די שרעקליכע סכנה פון לבן הארמי...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

די שרעקליכע סכנה פון לבן הארמי...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן שוין ביי פרשת ויצא וואו יעקב אבינו פארלאזט זיין טאטע'נס הויז, ער אנטלויפט פון זיין ברודער עשו, און ער איז איינער אליין אויפן וועג קיין חרן. חז"ל דערציילן אונז אז עשו האט געשיקט זיין זוהן אליפז צו הארגענען יעקב, יעקב בעהט זיך ביי אים אז ער זאל אים לאזן לעבן און אנשטאט דעם זאל ער נעמען זיין גאנצע פארמעגן, אליפז נעמט דאס טאקע אוועק און יעקב אבינו בלייבט איבער בעירום ובחוסר כל, ער בלייבט איבער ממש אָן גארנישט, פשוטו כמשמעו, יעקב אבינו איז יעצט עלנד און אליינס, ער האט נישט מיט זיך קיין נפש חיה, נישט קיין פריינט אדער קרובים, נישט קיין משפחה, קינדער, און נישט קיין איין פרוטה אין זיין טאש, און אזוי לייגט ער זיך אראפ שלאפן אונטער די הימל, אין די גאס, אין א פלאץ וואו ס'זענען פארהאן חיות וכדומה.

יעקב אבינו חלומ'ט פון א גרויסע לייטער, ס'איז א סֻלָּם מֻצָּב אַרְצָה וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה וְהִנֵּה מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים עֹלִים וְיֹרְדִים בּוֹ, ער זעהט ווי מלאכים וואס זענען געקומען אים צו באגלייטן און היטן אין זיינע וועגן גייען ארויף און אראפ אויפן לייטער וואס דערגרייכט ביז צום הימל, וְהִנֵּה ה' נִצָּב עָלָיו וַיֹּאמַר אֲנִי ה' אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אָבִיךָ וֵאלֹקֵי יִצְחָק הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה שֹׁכֵב עָלֶיהָ לְךָ אֶתְּנֶנָּה וּלְזַרְעֶךָ, דער אייבישטער זאגט אים אז די ערד אויף וועלכע די שלאפסט, דאס איז די לאנד וואס איך וועל דיר געבן פאר דיך און דיינע קינדער, און ווי חז"ל דערציילן אז דער אייבישטער האט דעמאלטס צוזאמגעלייגט בדרך נס גאנץ ארץ ישראל אין א קליינע שטח פון ד' אמות, און דאס אונטערגעלייגט די פלאץ וואו יעקב אבינו איז געשלאפן, און דאס באדייט "הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה שֹׁכֵב עָלֶיהָ", די ערד אויף וואס דו שלאפסט יעצט, דאס איז דיינס אויף אייביג, און דער אייבישטער איז ממשיך און דערציילט אים די גוטע בשורה פון וְהָיָה זַרְעֲךָ כַּעֲפַר הָאָרֶץ וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה וְצָפֹנָה וָנֶגְבָּה וגו' וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ וַהֲשִׁבֹתִיךָ אֶל הָאֲדָמָה הַזֹּאת כִּי לֹא אֶעֱזָבְךָ וגו' אז ער גייט זיך פאַרמערן, עס גייט ארויסקומען פון אים א כלל ישראל וואס גייט זיך פאַרמערן און פארברייטערן אין אלע זייטן, און דער אייבישטער גייט אים אפהיטן און קיינמאל נישט פארלאזן און אים צוריקברענגן בשלום פון לבן'ס הויז.

און די תורה דערציילט אונז, וַיִיקַץ יַעֲקֹב מִשְׁנָתוֹ וַיֹּאמֶר אָכֵן יֵשׁ ה' בַּמָּקוֹם הַזֶּה וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי, יעקב איז אויפגעשטאנען פון שלאף און ער האט פארשטאנען אז דאס איז א אמת'ע חלום, דער אייבישטער געפונט זיך טאקע מיט אים, און דאס פלאץ איז א הייליגע פלאץ וואו ס'איז פארהאן השראת השכינה, א זאך וואס ער האט נישט געוואוסט איידער ער האט זיך געלייגט שלאפן.

און יעקב אבינו שטעלט אויף דארט א מציבה פון שטיין ווי א מזבח פארן אייבישטער, און ער מאכט א נדר אִם יִהְיֶה אֱלֹקִים עִמָּדִי וּשְׁמָרַנִי בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי הוֹלֵךְ וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ, וְשַׁבְתִּי בְשָׁלוֹם אֶל בֵּית אָבִי וְהָיָה ה' לִי לֵאלֹקִים וגו' ער בעהט אז דער אייבישטער זאל טאקע איינהאלטן זיין צוזאג און בלייבן מיט אים און אים היטן פון אלעם בייזן, און ער זאגט צו אז ער וועט צוריק קומען דינען דא דעם אייבישטער און געבן מעשר פון זיין פארמעגן.

פון דארט לאזט זיך יעקב אבינו ארויס אויף זיין וועג קיין חרן און ער קומט אן צו לבן'ס הויז. די שלעכטע מעשים פון לבן געדענקן מיר נאך אלע גוט פון חדר, לבן איז איין
שטיק רַמָאוּת און פָאפֶּערֵיי, ער איז נאר דא אויסצונאַרן יעקב און אים אפטוען מיט וואס ער קען נאר. יעקב ארבעט שווער במשך זיבן יאר כדי צו קענען חתונה האבן מיט רחל, אבער אנשטאט דעם באקומט ער לאה, און ער דארף ארבעטן נאך זיבן יאר פאר רחל, און דערנאך מיט די שאף פראבירט לבן אים צו באגאנבענען און נעמען אלעס פאר זיך. נישט אומזיסט טייטשן חז"ל "לָבָן הָאֲרַמִי - לבן דער פָאפֶּער" (אין די מפרשי המדרש שטייט אז די אותיות 'ארמי' איז די זעלבע אותיות ווי 'רמאי' וואס מיינט א פאפער) און אזוי איז געבליבן זיין נאמען במשך אלע דורות אין די מויל פון אלע אידישע קינדער, יעדער ווייסט און געדענקט אז דער אלטער פעטער לבן איז געווען א פאפער און א גנב.

ווען מיר לערנען אפ די גאנצע מעשה און די גאנצע סדר וויאזוי די זאכן האבן זיך אפגעשפילט, קען מען זיך שטעלן אויף עטליכע נקודות וואס מען דארף פארשטיין. קודם כל, די גאנצע נסיון פון יעקב אבינו ווי ער בלייבט איבער איינער אליין אָן גארנישט, פארוואס האט ער דאס געדארפט אדורכגיין, וואס איז געווען די תכלית דערפון, מיר ווייסן און גלייבן אז אלעס איז לטובה פארשטייט זיך, אויב אזוי וואס איז געווען דער ענין דערפון און וואס איז געווען די טובה. און בכלל, די גאנצע חלום מיט'ן לייטער און די הבטחה פון השי"ת צו יעקב, פארוואס איז עס געקומען דווקא דא אין די תקופה ווען ער איז אונטערוועגנס צו לבן, וואס פאר א קשר און פארבינדונג האט עס מיט וואס עס פאסירט ווייטער צו יעקב אין לבן'ס הויז, און מיט וואס איז דאס א לימוד לדורות פאר אונז.

און אז מ'לערנט אדורך די פרשה פון לבן ווערט שווער, פארוואס טאקע האט לבן זוכה געווען צו דעם טיטל 'לבן הארמי' עד סוף כל הדורות, פארוואס מאכט מען אזא עסק פון זיין שווינדלעריי און מ'רופט אים א פאפער, לכאורה האט כלל ישראל געליטן פון אסאך ערגערע רשעים במשך הדורות וואס האבן געטוהן אסאך הארבערע און גרעסערע זאכן צו אונז, און פארוואס עפעס דווקא לבן פארדינט זיך דעם שיינעם טיטל. און די קשיא ווערט נאך אסאך שווערער ווען מיר כאפן א בליק אין די הגדה של פסח וואס גאנץ כלל ישראל זאגט יעדעס יאר פסח מיט א דערהויבנקייט ביים סדר "צֵא וּלְמַד מַה בִּקֵּשׁ לָבָן הָאֲרַמִּי לַעֲשֹוֹת לְיַעֲקֹב אָבִינוּ, שֶׁפַּרְעֹה לֹא גָזַר אֶלָּא עַל הַזְּכָרִים וְלָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקוֹר אֶת הַכֹּל, שֶׁנֶּאֱמַר אֲרַמִּי אֹבֵד אָבִי וַיֵּרֶד מִצְרַיְמָה" אז לבן איז גאר ערגער פון פרעה, פרעה האט נאר גוזר געווען א גזירה אויף די זכרים, אז מ'זאל אריינווארפן אלע ניי געבוירענע יונגלעך אין וואסער, אבער לָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקוֹר אֶת הַכֹּל! לבן האט געוואלט אויסרייסן גאנץ כלל ישראל, ער האט נישט געוואלט לאזן קיין זכר פון אונז רח"ל, און דעריבער איז ער נאך א גרעסערע רשע פון פרעה. וואס אויבנאויף דארף מען דאס פארשטיין, וואו געפונט מען אט די שרעקליכע רשעות פון לבן, ער האט טאקע געבלאפט און געגאנבעט, אבער מ'טרעפט נישט ביי אים קיין רציחה און אכזריות אזויווי ביי פרעה, ער האט נישט געהארגעט און געפייניגט, אויב אזוי מיט וואס איז ער אזוי שלעכט.

און אזויווי אייביג איז אונזער תפקיד אפצולערנען דעם ענין ווי ווייט מעגליך און זיך פארטיפן כדי צו קענען בסייעתא דשמיא ארויסנעמען פון דעם די ריכטיגע מוסר השכל און חיזוק פאר עבודת השי"ת וואס איז אונז נוגע אין אונזער טאג טעגליכע לעבן.

נאר כדי צו פארשטיין וואס איז דאס לבן, לאמיר אביסל ערקלערן די נושא פון א גשמיות'דיגע שטאנדפונקט, עס איז א משל אבער ליידער גאר אמת, א זאך וואס איז
לצערינו נישט אזא ווייטע ערשיינונג, און אסאך פון אונז האבן דאס אפילו אליינס מיטגעמאכט אויף פארשידענע אופנים און האבן אייגענע ערפארונג אין דעם ענין. ס'איז אמאל דא איינער וואס באווייזט זיך צו אונז ווי א גוטער פריינט, ער איז מיין חבר, ער איז דא פאר מיר, וואס מ'בעהט אים עפעס וועט ער באלד ענטפערן מיט א געמאכטע שמייכל "יא, זיכער, פאר דיר אלללעס!", ער פארשפרעכט גאלדענע גליקן, כאילו ער דארף גארנישט און ער איז גרייט צו טוהן אלעס, ממש אלעס, מיט אזא איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט. אבער ס'דויערט נישט לאנג ביז מ'ווערט געוואר אז ווען ער האט געזאגט "פאר דיר אלעס" האט ער עכט געמיינט צו זאגן "פאר מיר אלעס", ער דרייט און מאניפאלירט אלעס אויף אזא וועג אז ס'זאל זיין גוט פאר אים, און אין זיין קאפ פארשטייט ער אז אלעס קומט זיך אים און יעדער איז אים שולדיג, פון די נעכטיגע פריינטשאפט איז בלויז געבליבן דאס אז איך מוז אים דינען און ארבעטן פאר אים בחינם און מיר קומט זיך גארנישט, ווייל ער איז 'אַנִי וְאַפְסִי' ער זעהט נאר זיך און ווייסט גארנישט אז ס'איז דא אנדערע מענטשן ארום אים.

אין די היינטיגע מאדערנע וועלט איז דא פארשידענע נעמען און טערמינען מיט וואס מ'באטיטלט אזעלכע מענטשן, וואס דא איז נישט די פלאץ מאריך צו זיין אין דעם, די עיקר איז נאר די נקודה, מ'הערט כסדר אזעלכע מעשיות ווי חברים, שותפים, קרובים, ווערן צובראכן און פארווייטאגט פון דעם וואס יענער זעהט זיי פשוט נישט, "ער פארשטייט נישט אז איך בין אויך דא, איך האב אויך שווער געארבעט און ס'קומט זיך מיר מיין חלק", ביז יעצט האב איך געמיינט אז מיר זענען גוטע פריינט, איך האב געהאלפן און געטוהן אלעס וואס נאר מעגליך, און דא קומט ער און באזייטיגט מיך אינגאנצן. נאך מער פון דעם, געווענליך די סארט 'חברים' ווען מ'וויל מאכן מיט זיי ארנטליכע געשעפטן, מ'וויל שרייבן א שטר אדער א קאנטראקט אויף דאס געלט און די רווחים וואס וועלן ארויסקומען, קומט ער על פי רוב צו גיין מיט אזא ברייטע שמייכל און לאזט פאלן אזעלכע ווערטער בלשון בתמיה ווי "מיט מיר ווילסטו מאכן א שטר? דו האלטסט טאקע אז מיך קען מען נישט געטרויען? מאך דיך נישט נאריש, ביני ובינך מה הוא", ער גיבט דעם איינדרוק ווי מיר זענען דאך די בעסטע פריינט אין די וועלט, ווילסט מיר דען חושד זיין ח"ו?... אבער ווען ס'קומט למעשה, אוי טוט דאס וויי, ס'ווערט נתברר אז אפילו ווען מ'וואלט געמאכט א שטר וואלט עס מן הסתם נישט געהאלפן, ווייל דער לבן וואלט שוין געטראפן א וועג וויאזוי מסביר צו זיין מיט זיין גלאטע צינגל פארוואס אלעס קומט זיך אים, און מיט א קליינע דריידל אהין און אהער וואלט ער אלעס סייווי גענומען פאר זיך, און געלאזט הענגן זיין שותף מיט'ן צינג אינדרויסן.

און אסאך מאל קען אזא שפיל אנגיין פאר לאנגע חדשים און אמאל לאנגע יארן, וואס דער באטראפענער כאפט אפילו נישט וואס פלוני טוט מיט אים, ער טאנצט אים נאך ווי א שעפעלע און ער דינט אים געטריי, ער מיינט נאך באמת אז זיי זענען גוטע פריינט און פלוני מיינט זיין טובה, ביז איינט טאג וועקט מען זיך אויף צום פאקט אז 'איך' פארנעם בכלל נישט קיין אָרט, יענער טוט מיט מיך וואס ער וויל און נוצט מיך אויס עד הסוף, און איך בין ווי א עבד כנעני צו זיינע אינטערעסן.

וואס איז די סיבה פארוואס עס טוט טאקע אזוי וויי ווען דער מענטש דערוועקט זיך פון זיין טיפע שלאף און ער כאפט ווי יענער נוצט אים אויס?, אויסער די עצם ווייטאג פון די פארגאנגענע פריינטשאפט און אומזיסטע כוחות וואס איך האב אריינגעלייגט פאר אים, ליגט דא נאך אסאך א טיפערע ווייטאג, ווייל דער פלוני ווען ער געוועלטיגט אויף מיר אלס זיין קרבן, נעמט ער אוועק פון מיר מיין גאנצע מציאות, מיין גאנצע אידענטיטעט, ער מאכט פון מיר 'אויס מענטש' כאילו איך בין נישט מער ווי בּאָבּל פון לופט, ער באנוצט זיך מיט מיר לויט ווי ער פארשטייט, און מאכט אז איך זאל דינען זיינע אינטערעסן אָן צו קענען אליינס עקזיסטירן און אויך האבן א מיינונג אדער א ווילן. דער מענטש פילט פלוצלינג ווי ער פארנעמט שוין נישט קיין שום אָרט אין די וועלט, מ'האט אים סתם גענוצט אלס א טרעפל אין יענעמ'ס לייטער אז יענער זאל קענען ארויפקריכן העכער און אנקומען וואו ער וויל, אבער איך בין בכלל נישט קיין מַאן דאמר, איך בין נישט מער ווי א שטיקל מיסט וואס איז דא צו דינען יענעם.

און פון דעם קענען מיר דערהערן וואס איז טאקע די רפואה פאר אזא מכה, וויאזוי גיבט מען זיך עצה נישט אריינצופאלן אין יענעמ'ס נעץ? וויאזוי האלט איך זיך שטארק און איך בלייב אויך א מענטש צום טיש אָן אונטערצופאלן מיין חבר'ס שטיוול?. די עצה איז אז דער מענטש דארף טאקע בויען זיין אייגענע 'אידענטיטעט' און ער טאר נישט פארגעסן אז ער עקזיסטירט, דער מענטש דארף זיין שטארק ביי זיך אז ער איז אויך א שותף דא און ער וויל פארדינען פונקט ווי יענער, ער דארף זיך האלטן אין איין שטארקן נישט צו ווערן צעטרויטן און צוקוועטשט און וויסן פונקטליך וואס ער וויל און שטיין אויף זיינע רעכטן. דאס הייסט מ'דארף זיך האלטן אין איין פרעגן, וואס וויל איך? וואס איז מיין ציל? וואו אהין וויל איך אנקומען? און מאכן זיכער די גאנצע צייט אז איך לעב נאך און איך אָטעם נאך און מיינע פלענער האלטן אינמיטן ווערן אויסגעפירט, ווייל נאר אזוי, אויב דער מענטש האט אין זיך א שטיקל 'ישות' און ער לאזט זיך נישט אינגאנצן צוטרעטן, דעמאלטס קען ער בלייבן 'זיך אליינס' און נישט ווערן בטל ומבוטל, און אזוי ארום קען ער האלטן א וואכזאמע אויג אויף וואס מ'טוט מיט אים, און די מינוט וואס מ'באמערקט א שטיקל טויש אין די פלענער, מ'זעהט ווי די באַן הייבט אָן אראפצופאָרן פון די רעלסן, ווייסט מען אז מ'דארף זיך היטן און פארזיכערן דעם עתיד. מה שאין כן אז א מענטש לאזט יענעם געוועלטיגן אויף אים, ער לאזט זיך טרעטן און ער פארלירט אינגאנצן זיין אידענטיטעט, דאן איז שוין נישט דא ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר אים, ס'איז שוין נישט געבליבן קיין 'מענטש' וואס זאל קענען אויפשטיין פאר זיינע אייגענע רעכטן, נאר ער ווערט עפר ואפר וואס מ'קען טוהן דערמיט וואס מ'וויל.

און אויב אזוי איז געזאגט געווארן אין גשמיות, איז דאָך על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט ברוחניות, אויב ס'קומט איינער וואס שטעלט זיך ארויס ווי א גוטער פריינט וואס מיינט אונזער טובה, ער ווערט צו אונז ברודערליך און נאנט, ער מאכט מיט אונז א יד אחת, אבער באמת האט ער איין ציל בלויז אונז אפצוקילן און אונז מיטשלעפן מיט אים אויף זיין רייזע, ער איז דא צו מאכן ליצנות און קאלט צו מאכן אונזער אידישקייט און ערליכקייט, ער איז דא אונז צו 'פארשקלאַפן' ברוחניות און אוועקנעמען אונזער אידענטיטעט און אונזער גאנצע מהות, קען דאָך פון דעם ארויסקומען א שרעקליכע סכנה, דער מענטש קען ווערן אינגאנצן אויס, ער קען ווערן צוברעקלט אויף שטויב וואס וועט זיך שוין קיינמאל נישט קענען אויפהייבן און ארויסזעהן דערפון ח"ו.

און טאקע דאס איז דא געווען די סכנה פון יעקב אבינו ע"ה ווען ער גייט צו די הויז פון לבן. לבן הארמי איז אט דער פָאפֶּער וואס ענטפאנגט זיין גאסט מיט א ברייטע שמייכל "וַיָּרָץ לִקְרָאתוֹ וַיְחַבֶּק לוֹ וַיְנַשֶּׁק לוֹ" ער לויפט אנקעגן יעקב און ער האלזט אים און קושט אים, אבער אין די זעלבע צייט טאפט ער אים אויס די טאשן צו זעהן אויב ער האט עפעס געברענגט, ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז ער האט געוואלט זעהן אויב ער האט מיט זיך דיימאנטן... דערנאך נעמט ער אזוי שיין אויף יעקב, וַיֹּאמֶר לוֹ לָבָן אַךְ עַצְמִי וּבְשָׂרִי אָתָּה, דו ביסט דאָך מיין נאנטע קרוב ממש ווי א שטיק פון מיר אליינס, "הֲכִי אָחִי אַתָּה וַעֲבַדְתַּנִי חִנָּם הַגִּידָה לִּי מַה מַּשְׂכֻּרְתֶּךָ" צו דען וועל איך דיר אויסנוצן אז דו זאלסט ארבעטן פאר מיר אומזיסט? חס ושלום, אדרבה זאג דו וואס דו ווילסט אלס א באלוין און כ'וועל דיר גערן געבן, לבן קומט מיט די שענסטע הבטחות, אבער ווען ס'קומט למעשה איז ער א ביליגע און פראסטער גנב און גזלן, ער רוקט אריין לאה פאר יעקב אנשטאט רחל, און דערנאך פארלאנגט ער נאך זיבן יאר ארבעט, און אזוי טוט פאר יעקב מיט יעדע זאך.

אויף אזוי ווייט, אז ווען יעקב אבינו קלערט שוין מיט יארן שפעטער צו אנטלויפן פון לבן'ס הויז, דערציילט ער פאר זיינע ווייבער ווי שווער ער האט געארבעט און וויפיל לבן האט אים אויסגענוצט און געזוכט שלעכטס צו טוהן, און אפילו די טעכטער פון לבן זאגן אז זיי שפירן אויך ווי פרעמדע מענטשן אין זיין הויז "כִּי מְכָרָנוּ וַיֹּאכַל גַּם אָכוֹל אֶת כַּסְפֵּנוּ" ער האט אונז פארקויפט ווי קנעכט (אנשטאט צו חתונה מאכן די טעכטער און געבן נדן, האט ער פארלאנגט אז יעקב זאל ארבעטן פאר זיי) און ער האט אויפגעגעסן אונזער געלט און אונז באגאנבעט. לבן שטעלט אבער ווייטער אָן דעם פנים פון יענער חבר, און ווען ער לויפט נאך יעקב אבינו מיט די משפחה, קומט ער מיט טענות "לָמָּה נַחְבֵּאתָ לִבְרֹחַ וגו' וְלֹא הִגַּדְתָּ לִּי וָאֲשַׁלֵּחֲךָ בְּשִׂמְחָה וּבְשִׁרִים בְּתֹף וּבְכִנּוֹר", פארוואס אנטלויפסטו? א שאָד דו האסט נישט דערציילט אז דו גייסט, איך וואלט דיר באגלייט מיט שמחה און מיט מוזיק... לבן שעמט זיך נישט ווייטער אהערצושטעלן דעם פאלשן שמייכל נאכן אויסנוצן יעקב און אים רודפ'ן ביז די אייגענע קינדער ווילן אים שוין איבערלאזן און אנטלויפן פון אים, אבער ער איז ווייטער דער שיינער איד און דער גוטער פריינט, ווייל דאס איז "לבן הארמי" און דאס איז זיי מהות ביז'ן סוף.

און אז מיר דערהערן דאס, שטעלט זיך ארויס אז לבן הארמי איז באמת געווען די גרעסטע סכנה וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט, יעקב אבינו דער בחיר שבאבות, דער פאטער פון כלל ישראל, קומט יעצט צו גיין איינער אליין צו לבן אינדערהיים, ער האט שוין נישט זיין טאטע און מאמע ביי זיין זייט, ער קומט גראָד פון ישיבה ארויס, ער האט געלערנט פערצן יאר אינעם בית המדרש פון עבר איידער ער איז אנגעקומען צו לבן, און בכלל איז ער אייביג געווען דער אִישׁ תָּם יֹשֵׁב אֹהָלִים, ער האט אין זיך מידת התמימות ווי רש"י זאגט אין פרשת תולדות "מי שאינו חריף לרמות קרוי תם, ווער עס קען נישט אויסנאַרן און פָאפּן דער הייסט א תם", און אויב פאלט ער אריין גלייך אין לבן'ס הענט און לבן 'נעמט אים איין' און אונטעדריקט אים אונטער זיך, וואלט דאס געקענט ח"ו זיין א אייביגע חורבן, ער וואלט מבטל געווען יעקב אבינו אינגאנצן און אוועקגענומען זיין מהות און זיין מציאות, ער וואלט געמאכט פון אים אויס מענטש, אז ער זאל שוין נישט זיין יעקב אבינו, ער זאל שוין נישט זיין דער זעלבסטשטענדיגער עובד ה' און טאטע פון כלל ישראל, ער וואלט געקענט צוטרערטן יעקב אבינו און אים צוברעקלן אויף פיצלעך אזוי אז ס'וואלט שוין מער נישט געבליבן קיין זכר פון כלל ישראל ח"ו, ער וואלט געבליבן ווי א קנעכט פאר לבן און טוהן אלעס וואס לבן וויל און פארשטייט. ווייל דאס איז געווען לבן'ס כוח, ער האט געקענט אזוי איידלערהייט אריינאַרן מענטשן אין זיין זאַק, ווי ס'איז אפשר מרומז אפילו אין זיין נאמען "לָבָן" ער שטעלט זיך אהער אינגאנצן 'ווייס' און ריין, ער מאכט א פנים פון א גוטער מענטש, אבער ער קען יענעם אינגאנצן אונטערוואפן אונטער זיך און אים צוברעכן אויף שברי שברים. און ווי מיר געפונען טאקע שפעטער ווען לבן לויפט נאך יעקב אבינו, זאגט אים השי"ת "הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן תְּדַבֵּר עִם יַעֲקֹב מִטּוֹב עַד רָע" היט זיך פון רעדן צו יעקב גוטס אדער שלעכטס! ווייל די גוטס פון לבן איז זייער ביטער, ווען ער רעדט 'טוב' קען זיך נאך דאַכטן אז ער מיינט אונזער טובה, און מיר דארפן שטיין ווייט פון אים.

און דערמיט איז לבן טאקע אסאך ערגער פון פרעה, ווייל ווען א מענטש האט א אפענע שונא, קודם כל ווייסט ער זיך צו שלאגן מיט אים און זיך צו היטן זיינע ביינער, אבער נאך מער פון דעם, אסאך מאל ווערט ער געוואר זיינע מעלות דווקא דורך דעם שונא. פון פרעה האבן די אידן געוואוסט אז זיי פארמאגן א כוח, פרעה האט בעצם מורא געהאט פון די אידן, ער האט געזאגט הִנֵה עַם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל רַב וְעָצוּם מִמֶנּוּ, די אידן ווערן דא צו גרויס און צו שטארק, הָבָה נִּתְחַכְּמָה לוֹ פֶּן יִרְבֶּה וגו' וְנִלְחַם בָּנוּ וְעָלָה מִן הָאָרֶץ, פרעה האט נאר געזוכט זיי אונטערצודריקן ווייל ער האט מורא געהאט אז איין טאג וועלן זיי זיין גרעסער און שטערקער ווי אים און זיי וועלן מלחמה האלטן מיט אים. אזא שונא זאגט דאָך אונז אין פנים אריין קלאר ווער מיר זענען, אז מיר זענען גרויס און שטארק און אז ער האט מורא פון אונז און קען אונז נישט דערליידן, כלל ישראל האט געהאט פילע אזעלכע שונאים במשך די דורות וואס האבן אונז געוויזן אונזער חשיבות, מיר האבן קלאר ארויסגעהאט און געוואוסט אז זי צילן אונז אונטערצוברענגן פון קנאה און שנאה, און דעריבער איז דאס בכלל נישט אזא שטארקע סכנה פאר אונזער גאנצע עקזיסטענץ, אדרבה, אסאך מאל קומט מען ארויס נאך שטערקער פון אזא מלחמה ווען מיר ווייסן אונזער מעלה און אונזער חשיבות. אבער אויב ס'קומט צו גיין אזא באהאלטענע פיינט, אזא 'לבן הארמי' סארט חבר וואס נעמט איין דעם מענטש און נעמט צו זיין גאנצע אייגענע מציאות און זיין אידענטיטעט, דאס איז דאָך סכנות נפשות ממש, ווייל ער קען אונז אייננעמען אָנדעם וואס מיר זאלן אפילו וויסן דערפון, ער קען אונז מבטל זיין און אונז אינגאנצן פלאַך מאכן אזוי אז מיר זאלן שוין נישט האבן קיין שום קִיוּם.

אבער דער אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו נעמט יעקב אבינו הארט איידער ער קומט אָן צו לבן, דווקא דארט אינעם גרעסטן חושך, ווען ער איז עלנד און אליינס און ער האט גארנישט מיט זיך, דארט האט דער אייבישטער זיך באוויזן צו אים און איינגעפלאנצט אין אים די 'גאוה דקדושה' וואס א איד דארף האבן, דער אייבישטער לערנט אויס פאר יעקב אבינו ווער ער איז, אז זיינע מעשים גרייכן גאר ווייט און קומען אָן ביז צום הימל, סֻלָּם מֻצָּב אַרְצָה וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה, ער האט הייליגע מלאכים און די שכינה הקדושה ארום זיך פאר א שמירה, ער האט א גאלדענעם עתיד, א כלל ישראל וואס גייט ארויסקומען פון אים און אייננעמען ארץ ישראל, הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה שֹׁכֵב עָלֶיהָ לְךָ אֶתְּנֶנָּה וּלְזַרְעֶך, וְהָיָה זַרְעֲךָ כַּעֲפַר הָאָרֶץ וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה וְצָפֹנָה וָנֶגְבָּה וגו', דער אייבישטער ווייזט פאר יעקב וואס ער האט אלס אין זיך, וואס מ'ערווארט פון אים אין די צוקונפט, און יעקב אבינו ווערט דא געוואר זיין אידענטיטעט, ער איז דער טאטע פון כלל ישראל, ער האט דעם באשעפער מיט זיך וואו ער גייט. און יעצט קען ער גיין אפילו אין די הויז פון לבן הארמי, אבער ס'וועט שוין קיין שלעכטס נישט פאסירן צו אים, ווייל איינמאל ער ווייסט ווער ער איז, וואס עס איז זיין תפקיד און וואס ער וויל, מער וועט ער שוין נישט געפאנגען ווערן אין די נעץ פון לבן. יא, יעקב אבינו ארבעט טאקע פאר לבן, ער טוט וואס ער האט צו טוהן בלית ברירה כדי זוכה צו זיין צו רחל און לאה און די הייליגע שבטי קָהּ, אבער ער ווערט נישט בטל און פארלירט נישט זיין מציאות, ער ווייסט אז ער איז יעקב אבינו און ער איז זיך נישט מכניע אינגאנצן פאר לבן, און ווען ס'קומט די צייט פון גיין אנטלויפט ער פון דארט ווייל ער ווייסט אז מער טאר ער שוין נישט בלייבן מיט לבן.

קומט אויס אז טאקע דא אין זיין מצב ווען ער האט זיך געפונען איינער אליינס, אנשטאט עס זאל זיין א מצב פון עלנדקייט און איינזאמקייט, איז עס גאר געווען די פארקערטע, יעקב אבינו לערנט איבער זיך אליין, ער איז זיך מתבודד מיט זיך און דערהערט זיין פנימיות, זיין גרויסקייט, ער באקומט א הייליגע שטאלץ אֶת 'גְּאוֹן יַעֲקֹב' אֲשֶׁר אָהֵב סֶלָה, די חשיבות און גאוה דקדושה וואס מיר דארפן אלעמאל האבן אין זיך.

קען זיין אז דאס איז אויך מרומז אין די ווערטער וואס יעקב אבינו דרוקט זיך אויס באלד נאכן אויפשטיין פון זיין הייליגע חלום, "וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי", איך האב קיינמאל נישט געוואוסט מיין 'אָנֹכִי' ווי הייליג און טייער איך בין און וויפיל ווערד איך בין. [אין ספרים הקדושים שטייט"וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי" אז א איד טאר נישט זיין קיין 'אָנֹכִי' מ'טאר זיך נישט גרויסהאלטן און האבן אין זיך אנוכיות, און די צוויי זענען טאקע נישט קיין סתירה, ווייל וואס מער א מענטש איז מקיים דעם וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי און ער האט נישט אין זיך גאוה און אייגענע עצמיות, אזא איינער קומט אלס מער צו צום הכרה אז ער האט אין זיך אן אנדערע 'אָנֹכִי' א העכערע סארט אנכי וואס ער האט ביז היינט נישט געקענט, ער איז הייליג און טייער און האט אין זיך דעם אָנֹכִי ה' אֶלֹקֶיךָ]. און מיט פרישע כוחות גייט יעקב אבינו און בויעט א מזבח און איז מתפלל צו השי"ת אִם יִהְיֶה אֱלֹקִים עִמָּדִי וּשְׁמָרַנִי בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי הוֹלֵךְ וגו', כאטש וואס השי"ת האט אים שוין צוגעזאגט די אלע הבטחות און אים געוויזן אין חלום אז ער וועט אים אפהיטן, אבער יעצט בעהט שוין יעקב און ער פארלאנגט מיט א תקיפות דקדושה, ער ווייסט שוין וואס ער איז און וואס זיין צוקונפט וועט זיין, און דערפאר בעהט ער מיט א בטחון און א שטארקייט אז ער וויל זיך האלטן שטארק און טאקע אויספירן זיין שליחות און נישט פארפאלן ווערן אין לבן'ס הויז.

און צום שלוס, לאמיר דערציילן אן אינטערסאנטע און אמת'ע אנעקדאט וואס עס האט דערציילט דער בעל המעשה, א איד א זקן בליעה"ר וועלכער איז געבליבן א קליינע יתומ'ל נאך די צווייטע וועלט מלחמה, און ער האט זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן כמעט אָן קיין קרוב און אָן קיין גואל, אידן רחמנים בני רחמנים האבן זיך אפגעגעבן מיט אים און אים אויפגעצויגן. "מיין עלנדקייט איז געווען שרעקליך, איך האב געפילט ווי א שטיין, איינער וואס האט נישט קיין קרובים און קיין משפחה, און אָן קיין געהעריגע שטוב" דערציילט דער איד מיט א קול געשטיקט פון טרערן. ויהי היום, עפעס א גוטהארציגער איד האט מיר געוויזן אן אלטע ספר אין וואס ער האט געבלעטערט און אויפגעמישט ביז צום סוף פונעם באנד, דארט וואו ס'שטייט א רשימה פון די אלע וואס האבן געגעגבן 'מעות קדימה' צו קענען דרוקן דעם ספר (אין די אלטע ספרים הייסט דאס פרעמונאנטן) און ער ווייזט מיר דעם נאמען פון מיין זיידע, מיין טאטעס טאטע וואס האט געהייסן פונקט ווי מיר, אז ער האט געגעבן געלט צו דרוקן דעם ספר און זיין נאמען שטייט דא. דער איד זאגט, איך בין געווען א קינד, איך האב גארנישט געהאט אויף די וועלט, פלוצלינג ווייזט מיר איינער אז איך האב געהאט א זיידע, זיין נאמען שטייט געדרוקט, ער האט געהאלפן אז די ספר זאל ארויסקומען, און דא שטיי איך זיין אייניקל זעכציג יאר שפעטער און איך האלט אט דעם ספר אין מיין האנט. דאס האט מיר געגעבן אזא שטארקע חיזוק, פון דעמאלטס און ווייטער האב איך זיך ארומגעדרייט מיט יענעם ספר אין די הענט און עס געהאלטן חשוב און טייער, איך האב געשפירט אז איך האב איינעם און איך באלאנג ערגעץ, און דאס האט מיר געגעבן א שטופ אנצוגיין אז איך זאל אויך טוהן גוטע זאכן און העלפן אנדערע, ווייל איין טאג וועל איך זיין דער זיידע און 'מיינע אייניקלעך' וועלן ארויפקוקן צו מיר... [וואס אגב, ווי שיין איז דאס דער חסד וואס עפעס א פרעמדע איד האט געטוהן מיט א קליין קינד, מיט ממש א קלייניגקייט וואס ער האט געטראכט פון אים און אים צוגעוויזן זיין זיידע'נס נאמען, ווי ער האט אים גליקליך געמאכט].

און טאקע פון דעם האבן מיר גערעדט, יעדער איד דארף האבן א 'אידענטיטעט' ער דארף זיין שטאלץ ביי זיך מיט א גאוה דקדושה און וויסן זיין 'אָנֹכִי', יא איך האב א רייכע עבר און א רייכע עתיד, איך בין נישט סתם איינער וואס מ'קען אים צוטרעטן און צוברעכן און אוועקנעמען זיין גאנצע מציאות, אדרבה איך בין שטערקער פון דעם און איך וועל שטיין פעלזן פעסט און זיך נישט לאזן אראפברענגן דורך די וואס ווילן עס טוהן צו מיר, אט דער הייליגע אידענטיטעט פלאצט זיך אריין אינעם אידיש הארץ און דאס איז אונזער עבודה און חיזוק פון דעם פרשה, פון איין זייט צו זיין וואכטזאם נישט אריין צופאלן אין די הענט פון דעם לבן הארמי און ווי פארשטענדליך מיינט עס די נאנטע ארום אונז אדער דאס אייגענע זיך וואס האט אין זיך דער כח פון זיך נערן און בלאפען, אבער פון דער צווייטע זייט אנערקענען דאס אמתע הייליגע זיך וואס ליגט אין אונז, דער הערליכע חלק אלוקי ממעל וואס ליגט אין אונז, און ווען דאס איז בעזר ה' קלאר קען דער איד ביישטיין און אריבער גיין דאס שווערסטע ווייל מען פארגעסט זיך נישט ווער מיר זענען און וואס אונזער שליחות איז, דער איד געדענקט אז אויף אונז ליגט דער אחריות און שליחות באגלייט מיט א גרויסע לעכטיגע עתיד וואס כאטש צומאל אויפן מינוט זעט עס אויס שרעקעדיג און אפשר גאר אַרְצָה'דיג איז עס הייליג און גרויס ס'איז פארבינדן ביז א שָּׁמָיְמָה, ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו קענען דערהערן דעם יסוד און טאקע בקרוב זוכה זיין אז דאס אינערליכע קלארקייט זאל זיך ארויסווייזן אין די עפנטליכקייט בביאת מלך המשיח בב"א.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר