גיימער זיך וואשן צו מלוה מלכה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

גיימער זיך וואשן צו מלוה מלכה

שליחה דורך מנחם ציון »

ווי טויזענטער אנדערע אידן גלאבאל, האבן מיר זיך געפונען אין מעטלייף סטעדיום יענעם קאלטן טבת טאג, פרובירנדיג אימערמידלעך זיך עטוואס דערווארימען פון די ברוטאלע קעלט.
געזיצן און געהערט לאנגווייליגע, און בעסערע רעדעס, געבראכן פון די מוזיק, און געלאזט א טרער פון דער חזן ביי קל מלא. געשאלטן אויף דער סיום פארוואלטונג פארן נישט קענען צושטעלן דאס מינדעסטע, ניטאמאל מילך פאר א לייטישע קאווע, און נתפעל געווארן פון דער רייכער ליטעראטור זעקל, פארטיילט פאר אלע באטייליגער.
בקיצור בתוך עמי ישבתי, און מיטגעהאלטן די פייערליכע מאמענטן, און פרובירט צו מאכן א כלי לקבל.

האמת יאמר, אז איך האב שוין מיטגעהאלטן מיטן דף נאך פון בעפאר, און געענדיגט מיט זיי די לעצטע פאר מסכתות, פון בכורות אן. אבער דאס אריינטרעטן אין א נייעם תורה צירקל פון זיבן יאר, האט מיר אויסגעזעהן היבש בערגיג.
וואס ווייס איך וואס וועט זיין די קומענדיגע זיבן יאר?!?
מעגליך עפעס א נייעם וויירוס וואס וועט שטעלן די פלאנעט אויף אירע קניען, ומוסדי הרים ירגזו?

ווער ווייסט וויפיל מיין געזונדל וועט זיך פארברייטערן? צו וועל איך נאך האבן דעם זעלבן שלוות הנפש זיך צו האלטן בינדנד ביזן ענדע?

אט די געדאנקן האבן גערוישט אין מיר דאן, ביז א פראזע פון רב פראנד האט מיר געכאפט:

"perfection is the enemy of the people”

אמת, מעגליך אז איר וועט נישט ענדיגן ש"ס אין דעם מחזור, אבער אויב פון 2700 בלאט וועט איר אריינכאפן "נאר" 2000 בלאט, האלט איר אויך אויף א שטיקל וועג.. אלזא פארוואס נישט אנהייבן?

ווי אויך האט ער צוטירט דעם מדרש פון דער חכם און דער שוטה, וואס ביידע שטייען ביים אנפאנגן לערנען, דער שוטה זעהט א 24 פרקים'דיגער מסכת שבת, א 30 פרקים אין כלים, ווי וועל איך דאס קענען ענדיגן?! ליבערשט נישט אנהייבן.

דער חכם זאגט, לאמיר קוקן אויף היינט, היינט וועל איך לערנען פרק אחד, און מארגן נאך איינס, ביז ער קומט אן ענדיגנדיג איין מסכת נאך דער צווייטער.

מיט א פרישע קבלה האט מען זיך געזעצט לערנאן מאימתי, דאן האט מען נאך פרובירט צו פארשטעקן דעם "העדער" אויפ'ן דף…
נאר דעס פעלט אויס, זיך צו באגעגענען מיט שפאטישע בליק, אה די האסט אויך אנגעהויבן? רוף מיר ביי כיצד מברכין..

אזוי איז עס געפארן בלאט נאך בלאט ווי אין א חלום, ווי אן אומאפשטעלבארער באן שלינגענדיג דפים.
און דאן אין די פארנימענע ערב פורים טעג האט מען געענדיגט ברכות, און מען דייווט אריין אין שבת..
אוי, ווען מען דערמאנט זיך צוריק ווי מען האקט האלץ, און מען קייעט שטרוי אין די ערשטע פאר בלאט פון יציאת השבת, ווי מען האט אראפגעשניטן אפאר שעה אין סאמע פורים, צו אויפכאפן מיט'ן סדר,
ווען מען דערמאנט זיך דעם לעצטן דף וואס איך האב געלערנט אין שוהל, ווען פלוצים האט מען יעדן ארויסגעשיקט ווייל עפעס א (דאן) ליצנות פון א וויירוס איז אונטערוועגנס, און נאך א פאון קאל פון ווייסן הויז האט מען מחליט געווען אפצושפארן די שוהלן.

ווען מען דערמאנט זיך דער טאג וואס מען איז צוריק אין די שוהלן, ווי איך זיץ און קלאץ, טראכטענדיג פון 2 מאנאטן פריער, אויף אט דעם פלאץ מען האט נאך דעמאלטס געהאלטן קוים אין די י' בלעטער, און יעצט האלט מען שוין אין די טיפע עין'נס..

און יא בעליעוו איט אר נאט מען האט פארעענדיגט מסכת שבת פאר'סך הכול'נדיג 8 % פון ש"ס!

ווער האט זיך געגלייבט, ווען איך פלעג דורך שפאצירן דעם שאנק פון שבת גמרות, האט עס נישט גערעדט צו מיר, פון היינט שמייכלען זיי צו מיר ווי אלטע גוטע פריינט, און איך האב טאקע אן אחריות זיך צו וויסענדיג מאכן פון זיי, און זיי ווארעם צוריק גריסן, הדרן עלך והדרך עלן…

וואס דאס זאגט פאר אויף דער צוקונפט. מסכת שבת איז א שווערע מסכת, אבער נישט אזוי ווייט שווער ווי גאר יסודות'דיג, און ברייט ארומנעמנד, און דעקט פארשידענע זייטיגע אספעקטן פון אנדערע מקצועות, א שטייגער ווי טומאה וטהרה, עירובין, און נאך.

וואס איך פיהל, פון איין זייט איז א שטארקע חיזוק, אז יא! איך האב עס געמאכט, און איך וועל עס ווייטער מאכן. פון די אנדערע זייט, איז דאס א שטארקע התחייבות, ווי דער רבי פלעגט זאגן, אז די קענסט יא….. העסטע כאפן…


איז יעצט נעמט איך זיך צוזאם, און מען שפאנט ווייטער פאראויס צום קומענדיג סטאנציע,.. עירובין,
צו וועל איך זי אויך ענדיגן? איין גאט ווייסט, אבער איך הייב אן!

איך לאדן איין אלע באזוכער, צו מיטטיילן זייערע געפיהלן, און פארשידענע גוטע, פראקטישע טיפס וואס האט זיי געהאלפן אויף דער תורה רייזע, און אי"ה צום ווידערזעהן ביים קומענדיגער סיום!

און אז ס'איז מוצאי שבת לאמיר זיך וואשן צו מלוה דמלכה….

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר