס האט געראטעוועט דעם מצב. רש"י שטעלט צו פנחס צו משה רבינו וואס האט פארטיליגט דעם עגל, און רש"י הקדוש זאגט אונז אין די שורות אז ס'איז געקומען פון אט דעם זעלבן פלאץ, פונקט ווי אונזער רבי משה האט עטליכע מאל זיך אויפגעשטעלט פאר כלל ישראל און מיט די גרעסטע ליבשאפט האט ער פאר אונז איינגעריסן און מתפלל געווען, אט דאס זעלבע שפילט זיך אפ מיט פנחס, מיט די גרעסטע התבטלות און עניוות און מיט א הארץ פיל מיט ליבשאפט שטייט ער אויף פאר כלל ישראל.

דערפאר איז פנחס זוכה צו דעם כתר כהונה, ווי דער פסוק זאגט: לכן אמור לו הנני נותן לו את בריתי שלום – בדרך רמז ליגט דא א מידה כנגד מידה, ביים כהן טרעפט מען אט דעם זעלבן יסוד, דער כהן איז א שוחט, גאנצע פסוקים רעדן זיך פון דעם נקודה פון שחט'ן קרבנות, אבער ווי פארשטענדליך איז עס אז דער כהן איז נישט עפעס א שוחט. דער כהן טוט אויך דעם אקט פון שחיטה אבער צו דעם ליגט אסאך מער און טיפערס, דער כהן איז מכפר פאר כלל ישראל, דער כהן איז דער מקרב, דער כהן ברענגט אונז צוריק נאנט צו אבינו שבשמים, ווי חז"ל זאגן אונז כהנים אוכלים ובעלים מתכפרים. דער פעולה פון קרבנות איז באגלייט מיט פילע הלכות וואס זענען נוגע צו דער מחשבה פונעם כהן און דער וועג ווי אזוי דער כהן גייט צו צום עבודת המקדש, וואס דאס זאגט אונז אז אמת ס'איז פארהאן דארט דער נקודה פון שחט'ן אבער נישט דאס איז עס, ס'האט צו זיך אסאך מער און טיפערס, ס'איז פיל מיט הארץ און נשמה, ס'איז פיל מיט געגועים צוריק צו ברענגן די בריאה פון אין סוף ברוך הוא צו א פלאץ פון שלום ושלווה, און ווי דער כהן זאגט ביי ברכת כהנים ווען ער בענטשט די אידישע קינדער: אשר קדשנו במצוותיו וציונו לברך את עמו ישראל באהבה...

אט דא איז דאס דער זעלבער יסוד, פנחס האט געטוען א פעולה פון ויקח רמח, אבער דאס ווייזט נאר אויף זיין ליבשאפט צו הקב"ה, ער האט זיך מוסר נפש געווען און אלעס געווען גרייט אוועקצוגעבן פון זיין גרויס ליבשאפט צום פאלק ישראל, פון זיין גרויס געטריישאפט צו אבינו שבשמים, אלעס מיטן תכלית און ציל צוריק צוברענגן די וועלט צום ריכטיגן הייליגן פלאץ.

אט דאס באמערקט זיך קלאר אין תהלים, ווי מיר זעען דאס טאקע פון די פסוק אין תהלים: וַיַּעֲמֹד פִּינְחָס וַיְפַלֵּל וַתֵּעָצַר הַמַּגֵּפָה. דוד המלך דערמאנט נאר די תפילות פון פנחס, כאטש אין פסוק טרעפן מיר עס נישט, און דערמיט דערהערן מיר אז דער עומק פון דער גאנצער קנאות פון פנחס איז געווען די תפילות וואס פנחס האט מתפלל געווען, ס'איז נישט געווען עפעס אַן אקציע און דאס איז עס, ס'איז געקומען באגלייט מיט הייסע תפילות און מסירת נפש. נאכמער, אין תהלים באמערקן מיר בכלל נישט דער ענין פון ויקח רמח בידו, ווייל ווי מיר שמועסן איז דאס נאר געווען דער היכי תמצא ווי אזוי ס'איז געטון געווארן, אבער נישט דאס איז געווען דער פעולה, דער עיקר איז געווען די הייסע תפילות און מחשבות וואס זענען געקומען באגלייט, און טאקע דערפאר האט פנחס זוכה געווען צו כהונה וואס איז אט די זעלבע מציאות ווי געשמועסט.

ס'שטייט אין באר משה, אז דאס לשון פון קנאות - קנאה – און דאס לשון פון נאקה - א געשריי, איז די זעלבע אותיות. דאס זאגט אונז אז אמת'ע קנאות קומט באגלייט מיט הייסע תפילות צו בורא עולם, ס'קומט באגלייט מיט התבטלות לה', און בהמשך זענען מיר זוכה צו דעם לָכֵן אֱמֹר הִנְנִי נֹתֵן לוֹ אֶת בְּרִיתִי שָׁלוֹם וואס איז אונז מרמז אויף א צווייטע "לכן אמר", ווי מיר טרעפן ביי גאולת מצרים: לָכֵן אֱמֹר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֲנִי ה' וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם וְהִצַּלְתִּי אֶתְכֶם מֵעֲבֹדָתָם וְגָאַלְתִּי אֶתְכֶם בִּזְרוֹעַ נְטוּיָה וּבִשְׁפָטִים גְּדֹלִים וכו' – ווי באקאנט זענען מיר דעמאלט געווען אינגאנצן פארלוירן און געשריגן צו בורא עולם פאר א ישועה פון גרויס צובראכנקייט און ווייטאג. אט דאס איז געווען די מצב פון פנחס. יא אמת ער האט געטוען א שארפע פעולה אבער ס'איז געקומען באגלייט מיט נאקה, א געשריי צום בורא עולם, "דאס הארץ ווייטאגט מיר, העלף מיך, איך מיין דיין כבוד…"

מען דערציילט אז ס'איז געווען א איד וואס איז געפאָרן אויף א פליגער, און ער האט געזען א דערנעבנדיגער אידל וואס פון זיין חיצוניות איז נישט געווען אידישקייט קענטבאר, די צוויי האבן געכאפט א שמועס און צווישן די שורות האט אים דער איד געפרעגט צו ער וויל אפשר אנטוען תפילין? דער מענטש האט ליידער בכלל נישט געוואוסט וואס דאס איז אבער דער איד האט אים מסביר געווען און געגעבן צו פארשטיין. זיצט דארט אַן אנדערער פרומער איד און ער הייבט אָן אוועק מאכן, "דו טוסט אָן תפילין פאר דעם איד וואס האט ניטאמאל א אידישע צורה?" זאגט דער ערשטער איד, איך האב מיט אים פריער געשמועסט און ער האט מיר דערציילט אז "לעצטנס איז ער געווען ערגעטץ, ווי פרומע אידן האבן אויף אים געשריגן און מוחה געווען אז ער איז א מחלל שבת, נו, אויב איז דער איד גענוג אידיש אז מ'זאל מוחה זיין אויף זיין חילול שבת, איז ער זיכער גענוג אידיש צו לייגן הייליגע תפילין..."

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז אונזער ציל ביי יעדע פעולה דארף זיין צו מרבה זיין כבוד שמים, און ווען מ'טראכט אויף דעם פארנעם, איבערצייגט מען זיך ווען מען דארף טאקע זיין שארף און ווען מען דארף זיין ווייך. געווענליך וועט מען איינזען אז די פעלער וואס מ'האט געמיינט אז ס'איז א געפערליכע זאך און די איינציגסטע רעאקציע מוז זיין ארויסצוטרעטן מיט א שארפקייט, וואלט מען באמת געדארפט טון אויף א אנדערע פארנעם, און אפשר וואלט מען געקענט אסאך מער אויפטון. אויב מען האלט אין קאָפ אז די העכסטע ציל איז צו האבן אהבת ה', אהבת ישראל און אהבת הבריאה, זעט מען די וועלט מיט גענצליך אנדערע ברילן און זאכן באקומען א נייע צורה.

טייערע ברידער, צומאל פארלאנגט זיך קנאות. ס'קען פאסירן אז מ'טרעפט זיך אין א מצב וואס אויב מען וועט נישט נעמען א שארפע שריט וועט זיך אלעס דערקייקלען צו א פיל ערגערע מצב, און מען מוז זיך נעמען אין די הענט אריין. אבער דאס קען נאר קומען אויב מען איז איבערצייגט ביי זיך אז מען איז אנגעפילט מיט אהבת ישראל און אהבת הבריות, מען מיינט באמת די טובה פון די זאַך. אויב עס איז אריינגעמישט א פריוואטע שוואכקייט, ווי כעס אדער גאווה, ווער רעדט נאך אויב ס'האט בכלל נישט מיט עבודת ה', נאר ס'איז בלויזע אומטאלארענץ, פשוט נישט קענען דערליידן עפעס וואס איז אנדערש ווי געראכטן, קען מען דאך אזויפיל חרוב מאכן מיט איין ווארט, חס ושלום לאמיר זיך נישט אריינלאזן אין אזא סכנה פון יש מחריב עולמו בשעה אחת. איין שארף ווארט, איין קרום בליק, און מען לייגט חלילה צוגרונד א הערליכע נשמה.

א איד איז אמאל ארויפגעקומען צו א נגיד, אַן איש מכובד, צו דורכשמועסן א געוויסן ענין. בשעת'ן זיך דרייען אין דעם נגיד'ס שטוב, האט ער געזען ווי ער האלט שטענדיג נעבן דעם טישל א טאבאק פושקע און ער מאכט זיכער שטענדיג עס צו האלטן צו דער האנט. דער גאסט האט זיך געוואונדערט דערויף, און האט אים געפרעגט פשט דערין, וואס איז דער עסק מיט'ן טאבאק פושקע. האט דער עושר געזאגט, "כ'וועל דיר פארציילן דעם אמת. איך האַנדל מיט אסאך גרויסע געשעפטן און פארשידענע פארצווייגטע קהילה ענינים, און ס'מאכט זיך אמאל אַן אנגעצויגענע מינוט וואס איך קען אריינפאלן אין אן אויפרעגעניש און זאגן א שארף ווארט. האב איך אפגעמאכט ביי מיך אז יעדעס מאל וואס איך וויל מיך אויפרעגן, נישט קיין חילוק פאר וואספארא סיבה, אפילו ס'זאל זיין הונדערט פראצענט בארעכטיגט, דארף איך קודם נעמען א שמעק טאבאק. איך נעם אפיר דעם שיינעם זילבערנעם טאבאק פושקע, איך קלאפ אויפ'ן דעקל און עפן עס אויף, ס'גייט ארויס א געשמאקע ריח, און איך נעם אביסל אין די פינגער און צי אריין אין די נאז, א מחיה. אזוי ביני לביני וועל איך געווענליך איינזען אז ס'פעלט בכלל נישט אויס אריינצוגיין אין א בייזערניש, און מ'קען אלעס מסדר זיין אויף א רואיגע פארנעם…"

טייערע ברידער און שוועסטער, אמת'ע קנאות איז ווען דער איד טוט וואס ער טוט מתוך אהבה און ליבשאפט צו בורא עולם און די וועלט. צומאל ביי אונז אין שטוב, צומאל מיט חברים – אדער בכלל ווען מען דארף מאכן א פעולה פון קנאות, אפילו אויף זיך אליין. לאמיר זיך אפשטעלן און גוט אריינטראכטן, צו האב איך טאקע ליב מיין בני בית מיט אַן אמת'ע ליבשאפט און די איינציגסטע מיטל איז יעצט צו נעמען אביסל א קנאי'שע שטעלונג? צו וויל איך יעצט אנשרייען דעם קינד ווייל עס ווייטאגט מיר מתוך ליבשאפט, אדער איך בין אביסל אנגעצויגן און נערוועז און ס'איז אריינגעמישט פערזענליכע נגיעות? און ווען מען זאגט זיך אליין מוסר, מען רייסט שטיקער פון זיך, טאר מען אויך נישט טון אָן קיין חשבון. לאמיר קודם אריינטראכטן אויב מען האט זיך אליינס ליב, אויב מען פארשטייט וואספארא הייליגע נשמה מיר פארמאגן, וואס דאס מיינט צו זיין א אידיש קינד, א חלק אלוק ממעל, און ווי דער באשעפער קוקט ארויס מיט ליבשאפט אז מיר זאלן זיך פארבעסערן און דערנענטערן צו אים. און אויב זאל יא קומען א מצב וואס מיר דארפן זיך באניצן מיט קנאות לאמיר נישט פארגעסן פון דעם וַיַּעֲמֹד פִּינְחָס וַיְפַלֵּל וַתֵּעָצַר הַמַּגֵּפָה אויסגיסן דאס הארץ צום בורא עולם און מיט אַן אמת און בעטן אז די פעולה זאל זיין ריין פון כעס און גאווה און נאר ארויסברענגן כבוד שמים. לאמיר מאכן זיכער אז דער קנאה האט אין זיך דעם נאקה דעם געשריי צו אבינו שבשמים. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, מיר זאלן אלע זוכה זיין אז ס'זאל מקיום ווערן דעם פסוק כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:

• אמת'ע קנאות קומט מתוך אהבה און ליבשאפט צו כלל ישראל.
• אמת'ע קנאות קומט באגלייט מיט תפילות צו בורא עולם.
• אמת'ע קנאות קומט באגלייט מיט איין איינציגע ריינע ציל פון מרבה זיין כבוד שמים אויף די וועלט.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר