ווען איינשטיין האט געפלירט מיט גאט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

ווען איינשטיין האט געפלירט מיט גאט

שליחה דורך ארי נוהם »

זיצט מען אזוי אין סוכה, בצלא דמהימנותא, און מ'פראוועט א כאלעמויד ווי עס פאסט פארן זמן שמחתינו.

אין שמחה אלא בבשר ויין, ווען די כלי שיר העלפן צו מעלה צו זיין די ניצוצות, און די טיפישע קומזיץ פון חוה"מ סוכות געמישט מיטן אייגנארטיגן שמחת בית השואבה, מאכט דעם מענטש פארגעסן פאר אפאר מינוט פון זיינע קליינליכע פראבלעמען, ומשם שואבים רוח הקודש, ווי חז"ל זאגן אז שמחה ברענגט אזא דערהויבענע שפירונג.


פרעגט מיר מיין חבר: ר' ארי, דא פרייען מיר זיך אזוי שטארק בשמחת החג, אזש פיר ניגונים ווערן געזינגען נאר אויף די ווערטער "ושמחת בחגך והיית אך שמח", און מארגן - נאך בעיצומו של חג - קומט די שרעקעדיגע הושענא רבה. נאכאמאל וועט מען ארויסנעמען די ווייסע קיטל, נאכאמאל וועט קומען די ימים נוראים'דיגע נוסח, און אין געוויסע פלעצער וועט מען ווידעראמאל בלאזן שופר. אלו ואלו אומרים אז הושענא רבה איז גמר חיתום הדין, און חסידים הראשונים פלעגן אויף זיין די נאכט מיט תהלים און תיקונים.

ווי קומט מען צו אזא דיפרעסיע פון פחד און ציטער אין סאמע יום טוב סוכות ווען מ'דארף זיך פרייען, און טאקע נאר פרייען - "אך שמח"?!

נאכמער, מיר ווייסן דאך אז הכל הולך אחר החיתום וסוף מעשה במחשבה תחילה. אויב סוכות איז געמאכט זיך צו פרייען, דאן וואלטן זיך די טעג פון סוכות געדארפט פארמירן אין א גרעסערע און גרעסערע שמחה מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, אבער צו פארענדיגן די ימי החג מיט פארכט און ציטער, צי איז דאס נישט קיין סתירה מיטן מהות פון סוכות?


מיין ענטפער איז געווען, אז ס'נישט פשט אז ער האט נישט ארויס די געדאנק אונטער "הושענא רבה", נאר עס באדייט אז ער האט ניטאמאל ארויסגעהאט די געדאנק אונטער "חג הסוכות".

[center]*[/center]

זיצן זיך די איזרעאליטן אונטערן ברענעדיגן אייר'דיגן מדבר-זון, צווישן אלים און סיני, פונקטליך א מאנאט נאכן ארויסגיין פון אור-אלטן עגיפטן.

פארטריקנט און אפגעשוואכט, אן קיין רעכט מאכל, קרעכצן די אידן אויף משה און אהרן און פארלאנגען עסן: איר האט אונז ארויסגענומען פון עגיפטן צום טויטן מדבר, האט איר א פליכט אונז צו שפייזן, אניש איז שוין גלייכער צו וואוינען אין מצרים וואו מ'קען כאטש עסן ברויט און פלייש. די צוויי ברידער, די מנהיגי העדה, ענטפערן דאס פאלגענדע: "עֶרֶב וִידַעְתֶּם כִּי ה' הוֹצִיא אֶתְכֶם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם: וּבֹקֶר וּרְאִיתֶם אֶת כְּבוֹד ה' בְּשָׁמְעוֹ אֶת תְּלֻנֹּתֵיכֶם עַל ה', וְנַחְנוּ מָה כִּי תַלִּינוּ עָלֵינוּ".

משה זעצט עס פאר מיטן זאגן אז גאט וועט שיקן פלייש און ברויט פון הימל [שליו און מן], און ווידערהאלט דעם אומשולדיגן "וְנַחְנוּ מָה, לֹא עָלֵינוּ תְלֻנֹּתֵיכֶם כִּי עַל ה'".


פרעגט איר מיר? עס איז טאקע שיין צו פראווען ענווה, אבער עס צו נוצן אלס שטעקן זיך ארויסצודרייען פון אחריות?!

די נעבעכדיגע אידן באפאלן דיר, טאקע וויבאלד דו ביסט דער געטליכער שליח וואס טוט אלעס אפיציעל אין זיין נאמען. אויב מיר האבן א פראבלעם, צו וועמען זאלן מיר זיך ווענדן מיט טענות אויב נישט צו דיר? גאט האט אונז דען פערזענליך עפעס געזאגט אז מיר זאלן דיר שוינען? דו ביסט דאך זיין ווארטזאגער, אלזא נעם אויך די טענות ווען עס איז דא, און קום נישט מיט א מאנטל פון אומגעבעטענע ענווה זיך ארויסצודרייען און זאגן "ונחנו מה כי תלינו עלינו".


נאכמער מאדנע איז, אז חז"ל לערנען ארויס פון דא אז משה איז געווען א גרעסערע עניו ווי אברהם און דוד, וואס דער ערשטער האט געזאגט "ואנכי עפר ואפר" און דער צווייטער האט געזאגט "ואנכי תולעת ולא איש", ווידעראום משה האט געזאגט "ונחנו מה", כלומר, ער איז "א גארניט ממש".

פרעג איך אייך, א קונץ צו זאגן "כ'בין גארנישט שולדיג"? און דאס איז גאר שפיץ ענווה?!

[center]*[/center]

דער אידישער וועלטס-וויסנשאפטלער און געניאלער מח, אלבערט איינשטיין, איז געווען א נח בדורו.

אין זיינע צייטן איז געווארן "אין סטייל" זיך צו דערקלערן אלס אטעאיסט און אפלאכן פון סיי וועלכן געטליכן כח, ווען פון די אנדערע זייט האבן זיך געקלאמערט די וועלטליכע רעליגיעס און געקארמעט אז הוא היה הוא הווה והוא יהיה. איינשטיין זעלבסט האט געטראגן א כאראקטער פון א "מאמין ואינו מאמין", אדער בעסער געזאגט, ער האט געפלירט מיט גאט.

אין השגחה האט ער געוויס נישט געגלייבט, און אין קיין גאט וואס באפעלט סיי וואס האט ער באשיינפערליך אויך נישט געגלייבט, אבער וואס עס האט אים אפגעשיידט פון רוב וויסנשאפטלער אין זיינע צייטן איז געווען זיין אנערקענונג אין א כח עליון, עפעס א געטליכער וועזן, וואס האט באשאפן די וועלט. ער פלעגט זאגן אז ער גלייבט אין שפינאזא'ס גאט (און טאקע ווי ביי שפינאזא זעלבסט, איז געבליבן אומקלאר אין וואספארא סארט כאראקטער אט דער גאט טראגט, אדער משל היה אויפן הייליגן כח פון נאטור), און איז געווען מסופק אויב ער קען זיך רופן א "פאנטעאיסט".


עטליכע בריוון און ארטיקלען האט איינשטיין געשריבן דערוועגן, הגם אגב'דיג, און צענדליגע עסייען זענען שפעטער געשריבן געווארן איבער דעם טעמע, וואס פונקטליך איינשטיין האט געהאלטן איבער גאט. אט איז אבער א משל וואס איינשטיין זעלבסט האט גענוצט אין א בריוו צו א שרייבער, וואס האט אים אנגעפרעגט אויף זיין מיינונג איבער א גאט:

"א קינד איז אמאל אריינגעקומען אין א גרויסן ביבליאטעק, וועמענס ווענט זענען געווען איבערגעפולט ביזן דאך מיט ביכער אין פארשידענע אנדערע שפראכן. דאס קינד ווייסט, אז איינער האט געמוזט שרייבן אט די דאזיגע ביכער, טראצדעם וואס ער ווייסט נישט ווער עס האט עס געשריבן אדער וויאזוי ער האט עס געשריבן. ער פארשטייט אויך נישט די שפראכן אין וואס זיי זענען געשריבן געווארן".

"דאס קינד אנערקענט יא אז עס איז געוויס דא א קלארע פלאן אינעם אויסשטעל פון די ביכער, עפעס א מיסטעריעזע מסודר'דיגקייט, וואס ער קען נישט פארשטיין און ארויסהאבן, אבער ער קען יא שוואכליך פארדאכטן וואס עס ליגט דערינטער".

"אט דאס שיינט מיר צו זיין די באציאונג פונעם מענטשליכן שכל, זאגאר דער קלוגסטער און קולטוריזירטסטער, צו גאט. מיר זעען א יוניווערס הערליך שיין אויסגעשטעלט, אויספאלגענדיג געוויסע געזעצן, אבער מיר פארשטייען די געזעצן נאר שוואכליך. אונזערע באגרעניצטע מוחות קענען נישט כאפן און דערגרייכן די מיסטעריעזע כח וואס פירט אן די העמיספערע און אלע גאלאקסיעס".

לאמיר אראפברענגען די גאלדענע לשון פון איינשטיין זעלבסט:
[left]We are in the position of a little child, entering a huge library whose walls are covered to the ceiling with books in many different tongues. The child knows that someone must have written those books. It does not know who or how. It does not understand the languages in which they are written. The child notes a definite plan in the arrangement of the books, a mysterious order, which it does not comprehend, but only dimly suspects. That, it seems to me, is the attitude of the human mind, even the greatest and most cultured, toward God. We see a universe marvelously arranged, obeying certain laws, but we understand the laws only dimly. Our limited minds cannot grasp the mysterious force that sways the constellations[/left]
(Glimpses of the Great", p. 372-373")


[center]*[/center]
כל ימי הייתי מצטער אויפן באקאנטן חסידישן אויסדרוק: "תכלית הידיעה [שנדע] שלא נדע" (כגון בליקוטי מוהר"ן כ"ד אות ח. ותניינא, ז' אות ו), וואס ווערט שוין געברענגט אין ספרי קבלה (כגון בשל"ה פ' עקב, תורה אור א', ובס' אלימה לרמ"ק). אזוי??? די תכלית איז גאר "נישט צו וויסן"? צי שטייט דען נישט אין מיין תורה (דה"י-א' כח, ט): "דע את אלקי אביך"?!

אויב חסידישע ספרים און מקובלים נוצן מיסטישע טערמינען דערוועגן, קומען אבער אונזערע גרעסטע חוקרי דעת אל, און זאגן דאס זעלביגע.

אט אזוי וועט איר געפונען אינעם "עקידה" (שער נ"ד), אינעם "עיקרים" (מאמר ב' פ"ל), און נאך אזוי פרי ווי אינעם "בחינת עולם" פון רבינו ידעיה הפניני (יג, לג), וואס שרייבט קלאר: "ותכלית מה שנדע בך - שלא נדעך", און עס ווערט ציטירט אין זיין נאמען אויך אינעם "כלי יקר" (שמות כה, י).

אט די קליינע חילוק אין די ווערטער, אנטשיידט אויך די געדאנק דערינטער.


רבינו ידעיה איז געווען א הייסער חסיד פונעם רמב"ם, און זיין געדאנק איז באזירט אויפן שיטה פונעם מורה נבוכים (ח"א פנ"א ועוד), אז אין ידיעת אלוקות איז די שפיץ וויסנשאפט צו אנערקענען אונזער באגרעניצונג אין ארויסהאבן מושגים העכער דעם מענטשליכן שכל, און דאס איז צוליב אונזער שולל זיין סיי וואספארא מושגים גשמיים פון גאט.

אין אנדערע ווערטער, מיר קענען נאר אויסשליסן מושגים/ידיעות איבער גאט, און דאס זעלבסט געט אונז אביסל קלארקייט און וויסנשאפט איבער ווי ווייט דאס פארשטאנד איבערן מושג פון גאט איז. וואס ער איז "יא" ווייסן מיר נישט, וואס ער איז "נישט" קענען מיר יא וויסן, און דאס שיינט אריין אינעם גרויסן געטליכן אור אין וואס מיר האבן למעשה קיין הבנה.

תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך איז קיין סתירה מיט "דע את אלקי אביך", עס איז די השלמה דערפון.

[center]*[/center]

הערט א מעשה וואס דער בעל המאור שרייבט (רז"ה סוף הל' טריפות), עס האט זיך געהאנדלט איבער א געוויסע שאלה אין הלכות ריאות, און אנקומענדיג קיין לוניל האט ער אנגעטראפן די דארטיגע חכמים וגדולים און זיי האבן גע'פסק'נט אנדערש ווי אים, און ער האט נישט געוואלט מקיל זיין וויבאלד זיי האבן מחמיר געווען, אויספירנדיג: "וכ"ש שלא לשנות המנהג... שאני יודע בעצמי שאיני ראוי לכך, וכמו שאמר החכם: הפרי הגדול שאריתי מן החכמה, שאני יודע שאיני יודע".

א פסק-דין פונעם בעל המאור! קיינע מליצות, נאר א פאקטישע הנהגה.


ווער איז אבער דער "אמר החכם"?

אויפן ערשטן וועלט-בארימטער פילאזאף, סאקראטעס, דערציילט מען א לעגענדע, אז ער פלעגט זיך דרייען אין די גאסן פון אטענס, גריכנלאנד, און אנטרעפן געוויסע זעלבסט-דערקלערטע חכמים, מחכמי אתונה, וועמען ער פלעגט צימבלען זאגנדיג: "איך בין קלוגער פון דיר, און איך ווייס אז איך ווייס גארנישט. צי ווייסטו אז דו ווייסט נישט? ניין!"

אזוי האט ער טאקע אויך געזאגט בסוף ימיו, ווען ער האט זיך פארטיידיגט אין געריכט-זאל איבער זיינע שרעקליכע "פארלוימדונגען", און איז פאראייביגט געווארן אינעם "אפאלטאנישן דיאלאג" פון זיין גרויסן תלמיד און ממלא-מקום אפלטון, אלס מאמר החכם: "איך ווייס אז איך ווייס גארנישט".

רבינו יהודה מוסקאטו, רב הכולל פון מאנטאווע, איטאליע, אנדערטהאלבן דור נאך גירוש שפאניע, שרייבט טאקע קלאר אין זיין פילאזאפיש-רעטארישן ספר על התורה "נפוצות יהודה" (דרוש ט'), בזה"ל: "כי תכלית מה שנדע - שנדע שלא נדע. כמו שהיה סוקרטי הפילוסוף מעיד על עצמו, שאחרי בלותו לא היתה לו עדנה בלימוד החכמות, זולתי מה שהשיג כי מאומה לא ישא בעמלו שיולך בידו מהידיעה והחכמה".


איינשטיין איז קיין גרויסער פילאזאף נישט געווען, און איז טאקע נישט מיין וועגווייזער אין אלוקות, אבער דרך-ארץ פאר זיין גרויסן מח דארף מען יא האבן, און זיינע אויבנדערמאנטע ווערטער טראגן א ספעציעלן באדייט. טאקע צוליב זיין וואונדערליכער מח, וואס האט באוויזן צו אנפלעקן אזויפיל פארבארגנקייטן פון נאטור, האט ער דאס מערסטע פארשטאנען ווי ווייניג ער הייבט אן ארויסצוהאבן די טיפקייט פון די ביכער אינעם ביבליאטעק.

עס איז געווען זיין געניאלקייט וואס האט אים געגעבן צו פארשטיין, ווי ווייניג ער פארשטייט.

עס איז געווען זיין גדלות, צו אנערקענען ווי ווייניג ער ווייסט.

[center]*[/center]

שוין יארן לאנג בין איך פאצינירט מיטן לעגענדארן נשר הגדול, רבינו משה המימוני. איינע פון די גרעסטע אידישע מוחות אינעם מיטלאלטער בפרט און אינעם אידישן היסטאריע בכלל, מיט א גלענצנדער פעדער און אומגלויבליכע פארשריבענע און באנוצטע ווערק, און איבער אלעם - מיט א שטעמפל אויפן אידישן גלויבן וואס ווייניג אנדערע האבן איבערגעלאזט.

דער רמב"ם איז גלייכצייטיג געווען אן אויסנאמליכער עניו, אויף א פארנעם וואס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן. ער איז אויסגעשטאנען רדיפות און התנגדויות זינט ער האט אנגעהויבן צו שרייבן זיין משנה תורה, און מ'האט אים געצימבלט פון אלע ריכטונגען. פון דערנענבדן אלעקסאנדריע, פון ווייטערן באגדאד, פונעם נאך-ווייטערן שפאניע, אזש ביז קיין מדינות אשכנז. לייענענדיג די בריוון פונעם רמב"ם זעלבסט, שיילט זיך ארויס א דמות פון אן ענוותן ושפל ברך, וואס פרובירט צו ענטפערן פאר זיינע אטאקירער בסבר פנים יפות, און פארענטפערט זיך מיט אן איידלקייט וואס האט נישט זיינס גלייכן.

ווען מיר זעען דעם היקף און גדלות פונעם רמב"ם פון זיינע כתבים, פארשטייען מיר ווי ווייניג ער וואלט זיך געדארפט רעכענען מיט זיינע קעגנער. מיטן תירוץ פון "אורייתא קא מרתחא ביה", "כבוד התורה/בזיון התורה", און דער חיוב פון א "שמינית שבשמינית", וואלט ער געקענט מקיים זיין דעם "ואשיבה חורפי דבר" מיט באק-ציינער. די אויסגעשארפטע און קלארע פעדער פונעם רמב"ם, וואלט געוויס געשניטן ווי לעזער-שטראלן און וואלטן געהאט דעם זעלבן אפעקט ווי דאס שרייבן אזוי איידל און אריסטאקראטיש.


אין א בריוו צו זיין תלמיד רבי יוסף המוגרבי שרייבט ער, אז זיין גאנצע באנעמונג איז אדורכגעפלאכטן מיט ענווה און ער האלט זיך נישט גרויס איבער אנדערע.

זיין שפראך דערמאנט אונז אינעם אויסדרוק פון רב יוסף (סוף מס' סוטה) "אל תיתני ענוה דאיכא אנא", דאס הייסט אז מ'זאל נישט זאגן אז דאס מידת ענווה איז שוין אונטערגעגאנגען, וויבאלד איך, רב יוסף, בין נאך דא בין-החיים און איך בין אן עניו.

[center]*[/center]

משה רבינו ווערט באטיטלט אינעם תורה אלס "עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה", און משה זעלבסט שרייבט די ווערטער אין די תורה.

דער זעלבער משה דערציילט איבער זיך צוויי פסוקים פריער, אז ער איז געווען דער סאמע נענטסטער מענטש צו גאט אין היסטאריע, אויף אזא פארנעם אז גאט האט געזאגט אויף אים: "פֶּה אֶל פֶּה אֲדַבֶּר בּוֹ, וּמַרְאֶה וְלֹא בְחִידֹת, וּתְמֻנַת ה' יַבִּיט".

ער ווייסט צו דערציילן אז גאנצע פערציג טעג און נעכט האט ער נישט געגעסן, נישט געטרינקען און נישט געשלאפן, זייענדיג א ריכטיגער "משה איש האלוקים".

דומע קעפ מוטשענען זיך צו פארשטיין, וויאזוי דער נענטסטער מענטש צו גאט אין היסטאריע קען זיין דער גרעסטער עניו אין היסטאריע. אמער, ער האט דען נישט געוואוסט וויפיל העכער ער שטייט פון יעדן איינעם אנדערש אין היסטאריע?

די פראגע איז אבער מופרך מעיקרו, ווייל דער "עניו מאוד מכל האדם" איז פאקטיש א תוצאה פון "תמונת ה' יביט".

און טאקע וויבאלד נאר אויף אים זאגט די פסוק: "ותחסרהו מעט מאלקים" (עי' נדרים ל"ח ע"א), טאקע צוליב דעם איז ער צוגעקומען צום פארשטאנד ווי נישטיג ער איז, ווי נישטיג עס איז זיך צו גרויסהאלטן, ווי נישטיג עס איז זיך צו פארגלייכן מיטן מענטש וואס איז קלענער פון אים ווי איידער צו אנערקענען דעם אין-סוף פון ידיעת והבנת בוראו. די "תמונת ה' יביט" האט אים געגעבן גענוג שכל צו וויסן ווי ווייניג ער ווייסט קעגן וואס עס איז שייך צו וויסן.


ווען א מענטש געפונט זיך אין א טיפע גרוב אן קיין זון-שטראלן, און ער צינדט אן א ליכטל, באווייזט ער צו באשיינען דאס גרוב. אבער ווען א מענטש גייט אין גאס אינמיטן טאג און ער צינדט אן א ליכטל, דארף ער דריגענד א דאקטאר.

ווען א מענטש שטייט נאך נענטער צום זון, וועט ער ניטאמאל באווייזן אנצוצינדן זיין ליכטל, וויבאלד עס וועט זיך פריער צעלאזן פונעם זונ'ס היץ.

"כי שמש ומגן ה' אלוקים" (תהלים פד, יב); ווען א מענטש איז גאר ווייט פון גאט איז ער אינעם גרוב, וואו ער קען זיך אויפטון פאר אנדערע אז ער קען אנצינדן א ליכטל, אבער ווען ער איז זוכה אז געטליכע שטראלן דערגרייכן אים - וועט ער קיינמאל נישט קלערן אז "ער" קען באווייזן צו מאכן ליכטיג מיט זיין פייערל.

און וואס נענטער ער וועט דערגרייכן דעם זון, אלס מער וועט זיך זיין ליכטל צעלאזן פון די זון שטראלן, און אלס מער וועט ער שפירן אז ער ווערט בלינד פונעם אור השמש.

משה רבינו איז געווען אזוי נאנט צום זון, "ותחסרהו מעט מאלקים", אז ער איז געווען דער גרעסטער עניו אין היסטאריע. "ער", האט גענצליך נישט תופס-מקום געווען, זייענדיג אזוי נאנט צום זון.

[center]*[/center]

יראת העונש און יראת הרוממות זענען גאר ווייט איינע פון אנדערן, ווען אהבת ה' איז די דרגה אינצווישן.

א משל אין איין פאראגראף: א געווענליכער חסיד וואלט מכניס-אורח געווען זיין רבי'ן שליט"א צוליב "שכר ועונש", וואס נעמט אריין פרעסטיזש, סטאטוס, גלויבן אז ער וועט באצאלט ווערן אויף די/יענע וועלט; א "רבי ישעי' ברבי משה" איד וואלט מכניס-אורח געווען רבי ישעי'לע קערעסטירער, צוליב זיין געוואלדיגער ליבשאפט צו דעם ליבליכן צדיק; אבער איך וואלט מכניס-אורח געווען אזא דמות ווי דעם אלטן רבי'ן בעל התניא, צי דער רמב"ם, אנע שום חשבונות סיידן א יראה עילאה, א התרוממות וואס באנעמט א מענטש פון זען אזא דמות פאר זיך.

דער רמב"ם דרוקט זיך אויס אז עמי-הארץ און קינדער פאלגן גאט צוליב שכר ועונש, אבער מ'דארף צוקומען צום לשמה פון וועלן האבן שייכות מיט גאט, און גארנישט מער. אין אנדערע ווערטער, אויפטוישן דעם יראת העונש מיט יראת הרוממות.

אבער צו יראת הרוממות דערגרייכט מען נאר דורך אנערקענען רוממותו יתברך, וואס ווען איינער שפירט דאס ווערט ער אנגעפולט מיט ליבשאפט און פרייד צו קענען האבן א פארבינדונג מיט גאט, און א שטאפל דערויף איז אז ער זאל אזוי שטארק אנערקענען דאס גרויסקייט פון גאט אז ער זאל זיך פשוט פארכטן דערפון, מיט אזא ערנפולע יראת הכבוד, ענליך צו וואס מיר וואלטן געהאט ווען מיר זעען פלוצים דעם בעל התניא שפאצירן אין גאס.


די ימים נוראים זענען טעג ווען ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו, און א געווענליכער מענטש טוט דאן תשובה מיראה, יראת העונש.

דאס ווערט פארגעזעצט מיטן יום טוב סוכות, זמן שמחתינו, ווען מיר דערהייבן זיך א שטאפל, און מיר דערנענטערן זיך צו גאט מיט ליבשאפט און מיט פרייד, דאס איז תשובה מאהבה, דאס איז שמחת בית השואבה, ומשם שואבים רוח הקודש, ווייל: "אין השכינה שורה אלא מתוך שמחה".

זיצן מיר אינעם סוכת-עראי, קארגע ברעטער מיט גרינס אויפן קאפ, מיר געדענקן אז אמאל זענען מיר געזעצן אין פשוט'ע געצעלטן, אבער פרייליכערהייט און איבערגעפולט מיט קירבת אלוקים, וויבאלד מיר זענען געווען אונטער גאטס פערזענליכער אויפזיכט, ובענני הכבוד הקיפם.

מיר ברענגען אריין אט די אמונה אין אונזערע הערצער, מ'קארמעט זיך מיטן צלא דמהימנותא, און מ'נעמט אריין אין די ביינער דאס פארשטאנד אז עס איז נישטא עפעס זיסערס ווי נאנטקייט צום גאט. עס איז נישט פארהאנען קיין בעסערע זאך ווי זיין אונטערן בלויען הימל, וואו דער זון שיינט אריין און פארשפרייט זיין ליכטיגקייט. "כי יצפנני בסוכה".


די וואך פארענדיגט זיך, און מיר שטייען גרייט פארן טעסט: עס איז הושענא רבה אויפן וועלט, גמר חיתום הדין; צי דרייעסטו זיך ווייטער ארום דערשראקן פונעם אל קנא וואס האט אפענע ספרי חיים וספרי מתים, צי האט דער וואך פון וואוינען בצל ש-די געהאט דעם פאסיגן ווירקונג אויף דיר?!

אויב דו ציטערסט ווייטער פונעם אלמעכטיגן שרעקעדיגן פוקד עון אבות על בנים, דאן האסטו קיינמאל נישט מיטגעלעבט דעם ריכטיגן חג הסוכות. פון א זמן שמחתינו פאלט מען נישט אריין אין א פחד פון כאפן פעטש, סיידן אויב מ'האט ניטאמאל ארויס דעם באדייט פון זמן שמחתינו.

אבער אויב די פארכט אום הושענא רבה איז א דירעקטע פארזעצונג פון חג הסוכות - זמן שמחתינו, דאן וועט דאס פארוואנדלט ווערן אין א יראת הרוממות, א געוויסע ענדלאזע דביקות אין גאט צו וועמען דו האסט דיך דערנענטערט מיט פרייד און ליבשאפט דורכאויס דעם פארלאפענעם וואך, און דער שפיץ דערפון איז טאקע ענדע וואך ווען די אהבת ה' ווערט פארוואנדלט אין א קנויל פון "נפשי חמדה בצל ידיך".


וויפיל מער א מענטש ווייסט, אלס מער אנערקענט ער ווי ווייניג ער ווייסט.
וויפיל מער א מענטש פארשטייט געטליכקייט, אלס מער פארשטייט ער ווי ווייניג ער פארשטייט דאס.
וויפיל נענטער א מענטש איז צו גאט, אלס מער וועט ער מבטל זיין זיין אייגענעם וועזן.
און וויפיל מער א מענטש פארבינדט זיך מיט גאט, אלס מער וועט ער זיך פארכטן פון אים, מיט א יראת הכבוד.

[center]*[/center]

וְסֻכָּה הַנַּ"ל, הַיְנוּ רוּחַ - הַקֹּדֶשׁ הַנַּ"ל, שֶׁפַע אֱלֹקִי הַנַּ"ל, הוּא בְּחִינַת מַקִּיפִין, שֶׁהַשֵֹּכֶל הַזֶּה הוּא גָּדוֹל עַד לִמְאֹד, עַד שֶׁאֵין הַמֹּחַ יָכוֹל לְסָבְלוֹ וְאֵין נִכְנָס בַּמֹּחַ, אֶלָּא הוּא מַקִּיף אֶת הָרֹאשׁ. כְּמוֹ שֶׁאָנוּ רוֹאִים כַּמָּה חָכְמוֹת עֲמֻקּוֹת שֶׁאֵין יְכֹלֶת בַּמֹּחַ הָאֱנוֹשִׁי לְהָבִין עַל בֻּרְיוֹ... כְּמוֹ הַיְדִיעָה וְהַבְּחִירָה, שֶׁאֵין מֹחַ שֶׁל אֱנוֹשִׁי יָכוֹל לְהָבִין אֶת הַיְדִיעָה הַזֹּאת. וְהַשֵֹּכֶל הַזֶּה הוּא בְּחִינַת מַקִּיף, שֶׁאֵין נִכְנָס בִּפְנִימִיּוּת הַמֹּחַ כִּי אִם מַקִּיף אוֹתוֹ מִבַּחוּץ, וְהַשֵֹּכֶל הַפְּנִימִי מְקַבֵּל חִיּוּתוֹ מֵהַמַּקִּיף הַזֶּה.
[left](ליקוטי מוהר"ן קמ"א, כא)[/left]
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר