ענקזייעטי אין עבודת ה'; מיין טשעיס אקאונט איז פארמאכט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

ענקזייעטי אין עבודת ה'; מיין טשעיס אקאונט איז פארמאכט

שליחה דורך לבי ובשרי »

יא. מיר ווייסן פון קינדווייז אן דעם יסוד אין אידישקייט, אז אלעס איז פון אויבן. וואס עס פאסירט דא אונן צו אונז האט א סיבה פארוואס דאס האט פאסירט און פארוואס דער אויבערשטער האט דאס צו אונז געשיקט וואו און ווען.

און בכלל, ווען א מענטש זעט אז עפעס נישט גוט חלילה קומט אויף אים, ווייסן מיר דאך וואס מ'ברויך טון, נעמליך, 'יפשפש במעשיו' ווי חז"ל זאגן.

די ספרים צעטיילן שוין טאקע, אז לאו דווקא ווען א מענטש באקומט חלילה יענע מעשה מיינט דאס אז אויפ'ן ארט דארף דער מענטש זיך בודק זיין און זען פארוואס עס איז צו אים אזא צרה געקומען, ווארום, ווען א מענטש קריגט חלילה א צרה, דארף ער זיך מתחזק זיין, דאנקן דעם אויבערשטן און בעטן אויף ווייטער.

אבער דאס איז זיכער אז דער מענטש ברויך זיך אונטערזוכן און זען וואס ער האט געטון ראנג אז עס זאל זיך אויף אים קומען אזא געשעעניש. ווייל אומזיסט קומט נישט גארנישט צו קומען. נישט קיין גוטס און נישט קיין שלעכטס.

כ'האב אמאל געהערט פון א איד ווען א ביזנעס דיעל איז אים געלונגען, זאגט ער אז דאס קומט ווארשיינליך, צוליב וואס ער איז לעצטנס זייער נזהר נישט ארויסצוגיין פון שול איידער ער הערט דעם לעצטן קדיש (יתום). זינט דעם קבלה האט ער געזען ישועות.

כ'הער, קען טאקע זיין. אזא קבלה איז נישט אוועקצומאכן. א קדיש איז מלא וגדוש מיט ישועות ורפואות. קורעין לו גזר דינו שטייט דאך.

אבער דאס באשליסן פארוואס עס קומט זיך מיר דאס און פארוואס יענץ האט צו מיר פאסירט, בין איך נישט אזוי זיכער אז דאס איז בידינו. אוודאי, יפשפש, יתלה בביטול תורה און נאך. אבער פון וואו ווייסטו פארוואס דער קליינער וואונד אויפ'ן קליינעם פינגער פון די פיס איז זיך דיר געקומען?

אלזא, מיין טשעיס באנק האט זיך לעת עתה צייטוויליג פארמאכט. אינעם יעצטיגן שטונדע איז נאך צו פרי זיי צו אנקלינגען. און זיי שרייבן אז מיט איין רוף וועט עס זיין מסודר. דער אויבערשטער זאל און וועט אוודאי העלפן. לעת עתה איז דאס אבער א שטיקעלע עגמת נפש.

אבער פון וואו ווייס איך פארוואס דאס איז זיך צו מיר געקומען און וואס איך קען טון כלפי שמיא אז דאס זאל מער נישט פאסירן?

און אז כ’פרעג שוין; ווען א מענטש וויל ארויסנעמען פון קעשענע א קוואדער און עס קומט אים ארויף א דיים, ווייסן מיר דאך פון חז"ל אז דאס ווערט באצייכנט אלס ’יסורים’. נו, וואס קען א מענטש טון אז דאס זאל מער נישט פאסירן און פון וואו קען ער וויסן פארוואס דאס קומט זיך אויף אים?

א גוט קוויטל!
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
רעאגיר