פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצים?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצים?

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:38 pm

דער גאון הפלא רבי יאשע רוזין פון דווינסק, וועלכער איז באוואוסט אין די ברייט אידישע וועלט אלס דער רוגוטשוב'ער גאון, איז געווען איין שטיק תורה. ער האט אלעס געוואויגן און געמאסטן מיט די תורה טערמינאָלאָגיע. אפילו זיין פערזענליכע געזונט האט ער אפגעשאצט לויט די תורה. ער האט זיך נישט געוואלט לאזן אפערירן צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אז לויט א געוויסע ירושלמי איז עס א לעבנס-געפאר. צום ענדע ווען ער האט זיך שוין יא ענדליך געלאזט אפערירן, און איז אייגענטליך געשטארבן אין רעזולטאט פון די אפעראציע, האט דער גאון זיכער געטראכט ביי זיך אז דער ירושלמי איז פארט גערעכט געווען...

ער איז אמאל געשטאנען שבת מיטאג מיט א זייגער אין די האנט און געציילט די סעקונדן, און מיטאמאל רופט ער זיך אן, אויס! ער האט געזאגט אז די ווירקליכע מציאות האט זיך אין דעם דאזיגע ליאדע סעקונדע ספאנטאן געטוישט, ביז איצט אויב איינער האט געטאן א מלאכה איז ער געווען חייב כרת, און פון איצט און ווייטער שוין נישט, א אנדערע מציאות... די תורה הק' איז געווען זיין מציאות אין יעדע הינזיכט, אפילו אין זיין טאג טעגליכע לעבן. יעדע זאך וואס מ'האט אים נאר געפרעגט איז געווען א דייטליכער ירושלמי אין נזיר, אדער א בבלי אין ערכין. ווען זיין פרוי האט אים געפרעגט וועלכע קלייד אנצוטאן האט ער זיך געוואונדערט ווי אזוי עס קען גאר געמאלט זיין אז זי ווייסט גארנישט אז ס'איז א מפורש'ע גמרא, און נישט בלויז אויף איין ארט נאר אויף עטליכע ערטער אין ש''ס בבלי און ירושלמי, וואו עס שטייט דייטליך אז די גרינע מיט די שטרייפן...

דער גאון האט פיינט געהאט עם הארצים מיט א אומבאגרייפבארע פיינטשאפט, ער האט זיי געהאסט צום טויט, ממש ווי דער רבי דער ברך משה האט געהאסט די בני יואל און די נאציס. אמת, ער פרעגט יעדן צו רופן עם הארץ, אפילו דעם גאון עצום רבי מאיר שמחה, דער אור שמח, האט ער אויך גערופן עם הארץ. ער פרעגט זיך שטענדיג ווערטלען מיט רבי מאיר שמחה: מיין צפנת פענח און דיין אור שמח, האבן נישט קיין טעם וריח. אמאל איז געקומען א מפגר און פראבירט צו רעדן מיטן גאון אין לערנען. זאגט אים דער גאון: רבי איד איר זענט אן עם הארץ. און ער האט באלד צוגעלייגט, נישט אזא עם הארץ ווי רבי מאיר שמחה איז, נאר א ווירקליכער עם הארץ. דער גאון פלעגט א גאנצן טאג ברויזן און זיך קאכן אין לערנען, אויב האט מען אים געשטערט פלעגט ער זיך בייזערן און זאגן: אז כ'וועל נישט לערנען וועל איך נאך חלילה אויסשטייגן אן עם הארץ. דאס האט אים נאכאנאנד געאנגסט...

וואס באדייט אן עם הארץ? וואס פאר א קוואליפעקאציעס זענען נויטיג זיך צו אינדענטיפיצירן אלס לעגעטימע עם הארץ?

לאמיר אפיר נעמען די גמרא אין ברכות וואו די חכמי התלמוד דעבאטירן וואס עס איז די באדייט פון אן עם הארץ.

רבי מאיר זאגט אז איינער וואס עסט נישט חולין בטהרה איז אן ע''ה. די חכמים זאגן, ניין! נאר אויב עמיצער מעשר'ט נישט זיינע פירות איז אן ע''ה. דאן ברענגט די גמרא א ברייתא: ווער איז אן ע''ה? ווער עס לייענט נישט קיין קר''ש צופרי און ביינאכט זאגט רבי אליעזר. און רבי יושע זאגט ניין! נאר דער וואס לייגט נישט קיין תפילין. און בן עזאי זאגט ניין! נאר דער וואס טראגט נישט קיין ציצית. רבי נתן זאגט ווער עס לייגט נישט קיין מזוזה. רבי נתן בן ר' יוסף זאגט אז דער וואס ערציעט נישט זיינע קינדער צו תורה. און אחרים זאגט, אז אפילו איינער לערנט און חזר'ט, נאר ער באדינט נישט קיין ת''ח איז רעכטפארטיגער עם הארץ. רב הונא זאגט אז די הלכה איז ווי אחרים!

קומט אויס פון די גמרא אז אפילו איינער קען לערנען און לערנט, נאר ער באדינט נישט קיין תלמידי חכמים, ווערט אינדענטיפיצירט אלס לעגעטימע עם הארץ!

אט איז וואס די גמרא זאגט אונז איבער עמי הארצים:
מ'זאל נישט חתונה האבן מיט זיי, וויל זעע פירן זיך מיט א ברייטקייט דורכאויס געשלעכטישע באציאונגען.
מ'מעג זיי לעכערן דאס גענאק יום כיפור וואס געפאלט אין שבת.

ביי אלגעמיינע מענטשן וואס ווערטער מיינען נישט קיין סאך, קען מען זאגן אז ביי זיי מיינט נישט קיין עם הארץ קיין ווירקליכע עם הארץ לויט די תורה טערמינאָלאָגיע. אבער ביים רוגוטשוב'ער גאון וואס האט אלעס אינדענטיפיצירט לויט די תלמידישע טערמינאָלאָגיע האט דאך אן ע''ה זיכער געמיינט דאס וואס די גמרא זאגט, דאן פארוואס האט ער נישט געלעכערט דאס גענאק פון יעדע עם הארץ אין דווינסק יום כיפור שחל בשבת? האבן דען אלע איינוואוינער פון דווינסק משמש געווען תלמידי חכמים? א פייג! א הארבער צפנת פענח....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1978
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2354 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:23 pm

ווייל דער עם הארץ וואלט אים געביסען ווי א חמור. און פאר דעם האט ער מורא געהאט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:37 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:54 pm

יא, די אמעראצים וואלט געביסן ווי אייזלען, די תלמידי חכמים וואלטן געביסן ווי פוקסן, עגדיסן, און שלענג, זיי וואלטן זיך אויסגעהארגעט איינער דעם אנדערן וישראל תחת שלום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:21 pm

פארוואס איז דאס אונטער "תורה און מחשבה" און נישט ביי "שמייכל"?
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: פארוואס האט דער רוגטשובער נישט אויסגע'הרג'עט די עמי הארצ

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:25 pm

אין חיים אלא תורה, אז מ'לעבט נישט ברויך מען נישט טויטן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1956
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2815 מאל

הודעהדורך צ. למדן » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:36 pm

זעט אויס אז ס'איז דא ערגעץ וואו א פארשטופטע תוספתא וואס לויט דעם דארף אויסקומען אז מ'דארף נישט הרג'ענען עמי הארצים
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:08 pm

אין דעת אלא תורה (הדא הוא דכתיב, דעת תורה)
ואין עני אלא בדעת
ועני חשוב כמת

#מסודר'דיגע אשכול אלערט!
מנחם ציון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:03 am

עמינדב האט געשריבן:פארוואס איז דאס אונטער "תורה און מחשבה" און נישט ביי "שמייכל"?

ווייל דער ראגאטשאווער קאך לעפל מעסט אלעס מיט זיין תורה'דיגע טערמינאָלאָגיע, אפילו די מילתא דבדיחותא...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:05 am

קאך_לעפל האט געשריבן:דער גאון האט פיינט געהאט עם הארצים מיט א אומבאגרייפבארע פיינטשאפט, ער האט זיי געהאסט צום טויט, ממש ווי דער רבי דער ברך משה האט געהאסט די בני יואל און די נאציס.

פשי, נישט געוואוסט דער ברך משה האט פארמאגט אזא געוואלדיגע אהבת ישראל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:14 am

לעצם הענין פון דיין שווערע קשיא, שטייט דען אין חז"ל אז 'מען מוז' לעכערן זייער גענאק אום יוהכ"פ שחל להיות בשבת? עס שטייט אז עס איז 'מותר'. ולא קשה כלום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:28 am

העי שמעקי, וואס ברענגסטו דא אריין ערנסטקייט אין א צופארענע אשכול? :lol:

אז דו האסט שוין ממילא פארדרייט לאמיר שוין צולייגן מיינע צוויי צענט. ווען ס'שטייט אין גמרא אז א תלמיד חכם וואס האט א פלעק אויף זיין קלייד איז חייב מיתה, אדער ווען ס'שטייט אין די אחרונים (ס'שטייט נישט אין זוהר) אז אויב מ'גייט פיר אמות אן נעגל וואסער אין מען חייב מיתה, מיינט עס טאקע אז מ'דארף איהם הארגענען? ס'מיינט אז ער איז אזא געפערליכע מענטש אז ער איז נישט ווערד די זויערשטאף וואס ער אטעמט אריין, און פארשטייט זיך אליינס אז דאס איז אויך א גוזמא שדברו חכמים לשון הבאי , כל שכן דא ווען ס'שטייט נאר "מותר", נישטאמאל קיין "חייב מיתה", ס'מיינט נאר צוזאגן אז "מ'טאר נישט זיין קיין עם הארץ" און גארנישט מער.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:36 am

שמעקעדיג האט געשריבן:לעצם הענין פון דיין שווערע קשיא, שטייט דען אין חז"ל אז 'מען מוז' לעכערן זייער גענאק אום יוהכ"פ שחל להיות בשבת? עס שטייט אז עס איז 'מותר'. ולא קשה כלום.


חסידים ווייסען אז עס איז נישטא קיין מותר, אדער איז עס א מצוה אדער אן עבירה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

פון אן היסטארישער שטאנדפונקט:

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:19 am

אין די צייטן פון בית שני, איז דאס אידיש פאלק געווען איינגעטיילט אין צוויי שיכטן: די עליטע און די פאלקסלייט.

די עליטע זענען אין אלגעמיין געווען קאנצעטרירט אין די גרויסע שטעט, הויפטזעכליך אין ירושלים עיר הקודש. די עליטע זענען געווען איינגעטיילט אין צוויי הויפט שטרעמונגען, די פרושים און די צדוקים. זיי זענען אין אלגעמיין געווען אינטעלעקטואַלען און שטארקע אידילאגיסטן. די צוויי פראקציעס זענען נאכאנאנד געווען פארמישט אין שטורמישע שטרייטן איבער די פאליטיק וואס האט דאן דאָמינירט דאס אידיש לעבן אין יהודה. צום ביישפיל: ווען א צדוקי איז נאמינירט געווארן צו דינען אלס כהן גדול, האט די העכסטע געריכט אין לאנד – די סנהדרין, וואס איז אין אלגעמיין קאנטראלירט געווארן דורך די פרושים, אים געצווינגען אפצוגעבן א שבועה פאר יום כיפור, אז ער וועט ארויפלייגן די געווירצן אויפן פייער-לאפאטע אינעווייניג אינעם סאמען קדשי קדשים און נישט אינעם היכל ווי די צדוקים האבן געהאלטן. אזוי אויך האבן זיי געצווינגען דעם כהן גדול אויפצוהייבן זיינע הענד ביים וואסער-גיסן אויפן מזבח אין סוכות, אז מ'זאל אים נישט חושד זיין אז ער גיסט די וואסער אויף די בארפעסע פוס און נישט אויפן מזבח, ווארום די צדוקים האבן נישט געגלייבט אין די גאנצע וואסער-גיסעריי אויפן מזבח אין סוכות. אזוי אויך האבן זיי גאר שטארק אינפארסירט אז דער כהן גדול וואס פארברענט דעם רויטן קוה, זאל זיך מטמא זיין צו א שרץ און דאן גיין אין מקווה אריין, און ערשט דאן פארברענען דאס קוה, נישט ווי די צדוקים וואס האבן געהאלטן אז דער כהן וואס פארברענט די קוה זאל זיין גענצליך ריין דאס גאנצע טאג אנגעהויבן פון בעגינען ביז צו די שטערנס באווייזן זיך אויפן הימל... יעדע פסח האבן זיי זיך גע'הרג'ט צווישן זיך ווען אנצוהייבן צו ציילן דעם עומר, די צדוקים האבן געהאלטן אז בלויז זונטאג הייבט מען אן צו ציילן דעם עומר, דאקעגן די פרושים האבן געהאלטן אז נאך די ערשטע טאג פסח. די דאזיגע שטרייטן האבן געפירט צו שווערע אומרוען און שטארקע געשלעגערייען צווישן די פראקציעס, אזש ס'איז נישט געווען קיין מנוחה...

פאר די פאלקסלייט, אדער ווי מ'האט זיי אנגערופן די עמי הארץ, האט גאנץ קנאפ אינטערסירט די גאנצע פאליטיק. זיי האבן באזיצט זייערע גיטער און פעלדער, און געפאשעט זייערע בהמות אויף די ברייטע שטרעקעס פון די גליל און עבר הירדן. זיי זענען געווען פארנומען צו אקערן און זייען זייערע פעלדער, און מער האט זיי גארנישט אינטערעסירט. זיי האבן זיך נישט געהיטן פון טומאה, ווארום זיי האבן נישט געהאט שום אורזאך פארוואס יא. זיי האבן נישט געהאט קיין פארקער מיטן בית המקדש, און זיי זענען זעלטן געקומען אין בארירונג מיט קדשים. זיי האבן זיך קנאפ געקימערט מיט אפשיידן תרומה און מעשר פון זייער גערעטעניש, ווארום זיי האבן זיך גאנץ קנאפ געקימערט פאר די וואוילזיין פון די פאראזיטן און די ארבייטסלאזע כהנים און לווים אין ירושלים. דאס האט זעלבסטפארשטענדליך ארויף געברענגט די גרימצארן פון די ירושלימ'ער עליטע אויף זיי. נעמליך, אין א געוויסע זין איז נאך דער דאזיגער שטרייט אין קראפט ביז צום הייטיגן טאג. אבער דער הויפט שטרייט איז געקומען צו אן ענדע נאך דעם וואס טיטוס דער גרויזאמער האט פארוואגלט די אידן פון יהודה. טיטוס האט נישט האט נישט פונאנדערגעשיידט צווישן קיין צדוקי און א פרוש אדער אן עם הארץ. אלע האבן באקומען די זעלבע באהאנדלונג גלייך...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1978
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2354 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:14 pm

אסאך הלכה'דיגע מיסטעיקס און אסאך דמיון, אבער ב"ה אז דו האסט זיך ארויס געלאזט. הלוואי ווייטער. אזוי ווי מיר האבן געהערט די ענין אין אהבת ישראל פון ר' מענדל פוטערפאס דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

Re: פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצ

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 6:22 pm

ליטוואק: די דמיון איז וואס איז די שיינקייט דא, ווען איך לערן מדרש / אגדה פארשטיי איך עס זייער טרוקן, מער ווי פשוט'ע פאקטן, למשל מיר (און איך מיין אז רוב כלל) איז אלס פשוט געווען אז די צדוקים זענען געווען 'שלעכטע מענטשן' אזוינע אפגעפארענע אידן....

די וועג וויאזוי קאך לעפל שרייבט עס, איז בפשטות מער די היסטארישע מציאות, אז פשוט עס זענען געווען צוויי פראקציעס, און די אגדה וואס אונז לערנען איז געשריבן דורך די פרוש'יסטישע זייט.

(נישט ח"ו אז עס טוישט וואס די חכמים האבן געזאגט)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 6:25 pm

איך האב פאר דיר נייעס. היינטיגע 'שלעכטע' מענטשן זענען אויך נישט באוואקסן, מיט האריגע ברוסטן און הענט ווי שויפלן וכו' וכו'. נאר אזעלכע קלוגע לייט, וואס מיט ליצנות מאכן זיי אוועק מענטשנ'ס פשוט'ע רעכטן און באדערפענישן. פונקט ווי די צדוקים פון דעמאלס, וואס האבן חוזק געמאכט פון די דרשות חז"ל און די וועג פון לערנן תורה וואס מ'האט מקבל געווען מפי נביאים וזקנים ביז צו משה רבינו.

די דמיון איז לגבי די בליק פון די עמי הארץ, די זעלבע עמי הארץ וואס רגמוהו באתרוגיהם ביים קומן צום בית המקדש און זען דער כהן וואס פאלגט נישט די חכמים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:14 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:ליטוואק: די דמיון איז וואס איז די שיינקייט דא, ווען איך לערן מדרש / אגדה פארשטיי איך עס זייער טרוקן, מער ווי פשוט'ע פאקטן, למשל מיר (און איך מיין אז רוב כלל) איז אלס פשוט געווען אז די צדוקים זענען געווען 'שלעכטע מענטשן' אזוינע אפגעפארענע אידן....

די וועג וויאזוי קאך לעפל שרייבט עס, איז בפשטות מער די היסטארישע מציאות, אז פשוט עס זענען געווען צוויי פראקציעס, און די אגדה וואס אונז לערנען איז געשריבן דורך די פרוש'יסטישע זייט.

(נישט ח"ו אז עס טוישט וואס די חכמים האבן געזאגט)


גערעכט, אבער די היסטאריקער האבן א גאנץ אנדערע בליק, קאך'ס בליק גייט לויט ווי עס שטייט אין גמרא און מדרש, אבער פראבירט עס צו שרייבען מיט א אינדערויסענדיגע שיטה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:21 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די דמיון איז לגבי די בליק פון די עמי הארץ, די זעלבע עמי הארץ וואס רגמוהו באתרוגיהם ביים קומן צום בית המקדש און זען דער כהן וואס פאלגט נישט די חכמים.


ורגמוהו כל העם מיינט נישט עמי הארץ. די פארטוישט מיט די אנדערע מעשה מיט די ערבה, וואס די עמעראצים האבן עובר געווען אויף טלטול כדי ארויס צו שלעפן די ערבה (צו לולבים) פין אונטער שטיינער וואס צדוקים האבן געלייגט.

בדרך אגב, עס איז אנגענומען פאר רבנים צו מנהיגים צו נוצען די מעשה אויף עובר צו זיין איסורים אדער מכשיל זיין מענטשן צו עבירות למען קיום הדת (אדער וואס זיי האלטען איז וויכטיג) , בדרך מטרה מקדשת את האמצעים, הגם דארט אין די גמרא זעהט מען נישט אז די חכמים האבן געהייסן עמעראצים מטלטל זיין די שטיינער.

באזני שמעתי פין א גרויסע רב וואס איז שוין נישט בין החיים, אין דער צייט ווען דער עירוב האט זיך געקאכט, אז פין דא זעהט מען אז מען דארף צורייסן דער עירוב אין שבת (והוא רחום וכו').
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:48 pm

ווייל די פאליס אין דווינסק אדער ראגאטשאוו האבן נישט געקענט לערנען. און זיי וואלטן איהם ארעסטירט, ווען ער לעכערט (ח"ו) דעם גענאק פון אן עם הארץ. אפילו אין א גרינעם מיטוואך. נישט נאר אום יוכ"פ שחל להיות בשבת.

זיין לאיער האט טאקע דאס געטענה'ט אין קאורט. ווען דער דזשאדזש האט איהם געפרעגט איבער דעם איינצעלנעם פאל וואס האטציך געטראפן. ווען מ'האט חושד געווען דעם (הייליגן) ראגאטשאווער אין האבן געלעכערט דעם גענאק פון אן עם הארץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14006
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:08 am

אז מען רעדט שוין פין די צוויי, דער אור שמחה האט אמאהל מסביר געווען אז דער ראגאטשאווער האט נישט קיין ספעציעלע זכרון, נאר ווייל ער איז א מתמיד און לערנט כל התורה יעדער פאר טעג, און עס איז נישט קיין קונץ צו געדענקען וואס מען האט געלערנט אפאר טעג צוריק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך כרם זית » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:15 am

אז מרעדט שוין וועגן די ראגעטשאווער: אמאל האט ער געלערנט אין בית הקברות, האט מען אים געפרעגט אז עס איז דאך לועג לרש? האט ער גענטפערט: גלייבט מיר, מיינע תורות פארשטייען לעבעדיגע אויך נישט...
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:51 am

דער אמת איז, איינער פון די מיסטעיקס וואס איך האב באמערקט איז דאס אז מ'האט מטמא געווען דער כהן פון די פרה אדומה מיט א שרץ, ווען איך האב געדענקט אז נאר מיט א טומאה מדרבנן האט מען אים מטמא געווען. אזוי שטייט טאקע אין תוספות אין דער ערשטע דף אין יומא, און אזוי האב איך געדענקט פון לערנן משניות פרה מיט דער רע"ב. למעשה אבער, דער רמב"ם האט טאקע געלערנט אז עס איז געווען מיט א שרץ, איז דאס נישט קיין מיסטעיק.

איך ווייס נישט פון רבנים וואס זענען עובר אויף די תורה פאר עפעס א צוועק. איך האב נישט געהערט פון אזא געדאנק. דער חפץ חיים שרייבט אין זיין בריוו וועגן די מחלוקת אין ווילנא אז אלס איז אויסגעהאלטן להלכה, אפילו בשעת די מחלוקת. וועלכע איסורים האט מען עובר געווען?

אראפ רייסן די עירוב (נישט אום שבת) איז גראדע א גמרא אין די ערשטע און צווייטע פרק (ביזדערווייל) אין דף היומי, און עכ"פ קיין איסור מזיק איז עס נישט. און אזוי איז מסתבר במקום העמדת הדת, ווייל דעמאלס איז יענער דער מזיק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:11 am

די קשיא פון דער טיטל פון דער אשכול איז געבויט אויף דער הנחה אז דער ראגאטשאווער האט געהאסט עם-הארצים "צום טויט". און פון וואו ווייסט מען דאס? ווייל "ער פלעגט יעדן צו רופן עם הארץ, אפילו דעם גאון עצום רבי מאיר שמחה, דער אור שמח, האט ער אויך גערופן עם הארץ." דאס איז דער סך הכל פון דעם מקשנ'ס ראיה.

רבותי, דער סוף-וואך גייט ראש השנה, נישט פורים.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:45 am

אפיציעל ווערט געברענגט אז דער ראגאטשאווער איז געוועהן דער רב פון דער חסידישער בית המדרש אין דווינסק, און דער אור שמח אין דער מתנגדישער בית המדרש, און זיי זענען זיך זייער אויסגעקומען.

עס קען זיין אז אין דער גיסטע פין חסידים מתנגדים, ווי חסידים זענען געוויינליך באטיטלט געווארען אלץ עמי הארץ, האט דער ראגאטשאווער געמאכט א פארקערטער טיטול.

דער ווערטעל אז קיינער האט אים נישט פארשטאנען, זיינע בריוו זענען טאקע געוועהן גאר בקיצור, און אזוי אויך איז זיין ספר אויף רמב"ם, אבער פערזענליך איז ער געווען א מוראדיגער און שטאטער בעל מסביר, און אפילו קינדער האבן געקענט פארשטיין זיינע טיפע שיעורים. אזוי ווערט געברענגט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:02 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אמת איז, איינער פון די מיסטעיקס

....
אראפ רייסן די עירוב (נישט אום שבת) איז גראדע א גמרא אין די ערשטע און צווייטע פרק (ביזדערווייל) אין דף היומי, און עכ"פ קיין איסור מזיק איז עס נישט. און אזוי איז מסתבר במקום העמדת הדת, ווייל דעמאלס איז יענער דער מזיק.



דער חילוק אז די (ודכוותך) זענען נאך ערגער פין יענער רב, יענער האט כאטש געהאט דער דיסענסי מודה צו זיין אז עס איז אן עוולה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט