חודש שנים עשר הוא חודש אדר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

חודש שנים עשר הוא חודש אדר

הודעהדורך עובדיה » מאנטאג מערץ 01, 2021 11:10 pm

וועלעכע חודש אדר מיינט מען? האט דען המן געמאכט זיין גורל לויט דעם אידישע לוח, לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז דער טאג איז געווען תלוי ועומד ווען בי"ד וועט מקדש זיין דעם חודש [עכ"פ אויב מ'נעמט אן ווי רוב ראשונים אז מ'האט אייביג מקדש געווען ע"פ ראיה] מאכט עס דען סענס אז מ'זאל שיקען בריווען צו אלע גוים און זיי זאלן זיך נאכפרעגען ווען ס'געפאלט אויס יג' אדר, נאר וואס דען לכאו' מיינט מען דעם בבלי'שן חודש אדר, כידוע אז שמות חדשים עלו מבבל ווי דער רמב"ן איז מאריך פרשת בא, לויט דעם איז בכלל נישט מוכרח אז ס'איז אויסגעפאלען אויכט אין דעם אידישען יג' אדר. דער שאלה איז צו מוז מען זאגען אז ס'איז יא פונקט אויסגעפאלען אין דעם אידישען יג' אדר [און ס'איז נישט קיין דבר רחוק ווייל ס'איז לכאו' געלאפען מער ווייניגער צוזאמען] אדער אפילו אז נישט מאכט מען א זכר צו דעם בבלי'שן יד' אדר מיט אונזער יד' אדר?
עובדיה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:52 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 01, 2021 11:32 pm

אדער אפשר איז די גורל געלאפן אויף די גויאישע חדשים מיט גוי'אישע נעמען נאר די מעשה ווערט פארציילט פאר אידן אויף די אידישע שפראך און לוח?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

הודעהדורך עובדיה » דינסטאג מערץ 02, 2021 1:08 am

כ'הער נישט שלעכט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט פשוט פשט.
עובדיה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:52 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 02, 2021 1:11 am

דו ווילסט הערן פשוט פשט אדער דו ווילסט הערן א פשט וואס שטימט מיט׳ן פרומען נאראטיוו? לויט׳ן פשוט׳ן פשט האבן אידן אדאפטירט די נעמען פון די חדשים (ווי אויך א גרויסע טייל פונעם געבוי פונעם קאלענדער) פון די בבליים, די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע סארט קאלענדער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4185
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3436 מאל

הודעהדורך עובדיה » דינסטאג מערץ 02, 2021 3:52 am

דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.
עובדיה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:52 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך עמקות המחשבה » דינסטאג מערץ 02, 2021 10:19 am

זייער פשוט, המן האט געמאכט א גורל, און עס אוז אויסגעקומען, בחודש שנים עשר-פון די גוים, אויף דעהם שרייבט די מגילה, הוא-יענע שנים עשר קומט אויס ביי אונז, חודש אדר
הבועל ארמית "קנאים" פוגעים בו. ווייל זיי דרייען זיך דארטן
(הרה"ק מקאצק זי"ע)
עמקות המחשבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:13 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 02, 2021 11:12 am

עובדיה האט געשריבן:דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.


לויט די חוקרים איז דער אידישער לוח צושטאנד געקומען אין מיטען בית שני.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3083
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1632 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 02, 2021 12:21 pm

עמקות המחשבה האט געשריבן:זייער פשוט, המן האט געמאכט א גורל, און עס אוז אויסגעקומען, בחודש שנים עשר-פון די גוים, אויף דעהם שרייבט די מגילה, הוא-יענע שנים עשר קומט אויס ביי אונז, חודש אדר

אלעס שטימט אבער די גוישע חודש אדר איז פונקט די צוועלעפטע חודש?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1781
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט