ווען איז ניטל?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

ווען איז ניטל?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]בס''ד

אנגעהויבן האט זיך עס אין איטאליע. ח' תשרי שמ''ג – אקטאבער 4' 1582 למספ' איז געווען אן אלגעמיינער טאג אין איטאליע. געשעפטן האבן געווירבלט מיט קונדן, מענטשן האבן ארלעדיגט זייערע געשעפטן, ביז דער זון איז אונטערגעגאנגן. ביינאכט זענען מענטשן געגאנגן שלאפן ווי געווענדליך, און ווי דערשטוינט זענען זיי געווארן, ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט מיט גאנצע 11 טעג שפעטער! אקוראט דאס זעלבע האט זיך איבערגעשפילט אין ענגלאנד כ''ג אלול, תקי''ב – סעפטעמבער 2' 1752 למספ'. איז די פראגע איצט אזוי, וואו אהין זענען גאנצע עלף טעג אזוי מיטסטעריש פארשוואונדען געווארן פונעם קאלענדאר?
דאס צו פארענטפערן, דארפן מיך זיך צוריק קערן צוויי טויזענט יאר צוריק צו די שטאט רוים.

יוליוס קאלענדער
דער העלדישער רוימישער קייסער יוליוס אינאיינעם מיט זיין זון אויגוסטוס, האבן זיך אקוראשט צוריק געקערט פון עגיפטן, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א מעכטיגער מיליטערישער טריומף איבער די מיליטערישע קרעפטן פון תלמי דער דריטער. דארט אין עגיפטן האט זיך יוליוס באקאנט געמאכט מיט א קאלאנדער וואס איז געווען באזירט אויף די זון. יוליוס איז געווען אנטשלאסן דאס איינצושטעלן אויך אין רוים, און גלייכצייטיג איבער זיין גאנצע אימפעריע.
דאס עגיפטישער קאלענדער האט אבער געהאט א פראבלעם. נעמליך, די עגיפטער האבן איינגעטיילט דאס יאר אין צוועלעף מאנאטן, איטליכע מאנאט האט אינהאלטן 30 טעג. איי דער זין באוועגט זיך ארום די זון 365 און א פערטל מאל א יאר? בלייבט דאך נאך איבער 5 טעג? די עגיפטער האבן נישט געהאט קיין גרויס פראבלעם דערמיט, זיי האבן געדולדיג אויסגעווארט די איבעריגע 5 טעג און ערשט דאן האבן זיי אנגעהויבן צו ציילן זייער נייעם יאר. אבער אין אזא פארגעשריטער לאנד ווי רוים האט אזא סארט קאלענדער נישט געקענט פונקציאנירן טעכניש. דערפאר האט יוליוס איינגעשטעלט אז איין מאנאט זאל אינהאלטן 30 טעג און די אנדערע מאנאט 31 טעג, און דער מאנאט פון פעברואר זאל פאר דריי יאר אינהאלטן 29 טעג, און יעדע פערדע יאר 30 טעג. (פארוואס פעברואר? ווייל ער האט נישט געוואלט אנהייבן די יאר מיט א שלעכטע סימן) דער רעכענונג האט מער ווייניגער געשטומט. דער יוליוס קאלענדער, הייבט אן ציילן פון 45 יאר איידער דער געקרייצטער איז געקרייצט געווארן. דער יוליוס קאלענדער, איז אקצעפטירט געווארן איבער די גאנצע מערב וועלט פאר די נאכפאלגענדע יארן. און צוליב זיין אומערמידליכע לייסטונגן צו לעזן דעם קאלאנדער פראבלעם, האבן די רוימער אים באעהרט מיטן א נאמען געבן פאר דעם מאנאט יולי נאך אים. שפעטער ווען זיי האבן אויך געוואלט באעהרן זיין זון אויגוסטוס, האבן זיי א נאמען געבן פארן מאנאט אוגוסט נאך אים. און זיי האבן גלייכצייטיג אויך איינגעשטעלט, אז די ביידע מאנאטן, יולי און אוגוסט זאלן אינהאלטן 31 טעג. און אנטשטאט דעם צוגעקומעם טאג זאל פעברואר זאל אינהאלטן בלויז 28 טעג, און יעדע פערדע יאר 29 טעג. געלעזט דעם פראבלעם.

גרעגאָרישער קאלענדער
אין יאר 1582' למספ' האט דער פּויפּסט גרעגאָרי דער דרייצענטער זיך געזען אין א שטיקל פראבלעם. נעמליך, לויט די קריסטליכע טערמינאָלאָגיע דארף די חאגע פאסכא אויסשליסליך אויספאלן אין פרילינג, ווייל דער געקרייצטער איז געקרייצט געווארן פסח צייט וואס געפאלט אין פרילינג . אין די ווירקליכקייט זענען די טעג פון די זון 365 און זעקס שטונדען, ווייניגער מיט אומגעפער מיט 11 מינוט, דאס באדייט אז יעדע 128 יאר ווערט די קאלענדאר צוריק גערוקט מיט איין גאנצער טאג. אין רעזולטאט איז דער חגא פאסכא אין יענע יאר אויסגעפאלן אין מיטן מערץ, וואס דאס איז נאך אין די ווינטער. פּויפּסט גרעגאָרי האט זיך געפונען אין גאר א שווערער דילעמא. פון איין זייט דארף דאך דער חגא פאסכא געפייערט ווערן אין די פרילינג, אבער פון די צווייטע זייט ווער קען דען זיך דערוואגן זיך אפצונויגן פון די איר-אלטער אויסגעטרעטענעם וועג? אלזא וואס טיט מען? גרעגאָרי איז געווען א קאָנטראָווערסיאַלער מאן פון נאטור אויס, און ער האט טאקע געפאסט א העכסט-געוואגטער באשלוס. ער האט אין א אויסערארענדליכער שריט פאראויסגערוקט דאס קאלענדאר מיט עלף טעג! א שריט וואס האט ארויסגערופן שטורעם איבער די גאנצע קריסטליכער וועלט. די פראטעסטאנטן און די גריכישע ארטאדאקסן האבן דאס אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אקצעפטירן. די פראטעסטאנטן האבן עס אייגענטליך יא שפעטער אקצעפטירט. אבער די פרימע גריכישע ארטאדאקסן, האלטן זיך נאך פעסט ביז צום היינטיגן טאג, און זיי באנוצן זיך בלויז מיטן אריגענאלער שמייליגן יוליוס קאלענדער.

אצינד צוריק צו די פראגע, ווען איז ניטל?
ניטל איז די נאכט וואס דער געקרייצטער איז אנגעבליך געבוירן געווארן פונעם הייליגן גייסט. דאס איז פון אלעמאל אן געווען די נאכט פונעם 25-טן פון דעצעמבער. קומט דאך אויס, אז ווען דער קאלענדאר צייגט דעצעמבער 25 אויפן גרעגאָרישער קאלענדער, איז נאך אויפן יוליוס קאלענדער דעצעמבער 14. לויט דעם איז ניטל ערשט אין יאנואר דעם זעקסטער. (די טעג ריקן זיך עטוואס צוליב פארשידנארטיגע חשבונות). דערפאר אין די לענדער ווי אין רוסלאנד און אין גריכלאנד וואו מ'האט נישט אנגענומען דאס גרעגאָרישער קאלענדער, איז ניטל יאנואר דעם זעקסטן אדער דער זיבעטען. דאקעגן אין די לענדער וואס מ'האט יא אנגענומען די גרעגאָרישער קאלענדער, איז ניטל דעצעמבער דעם פינף און צוואנציגסטער.

אין די משנה און די גמרא געפונען מיר אז די גוים פייערן צוויי חגאות ארום תקופת טבת. די סטרנורא חגא, אכט טאג איידער די תקופה. און קלנדא חגא, אכט טאג נאך די תקופה. די חגאות פון קראצמעך און ניי-יאר, געפאלן אלעמאל ארום די צייט פון די תקופה. דערפאר לאזט זיך עטוואס זאגן, אז קראצמעך און ניי-יאר ווערן געפייערט אין די זעלבע צייט וואס די אמאליגע געצן דינער האבן געפייערט די חגאות פון סטרנורא און קלנדא. לויט די גרעגאָרישער קאלענדער זענען די חגאות עטוואס ווייטער פון די תקופה ווי לויט די יוליוס קאלענדער. קען פילייכט זיין אז צוליב דעם האלט א מערהייט פון די וועלט דעם רוסישן ניטל, יאנואר דעם זעקסטן. ווייל ס'איז עטוואס נאנטער צו די תקופה.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר