ר"ת אין לשה"ק און אין ספה"ק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

ר"ת אין לשה"ק און אין ספה"ק

שליחה דורך מנחם ציון »

ראשי תיבות- ר"ת

פון ווי קומט דאס?

וואס איז די היסטאריע דערפון?

איז פארהאן עפעס כללים דערויף? וויפיל פון יעדע ווארט שרייבט מען ארויס? די ערשטע פון יעדע ווארט? די ערשטע צוויי? דריי? קמ"ל איז די ערשטע און פון יעדע ווארט. ווידעראום שב"ק, איז די ערשטע צוויי אותיות פון די ערשטע ווארט, און נאר די ערשטע פון די לעצטע ווארט. אדמו"ר, איז די ערשטע צוויי פון די ערשטע ווארט, דערנאך איין אות פון די צווייטע, דערנאך שפרינגט מען צוריק צו צוויי אותיות פאר די לעצטע ווארט.... רשכבה"ג, האט ער זיך שיין געהאלטן מיט איין אות פער ווארט, אבער ס'פלאצט ביים ענדע ווי ער נוצט צוויי אותיות פאר די לעצטע ווארט.... מי יודע פשר דבר

וואס איז די מטרה דערפון? פארהאן אסאך מאל וואס מען שפארט זיך איין ממש א געלעכטער. צב"ש, אע"פ, שפארט מען זיך פונקטליך 3 אותיות.... דאס זעלבע איז מיט בל"נ. טייל מאל פארענדיגט מען שוין כמעט די גאנצע ווארט, אבער ביים ענדע כאפט מען א שטומפ וואס לאזט נישט ענדיגן. א שטייגער ווי ביהכנ"ס, ווי מען שפארט זיך בסה"כ (אופס.. געשפארט צוויי אותיות.....) די ת'ס פון ביידע ווערטער...

להבדיל אין ענדערע שפראכן איז דא די קאנצעפט פון initials. דארט איז דא געהאקטע כללים, איין אות פאר יעדע ווארט. וואס איז שלעכט דערמיט? פארוואס קען דאס נישט זיין אין לשה"ק?

דערנאך זענען דא ווערטער אין ר"ת וואס זענען משתמע לתרי אנפי. צב"ש דאס אליין.... ר"ת קען מיינען ראשי תיבות, אבער אין די זעלבע צייט מיינט דאס אויך רבינו תם.. פארלאזט מען זיך אויפ'ן ליינער אז ער וועט לפום ריהטא כאפן וואס עס דארף מיינען?


עכ"פ, צע"ק ואכמ"ל. ובעזהשי"ת תיק"ו בביג"צ בב"א

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר