בלאט 1 פון 1

מחשבי קיצים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 1:59 pm
דורך כרם זית
הגם איך וועל נישט דא אריינגיין אין די נושא פון מחשב זיין את הקץ, נאר בעיקר אראפשרייבן א מהלך צו פארענטפערן דער רמב''ם אין איגרת תימן. דאך האב איך נישט געווילט עפענען אן אשכול נאר אויף די נושא, און איך וואלט באמת געווילט עס אראפשרייבן אין אן עקסזעסטירנדע אשכול, צוליב דעם וואס די ביאור וואס איך גיי שרייבן קען זיך נישט באמת ציען ווייטער (עס איז א שטיקל תורה און געגאנגען ווייטער), ממילא האב איך זיך מחשב געווען און באשטימט די אשכול פאר די ענין פון חישוב הקץ, און ווער עס האט עפעס אויף די נושא זאל עס קענען דא שרייבן.


דער הייליגער רמב''ם שרייבט אין זיין בריוו צו די טייערע אידן אין תימן איבער די הארבקייט פון אויסרעכענען די זמן הגאולה. דער רמב''ם טענהט אז די קץ איז נישט מעגליך צו וויסן, מקל וחומר. מה דאך גלות מצרים וואס די אידן האבן קלאר געוויסט אז מגייט אין גלות נאר פאר 400 יאר האבן זיי נישט געוויסט פון ווען די 400 הייבט זיך אן (וואס למעשה האט זיך עס אנגעהויבן פון ווען די אבות זענען געבוירן), איז זיכער די יעצטיגע לאנגע גלות וואס אינז האבן ניטאמאל די אנהייב פון די שטריק, דהיינו וויפיל יאר די גלות וועט זיין, איז זיכער אז מען קען נישט וויסן איר צייט.

דער רמב''ם איז ממשך און פרעגט פון א מעשה רב אז מזעט אז אז רבינו סעדיה גאון האט יא געשריבן א זמן גאולה. און ער פארענטפערט אז עס איז געווען א הוראות שעה אריינצובלאזן האפענונג אין די מוטלאזע אידן, אבער אינאמתן איז עס נישט קיין היתר. עס איז כדי צו זען זיין לשון הזהב:

ואנו דנים את רב סעדיה גאון לכף זכות ונאמר שמא – מה שהביאו לעניין זה, ואף על פי שהיה יודע שהתורה אסרה זה, לפי שהיו בני דורו בעלי סברות רבות נשחתות, וכמעט שתאבד תורת ה' לולא הוא ע"ה... וראה בכלל מה שראה בדעתו לקבץ המון העם על דרך חשבון הקיצים כדי לאמץ אותם ולהוסיף תוחלתם והוא התכוון בכל מעשיו לשם שמיים.



די פלא איז אבער אז עטליכע בלעטער שפעטער אין די בריוו שרייבט דער רמב''ם אליין א מסורה וועלכע ער האט מקבל געווען פון זיינע עלטערן (בדרך אגב: אין אגרת תימן הוצאות מוסד הרב קוק ווערט צוגעצייכנט א ירושלמי וואס זאגט די זעלבע זאך. שפעטער וועל איך מסביר זיין פארוואס דער רמב''ם ברענגט נישט די ירושלמי לפע''ד), א זאך וועלכע זעט אויס קאמיש ביז גאר. דא שרייסטו אז מען טארנישט מחשב זיין די קץ, און דא...

אבל יש אצלנו קבלה גדולה ונפלאת, קבלתי אותה מאבי שקבל מאביו ומאבי אביו והוא קיבל הדבר וכן הדבר עד תחילת הגלות של ירושלים... שזה שאמר בלעם במדבר כ"ג כ"ג "כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל אל", יש בו סוד, שמן העת ההיא יש לחשב כמנין שיש מששת ימי בראשית ועד אותה העת, ותחזור הנבואה לישראל. ואז יאמרו להם הנביאים "מה פעל אל". ונבואה זו נאמרה בשנת הארבעים לצאתם מארץ מצרים, ותמצא התחלת החשבון עד אותה העת אלפים ותפ"ח שנה, שהסימן "בתפ"ח גאולים". ולפי ההיקש הזה והפירוש הזה תחזור הנבואה לישראל בשנת ארבעת אלפים תתקע"ו ליצירה. ואין ספק שחזרת הנבואה היא הקדמת המשיח, שנאמר יואל ג' א' "ונבאו בניכם ובנותיכם" וגומר. זהו יותר אמתי מכל חשבון שנאמר בשום קץ.


עס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן געווילט מסביר זיין די הנהגה פון דער רמב''ם מיט די זעלבע כף זכות וואס דער רמב''ם זאגט אויף רבינו סעדיה גאון (וואס מטוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך...), אז דער רמב''ם האט געפילט אז די אידן אין תימן דארפן חיזוק אין די משיח, ממילא וועט ער זיי מגלה זיין די קץ. די תירץ האט מיר קיינמאל געפאלן בעיקר ווייל דער רמב''ם וואלט קיינמאל נישט סותם געווען אין איין בריוו.

אבער נאכן אריינטראכטן איז מיר בע''ה איינגעפאלן א פשוטע חילוק. עס איז דא חישב הקץ - עס אויסרעכענען. און עס איז דא א מסורה וועגן די קץ. די איסור פון חז''ל אויסצורעכענען די קץ - ווי דער רמב''ם אליין מסביר איז - ווייל ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט? אפשר האסטו זיך טועה געווען ווי רבים וטובים ממנו און דו ברענגסט אריין פאלטשע האפענונג אין א אידן. מה שאין כן א מסורה וועלכע גייט צוריק ביז זמן חרבון המוקדש איז נישט קיין שום פראבלעם פון אויסרעכענען, דער רמב''ם האט באמת געהאלטן אז עס איז די אמת. וק''ל.

[ולפי זה פארשטייט מען שוין פארוואס דער רמב''ם ברענגט אראפ די זמן אלס א מסורה פון זיין משפחה בשעת ווען עס איז אן אפענע ירושלמי. בפרט דער רמב''ם וועלכע איז דאך געווען בקי אין ירושלמי און בויט אסאך הלכות אויף דעם אין משנה תורה. די תירץ איז ווייל די ירושלמי זאגט נאר א סימן אוסצו'חשבנ'ען פון דארט (וז''ל הירשלמי שבת פ''ו ה''ט: אמר רבי חנינא בריה דרבי אבהו: כבחצי ימיו של עולם היה אותו רשע [=בלעם] עומד. מאי טעמא? כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל אל.), וואס דאס איז אסור. משא''כ דער רמב''ם האט מקבל געווען פון זיינע עלטערן די פירש הירשלמי אז דאס איז בשנת תתקע''ו.]