קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?

שליחה דורך לבי ובשרי »

אין ליכט פונעם תגובה פון כ"ק מרן [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] און אנדערע אין דעם אשכול וואס כ'האב פריער באמערקט, וואלט איך געוואלט עפענען אן אשכול אויסצושמועסן א שאלה וואס איז שוין מעגליך ערגעצוואו דא מבואר געווארן.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?


כ'וויל עפעס פארשטיין; וואס איז א נפקא מינה ווער עס איז געווען א דור פריער (און ער הייסט א ראשון) און אפאר דורות שפעטער (און ער הייסט אן אחרון) אז איינער זאל נישט מעגן פרעגן אדער קריגן אויף א ראשון? פארוואס ווייסן מיר אז ווען איינער איז מפקפק אויף א ווארט פון א ראשון צריכים לבדוק אחריו. פארוואס מעג א כולל יונגערמאן נישט חולק זיין מיט א ראשון?

דער ראשון איז געווען הייליגער? אקעי, און?

א ת"ח מובהק מעג קריגן מיט ר' מלכיאל קאטלער? לכאורה יא. און מיט'ן חזון איש? אפשר. און מיט'ן ריטב"א? חלילה.

ממה נפשך, איז דער נקודה די עלטער (די מספר השנים), הייסט, דעמאלט אפילו דער יונגערער זאגט דברים של טעם הארכט מען נישט וואס ער זאגט און שרייבט וויבאלד ער קריגט אדער האלט אנדערש פון איינער וואס איז עלטער פון אים?

און אויב דער נקודה איז די חכמה, דאן וואס א חילוק ראשון אדער אחרון, תנא אדער אמורא? זאגט ער א דבר חכמה? קבל את האמת ממי שאומרו!

און דעם איז נכלל נאך א נקודה; ווען דער ט"ז און מג"א קריגן זיך, נעמט מען געווענליך אן ווי איינע פון די צוויי, און אז איך קום אריין מיט א זאכליכע הכרעה'דיגער פסק הלכה, פארוואס זאל מען אין די גאנצע וועלט נישט אננעמען מיין פסק הלכה?...

[במאמר המוסגר, מעג הרב פרידמאן פון גאלאנטא שרייבן אדער פסקנ'ען אנדערש פונעם רמ"א? --ביסט משוגע געווארן? איין מינוט, פארוואס נישט? וואס זענען די כללים לויט וועלכע מען איז מחליט יא אדער ניין? און בכלל, פארוואס האט דער כלל 'ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א' א קראפט? וואס איז דער עומק הענין?
און אז מ'לאזט זיך שוין יא אריין אין א שמועס איז אזוי, היינט קומען דאך ארויס הערליכע ליקוט ספרים אויף הלכה, און עס איז קיין ספק נישט, אז היינט האט יעדער יונגערמאן מער צוטריט צו אינפארמאציע וואס רבותינו הראשונים והאחרונים אשר מפיהם ומפי כתבם אנו חיים האבן נישט געהאט. אויב אזוי, אפשר מאכט מען אז פון היינט און ווייטער זאל מען איינפירן אין אלע ישיבות אז אנשטאט מחבר און רמ"א זאל מען לערנען טור און פסקי תשובות? (אפשר בית יוסף אויך, צו פארשטיין בעסער דעם פסקי תשובות...)].

כ'בין זיכער אז כ'פרעג א פשוט'ע שאלה, און ווער עס קען ענטפערן תבוא עליו ברכתי ברכת הדיוט.

כ'בין זייער צעמישט.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר