וישלח - וואס פאר א 'איש' בין איך?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

וישלח - וואס פאר א 'איש' בין איך?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין פרשת וישלח געפונען מיר ווי יעקב אבינו שיקט מלאכים וואס זאלן קעגן גיין עשו הרשע, און זיי זאלן רעדן צו אים און אים בארואיגן, כדי עשו זאל אים נישט קיין שלעכטס טוהן. די מלאכים קומען צוריק צו יעקב און זיי דערציילן אים אז עשו קומט צו גיין מיט פיר הונדערט מענטשן, און יעקב אבינו האט זייער מורא, וַיִירָא יַעֲקֹב מְאֹד וַיֵצֶר לוֹ, ער צוטיילט זיין משפחה אין צוויי מחנות כדי אז עשו זאל זיי נישט קענען אינגאנצן אויסהארגענען ח"ו, און ער בעהט און איז מתפלל צו בורא עולם הַצִילֵנִי נָא מִיַד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו כִּי יָרֵא אָנֹכִי אֹתוֹ וגו', אויך גרייט זיך יעקב אבינו אָן צו דריי זאכן, לדורון, לתפלה, ומלחמה, ער גייט פראבירן טוען השתדלות פון שיקן א געשאנק פאר עשו, ער ארבעט אריין דורך עבודת התפלה צום אייבישטער, און ער גרייט זיך אפילו פאר א מלחמה מיט עשו אויב ס'וועט זיך אויספעלן.

ווען מ'לערנט דעם ענין ווערט תיכף שווער, וואס האט דא פאסירט, יעקב אבינו, דער בחיר שבאבות וואס האט נאך קיינמאל נישט פארלוירן זיין בטחון אין השי"ת, דער זעלבע יעקב אבינו וואס אין די פריערדיגע פרשה געפונען מיר אז ער לייגט זיך שלאפן איינער אליין מיט אפאר שטיינער ארום זיין קאפ, ער האט נישט קיין מורא פאר קיינעם און פאר גארנישט, און פלוצלינג דא האט ער אזוי מורא, און ער גייט גאר ארויס פון זיין וועג מיט אזויפיל השתדלות און תחבולות וויאזוי מ'קען זיך אַן עצה געבן קעגן עשו. נאך מער, יעקב האט דאָך שוין געהאט צו טוהן מיט אליפז און מיט לבן וואס זענען אים נאכגעלאפן און גע'רודפ'ט, אבער ער האט קיינמאל נישט געשיקט קיין שלוחים פון פריער צו גיין זעהן וואס זיי גייען טוהן צו אים, און למעשה האבן זיי אים טאקע נישט געהארגעט אדער וויי געטוהן ווייל השי"ת האט אים געהיטן און געהאלפן אלעמאל, אויב אזוי וואס איז דא די גרויסע פחד וואס יעקב אבינו האט אזוי מורא פון עשו, און פארוואס פילט ער אז די אלע ברכות וואס השי"ת האט אים געבענטשט און צוגעזאגט אין פרשת ויצא אז זיי וועלן אים נישט ביישטיין און מקויים ווערן.

נאר אז מיר וועלן זיך פארטיפן אין דעם ענין וועלן מיר בסייעתא דשמיא טרעפן דא א געוואלדיגע לעכטיגקייט וואס אונזער הייליגע זיידע יעקב אבינו לערנט אונז אויס, א יסוד נפלא וואס איז נוגע פאר יעדער איד במשך אלע דורות.

איידער מיר טרעטן צו צו אונזער שמועס איז כדאי צו ברענגן: מ'זאגט אז א איד איז אמאל אריינגעקומען צו הגאון בעל חזון איש זי"ע, און ער פרעגט פונעם חזון איש אז ער וויל בארגן געלט פון א צווייטן, אבער ער האט נישט קיין חשבון וויאזוי ער גייט דאס קענען אפצאלן, דאס הייסט אז בדרך הטבע זעהט ער נישט קיין שום פלאן אדער וועג וויאזוי ער גייט קענען באצאלן דעם חוב, אבער ער האט גאר א שטארקע בטחון אין השי"ת און ער גלייבט באמת אז דער אייבישטער וועט אים שוין שיקן געלט צו באצאלן, דעריבער פרעגט ער אויב מ'מעג בארגן געלט אויפן חשבון פון בטחון. ענטפערט אים דער חזון איש, "וויפיל געלט דו וואָלסט פאַרבאָרגט פאר יענעם אויפן חשבון פון זיין בטחון, אזויפיל מעגסטו בארגן פון יענעם מיט דיין בטחון", דאס הייסט אויב יענער קומט צו דיר און ער וויל בארגן 'פון דיר' געלט, און דו ווייסט קלאר אז ער האט נישט קיין שום פלאן וויאזוי צו קענען באצאלן, וויפיל געלט וואלסטו אים דען אוועקגעבארגט?! אזוי זאלסטו רעכענען די אמת'דיגקייט פון 'בטחון'. מיינענדיג צו זאגן דערמיט, עס איז זייער גרינג צו האבן בטחון 'אויף יענעמ'ס חשבון' ווען ס'איז נישט מיר נוגע, ווען עס האנדעלט זיך פון יענעמ'ס געלט, דארט פארשטיי איך אז דער אייבישטער וועט זיכער העלפן, אבער ווען ס'איז מיין געלט דארט ווער איך שוין באזארגט און איך בין שוין נישט אזוי זיכער. און דאס איז נישט ריכטיג, בטחון דארף מען האבן נאר פאר זיך אליין, אויף די אייגענע געלט און די אייגענע פרנסה, אבער אויף יענעמ'ס געלט דארט קומט בכלל נישט אריין קיין בטחון.

עס ווערט געברענגט בשם דער בעל שם טוב הק' זי"ע וואס פלעגט זאגן אז יעדע מידה קען מען נוצן אויף גוטס, אפילו א שלעכטע מידה דארף מען אויך קענען אמאל נוצן אין עבודת השי"ת. האבן די תלמידים געפרעגט פונעם בעש"ט, ווען קומט צוניץ די מידה פון 'כפירה' און אפיקורסות ח"ו, און וואו געפונען מיר א פלאץ וואו א איד מעג דאס האבן אין זיך?, האט דער בעש"ט געזאגט, "ווען עס קומט צו טוהן א טובה פאר א צווייטן!", ווען מ'זעהט אז א איד איז בצער און ער גייט אדורך שוועריגקייטן, דעמאלטס איז נישט די צייט זיך מחזק צו זיין מיט בטחון און זאגן אז דער אייבישטער וועט אים שוין העלפן, איך דארף גארנישט טוהן און אלעס וועט שוין זיין גוט. ניין, בנוגע יענעם דארט דארף מען ווערן א שטיקל 'כופר' ח"ו און זיך נעמען טוהן אליינס וויפיל מען קען נאר, מ'דארף טוהן אסאך השתדלות און זיך נישט פארלאזן מיט בטחון אז די ישועה וועט קומען.

עס איז דא א באקאנטע ווארט פון צדיקים אז טאקע דאס איז דער איסור פון אויסמישן 'בשר וחלב' צוזאמען. ווייל פלייש איז מרמז אויף השתדלות און ארבעטן, ווייל יעדע שטיקל פלייש וואס א איד עסט, דארף קודם אדורכגיין אסאך יגיעה און ארבעט ביז ס'ווערט גרייט, מ'דארף עס שחט'ן און דערנאך כשר מאכן און זאלצן, מ'דארף עס רייניגן און אפקאכן, און נאר נאך די אלע פעולות קען מען עס עסן, מה שאין כן ווען עס קומט צו מילך דארף כמעט נישט קיין ארבעט, מ'מעלקט עס פונעם קוה און מ'טרינקט עס, וואס דאס איז מרמז אויף בטחון ווען מ'פארלאזט זיך אינגאנצן אויף השי"ת און דער מענטש דארף גארנישט טוהן פון זיין זייט. און דערפאר זאגט אונז די תורה אז מיר דארפן זיין זייער געוואָרנט נישט אויסצומישן קיין פלייש און מילך, ווייל מענטשן ווערן זייער גרינג נכשל אין דעם ענין פון אויסמישן 'השתדלות' מיט 'בטחון' און מ'דארף וויסן אז דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן, צומאל פארלאנגט זיך בלויז בטחון, ווען עס איז נוגע פאר אונז אליין און אונזער פארמעגן, דארט דארפן מיר זיך וואס מער פארלאזן אויף השי"ת אז ער טוט און פירט אלעס, און מיר דארפן טוהן וואס ווייניגער השתדלות. אבער אסאך מאל וויל השי"ת פון אונז וואס מער השתדלות און ארבעט, ווען עס קומט צו טוהן פאר א צווייטן, דארט דארפן מיר ארבעטן שווער און טוהן וואס נאר מעגליך צו העלפן.

און דערמיט דערהערן מיר וואס עס האט דא פאסירט ביי יעקב אבינו. אין פרשת ויצא גייט יעקב אבינו איינער אליינס, און ער פארלאזט זיך אינגאנצן אויף השי"ת, ווייל ווען ס'קומט צו דאס אייגענע זיך ווארפט ער זיך אריין אין די הענט פון בורא עולם, די תוה"ק דערציילט אונז אז אפילו די שטיינער וואס ער לייגט ארום זיין קאפ זיך צו באשיצן פון חיות, איז נאר געווען א האלבע רינג און ס'איז געבליבן אפן פון איין זייט, ווי עס שטייט אין ספרים אז יעקב אבינו טוט נאר א ברעקל השתדלות, וויפיל מ'דארף האבן אויף יוצא צו זיין, אבער באמת פארלאזט ער זיך אינגאנצן אויפן בורא עולם וואס שטייט נעבן אים און היט אים אפ.

אבער דא אין אונזער פרשה קומט שוין יעקב אבינו מיט זיינע ווייבער און קינדער, ער איז שוין נישט איינער אליינס, דא דארף ער זיך זארגן פאר יענעם, און אויף דעם דארף מען שוין אליינס ארבעטן שווער, דא קען מען עס נישט בלויז ווארפן אויפן אייבישטער און זאגן איך האב בטחון און דאס איז עס!, ניין, דא פארלאנגט זיך השתדלות, יעקב אבינו דארף טוהן פאר יענעם, און דערפאר האט ער מורא און ער זארגט זיך, און דעריבער שיקט ער שלוחים צו גיין זעהן וואס עשו פלאַנט, ער גרייט זיך מיט פארשידענע מיטלען וויאזוי ער זאל קעגן גיין עשו, ווייל מ'דארף גרויס השתדלות ווען עס קומט צו העלפן א צווייטן... ווען ס'קומט צו זארגן פאר א צווייטן...

און עס שטייט ממש בפירוש אין פסוק אין די ווערטער פון יעקב אבינו, הַצִּילֵנִי נָא... מִיַּד עֵשָׂו כִּי יָרֵא אָנֹכִי אֹתוֹ פֶּן יָבוֹא וְהִכַּנִי אֵם עַל בָּנִים, יעקב אבינו זארגט זיך אז עשו זאל נישט שלאגן זיינע קינדער. וְאַתָּה אָמַרְתָּ הֵיטֵב אֵיטִיב עִמָּךְ וְשַׂמְתִּי אֶת זַרְעֲךָ כְּחוֹל הַיָּם, רבוש"ע דו האסט מיר צוגעזאגט א הבטחה אז דו וועסט בענטשן מיינע קינדער און איך זארג מיך פאר זיי און פאר זייער צוקונפט.

אין ספר מושיען של ישראל ווערט געברענגט א מעשה אז אמאל איז געקומען אַן ארימאן צום הייליגער צאנזער רב - דער דברי חיים זי"ע און האט זיך אויסגעוויינט פאר אים אז ער דארף חתונה מאכן זיין טאכטער און ער האט נישט קיין איין פרוטה אויף די הוצאות החתונה. האט אים דער צאנזער רב געשריבן א בריוו וואס ער זאל טראגן צו עפעס אן עושר און יענער וועט אים העלפן. דער ארימאן האט גענומען דעם בריוו און געפארן צום עושר, ווען ער איז אנגעקומען האט דער עושר געהאלטן אינמיטן לערענען און האט אפילו נישט באמערקט אז איינער איז געקומען. ווען דער עושר האט באמערקט דעם גאסט האט ער אים געגעבן שלום, און האט אים געפרעגט וואס ער וויל, האט דער ארימאן ארויסגענומען דעם בריוו און איבערגעגעבן פארן עושר, דער עושר ליינט אפ דער בריוו און דארט איז געשטאנען אז דער צאנזער רב בעט אים א געוויסע סכום געלט פאר דעם ארימאן, רופט זיך אן דער עושר צום ארימאן אז דער סכום וואס צאנזער רב שרייבט איז צו א גרויסע סומע געלט, און ער איז גרייט צו געבן ווייניגער, אבער דער ארימאן וויל נישט נעמען, ער וויל דוקא דער סכום וואס צאנזער רב האט געשריבן, אזוי האבן זיי זיך ארומגע'טענה'ט ביז דער ארימאן איז אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט.

צוריק קומענדיג קיין צאנז האט דער ארימאן דערציילט פארן דברי חיים וואס עס האט פאסירט, האט דער דברי חיים אים געגעבן נאך א בריוו צו א צווייטער גביר וואס ער וועט יא פאלגן און געבן די נויטיגע סכום. און כך הוה, ווען דער ארימאן איז אנגעקומען צום צווייטער גביר האט אים יענער שיין אויפגענומען, און מיט א שמחה האט ער אים געגעבן די גאנצע סומע געלט וואס צאנזער רב האט געבעטן, און דער ארימאן איז אהיימגעפארן פרייליך און צופרידן.

עס איז אדורך א שטיק צייט און דער ערשטער עושר איז געקומען צו פארן צום צאנזער רב, האט אים דער דברי חיים מוסר געזאגט אזוי: עס שטייט אין פסוק אין פרשת וישלח ביי די מעשה פון יעקב אבינו ווי ער איז געבליבן אליינס ביינאכט או ס'איז געקומען צו גיין א מלאך און זיך געשלאגן מיט אים, שטייט דער לשון "וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ" און רש"י טייטשט אז דער 'איש' איז געווען דער שר פון עשו. און אין די קומענדיגע סדרה פרשת וישב שטייט ביי יוסף הצדיק אז א מענטש האט אים געטראפן בלאנדזשענען אין פעלד (ווען ער האט געזוכט זיינע ברודער'ס) "וַיִּשְׁאָלֵהוּ הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ" און דער מענטש האט אים געפרעגט וואס זוכסטו, און רש"י עקלערט אז דער 'איש' איז מלאך גבריאל. נו, לכאורה איז שווער, אין ביידע פסוקים שטייט בלויז דער ווארט "איש" און פארוואס דא טייטשט רש"י אז דאס איז א שלעכטע מלאך פון עשו, און דארט זאגט רש"י אז עס איז דער מלאך גבריאל? נאר וואס דען -זאגט דער דברי חיים פארן עושר- אויב אן ארימאן קלאפט אויפן טיר און מען טענה'ט זיך מיט אים און מען זוכט נישט אים צו העלפן, דעמאלטס איז זיכער אז דאס איז דער שר פון עשו, אבער אויב א איד שטרעקט אויס א ברודערליכע האנט און פרעגט "מיט וואס קען איך אייך העלפן", דער איז זיכער דער מלאך גבריאל!.

ווייל דאס איז די תפקיד פון א איד, ווען מ'זעהט א צווייטן וואס דארף הילף, זיצט מען נישט פארלייגטע הענט, מ'איז אים נישט מחזק אז גם זו לטובה, עס וועט אריבערגיין, אדער עס וועט שוין זיין גוט, וכדומה, (אפשר דאס אויך) נאר מ'שפרינגט גלייך אריין אים צו העלפן, מ'פרעגט אים מה תבקש, ר' איד וואס דארפסטו און מיט וואס קען איך דיר העלפן...

און נאך מער פון דעם, יעקב אבינו לערנט אונז אז דער 'יענער' פאר וועמען מען דארף טוהן למעשה און זיך נישט פארלאזן אויף בטחון, דאס איז נישט בלויז עפעס פרעמדע נצרכים אדער צובראכענע אידן, ניין, נאר די אייגענע משפחה, די אייגענע ווייב און קינדער, מוזן מיר צום ערשט זיי אליינס פראבירן צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך, נישט איינצורוען, נאר זיין גרייט צו גיין אין פייער און אין וואסער פאר זיי, לדורון לתפלה ולמלחמה, יעדע סארט השתדלות וואס א מענטש קען נאר טראכטן, זענען מיר מחוייב אנצוּווענדן ווען ס'האנדלט זיך פון אונזער אייגענע שטוב, קינדערלעך און נאנטע.

ווען מ'הערט אמאל א קליינע פראבלעם פון א מלמד, דער מחנך ווארפט אריין א רמז אז עפעס איז נישט אינגאנצן אין ארדענונג מיט'ן קינד, וויפיל מאל שטאפן מיר זיך צו די אויערן און מיר ווילן נישט הערן, מיר טראכטן ביי זיך אז ס'וועט אדורכגיין, דער אייבישטער וועט שוין העלפן, מיר זענען פויל צו נעמען די זאך אין די הענט אריין און מיר לאזן עס לויפן האפענדיג אז ס'וועט זיך שוין מסדר זיין פון זיך אליינס. יעקב אבינו לערנט אונז אז "לא זו הדרך!" דאס איז נישט די וועג, ווען ס'קומט צו די הצלחה פון אונזערע קינדער איז נישט דא קיין בטחון און אויך נישט קיין תירוצים, נאר מיר דארפן שיקן שלוחים, מיר דארפן אריינלייגן כוחות, און פרואוון אויף יעדע אופן וואס נאר מעגליך צו טוהן דאס בעסטע וואס מיר קענען.

דאס איז אויך נוגע ווען א מענטש פארלאזט זיך אויפן אייבישטער אז ער וועט שוין מאכן זיינע קינדער זיין און אויסוואקסן אין ארדענונג, דער מענטש פאר זיך אליין איז פארנומען טאג און נאכט מיט זיינע געשעפטן, ער קומט אהיים שפעט פון די ארבעט און לייגט נישט צו קיין קאפ צו די קינדער, ער גיבט זיך נישט אפ מיט זיי, ער לאזט זיי הפקר, און אין הארץ האפט ער צום אייבישטער אז זיי וועלן שוין אנקומען וואו זיי דארפן, זיי וועלן בעזר ה' אויסוואקסן זייערע פראבלעמען. דארף א מענטש וויסן אז ניין, דא וויל דער אייבישטער פון מיר מיינע מעשים און מיין השתדלות דוקא, ואם אין אני לי מי לי, אויב איך וועל נישט טוהן וועט קיינער נישט טוהן פאר מיר ח"ו. יעדע טאטע און מאמע זענען מחוייב אליינס אכטונג צו געבן און זיך אפגעבן מיט די קינדער און זיי באשיצן פון זייערע נסיונות און פראבלעמען, זיי אויפהייבן און העלפן אין יעדן פאל, ביי יעדע קלייניגקייט, און זיך אלעמאל זארגן פאר זיי פֶּן יָבוֹא וְהִכַּנִי אֵם עַל בָּנִים... און עס איז 'אונזער' תפקיד צו טוהן השתדלות און מעשים זיי צו העלפן, און עס איז נישט דא קיין שום תירוץ אז מ'האט שוין גענוג געטוהן, אדער אז 'דא' דארף מען נישט טוהן, ווייל עס איז א חיוב וואס האט נישט קיין גרעניץ אדער א שיעור, נאר פונקט ווי אונזער זיידע יעקב האט אונטער גענומען פארשידענע מיטלען און וועגן צו ראטעווען זיינע קינדער, דאס זעלבע זענען מיר אויך מחוייב צו טוהן און דאס איז אונזער עבודה אלעמאל.

און ווי די מציאות האט געוויזן אזויפיל מאל אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל מ'קען אויפטוהן ווען מיר געבן זיך אפ מיט די קינדער און מיר אדרעסירן אפילו די קליינע פראבלעמען, און אויך דארפן מיר וויסן און געדענקן אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, אסאך מאל קען מען פאררעכטן זאכן וואס א קינד פלאָגט זיך מיט דעם שוין זייער לאנג און עכט וואלט מען שוין געדארפט טוהן דערוועגן מיט יארן פריער, און מ'מיינט ח"ו אז ס'איז שוין לאחר ייאוש, דאָך קען מען נישט באגרייפן וויפיל מיר קענען אלס טוהן און העלפן מיט אונזער השתדלות אויב מיר וועלן נאר אנערקענען, פראבירן, און טוהן למעשה.

עס האט אמאל געזאגט א גרויסע ראש ישיבה וואס אין זיין ישיבה זענען פארהאן אפאר הונדערט תלמידים בלי עין הרע, חז"ל זאגן אז שלמה המלך האט געקענט 'שיחות חיות ועפות' ער האט פארשטאנען די שפראך פון יעדע בעל חי, און אפילו פון די חיות און פייגלעך, די זעלבע איז די תפקיד פון א מחנך און פון עלטערן צו דערקענען און פארשטיין דעם שפראך פון יעדע תלמיד אדער קינד. צומאל זענען דא אזעלכע תלמידים אדער קינדער וואס רעדן אַן אנדערע שפראך, אמאל איז עס זייער א קאמפליצירטע שפראך, אבער מיר דארפן דאס אנקוקן אלס 'אונזער' חסרון אויב מיר פארשטייען נישט דעם שפראך, עס מיינט אז מיר דארפן זיך נאך עפעס צולערנען, מיר דארפן נאך הארעווען צו דערגיין א נייע שפראך וואס מיר האבן זיך נאכנישט געלערנט ביז היינט...

נאך מער, די מדרש דערציילט אין אונזער פרשה אז דער תנא רבי יהודה הנשיא - רבינו הקדוש האט אמאל געוואלט שיקן א בריוו צום קיסר אנטונינוס, האט ער געבעטן פון זיין תלמיד רבי אפס וואס איז געווען א שרייבער אז ער זאל שרייבן א בריוו אין זיין נאמען, האט רבי אפס געשריבן "מן יהודה נשיאה למרן מלכא אנטונינוס" א בריוו פון רבי יהודה הנשיא צו אונזער האַר דער קעניג אנטונינוס, רבינו הקדוש האט גענומען דעם בריוו און עס צוריסן, און ער האט געהייסן רבי אפס שרייבן א נייע נוסח, "מן עבדך יהודה למרן מלכא אנטונינוס" פון דיין קנעכט יהודה צו אונזער האַר דער קעניג אנטונינוס. האט ר' אפס געפרעגט פון רבינו הקדוש, רבי פארוואס ביסטו מְבַזֶה דיין כבוד?! האט רבינו הקדוש געענטפערט "בין איך עפעס בעסער פון מיין זיידע? יעקב ווען ער האט געשיקט א שליחות צו עשו האט ער אויך געזאגט כֹּה אָמַר עַבְדְּךָ יַעֲקֹב"... וואס מיר קענען לערנען דערפון, אז ווען ס'קומט צו טוהן פאר אונזערע קינדער דארפן מיר זיין גרייט ארויסצוקריכן פון אונזער 'קאמפארט זאון' און אונזער באקוועמליכקייט, יא און אפילו זיך מבזה זיין אויך! מיר טארן זיך נישט צוריקהאלטן מיט תירוצים פון "עס פאַסט נישט" אדער וואס וועלן מענטשן זאגן, אדער עס איז מיר שווער צו נעמען אזא שריט, וכו' וכו', פונקט ווי אונזער זיידע יעקב אבינו האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון גארנישט, ער האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד, געלט, כוח, אדער סיי וואס, די זעלבע זענען מיר מחוייב צו טוהן אלעס וואס נאר מעגליך, און גארנישט איבערלאזן מיט בטחון אויף השי"ת.

אז מיר כאפן א שפאציר ווייטער אין אוזנער פרשה, אנטפלעקט זיך פאר אונז א הערליכע בילד. אין די תורה שטייט אז יעקב אבינו האט אריבערגעפירט זיינע קינדער אריבער א קליינע טייך, און דערנאך איז ער אליינס צוריקגעגאנגען ברענגן אפאר 'פַּכִים קְטַנִים' קליינע קריגלעך וואס זענען איבערגעבליבן ביי די אנדערע זייט טייך וואו זיי זענען פריער געווען, און ווען יעקב איז דארט געבליבן אליינס, איז געקומען דער 'איש' דער שר פון עשו און ער האט זיך געראַנגלט מיט יעקב אבינו, און ער האט אים אנגערירט ביי זיין פיס, און עס האט זיך אוועקגערוקט דער ביין פון יעקב אבינו'ס פיס און ער האט געהינקעט, "עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִיד הַנָשֶׁה אֲשֶׁר עַל כַּף הַיָרֵךְ" דערפאר עסן מיר נישט דער 'גיד הנשה' וואס האט זיך אוועקגערוקט פון פלאץ.

אין דעת זקנים פון די בעלי תוספות און אויך אין חזקוני שטייט דער טעם פארוואס די תורה האט גע'אַסֶר'ט צו עסן גיד הנשה, ווייל דאס איז א שטראף און א קְנַס, וויבאלד די קינדער פון יעקב האבן נישט באגלייט זייער טאטע, און זיי האבן אים איבערגעלאזט אליין דארט ביים אנדערן זייט טייך וואס דאס האט גורם געווען אז דער מלאך האט זיך געקענט קומען שלאגן מיט אים, ווי עס שטייט אין פסוק "וַיִוָתֵר יַעֲקֹב לְבַדוֹ - וַיֵאָבֵק אִישׁ עִמוֹ", און דעריבער זענען זיי געקַנְסֶעט געווארן אז זיי קענען נישט עסן דער גיד הנשה וואס איז געשדיגט געווארן און זיך אוועגערוקט פון פלאץ דורך זיי. אין ספר ברכת שמעון שטייט אז דאס איז א עונש מידה כנגד מידה, ווייל יעדעס מאל א איד וויל עסן פלייש וועט ער דארפן שווער ארבעטן ארויס צו נעמען די גיד הנשה און אויסרייניגן די פיס פונעם בהמה (ווי די גמרא זאגט אז מ'דארף 'מְחַטֵט' זיין און אויסקראַצן די גיד הנשה מיט די פעטנס ארום) און וויבאלד די שבטים זענען געווען 'פויל' ח"ו און זיי האבן זיך נישט אנגעשטרענגט צו באגלייטן זייער טאטע, דעריבער זענען זיי באשטראפט געווארן מיט 'ארבעט' און זיי וועלן זיך דארפן אנשטרענגן אויסצורייניגן די גיד הנשה.

אבער, צו דען קענען מיר זאגן אז די הייליגע שבטי קָהּ זענען באמת געווען פויל? און פארוואס טאקע האבן זיי איבערגעלאזט זייער פאטער אליינס און אים נישט באגלייט. נאר לויט ווי מיר שמועסן, קענען מיר זאגן אז די שבטים האבן זיך פארלאזט אויף בטחון, זיי האבן גוט געוואוסט אז זייער טאטע יעקב האט נישט מורא צו גיין אליינס, ער פארלאזט זיך אויף השי"ת אזויווי אייביג, און דערפאר האבן זיי אים נישט באגלייט. אבער דעריבער קומט זיי אן עונש, ווייל זיי וואלטן זיך געדארפט לערנען דעם כלל פון זייער טאטע, אז ווען עס קומט צו יענעם איז נישט דא קיין בטחון! פונקט ווי זייער טאטע שטייט און ציטערט און זארגט זיך פאר זיי, דארפן זיי טוהן דאס זעלבע, און ווען 'יענער' גייט אליינס, דארט 'טאר מען נישט זיין קיין גוטער' מיט בטחון, מען טאר עס נישט לאזן אויף השי"ת, נאר אדרבה דא איז דיין פליכט צו זאגן "מה תבקש?" וואס זוכסטו און מיט וואס קען איך דיר העלפן?! און זיי וואלטן געדארפט לויפן באגלייטן און העלפן זייער טאטע.

וואס געפונען מיר טאקע קורצליך דערנאך, ווען שכם איז געקומען און ער האט מטמא געווען דינה, שטעלן זיך אויף די שבטים און לויפן אויסהארגענען די גאנצע שטאט! גארנישט שטעלט זיי נישט אפ פון זיך אננעמען און העלפן זייער שוועסטער, זיי טוען ממש מיט מסירות נפש צו ראטעווען דינה פון זייערע הענט (אפילו יעקב אבינו האט שוין מורא געהאט פון דאס וואס זיי האבן דא געטוהן) ווייל זיי האבן שוין ריכטיג קונה געווען און מקבל געווען דעם כלל וואס די תורה לערנט אונז אין אונזער פרשה, אז ווען עס קומט צו יענעם דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט, די מה תבקש האט נישט קיין שיעור, און גארנישט וועט זיי צוריקהאלטן פון טוהן למעשה וואס איז ריכטיג, זיי ווייסן אז פון הימל וויל מען יעצט זעהן זייער השתדלות און זייערע מעשים.

היוצא לנו, א איד דארף אלעמאל געדענקן דעם כלל, אז אויב וויל ער זיין דער מלאך גבריאל, אויב וויל ער אז זיין מהות און זיין 'איש' זאל ווערן אידענטעפיצירט אלס א מלאך מושיע און א צדיק, דארף ער שטענדיג זיין פארנומען מיט "מה תבקש", זיך אומקוקן אויף יענעם, זעהן וואס עס פעלט אים, און מיט וואס מ'קען אים העלפן. איינער וואס זאגט נישט מה תבקש, אפילו ער האט גוטע תירוצים און ער קומט מיט פעשטלעך פון בטחון און גם זו לטובה, דעמאלטס מיינט עס אז זיין 'איש' איז נענטער צו דעם שרו של עשו און נישט צו מלאך גבריאל.

און דאס איז אונזער פליכט אלעמאל צו טוהן און טוהן וואס נאר מעגליך ווען עס קומט בנוגע צו אנדערע, פאר זיך דארפן מיר זוכן וואס מער בטחון און התחזקות און זיך פארלאזן אינגאנצן אויפן אייבישטער, אבער פאר יענעם קומט דאס נישט אריין. מיר דארפן אכטונג געבן נישט אויסצומישן די יוצרות אזויווי בשר וחלב וואס מיר האבן פריער דערמאנט, נאר מיר דארפן קלאר געדענקן די גדרים ווען יא און ווען נישט. און בפרט ווען עס קומט צו העלפן אונזערע אייגענע קינדער, דארט דארף דער 'מה תבקש' זיין אויפן העכסטן פארנעם, מיר דארפן ארויסקוקן און זוכן מיט וואס מיר קענען העלפן, זיך נאכפרעגן כסדר ביי זייערע מחנכים, זיך אייביג אומקוקן און גוט מתבונן זיין וואס זיי דארפן. און ווען מיר ווייסן וואס א קינד דארף, דעמאלטס טאר גארנישט אונז אפהאלטן פון טוהן נאך און נאך השתדלות אין יעדן פרט פון די הצלחה פון אונזערע קינדער, אפילו ווען ס'איז פארבינדן מיט אומאַנגענעמליכקייטן, אפילו ווען מ'דארף זיך מכניע זיין און זאגן "עבדך יעקב", טאר דאס נישט זיין קיין אפהאלט פון אונזערע מעשים און פעולות לרוב.

און אודאי מיינען מיר חלילה נישט אויסצושליסן די חוב וואס ליגט אויף יעדער איד אויפצוהייבן זיינע אויגן צום הימל און מתפלל זיין אן אויפהער צו השי"ת דער שומע תפלה אז ער זאל באגליקן אונזערע וועגן און היטן און העלפן אונזערע קינדער, וואס אן תפלה און אן סייעתא דשמיא גייט גארנישט. דאס טאר אבער נישט זיין 'אנשטאט' אונזערע מעשים, און אונזער בטחון טאר נישט איבערנעמען אונזער פליכט פון מחנך זיין און זארגן פאר אונזערע קינדער, ווייל דאס איז א חיוב וואס השי"ת האט ארויפגעווארפן אויף א איד צו טוהן ביי דעם די מערסטע השתדלות וואס נאר מעגליך, פונקט ווי ביי טוהן צדקה און חסד זענען מיר מחוייב צו טוהן למעשה און נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט און לאזן אלעס פארן רבוש"ע, דאס זעלבע לערנען מיר פון יעקב אבינו און די הייליגע שבטי קָהּ אין אונזער פרשה. און אין זכות פון אונזער טוהן און אונזער גוטע ווילן און השתדלות וועט השי"ת מקיים זיין ביי אונז די אלע ברכות וואס ער האט צוגעזאגט פאר יעקב אבינו און זיינע קינדער הֵיטֵב אֵיטִיב עִמָּךְ וְשַׂמְתִּי אֶת זַרְעֲךָ כְּחוֹל הַיָּם אֲשֶׁר לֹא יִסָּפֵר מֵרֹב, אמן כן יהי רצון.


א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר