וואס האט דער נביא עמוס צו זאגן פאר אונז?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

וואס האט דער נביא עמוס צו זאגן פאר אונז?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]זיצט זיך דער נביא עמוס איבער די גרינע וועלדער און פעלדער, ארום די שטאט תקוע – אין לאנד פון אשר, און ער פאשעט זיינע שאף און רינדער מיט גרויס געטריישאפט. קיינער אין שטאט האט נישט געוויסט דאס געטליכקייט און הייליקייט פון עמוס, ער האט אויזערליך אויסגעזען ווי א פראסטער פאסטוך... מיטאמאל האט דער פאסטוך עמוס איבעראשט יעדן און ער אנגעהויבן צו זאגן נבואה:

די נבואה אויף עוזיהו המלך:

דער באשעפער שרייט פון ציון, און פון ירושלים לאזט ער הערן זיין שטימע, ס'וועט פארוועלקט ווערן די פאשע פון די פאסטוכער, און די שפיצן פון בארג כרמל וועלן גענצליך אפטריקענען...

ווען האט עמוס געזאגט די דאזיגע נבואה? גאנצע צוויי יאר איידער א שרעקליכער ערד-ציטערניש האט באטראפן גאנץ ארץ ישראל - אין די צייטן פונעם מעכטיגען קעניג פון יהודה, עוזיהו המלך.
לאמיר פאראויס גיין צוויי יאר: דער קעניג עוזיהו האט גאר שטארק באפעסטיגט ארץ ישראל. ער איז געווען דער וואס האט אויפגעבויעט די פראכטפולע שטאט אילת אין דרום ארץ ישראל, און עס איינגעשלאסן צום קעניגרייך יהודה, און נאך.
צוליב זיינע פילע לייסטונגן, האט ער זיך געשפירט עטוואס גרויס אין הארץ , און נישט מער און נישט ווייניגער האט זיך אים פארגלוסט אריינצוגיין אין בית המקדש, און דעמפן געווירצן אויפן גאלדענעם מזבח דארט אינערווייניג אינעם היכל. דער כהן גדול עזריהו הכהן, אינאיינעם מיט אכציג שטארקע כהנים, האבן אים פראבירט אפצוהאלטן, און זיי האבן אים געווארנט אז דאס איז שטרענג פארבאטן, און אז לויט די תורה הק' איז בלויז ערלויבט פאר כהנים - די קינדער פון אהרן צו דעמפן קטורת, אבער דער שטאלצער קעניג האט זיי טאטאל איגנאאירט, און ער האט וויייטער געשפאנט צום מזבח מיטן דעמפ-שיסל אין זיין האנט... אבער מיטאמאל האט אים ארויסגעשפראצט א גראנדיעזער קרעץ אויפן שטערן...
ווי פארשטענדליך איז אין בית המקדש דאן ערשינען א שרעקליכער טימל, דער קעניג איז זאפארט ארויסגעפירט געווארן פון בית המקדש, און גלייכצייטיג אויך פון די טויערן פון ירושלים, און ער איז אפגעפירט געווארן אין איילעניש צום בית החפשית, וואו ער איז אפגעזיצן ביז צו זיין טויט, ווארום דאס קרעץ האט זיך מער קיינמאל נישט אפגעטאן פון אים...

עס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין תנ''ך, אז אין די טעג פון עוזיהו המלך האט פאסירט א שרעקליכער ערד-ציטערניש. לויט די חז''ל האט דאס ערד-ציטערנישט פאסירט אין רעזולטאט פונעם פראוו פון עוזיהו המלך צו דעמפן קטורת אויפן גאלדענעם מזבח אין היכל.
יוסף בן מתתיהו הכהן אין זיין ספר קדמוניות היהודים, שילדערט די געשיכטע ווי פאלגענד: "אין די סקונדע וואס עוזיהו האט זיך געגרייט צו דעמפן די געווירצן אויפן גאלדענעם מזבח, האט א מאכטפולע ערד-ציטערניש אויפגעטרייסלט די ערד, און דאס בית המקדש האט זיך צושפאלטן, און א בליץ פון די זון האט געלאנדעט אויפן געזיכט פונעם קעניג, וועלכער איז אקארשט געשאלגן געווארן מיט קרעטץ...

און דאס אלעס האט דער געטליכער עמוס שוין פאראויסגעזען, און ער האט נאך צוויי יאר פריער נבואה געזאגט אז דאס וועט ווירקליך פאסירן – ויאמר השם מציון ישאג, ומירושלים יתן קולו – די געשריי פונעם אויבישטער איז געווען דאס ערד ציטערניש וואס האט באטראפן ארץ ישראל אין די טעג פון עוזיהו המלך.
די דאזיגע נבואה איז געגעבן געווארן צו עמוס און איז פארווירקליכט געווארן, צו צייגן אז עמוס איז א נביא אמת, און אז מ'קען זיך פארלאזן אז זיינע נבואות אז וועלן פארפילט ווערן. דאס איז געווען א בעפארברייטערונג צו די נאכפאלגנדע שרעקעדיגע נביאות וואס ער האט געזאגט אויף די פעלקער – דמשק, עזה, צור, אדום, עמון, מואב, יהודה, און ישראל.

די נבואה אויף יהודה:

אוי אוי זאגט דער נביא - כֹּה אָמַר השם עַל שְׁלֹשָׁה פִּשְׁעֵי יְהוּדָה וְעַל אַרְבָּעָה לֹא אֲשִׁיבֶנּוּ? עַל מָאֳסָם אֶת תּוֹרַת השם, וְחֻקָּיו לֹא שָׁמָרוּ, וַיַּתְעוּם כִּזְבֵיהֶם אֲשֶׁר הָלְכוּ אֲבוֹתָם אַחֲרֵיהֶם. וְשִׁלַּחְתִּי אֵשׁ בִּיהוּדָה וְאָכְלָה אַרְמְנוֹת יְרוּשָׁלָ‍ִם – אזוי זאגט ג-ט, אויף דריי זינד פון יהודה האב איך נאכנישט רעאגירט, זאגאר אויף די פערטע וועל איך דען אויך נישט רעאגירן? אויסגעשלאסן פון די דריי הארבע זינד פון עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, האט איר פארמאוסט די תורה פונעם אויבישטן, און זיינע געזעצן נישט אפגעהיטן, (און נישט צוליב די גראבע יצר הרע, נאר ווייל איר זענט געווען נישט-גלויביגע) ויתעום כזביהם –די בייזע געדאנקן וועלכע האבן נאך פארפירט די עלטערן האבן זיי פארפירט – דערפאר זאגט דער נביא אין נאמען פון באשעפער, איך וועל שיקן פייער אין יהודה, און עס וועט פארציקן די פאלאצן פון ירושלים...

די נבואה אויף ישראל:

ווייטער זאגט דער נביא – כה אָמַר השם עַל שְׁלֹשָׁה פִּשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל וְעַל אַרְבָּעָה לֹא אֲשִׁיבֶנּוּ? עַל מִכְרָם בַּכֶּסֶף צַדִּיק וְאֶבְיוֹן בַּעֲבוּר נַעֲלָיִם – אט אזוי זאגט ג-ט, אויף דריי זינד פון ישראל האב איך נאכנישט רעאגירט, זאגאר אויף די פערטע וועל איך דען אויך נישט? וואס איז געווען די פערטע? די פערטע איז גאר געווען אן אויסברייטערונג פון די ערשטע דריי זינד עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, און דער נביא שמיסט דאס געמיטליך אויס. ער הייבט אן מיט שפיכות דמים. צוליב געלט און קאראפציע האט איר צוגעפירט אז אומשולדיגע מענטשן זאלן גע'הרג'עט ווערן, דורך פאלטשע עדות וועלכע איר האט אונטערגעקויפט מיט א פאר שיך, זענען אומשולדיגע ארימעלייט אומגליקליך געווארן... און ווער האט דאס געטאן? די דאזיגע וועלכע גליסטן צו בארויבן דאס קליין ביסל שטח פונעם ארימאן, און מיט דעם וואס ער וועט הינריכטעט ווערן דורך דאס געריכט, צוליב די פאלטשע עדות וואס זיי האבן געדינגן, וועט דאס קליין שטיקל ערד וואס ער האט פארמאגט אריבער גיין צו זיי... און צוליב דעם וואס שפיכות דמים איז אזוי לייכט איז זייער אויגן, איז גילוי עריות אויך לייכט אין זייער אויגן, אזש א זון און א טאטע גייען אינאיינעם צו שלעכטן א כלה-מויד אן קיין שום זעלבסט-ווירדע. און מיט דעם פארשוועכן זיי מיין הייליג נאמען, און דאס איז אין איינקלאנג מיט עבודה זרה...

וואס מיר דרינגען ארויס פון די דאזיגע נבואה איז, אז אלעס הייבט זיך אן מיט ליב האבן א יענעמס געלט... זיצט זיך אזוי א רייכער אויסגעפאשעטער איד אין זיין ווילא אויף די בערג פון שומרון, ער פארמאגט וועלדער און פעלדער... אבער ס'איז אים נישט גענוג, דאס קליינער הייזקע פונעם ארימאן וויל ער אויך פאר זיך... און גארנישט וועט אים נישט אפשטעלן דאס צו עררייכן, ער וועט אפילו הרג'נען דעם בלוטיגן ארימאן אין קאלט בלוט אבי אז דאס קליין הייזקע זאל אריינפאלן צו אים אין די הענט. אזא איינער איז אומשטאנד אויף גילוי עריות און אפילו אויף עבודה זרה... אזעלכע אומווערדיגע לייט האבן דאן געלעבט אין שומרון, און אויף אזעלכע געמיינע אומרעכטן האט ג-ט שוין נישט געוואלט אוועק קוקען, און ער האט געשיקט א זענדונג צו די איינוואוינער פון שומרון דורך זיין קנעכט עמוס, אז אויב דאס בארבאריזם וועט זיך נישט זאפארט אפשטעלן, ווען קומען אויף זיי דאס ארגסטע...

די איינוואוינער פון שומרון האבן נישט געקענט פארנעמען די הארבע שטראף-רייד פון עמוס, און זיי האבן געזיכט מיטלן פטור צו ווערן פון אים ווי אמשנעלסטן... דער געמיינער עבודה זרה גלח פון בית ק-ל, אמציה, האט געשיקט זאגן פארן קעניג ירבעם, אז עמוס קאנספערירט אין געהיים אן אויפשטאנד קעגן אים, און דאס פאלק פארנעמט נישט זיינע פרימע רייד... און ער האט זיך דאן געוואנדן צו עמוס און אים געזאגט: נביא, פאק דיך דיינע פעק, און אנטלויף פון דאנעט צום לאנד יהודה, פרעס דארט דיין ברויט און זאג דארט דיינע נבואות... און דא אין בית ק-ל זאלסטו קיין נביאות מער נישט זאגן... האט עמוס דעם מחוצף גענטפערט: לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי – איך זיך מיך נישט צו בויען מיין נאמען אלס א נביא, און מיין פאטער איז אויך נישט געווען קיין נביא, עס לויפט נישט אין די פאמיליע... און איך זאג נישט קיין נבואה פאר פרנסה, ווארום איך בין היפש פארמעגליך, איך פארמאג שעף און רינדער און וועלדער און פעלדער און איך פאשע זיי, און פון דעם שפייז איך מיך. און פאר דיר פערזענליך האב דאס צו זאגן: דו זאגסט אז איז זאל מער קיין נבואה נישט זאגן, און נישט זאגען זאכן וואס רופן אויס בייז-געלעכטער? הער וואס דער אויבישטער זאגט: דיין ווייב וועט מזנה זיין אויף דיר אין שטאט, און דינע זון און טעכטער וועלן פאלן צום שווערד, און דו וועסט שטארבן אין אומריינע ערד... אצינד דאס ארגסטע... וישראל גלה יגלה מעל אדמתו... און אזוי האט ווירקליך פאסירט...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר