פון וואנעט שטאמען די דייטשן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

פון וואנעט שטאמען די דייטשן?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס ווערט פארציילט, אז רבי שמואל סאלאנטער ז''ל, האט זיך אויף קיין שום פאל נישט געוואלט באגעגענען מיטן דייטשער קייזער ווילהעלם דער צווייטער – דורכאויס זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר תרנ''ט. ער האט ארגומענטירט, אז ער האט מקובל פונעם ווילנער גאון זי''ע, אז די דייטשן זענען די אמאליגע וויסטע אשר קרכ'ניקעס – די פארשאלטענע עמלקים אויסגעמעקט זאלן זיי ווערן פונעם האריזאנט. אויך פונעם יעב''ץ זאגט מען נאך עפעס אזא געדאנק, אז דאס דייטשע פאלק זענען אמשטאמיגע פון עמלק.

דער נביא אין עובדיה רעדט צום פאלק אדום, דאס פאלק פון וואנעט ער זעלבסט האט געשטאמט איידער האט זיך מגייר געווען, און געווארן א נביא השם צווישן אידן: ער רעדט צו אדום און זאגט: צוליב דיין רויב אויף דיין ברודער יעקב, וועט דיר דאס שאנדע באדעקן, און דו וועסט פארשניטן ווערן אויף שטענדיג.
וואס פאר א רויב האבן דען די אדומים געטאן צו יעקב?

דינערט דער געטליכער נביא מיט זיין באסעווע שטומע:

ביים ערשטן חורבן בית המקדש ביזטו (אדום) געשטאנען אין די זייט, אינעם טאג וואס די פרעמדע (די בבלים) האבן בארבאריש געפלונדערט דאס אייגנטום פון יעקב. און ביים צווייטן בית המקדש ווען זיי (די רוימער) האט געשטורעמט אירע טויערן (פון ירושלים) און געווארפן גורל אויף ירושלים ווער ס'זאל איר ערשט פארניכטן.
און דאן (ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש) ביזטו זעלבסט געווען איינס פון זיי, ווארום אין די צייט פון הורדוס המלך, האבן די אדומים זיך אפיציעל מגייר געווען און זיך אנגעשלאסן צום אידישן פאלק. און ביים חורבן בית שני האבן זיי זיך בייזוויליג צו געשטעלט צום פיינט ( די רוימער.)

ביים ערשטן חורבן בית המקדש:
וואלסט ווען נישט געמעגט צו זען דאס טאג וואס דיין ברודער איז געווארן ווי א פרעמדער ביים ערשטן בית המקדש, און זיכער נישט פרייען צו די קינדער פון יהודה אין דאס טאג פון זייער פארלוסט, און זיכער, זיכער, נישט פארגרעסערן דאס חורבן מיטן מויל, אזוי ווי זיי (די בני אדום)האבן ווירקליך געטאן מיטן שרייען, ערו, ערו עד היסוד בה...

און ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש איז נאך געווען פול ארגער...
וואלסט ווען נישט געדארפט קומען קיין יהודה אינעם טאג פון זייער (די אידן) צער, און אפילו וואלסט יא געקומען, וואלסטו ווען נישט געטארט צוזען צו זיין שלעכטס, און קאלטבלוטיג דערמאנען זייער זינד, און זיכער נישט אויסשטרעקן די האנד צו זייער (די אידן - יעקב) פארמעגן אינעם טאג פון זייער צער...
און נאך מער יאמערט דער נביא:
וואלסט ווען נישט געדארפט פארשניידן די אנטלאפענע, און זיי ארויסגעבן צו זייערע פארפאלגער.
וואלסט ווען געזאלט וויסן, אז דאס טאג פון ג-ט דערנענטערט זיך, ווען ג-ט וועט ריכטן די פעלקער פון די וועלט, און דאן וועט ער דיר באצאהלן גענוי ווי דו האסט געטאן (מיט יעקב – די אידישע קינדער) און דיין באלוינונג וועט זיך דיר אומקערן אויף דיין קאפ.

אצינד ווענדט זיך דער נביא צו די אידן מיט הארציגע טרייסט ווערטער:
דאס בעכער ביטערע וויין וואס איר האט געטרינקן אויף מיין הייליג בארג (ירושלים) וועלן דאן די פעלקער טרינקן אויף שטענדיג, און זיי וועלן ווערן שיכור פון די צרות וואס וועלן זיי דאן באטרעפן, ביז זיי וועלן גענצליך פארניכטעט ווערן - ווי זיי וואלטן ווען קיינמאל גארנישט עקזיסטירט.
און דאס בארג ציון וועט זיין א רעטונג פאר די אידן, און ס'וועט זיין הייליג און קיינמאל מער נישט פאראומווערדיגט ווערן דורך גוים, און דאס הויז-געזונט פון יעקב וועט ירש'נען די דאזיגער וועלכע האבן זיי גע'ירש'נט ( ביים חורבן בית המקדש). און דאן וועט דאס הויז-געזונט פון יעקב זיין פייער (וועלכע ברענט נאנט) און דאס הויזגעזונט פון יוסף וועט זיין צו א פלאם ( וואס ברענט ווייט), און דאס הויז-געזונט פון עשו וועט זיין צו שטרוי, וואס אויב בלויז איין שטרוי הייבט אן ברענען כאפט זיך דאס פלאם אן אויף די גאנצע שטרוי מיט א בליציגע שנעלקייט. אין רעזולטאט ווען נישט פארבלייבן פון די הויזגעזונט פון עשו קיין שום איבערבלייבעניש, ווייל אזוי ג-ט האט גערעדט...

אצינד באציהט זיך דער נביא צו די נייע גרעניצן וואס וועלן ווערן איינגעשטעלט אין ארץ ישראל ווען משיח וועט קומען:

דער נגב, דאס איז דער דרום זיין פון ארץ ישראל, וועט איינשליסן דאס בארג פון עשו, דאס איז דאס געוועזענע לאנד אדום (דאס איז היינט א טייל פון די ירדענער קעניגרייך). און די פוס-בערג פון יהודה (היינט באוויסט אלס שפלת יהודה.) וועט איינשליסן דאס לאנד פלשתים (דאס איז די היינטיגע עזה) וואס געפונט זיך מערב ארץ ישראל הארט ביי די ברעגס פונעם מיטללענדישן ים. און אויך אויף מזרח גייט זי זיך אויסשפרייטן און אנאקסירן די פעלדער פון אפרים און פון שומרון. און דאס לאנד בנימים וועט זיך אויסשפרייטן פון צפון ירושלים וואו זי איז אלעמאל געווען – ביז צום גלעד וואס געפונט זיך מזרח, עבר הירדן ( אויך א טייל פון די ירדענער קעניגרייך). און די גלות אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן צו די כנענים ביז צרפת, און גלות ירושלים וועלכע האלטן זיך אויף אין ספרד, וועלן ירש'נען און זיך באזעצן אין דאס אויסגעברייטעטער ארץ הנגב.

און דער נביא ענדיגט זיין וואונדערליכער נבואה:
דאן וועלן מיר ארויף גיין געהאלפענע צום בארג ציון, צו ריכטן דאס בארג פון עשו. און קעניגרייך וועט געהערן בלויז צו ג-ט!

[center]*[/center]
אצינד איז די פראגע איז ווער זענען די כנענים, און וואו איז צרפת און ספרד פון וואס דער נביא רעדט?

ספרד זאגט דער תרגום יונתן, אז דאס איז אַסְפַּמְיָא. אספמיא איז ווארשיינליך די היינטיגע לאנד שפאניע. א באווייז האבן מיר פון דעם וואס די מדרש זאגט " אינו דומה טעם דג העולה מעכו לעולה מאספמיא" אז א פיש פון דאס מיטללענדישער ים האט א אנדערע טעם פון א פיש פון אספמיא, פארוואס פונקט אספמיא? ווארשיינליך ווייל דארט איז די גיבראַלטאַר דורכגאס, וואס טוהט צווישנשיידן צווישן דאס מיטל-לענדישער ים און דאס אטלאנטישען אקעאן. גיבראַלטאַר איז הארט לעבן שפאניע. ווען איינער כאפט א העכטל אין גיבראַלטאַר, קען דאס פיש האבן גאר אן אנדערע טעם... עס ווענדט זיך פון וועלכע ים דאס פיש איז געכאפט געווארן.

און וואו איז צרפת פון וואס די נביא רעדט?
דער פסוק אין ספר מלכים פארציילט: אז נאכדעם וואס דער אויבישטער האט אויסגעטריקנט דאס נחל כרית, האט אליהו הנביא באקומען א זענדונג פון ג-ט: קום לך צרפתה אשר לצידון וישבת שם – שטיי אויף און גיי קיין צרפת, וואס איז אין צידון און באזעץ דיך דארט אויף צייטוויליג. דרונגען מיר זיך אויף פון דעם, אז אין לבנון איז געווען א שטאט וואס האט געהייסן צרפת.
אצינד די פראגע צי דאס איז צרפת פון וואס דער נביא עובדיה רעדט?
דער מיינונג פון מערהייט פון די ראשונים איז, אז נישט. רש''י זאגט דייטליך: צרפת הוא המלכות שקורין פרנצ"א בלע"ז – דאס איז פרענס – די היינטיגע פראנקרייך. א שטארקע באווייז האבן מיר, אז ווען די רוימישע אימפעריע האט געוועלטיגט אויף די לאנד וועלכע ס'איז היינט פראנקרייך - האט דאס לאנד געהייסן גאליע. ווי עס שיינט איז, אז אין די צייטן פון תנ''ך האט עקזעסטירט אין מערב-אייראפע א לאנד מיטן נאמען צרפת, וואס האט געהייסן נאך די שטאט צרפת וועלכע געפונט זיך אין לאנד לבנון. דערפאר ווען דער אויבישטער זאגט פאר אליהו הנביא, גיי צו די שטאט צרפת, לייגט ער צו, דער צרפת וואס ס'איז אין צידון און נישט צו די שטאט צרפת אין מערב-אייראפע - די היינטיגע פראנקרייך. אבער דער נביא עובדיה רעדט ווארשיינליך יא פון די צרפת וואו ס'איז היינט פראנקרייך.

און ווער זענען די כנענים פון וועם דער נביא עובדיה רעדט?
דאס איז שוין גאר אינטערעסאנט: דער אבן עזרא שרייבט: מיר האבן געהערט פון גדולים, אז די איינוואוינער פון לאנד אלמניי"ה, שטאמען נאך פון די כנעניים וועלכע זענען אנטלאפן פון די אידן ווען יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל!
דער רד''ק קומט אריין נאך קלארער, ער שרייבט: אז די מענטשן פון ארץ אלמניי"א און אשקלוני"א וואס מ'רופט היינט ארץ אשכנז, זענען די איר-אלטע כנעניים וועלכע זענען אנטלאפן פון ארץ כנען ווען יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל.
און ער לייגט נאך צו: אז ביז צום היינטיגן טאג רופט מען זיי נאך כנעניים...

אלזא, ווער זענען דאס דייטשער פאלק? מלקים צי כנעניים?

אין די תורה הק' געפונען מיר נאך, אז דער כנעני דער קעניג פון ערד וועלכער איז געזיצן דרום פון ארץ ישראל – האט געהערט אז די אידן געפונען זיך שוין אויפן וועג וועלכע די מרגלים האט זיך נאך באנוצט אויסצושפיאנירן ארץ ישראל, האט ער אפגערעכט א קריג מיט די אידן און געפאנגן פון זיי א געפעגעניש. זאגט רש''י דארט אויפן ארט, אז דאס זענען נישט ווירקליכע כנעניים, נאר זיי זענען געווען אונזערע אלטע געשוואוירענע פיינט די עמלקים. די עמלקים האבן געוואוינט דרום ארץ ישראל. אלזא לאזט זיך זאגן, אז די דייטשן זענען סיי עמלקים און סיי כנעניים...
און ווען משיח וועט קומען וועלן זיך די אידן וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אין גלות ביי די דייטשען, זיך צוריק באזעצן אין דרום ארץ ישראל, וואו די עלטערן פון דייטשן - די כנעניים און די עמלקים האבן אָריגינעל געוואוינט ביז זיי זענען פאריאגט געווארן דורך יהושע בן נון. סארא זיסע נקמה...

וואס ס'איז אינטערסאנט איז: אויב זענען זיי כנעניים, שטאמען זיי דאך פון חם. אויב זיי זענען עמלקים שטאמען זיי דאך פון עשו, דאס באדייט פון שם.
אין די תורה אין פרשת נח שטייט דייטליך אז אשכנז איז געווען א זון פון גומר דער זון פון יפת....
זעט אויס פון די דייטשן שטאמען פון אלע דריי קינדער פון נח... שם חם און יפת... ממש א ריינע ראסע.....

והיתה להשם המלוכה...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר