מיין הבל וועט נאך פלאקערן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

מיין הבל וועט נאך פלאקערן!

שליחה דורך גבור חיל »

ס'איז א געווענליכע אראנדזשע דאנערשטאג צופרי, נישט אזוי געווענליך, ווארום ס'איז קאראונע פריים טיים, די קינדער רייטן ארום צווישן די פיס, איך שפאן אריין אין א סמעדריש'ל אין מיין געגנט, איך דריי מיך נישט געווענליך דארט, אבער וואס קען שוין זיין, מגייט כאפן א שחרית'ל.

שטייצעך פארן ווארפן די וואלענע געשטרייפטע פאדים באהאנגענע טלית אויפן פלייצע, שפאנט מען אריין אין... יא קאווע שטיבל, לייג אריין אביסל שטויב אינעם פאומישע האלטערל, צו סאך מגיסט אויס בקיצור... פארטיג מיט די הכנות, מלעהנט זיך אן אינעם דופן און ס'טמנ'ע פאון שפאצירט ארויס פון קעשענע, מגייט באזוכן אין קאווע שטיבל שטייענדיג אין קאווע שטיבל, אהה מייחד זיווג עליון ותחתון, און מזיפט געמיטלעך פונעם הייסן געמיש.

שפרייזנדיג אין די עולמות עליונים צווישן די טיפע מאמרים, שפאנט מיר דורך א אינגערמאן, די לאקעלעך זענען אים נאך פארבליטשט פון די מקוה יוך, ס'שווארץ גלעזער זיצט אים פארהויעכט אויפן נאניע, בשעת די אויערן פוצער און קאווע מישער ביי די זייט פון די גלעזער וואס זיצן אויפן אויער זאפן איין די איבריגע גערינאכצער פון די צושויבערטע שטרויען ביי די זייטן, ס'בענדל ציעט שטארק צוזאם דעם אפגעקראכענם ישיבה חאלאט ארום די בני מעים, אזא אחור ואחור צרתני איד...

און דער שטרוי זאק האט מיר באמערקט! ממש א קדחת האט אים באכאפט, צושטורעמטערהייט באפעלט ער פאר זיין ניין יעריג אפגעראצט עופה'לע שטעק אים אריין א השומרים קארטל אינעם קאווע גלעזל! און הייבט אויף א באסאווע געשריי! שעמסטעך נישט די אויסווארף? א כלי אין א מאקעם קאדעש? די ווייסט נישט פון די תקנה?? לייג אוועק אדער ווארף איך דיר ארויס פון דא! נאא? שרייט ער אויף זיין פיפל! לייג אים אריין אינעם קאווע אריין! דער הילפסלאז שעפעלע פאלגט, און איך גיס אויס דעם פארחזרטן קאווע מיט א זיפץ.

קיין אויליגער ידיעה וואס דער האט געוואלט האב איך נישט, אבער איך ווייס אויך די סוף פון די מעשה.

*

גבור, קריג איך א טעלעפאון ריף, ס'שייטל איז צו לאנג, שטרימפ צו דין, קליידער צו געפאסט, טאכטער צו געשמירט, סמארטפאןן צו געמיין, פון איינעם וועם ס'לעבן איז אים געגאנגען גענונג שלעכט אז זיינע מדות משחתות האבן אים דוקטירט צו זיין אין די וועד הצניעות... און ליגן אין יענעמס גאטשעס איז זיין מצוה, לאור הנ"ל זאגט ער, אדער שטעלט מען ארויס דיינע תשב"ר שאין להם חטא, אדער טוסטו וואס מען גייט דיר הייסן!

מזעמיר אין גלות טראכט איך צו מיר, אבער איך קען די סוף פון די מעשה.


*


געשעהן איז ליידער א שטיקל פרשה ביי א פארפאלק, זיי פארשטייען זיך נישט אזוי גוט, ס'מצב איז נישט אזוי פויגל'דיג ליידער... גלייך קומען צו שפרינגען א גרופע פון העל'ע עשקנים און רעבנים, מצושמירט און מצופויקט, מחזר'ט און מרצח'ט, ביידע צדדים זענען צופראסקעט און צושטאכן, אבער די עשקנים זענען אויסן צו הארגענען לשם שמים! אלעס פארן גא-ט!

ווער אין די רשעות האט זיי געפרעגט ווייס איך נישט, אבער איך קען שוין די סוף פון די מעשה.


*

און וואס טאקע איז די סוף? אט די וואך האט מען עס געליינט אין די תורה.

קין האט געברענגט א קרבן פון פרוכט פארדארבענע, אוו הבל האט געברענגט שיינע בהמות, און דער אייבערשטער האט זיך געקערט צו הבל, און צו קין נישט, נו וואס האט קין געטון, אפגעהארגעט הבל, און? קוקט אויס ווי למעשה האט קין געוואנען, גייט דורך זיבן דורות, קין'ס אייניקל הארגעט אים, און סבלייבט נישט איבער קיין זכר פון קין, הבל? ס'באקאנט פון ארי הק' אז הבל איז מגולגל געווארן אין שית, און? די גאנצע וועלט שטאמט פון אים.

און דאס איז די סוף פון די מעשה! דער צודרייטער אינגערמאן, דער הייליגער חבר וועד הצניעות, און דער הייליגער לשם שמים עשקן, פארדארבענע פרוכט האט ער געברענגט, זיין יראת שמים? זיין תורה? זיין תפילה? זיינע פרוכט? פארדארבן ביזן גרונט! ואל קין ואל מנחתו לא שעה! דער אייבערשטער גלייכט עס נישט!

וואס טוט ער? ער הארגעט! ער רצח'ט! ער פארגיסט בלוט! פארוואס? ווייל ער האט געברענגט פארדארבענע פרוכט! און איך? אוי לייכט מיין הבל! איך ווייס דאך די סוף פון די מעשה!

מיין הבל וועט נאך פלאקערן ביז משיח'ס טאג!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר