פרשת כי תצא - א פארברענג אויפן דאך!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פרשת כי תצא - א פארברענג אויפן דאך!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט דער פסוק אָן: כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ - א איד גייט ארויס אין מלחמה, ווי באקאנט טרעפט מען אין די הייליגע ספרים אז דאס גייט ארויף אויף א איד'ס פערזענליכע מלחמת היצר. נאכמער שטייט פון רבי'ן ר' בונם מפרשיסחא זי"ע אז בימים ההם, ווען די אידן זענען געווען אין ארץ ישראל און האבן געפירט מלחמות, איז די פשוטע אָפטייטש פונעם פסוק א פשוט'ע מלחמה, און בדרך רמז גייט עס ארויף אויף אונזער אמת'ער פיינט - די מלחמת היצר. אבער היינט ווען אונז זענען אין גלות און די פיזישע מלחמות גייען נישט אָן, איז דער פשוט'ער פשט אין פסוק, אז עס גייט ארויף אויף יעדן איד'ס פערזענליכע מלחמה, ווען א איד גייט ארויס אין זיין אייגענע קאַמף, צו זוכן דעם אמת אָנצוקומען צום ריכטיגן פלאץ. בפרט ווען מיר שטייען יעצט אין די לעכטיגע ימי אלול, ליגט דאך אודאי אין די 'כי תצא למלחמה' א טיפע געפיל וואס יעדע איד האט אין הארץ. מ'האלט פאר א מלחמה, טעג וואס מ'גייט מתפלל זיין און פועל'ן, און ווערן נאָנט צו אבינו שבשמים.

אבער באמת דארף מען באמערקן אז דער געדאנק פון ארויסגיין אין מלחמה האט זיך שוין אנגעפאנגען אין פרשת שופטים. ווי מיר האבן שוין באמערקט פאריגע וואָך, איז דארט פארהאן אַן אינטערעסאנטער ענין וואס כאטש מיר האבן שוין בסייעתא דשמיא געשמועסט דערפון, וועלן מיר בעזר ה' זיך נאכאמאל פארטיפן דערין און פרובירן אפצולערנען די עומק וואס ליגט אין די הייליגע פסוקים אויף אַן אנדערער אופן.

ווען כלל ישראל דארף ארויס גיין אין מלחמה זאגט דער פסוק אז עס זענען פארהאן פיר מענטשן וואס דארפן צוריק אהיימגיין: דער וואס האט געבויעט א נייע הויז און האט עס נאכנישט באנייט, דער וואס האט געפלאַנצן א נייע פעלד און האט עס נאכנישט גענוצט, דער וואס איז א חתן און האט נאכנישט אריינגעברענגט זיין ווייב אין שטוב, דער וואס האט מורא און האט א ווייך הארץ.
ווי מיר האבן געשמועסט פאריגע וואָך, דארף מען פארשטיין וואס טוט זיך דא. דער וואס איז א פחדן און האט א ווייך הארץ דארף צוריק אהיים גיין, דאס קענען מיר פארשטיין. אבער איינער וואס האט געבויעט א נייע הויז, אדער אנגעבויט א פעלד זאל צוריק אהיים גיין? ס'איז דאך א צייט פון א מלחמה. נו, האט ער געבויעט א נייע הויז, דערפאר זאל ער נישט קומען צוזאמען מיט זיינע ברידער אין מלחמה?

פרשת כי תצא פארמאגט פילע לעכטיגע מצוות, לאמיר זיך אפשטעלן אויף איין פראקטישע באקאנטע מצווה. דער פסוק זאגט: כִּי תִבְנֶה בַּיִת חָדָשׁ וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ – אז א מענטש בויט א נייע הויז, דארף ער בויען א צוים אויפ'ן דאך, אז א מענטש זאל נישט אראפפאלן. ווי באקאנט לערנען אונז חז"ל אז דאס גייט ארויף אויף יעדע סארט סכנה אין שטוב. ווי עס שטייט אין גמרא (בבא קמא דף ט"ו): א מענטש זאל נישט מגדל זיין א בייסיגע הונט אין זיין שטוב, אזוי אויך זאל א מענטש נישט האבן א שוואכע לייטער אין שטוב, ווייל אפשר וועט איינער אריינקומען און חלילה געביסן ווערן פונעם הונט, אדער וועט איינער ארויפגיין אויפ'ן לייטער און אראפפאלן דערפון, ווייל עס שטייט אין פסוק "לא תשים דמים בביתך" - זאלסט נישט האבן אין שטוב עפעס וואס קען ח"ו צוברענגען א בלוט פארגיסונג.

לאמיר זיך פארטיפן אין די טיפקייט פון דער הייליגער מצוה. פארשטייט זיך אז בפשטות זאגט עס אונז אז מיר דארפן מאכן א גדר און זיין אפגעהיטן פון גורם זיין א סכנה, אבער ווי פארשטענדליך איז דאך פארהאן עפעס א טיפערע דערהער אין יעדן מצוה. דער חזון איש (חושן משפט סימן יח) באמערקט שוין דעם נקודה אז דער דאַך פון א בית הכנסת דארף נישט קיין מעקה, כאטש מען קען פונקט אזוי אראפפאלן דערפון. וואס דאס זאגט אונז קלאר אז ס'איז פארהאן עפעס מער ווי דער פשוט'ער געדאנק פון א סכנה.

פארשטייט זיך אז די אלע ענינים פארמאגן אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, אבער מיר פרובירן צו פארשטיין אויף אונזער מדריגה בעזר ה', אלעס מיט'ן ציל ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

די גמרא (שבת קנו ע"ב) דערציילט א מעשה: שמואל און דער גוי'אישער חכם אבלט זענען געזעסן און זיי האבן געזען א מענטש גיין צום טייך. אבלט האט זיך אנגערופן, "איך זע אז דער מענטש וועט נישט צוריקקומען לעבעדיג, א שלאנג וועט אים בייסן און אומברענגען." האט שמואל געזאגט, "אויב איז ער א איד וועט ער צוריקקומען. אביסל שפעטער איז דער מענטש טאקע צוריקגעקומען. אבלט איז צוגעגאנגען צו אים און אראפגענומען זיין זאק, האט מען געזען אז ס'ליגט דארט א צעשניטענער שלאנג. האט אים שמואל געפרעגט, "וואספארא גוטע זאך האסטו יעצט געטון?" האט יענער געענטפערט, "יעדן טאג עסן מיר צוזאמען ברויט מיט א גרופע חברה. יעדער לייגט אריין א ברויט אין זאק און נאכדעם נעמט מען עס ארויס און מען טיילט אויס. היינט איז געווען איינער וואס האט נישט געהאט קיין ברויט אריינצולייגן, און איך האב נישט געוואלט ער זאל זיך פארשעמען. ווען איך בין אנגעקומען צו אים האב איך זיך געמאכט ווי איך נעם א ברויטל פון אים, אזוי האט קיינער נישט באמערקט." שמואל איז דאן ארויס און גע'דרש'נט, "צדקה תציל ממות - צדקה ראטעוועט פון טויט."

אַן ענליכע מעשה וואס האט פאסירט היינטיגע טעג האבן מיר לעצטנס געהערט פון ערשטן מקור. ס'איז געווען אנפאנג יאר אין א שולע קלאס פון יונגע מיידלעך, און די לערערין האט אויסגערופן פאר די קלאס אז אט גייט מען פארבן בילדער, און אלע מיידלעך זאלן צוגרייטן זייערע קרעיאנס. מיט א פרישקייט האבן אלע מיידלעך ארויסגענומען פון זייער שול-זאַק די קרעיאנס און מיט א שמייכל זיך געגרייט צום ארבעט.

פלוצלינג באמערקט די טיטשער אז חוה'לע, א זיס לעכטיג מיידל, האט א טרויעריגע פנים און זי זיצט מיט א צובראכענע געזיכט. זייענדיג גאר א געטרייע לערערין, האט די טיטשער געקוקט מיט אירע אויגן, וועלנדיג באמערקן וואס האט פאסירט, און אזוי מיט א גוטן בליק האט זי באמערקט אז אונטער'ן טיש האלט חוה'לע א פעקל פון אלטע צובראכענע קרעיינס, האט זי פארשטאנען אז זי שעמט זיך פשוט מיט אירע צובראכענע קרעיאנס… די טיטשער איז באלד געפאלן אויף א געדאנק.

"טייערע מיידלעך," האט די טיטשער אויסגערופן מיט א ווארעמע טאן. "ס'איז טאקע א נייע יאר, אבער ווען איך קוק זיך ארום באמערק איך אז אלע מיידלעך האבן נייע פרישע הערליכע קרעיאנס. איך וויל אייך פרעגן, וואו זענען די קרעיאנס פון פאראיאר?" אזוי האט זי גענומען עטליכע מינוט אויסצושמועסן ווי וויכטיג ס'איז נישט ארויסצוווארפן און אויסגעבן געלט אומזיסט, און די חשיבות פון אפהיטן און האלטן טייער יעדע קלענסטע זאך, נישט אנדערש פון יעקב אבינו וואס איז צוריק געגאנגען פאר די פחים קטנים.

אזוי האט זי ארויסגעברענגט די הערליכע לעבנס וויכטיגע נקודה פאר די מיידלעך, און פלוצלינג אזוי אין צענטער פון קלאס האבן זיך חוה'לעס הענט צוביסלעך אויפגעהויבן הויך און שטאלץ, מיט א גרויסע שמייכל אויסגעשפרייט אויפן פנים, און געוויזן אירע אלטע קרעיאנס. ווי פארשטענדליך האט די טיטשער געמאכט א גרויסע עסק אז חוה'לע האט אוועקגעלייגט די פאראיעריגע קרעיאנס און נישט אוועקגעווארפן.

יארן שפעטער, ווען חוה'לע איז שוין געווען א גרויס מיידל, האט זי געכאפט אַן אפנהארציגע שמועס מיט די לערערין און איר דערציילט: "מיר זענען געקומען פון א צובראכענע שטוב. מיין מאמע איז ליידער נישט געווען געזונט, קיין געלט איז נישט געווען, און אזוי ווייטער. איך פלעג זיך ביטער שעמען פון אונזער ארימקייט און דער געדאנק אז איך פארמאג נישט האט מיך שטארק וויי געטון און נישט געלאזט בליען. ביז יענעם מינוט וואס איך האב דערהערט אז ס'איז טאקע פארהאן שיינקייט אין א נייע פעקל קרעיאנס, אבער ס'איז פארהאן עפעס שענערס אז מען האלט ביי זיך דעם אלטן צובראכענעם פעקל. זייט דעמאלט בין איך נישט געווען דאס זעלבע מיידל, די פאָר ווערטער האבן געטוישט מיין לעבן."

ברידער און שוועסטער! לאמיר דערהערן דעם געדאנק וואס ליגט אונטער די אויבנדערמאנטע געשיכטעס. אמאל קען זיין א מענטש וואס געפינט זיך אין א געוויסע מצב, ער האלט ביים פארשעמט ווערן אדער פארזינקען ווערן אין געפילן פון ייאוש און צובראכנקייט. מיט בלויז געציילטע ווערטער, אדער מיט א קליינע פעולה, קען מען יענעם אפראטעווען און איבערדרייען א לעבן מן הקצה אל הקצה. דאס איז שייך סיי ביי גשמיות און סיי ביי רוחניות. ווען מיר הייבן אָן ווערן סענסיטיוו צו די קינדער פון בורא עולם און פרובירן מיט אלע כוחות צו זארגן אז קיין שום מענטש זאל חלילה נישט פארשעמט ווערן, קיין שום איד זאל נישט ארויספאלן פון כלל ישראל, קיין שום נפש זאל נישט גיין לאיבוד, קענען מיר אויפלעבן און באנייען מענטשן אויף אייביג, און דער שכר דערפון איז אומשאצבאר.

אין די יעצטיגע טעג, ווען מיר גייען אט אט אויסרופן דעם אבינו מלכינו און ממליך זיין דעם באשעפער אויף דאס גאנצע באַשאַף, לאמיר זיך אומקוקן אויף דעם באשעפער'ס פרינצן און פרינצעסינס, יעדעס קינד און יעדער מענטש וואס לעכצט אז מען זאל זיי ארייננעמען און זיי מאכן שפירן טאקע ווי א קינד פון דעם קעניג פון דער וועלט. עס פארלאנגט זיך צו מאכן קלאר אין אלע ווינקלען פון אונזער הארץ אז דער אבינו איז טאקע פשוטו כמשמעו, ער איז "אונזער" טאטע, יעדן איינעמ'ס גלייך. מיר דארפן שפירן אין אלע אונזערע רמ"ח אברים אז יעדער איד איז א ברידער מיינער, און מיר זענען מחויב צו פארזארגן איינער דעם אנדערן אין אלע הינזיכטן, בגשמיות און ברוחניות. ס'ליגט אויף אונז א חוב און א פליכט צוריק צו ברענגן דעם וועלט צום תכלית השלימות. אמת, מען דארף וויסן ווען און ווי אזוי, און דאס קומט נישט שטענדיג אָן גרינג צוצוטרעפן וואס טוט וויי פאר א מענטש און ווי אזוי מען קען יענעם העלפן, אבער חלילה טאָר מען נישט שפירן אז מיר זענען פטור דערפון, חלילה נישט צומאכן די אויגן.

אין אונזער פרשה טרעפן מיר דאס כסדר. אז א איד זעט עפעס א ווערדפולע זאַך אויפ'ן גאס, טאר ער נישט אוועקקוקן זעענדיג א חפץ וואס געהערט פאר א צווייטן מענטש און יענער האט עס פארלוירן און ער זארגט זיך פאר דעם. אז א איד שלעפט שווערע פעקלעך, דארף מען צוגיין העלפן. ווער רעדט נאך ווען מען רעדט פון א חבר'ס הייליג נפש, ווען א מענטש איז צובראכן אדער פארשעמט, און מען איז אים מחזק מיט די פאסיגע ווערטער און גוטע רייד אין די ריכטיגע מינוט, מען נעמט אים אריין תחת כנפי השכינה, איז דאָך דאס אזא זעלטענע זכיה. לאמיר אויפמאכן אונזערע אייגענע הערצער און זיך דערמאנען אז מיר זענען אלע קינדער פון בורא עולם און ס'איז פאר אונז אליין די גרעסטע סגולה, ווי חז"ל זאגן אונז אז אויב מען פארמיידט א איד פון בושות איין רגע, קען מען געראטעוועט ווערן פון א גזירת מוות, כל שכן ווען מען העלפט ערפילן דאס הארץ פון א חבר און אים מקרב זיין צו גוטע זאכן, וועט דאס ברענגען השפעות טובות.

עס שטייט אין ספה"ק ישמח ישראל (לר"ח אלול אות ב') אז אויב א איד ווייזט ארויס אַן אמת'ע אהבה פאר א צווייטן איד, ברענגט ער אראפ אַן אהבה אויף זיך, ער שרייבט דעם פאלגנדן לשון: ועל ידי אהבת ישראל זו מעורר האדם רחמים על עצמו מלמעלה, על פי מה שאמרו ז"ל "ה' צלך" שהקב"ה מתנהג האדם דוגמת הצֵל, ומה שהאדם עושה בתחתונים כן כביכול בצורה זו מנהיג השי"ת את כל העולמות ואת האדם העושה כן באלו המדות. ואם כן כשאדם מתלבש עצמו במדת החסד, הרי גורם בזה שהשי"ת מתלבש ג"כ במדת החסד, שמעורר מדה זו למעלה, וזה הרמז "אני לדודי" וזה גורם שיהא ג"כ "ודודי לי".

אויף אידיש: דורך די אהבת ישראל איז דער מענטש מעורר רחמים אויף זיך פון אויבן, ווי עס שטייט ה' צלך, דער באשעפער פירט זיך מיט'ן מענטש ווי א שאטן. וואס ער טוט אונטן אזוי פירט דער באשעפער די עולמות אויבן. ווען דער מענטש פירט זיך מיט מידת החסד, ברענגט ער אז דער באשעפער זאל זיך אויך פירן מיט מידת החסד. דאס איז דער רמז פון "אני לדודי ודודי לי", ווייל דורך דעם "אני לדודי" איז עס גורם ס'זאל זיין "ודודי לי".

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, פון דעם ענין פון מלחמה. לאמיר טאקע צוריקקוקן צו די פריערדיגע פרשה, און ווי מיר האבן געפרעגט פארוואס שיקט מען געוויסע סאלדאטן צוריק אהיים. נאר באמת ווען ס'קומט צו אונזער עבודת ה' איז פארהאן צוויי חלקים: עבודת היחיד און עבודת הכלל.

א. עבודת היחיד - דאס מיינט אז מיר זענען עוסק און פארנומען מיט אונזערע פריוואטע עבודה פון זיך אוועקשטעלן אליינס און זיך אפגעבן מיט אונזערע נאנטע און באליבטע. חתונה האבן, אויפשטעלן א שטוב, ברענגען פרנסה - די אלע זענען אין דעם כלל פון עבודת היחיד, דער מענטש איז עוסק אין זיך שטעלן אויף די פיס און זיך גרייטן פאר'ן לעבן.

ב. עבודת הכלל – דאס מיינט אז דער איד איז בטול ומבוטל לעשות נחת רוח לה' און געבט זיך איבער אנדערע, ער האט זיך שוין פעסט אוועקגעשטעלט אז ער קען געבן פאר אנדערע און משפיע זיין, דאס גאנצע מוח איז פארנומען צו אויסשפרייטן פאר זיך און פאר דער וועלט כבוד שמים.

יעצט אז מיר זאלן באטראכטן די וואס מען האט צוריק געשיקט פון מלחמה, איז דאך קלאר אז ס'איז געווען די וואס זענען פארנומען מיט'ן עבודת היחיד. דער וואס האט געבויט א נייע הויז, דער וואס דארף איינפלאנצן א פעלד און ברענגען פרנסה, וכדו' וואס דאס זאגט אונז אז זיי האבן עוסק געווען אין זייער עבודת היחיד – זייער פערזענליכע עבודת ה'. און דער הירא ורך הלבב איז אויך אין דעם זעלבן פלאץ, ווי מען זאגט איבער פון רבי'ן ר' בונם מפרשיסחא זי"ע, אויפ'ן פסוק "ולא ימס את לבב אחיו כלבבו", אז דאס מיינט אז ער האט נישט באוויזן צו משפיע זיין אויף די חברים אז זייער הארץ זאל זיך אויך צעלאזן פאר'ן באשעפער, ממילא איז ער נאך פארנומען מיט'ן עבודת יחיד, קען ער נישט ארויסגיין אין קריג.

דערמיט זענען מיר ממשיך צו אונזער פרשה, וואו די תוה"ק לערנט אונז די מצווה פון ועשית מעקה לגגך. דער עמקות דערפון איז אז יעדער איד האט א פליכט זיך צו זארגן פאר א צווייטן, און "ווען מען בויט א נייע הויז דארף דער שטוב געבויעט ווערן אויף א וועג אז אלעס איז אנגעגרייט פאר א צווייטן. עס דארף זיין א פלאץ וואס איז אוועקגעשטעלט בגשמיות און רוחניות פאר אנדערע אידן צו נהנה זיין און שטייגן דארט", און אוודאי דארף מען זיכער מאכן אז קיינער קען נישט צוקומען צו א סכנה אדער א פראבלעם ביי זיך אין שטוב.

דערמיט איז געוואלדיג די יסוד הדברים פון מאכן א גדר אויפ'ן דאך. דער תפארת יוסף מראדזין זי"ע זאגט: וזה כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך שצריך האדם לראות שעל ידי עבודתו לא יפול מי לארץ ורק יתן מקום לכל בריה וזה מורה מצות מעקה – "דער מענטש דארף זען אז דורך זיין אייגענע עבודה זאל ער נישט אראפווארפן א צווייטן, נאר מאכן אַן ארט פאר יעדן באשעפעניש, און דאס ווייזט די מצות מעקה." די הייליגע ווערטער ווארפן א געוואלדיגע ליכטיגקייט אויף דעם מצוה, צומאל ווערט אונזער שטייגן און אונזער לעכטיגקייט א מציאות וואס מאכט א צווייטן שפירן קליין, צומאל קוקן מיר אראפ א צווייטן פשוט ווייל הקב"ה האט אונז מזכה געווען און געהאלפן געגעבן כח צו זיין שטארק און אפגעהיטן און אט דעם זעלבן מציאות ווערט א פלאץ ווי דער צווייטער קען דערפון אראפ פאַלן, גג-דאַך איז מרמז אויף גרויסע מדריגות, זאגט אונז די פסוק "אידעלע מאך זיכער אז דיין דאַך איז נישט א פלאץ ווי א צווייטער קען חלילה אראפפאלן"...
נאר פארקערט ווען מיר זענען אויבן אויף דעם הויעכן מדריגה דארפן מיר מאכן א גדר און מאכן זיכער אז ס'איז פארהאן פלאץ פאר אנדערע און א געשמאַקע פארברענג ווי מיר שטייגן צוזאמען.
עס איז געווען א יונגערמאן וואס בשעת דער תקופת הקאראנע האט ער גענומען אויף זיך גרויסע קבלות טובות און זיך גענומען אין די הענט אריין. ער האט געמאכט שיעורים, חוק ולא יעבור, און אזוי ווייטער. אזוי במשך די פאָר חדשים איז ער שטארק געשטיגן. ווען ער איז אבער אנגעקומען אין קאנטרי און געטראפן זיינע חברים פון די פריערדיגע יארן, האט ער זיך אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם ארום זיי. ער האט באקומען די הרגשה אז ער האט זיך געטוישט און ער איז שוין מער נישט א טייל פון די חבורה, און ס'האט אים שטארק וויי געטון. ער האט פרובירט איינמאל און נאכאמאל זיך צו האלטן ביי זיינעם, אבער ס'איז עפעס נישט געגאנגען... ביז ער האט זיך געכאפט אז פונקט פארקערט, איך קען דאס נישט טוען אליין נאר מיט מיינע חברים צוזאמען וועל איך עס קענען באווייזן. ער האט זיך אראפ געלאזט און געכאפט א שמועס מיט זיינע נאנטע און געווען ווייך און אמת'דיג און זיי ארויסגעברענגט ווי וויכטיג ער דארף הילף און ווי שטארק ער וואלט הנאה געהאט ווען מען קען מאכן איין גרויסע חבורה און זיך צוזאמען דערהייבן.

געזאגט און געטון, די חברה האבן זיך צוזאם גענומען, און ס'איז אריבער א זומער וואס פון די דריטע וואך ביז יעצט האבן די חברה צוזאמען מקבל געווען דריי קבלות, מען רעדט נישט ביים דאווענען, דערנאך האבן זיי מסדר געווען אז יעדן זונטאג פארמיטאג ברענגט מען א חשוב'ער מגיד שיעור פארלערנען, און מען מאכט א שיעור חומש רש"י שבת נאכמיטאג. יעצט ביים ענדע
זומער רעדן די חברים פון ממשיך זיין א חבורה במשך די וואך...

דאס זאגט אונז אז צומאל מיינט מען אז מען שטייגט אליין, צומאל מיינען מיר אז ס'איז מיין פערזענליכע עבודה, אבער דער אמת איז פונקט פארקערט, אליין איז שווער און ס'נעמט גאר אסאך כוחות ווי שענער און לעכטיגער איז עס ווען מיר נעמען זיך צוזאם בחבורה ווען מיר נעמען אמתע גוטע חברה און טוען צוזאמען טוישן אונזערע לעבנס, ס'ווערט א חברה פון שטייגערס און וואקסערס, פלוצלינג ווערט די גאנצע מציאות אונזערע אנדערש, דאס גאנצע 'סטאטוס' ווערט געטוישט צו עפעס מער און העכער, זיסער און לעכטיגער...

אט דאס זענען די הייליגע אלול טעג, טעג פון אני לדודי ודודי לי. ווי באקאנט איז דאך 'דוד' מלשון פון א חבר און פריינד וואס בדרך רמז זאגט אונז הקב"ה, קינדער מיינע, האלט זיך ווי איין חברה, ברענט אריין חבר'שאפט און ברידערשאפט צווישן אייך, אט דעמאלט ווערט דער אבינו מלכינו אונזער טאטע! און ווי פאסיג זענען די ווערטער פון ספה"ק תפארת שלמה אין אונזער פרשה וואס לערנט אונז אז די ריכטיגע הכנה צום יום הדין וואס קומט צו גיין, איז טאקע דורכ'ן מרבה זיין אהבה ואחוה און זיך אפהיטן דאס מויל ווי עס דארף צו זיין, און נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אנדערע אידן ח"ו זאל זיין ווער ס'זאל זיין.

און אזוי שרייבט דער תפארת שלמה זי"ע: די ריכטיגע הכנה וואס מיר קענען מאכן צום יום הדין ראש השנה, איז דורך אהבה אחוה און ריעות צווישן אידישע קינדער, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים (צ"ח) בַּחֲצֹצְרוֹת וְקוֹל שׁוֹפָר הָרִיעוּ לִפְנֵי הַמֶלֶךְ ה', הריעו איז א לשון פון 'רֵיעוּת' און פריינטשאפט, מ'דארף ליב האבן און אנערקענען די מעלות פון יעדער איד. אזוי אויך שטייט אָז יְרַנְנוּ כָּל עֲצֵי יָעַר עצי יער מיינט ליידיגע ביימער וואס גיבן נישט ארויס קיין פירות, אפילו אזעלכע שוואכע אידן וואס ס'זעהט אויס אז זיי האבן נישט אין זיך קיין שום מעלה און גוטע מידה, אפילו זיי דארף מען ליב האבן און לויבן, בפרט ווען עס קומט דער גרויסער זמן פונעם יום הדין לִפְנֵי ה' כִּי בָא כִּי בָא לִשְׁפֹּט הָאָרֶץ, ווייל יעדער איד האט אין זיך עפעס א מעלה און א חשיבות.

דאס זאגט דא די תורה אין אונזער פרשה אינעם פסוק כִּי תֵצֵא מַחֲנֶה עַל אֹיְבֶיךָ וְנִשְׁמַרְתָּ מִכֹּל דָבָר רָע די תורה הק' וואָרנט אונז דערמיט וְנִשְׁמַרְתָּ מִכֹּל דָבָר רָע זאלסט זיך אכטונג געבן פון רעדן שלעכטס און אוועקמאכן א צווייטן. און דאַן וועט מקויים ווערן מִי הָאִישׁ הֶחָפֵץ חַיִים דער וואס וויל זוכה זיין צו לעבן, זכרנו לחיים אום ראש השנה, איז די עצה נְצֹר לְשׁוֹנְךָ מֵרָע וּשְׂפָתֶיךָ מִדַבֵּר מִרְמָה, ווייל אז א איד רעדט נישט קיין שלעכטס אויף יענעם און ער האלט יענעם פאר א צדיק, דאן וועט איהם דער אייבישטער אריינשרייבן אין ספרן של צדיקים. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
● א איד דארף קודם זיך אפגעבן מיט די אייגענע עבודה, דערנאך מיט די עבודה פאר'ן רבים.
● מצות מעקה לערנט אונז אז א מענטש מוז זיכער מאכן אז ביי אים אין שטוב וועט א צווייטער חלילה נישט אראפפאלן.
● מיר שטייגן פיל מער ווען מיר האלטן זיך צוזאמען און מיר גייען אינאיינעם.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר