סאטמאר רב'ס דרך הקנאות: נישט צו רעדן אויף א קהילה פערזענליך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

סאטמאר רב'ס דרך הקנאות: נישט צו רעדן אויף א קהילה פערזענליך

שליחה דורך אינטערסאנטער »

היות דער סאטמארער רבי פון קרית יואל פאררופט זיך אומבארעכטיגט אלס פאן טרעגער פון די דרך הקנאות פון סאטמאר רב וויל איך דא אויסשמועסן און קלארשטעלן די דרך הקנאות פון סאטמאר רב ז"ל.

ווען מען הערט ר 'אהרן טייטלבוים רעדן קנאות מיט די פולסטע גאווה און שחצנות, וואס אמאל איז געווען נאך ארגער ווי ער האט אויף א פערזענליכע אופן אפגעשפעט ברבים אויף גדולי ישראל (א שטייגער ווי "פראפעשאנעל מוחה פון מאנסי" " סאלקא קלאב" און נאך), איז ער געפערליך מבזה דעם הייליגן סאטמאר רב.

ווייל סאטמאר רב איז דאך געווען דער וואס האט אוועקגעשטעלט די יסודות פון קנאות, און ער האט " קיין איין איינציגסטע מאל" זיך נישט אויפגעשטעלט צו רעדן ברבים א דרשה קעגן א צווייטע קהילה פערזענליך.
סאטמארע חסידים קענען זיך אינעם וויסטן חלום נישט דמיונ'ן אז סאטמאר רב ז"ל זאל זיך האבן אמאל אויפגעשטעלט און זאגן "עס איז דא דא א קהילה קלויזנבורג ווי דארט רעדט מען כפירה ומינות" אדער ער זאל זאגן אזא זאך קעגן בעלז צו קעגן סיי וועלכע אנדערע קהילה.

און ווען מען הערט דעם גרויסן מויל ר' אהרן טייטלבוים זיך אויפשטעלן און אפיציעל צושמירן א קהילה קדושה ברבים, באקומט מען אזא בליק ווי כאילו דאס איז געווען די דרך פון סאטמאר רב ז"ל בשעת דאס איז א קלארע סילוף אין די דרך פון סאטמאר רב ז"ל, און מיט דעם פארשעמט ער זיין גאנצע שיטה, ווייל המון עם מענטשן מיינען נאך אז מיט דעם איז ער ממשיך די קנאות פון זיין פעטער וואס איז געווען ממש מהיפוך להיפוך.

די אלע דרשות פון קנאות פונעם סאטמאר רב ז"ל איז געווען געווידמעט צו זיינע מענטשן אז מען זאל חלילה נישט געכאפט ווערן אין מחשבת מינות וכדומה. צווישן די טויזנטער שלש סעודות תורות און דרשות ברבים האט ער קיינמאל נישט חלילה אראפגעריסן אדער ארויסגעטרעטן אפן קעגן א צווייטע קהילה, ער האט גערעדט פון די זאכן וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען אן צילן און צו טשעפענען קיינעם חלילה. (הגם פארשטייט זיך אז נישט יעדעם האט געשמעקט זיין דעת תורה), אבער ארויסגעטרעטן קעגן א צווייטע קהילה- צו וועגן זמן רבינו תם צו וועגן סיי וואס - האט ער קיינמאל נישט.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר