ויגש - חרטה אליינס איז נישט גענוג!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

ויגש - חרטה אליינס איז נישט גענוג!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין אונזער פרשה געפונען מיר ווי יוסף הצדיק אנפלעקט זיך צו זיינע ברידער, ער איז זיך מְגַלֶה צו די הייליגע שבטי קָהּ, געווען איז דאס נאך לאנגע און פארצויגענע פארהאנדלונגען צווישן זיי, און נאכדעם וואס יהודה שטעלט זיך ארויס און נעמט זיך אָן גאר שטארק פאר בנימין, דעמאלטס איז עס אנגעקומען צום קלימאקס, וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק לְכֹל הַנִצָבִים עָלָיו וגו' יוסף הצדיק קען זיך שוין נישט איינהאלטן זיינע הרגשים, און ער הייסט אז מ'זאל ארויספירן פון דארט אלע פרעמדע מענטשן, וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו אֲנִי יוֹסֵף... וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו, יוסף הצדיק זאגט זיי אז ער איז זייער פארלוירענער ברודער, און די ברידער שטייען דארט אינגאנצן דערשראקן און קענען אים נישט ענטפערן. יוסף הצדיק רופט זיי נענטער און זאגט, אֲנִי יוֹסֵף אֲחִיכֶם אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתִי מִצְרָיְמָה, וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ וְאַל יִחַר בְּעֵינֵיכֶם כִּי מְכַרְתֶּם אֹתִי הֵנָּה כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹקִים לִפְנֵיכֶם, איר זאלט נישט זיין צובראכן פון דעם וואס איר האט געטוהן, דער אייבישטער האט אזוי צוגעפירט אז איך זאל ענק קומען שפייזן, אז דורך מיר זאל ארויסקומען די ישועה און עס זאל זיין וואס צו עסן אין די שווערע הונגער יארן, און ווי יוסף זאגט ווייטער נאָכאַמאָל וְעַתָּה לֹא אַתֶּם שְׁלַחְתֶּם אֹתִי הֵנָּה כִּי הָאֱלֹקִים, נישט ענק האבן מיר דא אהערגעשיקט, נאר השי"ת אליין האט אזוי באשערט...

מיט אונזער מענטשליכע שכל זענען מיר געוואוינט צו טראכטן אז ווען מ'זאגט אזא סארט חיזוק פאר א מענטש, זארג זיך נישט, אלעס איז באשערט, און אפילו דו האסט געוואלט טוהן שלעכטס איז ארויסגעקומען פון דעם א געוואלדיגע טובה, וכדומה, איז עס טאקע גאנץ פיינע חיזוק אויף למעשה, אבער עס טוט זייער וויי צו הערן. ווייל קיינער וויל נישט הערן אז ער האט געטוהן א עוולה וואס גראדע האט זיך ארויסגעשטעלט צום סוף אז ס'איז ארויסגעקומען א טובה דערפון, נאך מער, עס הערט זיך אפשר אפילו אביסל ווי א 'שטעך' ווען מ'ווייזט אים אויף אז זיינע שלעכטע פלענער זענען נישט געלונגען און אנשטאט דעם איז ארויסגעקומען א טובה, און בפרט אויב די טובה איז נוגע פאר דער וואס האט פריער געפייניגט און געטון שלעכטס, אז יעצט איז ער דער וואס דארף גאר צוקומען צו דער וועמען ער האט געוואלט שלעכטס טוהן.

אויבנאויף ווען מ'לערנט די פסוקים ווי יוסף הצדיק בארואיגט זיינע ברידער, קען זיך אביסל דאכטן דאס זעלבע אויך דא, אז דאס זענען בלויז רייד פון חיזוק וואס יוסף הצדיק נוצט צו בארואיגן און מפייס זיין זיינע ברידער, דעריבער זאגט ער זיי אז אלעס איז באשערט פון הימל און דער אייבישטער האט אזוי צוגעפירט בכוונה תחילה מיט א פונקטליכע פלאן וואס עס דארף דא אויסגעפירט ווערן. אבער לכאורה מצד די שבטים איז דאס גארנישט געווען אזוי איינגענעם צו הערן, אז זייער יונגערע ברודער וועמען זיי האבן געפייניגט און מרחק געווען, איז יעצט גאר דער שליח מן השמים זיי צו העלפן און צו ראטעווען אין א עת צרה. אבער אז מיר וועלן זיך ריכטיג פארטיפן אין אונזער פרשה וועלן מיר דערהערן א יסוד נפלא אז עס איז נישט אזוי געווען, און דאס זענען באמת געווען גאר ליכטיגע דיבורים פאר די שבטים צו הערן.

איידער מיר גייען ווייטער, איז כדאי זיך אפצושטעלן א מינוט, אין די פריערדיגע פרשה האבן מיר געלערנט די געוואלדיגע מוסר השכל פון יוסף הצדיק וואס איז אדורכגעגאנגען אזויפיל צער און יסורים, ער האט אבער געדענקט וואס איז זיין 'חוב' און תפקיד אין יענעם מצב, ווי מיר האבן געברענגט פון הגאון רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל אויף די ווערטער כִּי נַשַׁנִי אֱלֹקִים אֶת כָּל עֲמָלִי, אז די ווארט "נַשַׁנִי" האט נאך א באדייט, עס איז טייטשט א לשון פון א חוב און איינמאָנען, ווייל דער אייבישטער מאָנט פון מיר עפעס דא, איך האב א חוב צום בורא עולם אין דעם פלאץ, ער האט מיך אהערגעלייגט דא און געגעבן דעם נסיון כדי צו קענען עפעס אויפטוהן דא און קענען וואקסן און שטייגן העכער. ווייל דאס איז באמת די עצה און תכלית ווען א מענטש גייט אדורך פּיין און עגמת נפש, אנצוצינדן א ליכטעלע אין די פלאץ פונעם חושך, און דורכדעם מקיים זיין דעם "מְעַט מן האור דוחה הרבה מן החושך" אביסל ליכטיגקייט שטופט אוועק אסאך טונקלקייט, ווייל חושך קען מען נישט פארגעסן אדער זיך נישט וויסענדיג מאכן, חושך קען מען נאר פארטרייבן אויב מ'נוצט עס אויס לטובה און מ'מאכט דערפון עפעס גוטס.
דאס איז אלעס געזאגט געווארן כלפי א מענטש וואס טרעפט זיך חלילה אין א צרה, אדער איינער האט איהם וויי געטון און מצער געווען, זיין תפקיד איז טאקע ליכטיג צו מאכן זיין מצב מיט א ליכטל אין זיין חושך, צו נעמען זיין ווייטאג און עס אריינלייגן אין א אור וואס וועט שיינען און העלפן פאר אנדערע.

וואס טוט זיך אבער מיט א מענטש וואס האט ח"ו גורם געווען צער פאר אנדערע, ער איז געווען שלעכט, אדער אפילו אומוויסנד, ווי עס מאכט זיך אמאל ביי יונגע קינדער אדער בחורים וואס פארשטייען נאכנישט די חומר הענין, זיי האבן וויי געטוהן און געטשעפעט אנדערע, און יעצט גיבט זיך דער מענטש א כאפ, וואס האב איך געטוהן, וויאזוי האב איך געקענט זיין אזוי שלעכט, ער לעבט מיט חרטה און שולד געפילן אויף זיין עבר, און דאס איז א זאך וואס מאכט זיך כסדר, ווייל יעדער מענטש מאכט טעותים אין לעבן, און שפעטער ווען מ'כאפט זיך אז מ'האט געטוהן עפעס נישט ריכטיג און נישט גוט, טוט עס זייער וויי. וויאזוי באלייכט מען אזא סארט חושך? צו דען איז דא האפענונג אז אויך פון אזעלכע טעותים און צער זאל ארויסקומען א אור און א ליכטיגקייט? וואס איז דארט די 'חוב' און תפקיד פון א מענטש נאכדעם וואס ער איז באגאגנען א עוולה און ער וויל תשובה טוהן באמת, וואס קען ער טוהן אוועקצושטיפן דעם חושך.

כדי צו דערהערן דעם ריכטיגן ענטפער אויף דעם ענין, לאמיר זיך א מינוט מתבונן זיין אינעם באקאנטן מאמר וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן, אז צומאל גייט א מענטש אדורך א מצב פון "ירידה לצורך עליה", ער פאַלט אדורך, ער האט א נפילה, און אלעס איז א צורך און א הכנה אז ער זאל שפעטער קענען שטייגן און וואקסן דורך דעם. אבער דאס אליינס הערט זיך אויך נאר ווי 'חיזוק' רייד, ווען אין אמת'ן אריין פרעגן מיר זיך אלע די פראגע, פארוואס פעלט טאקע אויס די ירידה, און מיט וואס איז דאס א צורך עליה, צו דען וואלט א מענטש נישט געקענט שטייגן אָן דארפן אדורכגיין די ירידה, און וויאזוי פונקטליך העלפט אים די ירידה צו קענען אנקומען צום עליה.

נאר ווי עס האט אמאל ערקלערט איינער פון די בעלי מוסר א געוואלדיגע פשט. לאמיר אנכאפן א משל פון א מענטש וואס ליידט אויף כעס, ער איז בטבע א גערעגטער מענטש און א שרעקליכער כעסן, עס גייט נישט אדורך קיין צוויי שעה אָנדעם וואס ער זאל זיך האבן 'אויפגעריסן' אויף איינעם אדער אויף עפעס, יעדע קלייניגקייט נעמט אים ארויס פון די כלים און מאכט אים זיך בייזערן אויף א שווערע פארנעם. נו, וויפיל קען דער עולם ארום אים סובל זיין פון זיינע אויסברוכן, דעריבער האבן זיך אלע זיינע נאנטע און ארומיגע מענטשן אויסגעלערנט וויאזוי צו האנדלען מיט אים, דער עולם באגייט זיך מיט גרויס פארזיכטיגקייט און זהירות ווען מ'שטייט נאר אין זיינע ד' אמות, כדי ער זאל זיך נישט האבן אויף וואס צו רעגן, יעדער איינער רעדט צו אים מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, מ'באדינט אים ווי א קעניג, און מ'ברענגט אים תיכף ומיד אלעס וואס ער דארף כדי ער זאל זיך נישט קענען אויפרעגן. פארשטייט זיך אז אויב ס'וועלן אדורכגיין אפאר חדשים אין אזא מצב, וועט זיך דער כעסן איינרעדן אז ער איז שוין אויסגעהיילט פון זיין כעס, אויב איינער וועט אים פרעגן אויב ער ווערט נאך אויפגערעגט, וועט ער מיט א זיכערקייט ענטפערן אז נישט, ווייל ער חלומ'ט אז ער איז שוין איבערגעקומען דעם נסיון, און ער איז שוין פשוט מער אויסגעארבעט ווי אמאל און דעריבער ווערט ער נישט גערעגט.

ביז... איין טאג וועט אנקומען איינער וואס וועט אים 'פונקט' יא אויפרעגן, יענער האט נישט געוואוסט אז מ'דארף זיך היטן פון אים, און ער האט ערוועקט אין אים זיין אלטע מידת הכעס, און פלוצלינג רעגט זיך אונזער כעסן אויף מיט'ן גאנצן ברען פונקט ווי אין די אלטע צייטן, ער שרייט און שימפט און קען זיך נישט קאנטראלירן. אבער פלוצלינג גיבט ער זיך א כאפ, איין מינוט, וואס איז געשען? כ'האב דאך געמיינט אז איך בין שוין אויסגעארבעט און איך האב שוין נישט מער די נסיון פון כעס. זיין פלוצלינגע ירידה געבט אים א ערנסטע דערמאן וואו ער האלט אויף די וועלט, עס מאכט א סוף צו זיינע איינרעדענישן אז ער איז שוין אויסגעארבעט און בעסער, און דאס ערוועקט אים אז ער מוז זיך נעמען ארבעטן אויף זיין שרעקליכע כעס, ווייל אויב נישט וועט ער בלייבן א כעסן אויף אייביג... קומט אויס אז "די ירידה איז באמת א קריטיש-וויכטיגע 'צורך עליה' און אָנדעם וואלט ער קיינמאל נישט געוואוסט אויף וואס ער דארף ארבעטן", ער וואלט געקענט ווייטער אנגיין פאר לאנגע חדשים און אפילו יארן טראכטענדיג אז ער איז שוין מסודר און פיין, ער וואלט געלעבט מיט א דמיון אז ער האט שוין אויסגעריסן פון זיך זיינע שלעכטע נאטורן, און נאר א דאנק די ירידה ווייסט ער אז דאס איז נישט אמת, ווען נישט די ירידה וואלט ער באמת נישט צוגעקומען צו אַן עליה און צו ארבעטן אויף זיך.

די זעלבע 'צורך עליה' קען מען נוצן אין יעדן פאל. ווען א מענטש איז באגאנגען א עוולה, לאמיר זאגן אז ער האט מצער געווען און וויי געטוהן אנדערע מענטשן, ער איז געווען א 'טשעפניאק' וואס קימערט זיך נישט מיט יענעמ'ס געפילן און ער האט גורם געווען ווייטאג און עגמת נפש, און יעצט פילט ער צובראכן און צוקלאפט, ער ווייסט אז ער האט געטוהן א שרעקליכע זאך און זיין געוויסן פייניגט אים, דאס קען אים העלפן אז פון יעצט און ווייטער וועט ער שוין מער קיינמאל נישט טוהן אזא זאך, אדרבה ער וועט ווערן אסאך מער פארשטענדליך און עמפינדליך צו אנדערע מענטשנ'ס געפילן, ער וועט אכטונג געבן אויף כבוד הבריות מיט א געוואלדיגע זהירות, און ער וועט ווערן א בעסערע מענטש וואס פארשטייט באמת א צווייטן און זארגט זיך פאר אים. קומט אויס אז אויך דא נוצט ער די 'ירידה' און זיין שלעכטע פארגאנגענהייט אלס א 'צורך עליה' אים צו העלפן אין די צוקונפט, א זאך וואס ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן ווען נישט זיין עָבַר, ווען נישט זיינע שטארקע שולד געפילן און עגמת נפש וואס ער האט פון די אלע עוולות וואס ער איז באגאנגען ביז יעצט. אט דאס הייסט אנגעצינדן א ליכטל אינעם חושך, יא טאקע דארט אין זיין אייגענעם חושך פון זיך אויפפירן נישט ריכטיג, דארט אליינס קען מען אויך באשאפן א נייע סארט אור וואס וועט אים העלפן לייכטן און שיינען אין דעם זעלבן ענין, אז פון היינט און ווייטער וועט ער זיין געווארנט אין די נושא און זעהן צו טוהן וואס נאר מעגליך צו העלפן אנדערע.

ווי עס האט דערציילט א איד -לאמיר אים רופן ר' ראובן- וואס איז אליינס עוסק גאר אסאך אין די ענין פון ברענגן שלום און אחדות צווישן מענטשן, און ער איז שטארק פארנומען אין פארשפרייטן פריינטשאפט בין אדם לחבירו. אמאל ווען מ'האט געפרעגט פון ר' ראובן וואס עס האט אים געברענגט צו די מצוה און ווען האט ער זיך אריינגעלייגט דערין, האט ער דערציילט אז ער אין זיינע יונגע יארן איז ליידער געווען זייער נישט אויסגעהאלטן אין דעם ענין, און ער האט גורם געווען צער צו פילע פון זיינע חברים. ויהי היום ווען ער איז עלטער געווארן און אנגעהויבן צו באגרייפן וואס ער האט געטוהן, איז ער געגאנגען איבערבעטן איינס פון זיינע אלטע באקאנטע - שמעון, וועמען ער האט אסאך וויי געטון מיט יארן פריער, אבער שמעון האט אים געזאגט אפן אין פנים אריין אז ס'איז אים זייער שווער מוחל צו זיין, ווייל עס ליגט אים נאך אין די ביינער די שרעקליכע צער וואס ער האט געליטן דורך אים. ראובן האט נישט געוואוסט וואו זיך אהינצטוהן פון גרויס צער, דא וויל ער זיך פארבעסערן, ער וויל מפייס זיין חבר, אבער שמעון האט א שווער הארץ אויף אים. ביז ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, ער האט געפרעגט פון שמעון, אויב נעם איך זיך אונטער צו טוהן אין דעם ענין, צו זוכן צו פארמיידן ווייטאג און צער פון אנדערע מענטשן, וועט דאס העלפן אז דו זאלסט מיר גרינגער קענען מוחל זיין?, און שמעון האט געזאגט אז יא, אויב ווייס איך אז עס האט כאטש עפעס אויפגעטון און דורך מיין ווייטאג האסטו זיך געלערנט צו העלפן אנדערע און צוריקהאלטן ענדליכע צער און ווייטאג פון אנדערע מענטשן, וועל איך דיר קענען מוחל זיין. און פון דעמאלטס און ווייטער -דערציילט ראובן- האב איך זיך אינגאנצן אריינגעווארפן אין דעם ענין, איך בין פארנומען כסדר צו מאכן אויפמערקזאם פאר אנדערע אידן, יונג און אלט, ווי ווייט מ'דארף זיין נזהר נישט וויי צו טוהן א צווייטן און וויפיל מ'דארף משתדל זיין און בעטן מחילה וכדומה.

דערהערן מיר דא א חידוש, אז נישט נאר ווען איינער איז אדורכגעגאנגען צער פון אנדערע, ווען ער איז געווען דער נרדף און דער געפייניגטער, קען מען אנצינדן דערפון א ליכטיגקייט און עס מהפך זיין לטובה, נאר אפילו דער רודף אליינס, דער וואס האט מצער געווען אנדערע און געטוהן שלעכטס, ער האט אויך די מעגליכקייט צו נעמען זיין דורכפאל און ירידה און מאכן דערפון א אור, א ליכטיגקייט וואס ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן ווען נישט זיין שווערע חרטה און זיין נישט גוטע עבר.

באמת איז דער ענין מבואר אין חז"ל, ווי די גמרא זאגט (יומא פ"ו:) היכי דמי בעל תשובה? אמר רב יהודה כגון שבאת לידו דבר עבירה פעם ראשונה ושניה וניצל הימנה, מחוי רב יהודה באותה אשה, באותו פרק, באותו מקום, אז א ריכטיגע בעל תשובה איז אזא איינער וואס עס קומט אים אונטער נאכאמאל פונקט די זעלבע נסיון אין וועלכע ער איז שוין אמאל נכשל געווארן, ער טרעפט זיך אין די זעלבע סיטואציע פון אן עבירה וואס ער האט שוין אמאל געזינדיגט, מיט די זעלבע מענטשן און אין די זעלבע סביבה און פלאץ וכדומה, און דאסמאל איז ער זיך מתגבר און ער האלט זיך שטארק, דער איז א אמת'דיגער בעל תשובה. און ווי צדיקים האבן געטייטשט אז 'בעל תשובה' איז טייטש איינער וואס איז א 'בעל הבית' אויף די תשובה און ער האט עס באמת אין די הענט, און דאס איז דווקא ווען ער האט שוין די כוחות בייצושטיין אזעלכע נסיונות וואס ער איז אדורכגעפאלן אין זיי אין די פארגאנגענהייט.

וואס איז דער ענין דערפון, פארוואס טאקע דארף א מענטש צוקומען נאכאמאל צו גענוי דעם זעלבן נסיון וואס ער האט שוין אמאל געהאט כדי צו באשטעטיגן אז ער איז א בעל תשובה. אדרבה, אפשר וואלט געווען אסאך בעסער אויב ער אנטלויפט אינגאנצן פון די עבירה און קומט מער קיינמאל נישט צוריק צו דעם פלאץ. נאר לויט ווי מיר האבן שוין פריער דערהערט, ווען א מענטש פארמיידט 'טעכניש' די שלעכטס, ווי די משל פונעם כעסן וואס קיינער רעגט אים נישט אויף יעצט, דאס הייסט נאכנישט קיין בעל תשובה, און ס'איז זיכער אז ער האט זיך נאכנישט באמת אין די הענט. דער מענטש דארף מהפך זיין און מתקן זיין דאס וואס ער האט געטוהן נישט גוט ביז יעצט, דורכדעם וואס ער אנערקענט באמת ווי ווייט ער האט געזינדיגט און געטוהן אן עוולה, עס דארף אים באדערן און וויי טוהן אזוי שטארק אדורך און אדורך ביז עס טוישט אים אינגאנצן און ווירקט אויף אים אז מער וועט ער שוין נישט זיין מסוגל דאס צו טוהן. און אויב קומט ער אָן א צווייטע מאל צו פונקטליך די זעלבע פלאץ און די זעלבע מצב און ער קען זיך נישט ברענגן צו טוהן נאכאמאל די עבירה, דאס איז א סימן אז ער האט גענומען די
פריערדיגע חושך און געמאכט דערפון א אור, זיין שלעכטע אדורכגאנג האט אים אויסגעארבעט און געברענגט דערצו אז מער וועט ער נישט טוהן אזא זאך.
דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, וואס מיר דארפן מדגיש זיין אז ווען מ'רעדט פון די הייליגע שבטי קָהּ האבן מיר נישט די מינדנסטע השגה, און מיר קענען נאר רעדן בדרך רמז וואס מיר לערנען ארויס פון די פסוקים.

באמת געפונען מיר שוין אין פרשת מקץ, אז ווען יוסף הצדיק האט זיי געהייסן ברענגן בנימין, האבן די שבטים שוין ארויסגעוויזן געפילן פון חרטה אויף מכירת יוסף, ווי די תורה זאגט אז זיי האבן גערעדט צווישן זיך "אֲבָל אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ עַל אָחִינוּ אֲשֶׁר רָאִינוּ צָרַת נַפְשׁוֹ בְּהִתְחַנְנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ עַל כֵּן בָּאָה אֵלֵינוּ הַצָּרָה הַזֹּאת" זיי האבן פארשטאנען אז פון הימל שטראפט מען זיי פארן נישט רחמנות האבן אויף יוסף בשעת זיי האבן אים פארקויפט. יוסף הצדיק האט געהערט זייערע ווערטער, און די תורה זאגט אז ער איז ארויסגעגאנגען וויינען אין אן אנדערן צימער ווייל עס האט זיך ערוועקט אין אים רחמנות געפילן צו זיינע ברידער.
אבער דאָך געפונען מיר אז יוסף הצדיק האט זיך נאך דעמאלטס נישט אנפלעקט פאר זיי, ער האט פארשטאנען אז עס איז נאכנישט געקומען די צייט דערצו, ווייל די תשובה איז נאכנישט בשלימות. יא, עס טוט זיי טאקע באנג אויף זייער עוולה, אבער עס איז נאכנישט אין די דרגא פון א 'בעל תשובה' וואס האט די תשובה אין די הענט און איז מהפך די גאנצע רעה צו טובה דורכ'ן זיך באמת אפלערנען פון זיין פארגאנגענהייט און פארשטיין די חומר הענין פון די עוולה וואס ער האט געטוהן ביז ער וועט שוין נישט זיין מסוגל דאס צו טוהן נאכאמאל. און אויב אזוי אין אזא מצב טאמער וועט זיך יוסף הצדיק מגלה זיין צו זיי און זיי זאגן אז אלעס איז געווען מן השמים לטובה, וועט דאס זיין א צער פאר זיי, ווייל זיי וועלן טאקע שפירן ווי זיי האבן געמיינט שלעכטס און פון הימל האט מען פשוט אנדערש געפירט...

ביז אין אונזער פרשה ווען בנימין ווערט פארהאלטן אין מצרים אלס א גנב וואס האט גע'גנב'עט דעם בעכער פונעם משנה למלך, אבער יהודה שפרינגט אויף מיט געשריי און זאגט "כִּי עַבְדְּךָ עָרַב אֶת הַנַּעַר" איך בין דער ערב דא און איך מוז אים צוריקברענגן צום טאטן!. דאס האט יוסף הצדיק געוואלט זעהן פון זיינע ברידער. ווען די מצריים כאפן בנימין צוליב א זינד וואס ער איז לכאורה באגאנגען, וואלט דאָך יהודה זיך געקענט 'אפשאקלען' פון אים און זאגן אז אויב האט ער גע'גנב'עט דאן קומט זיך אים אן עונש, עס איז נישט צופיל אנדערש פון מכירת יוסף ווען די שבטים האבן פארשטאנען אז על פי דין קומט זיך אן עונש פאר יוסף. אבער דא באמערקט יוסף הצדיק א נייע אור, די הייליגע שבטים האבן שוין אזוי חרטה געהאט אויף זיין מכירה, ביז זיי זענען שוין נישט מסוגל מער איבערצולאזן א ברודער אליינס אין מצרים, יהודה שרייט מיט אלע כוחות אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און די ברייט צו ראטעווען בנימין, כִּי עַבְדְּךָ עָרַב אֶת הַנַּעַר... וְחָטָאתִי לְאָבִי כָּל הַיָּמִים.. וְעַתָּה יֵשֶׁב נָא עַבְדְּךָ תַּחַת הַנַּעַר עֶבֶד לַאדֹנִי... יהודה איז גרייט זיך מפקיר צו זיין און ווערן א קנעכט אין מצרים נאר כדי צו ראטעווען בנימין און אים העלפן.

פונקט ווי יוסף הצדיק פאר זיך איז געווען אין אט די הויכע מדריגה פון אנצינדן א ליכטל במקום פונעם חושך, פון נעמען זיין פּיין און מאכן דערפון א אור, האט ער דאס געוואלט זעהן ביי זיינע הייליגע ברידער, ער האט געוואלט אז זיי אין זייער פלאץ זאלן נעמען די מכירת יוסף און פון די עוולה אליינס מאכן א ליכטיגקייט און א שינוי לטובה, זיך אריינצוברענגן אין אזא מצב וואו זיי וועלן שוין נישט קענען זיין מסוגל מער איבער צוחזר'ן די עוולה, עס זאל האבן געווירקט אויף זיי צו שטייגן און צו לייכטן אין דעם ענין, און מער זאלן זיי נישט קענען מצער זיין זייער טאטע יעקב אזויווי זיי האבן געטהון אין די פארגאנגענהייט.

און דעריבער דא ווען ער זעהט אז יהודה קען עס שוין נישט אריבערטראגן, יהודה איז אנגעקומען אינעם אותו מקום און אותו פרק פון די חטא פון מכירת יוסף, עס האנדלט זיך פון איבערלאזן א ברודער אין מצרים, אבער ער איז נישט גרייט דעראויף און ער וועט נישט מוותר זיין אויף זיין ברודער, ער שרייט כִּי אֵיךְ אֶעֱלֶה אֶל אָבִי וְהַנַּעַר אֵינֶנּוּ אִתִּי, ער קען שוין בשום אופן נישט צוקוקן מער זיין טאטע'נס צער. יעצט האט יוסף געוואוסט אז עס איז געקומען די צייט זיך צו אנפלעקן צו זיינע ברידער, וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק, מער קען ער זיך נישט איינהאלטן און דערציילט פאר זיינע ברידער "אֲנִי יוֹסֵף".

און טאקע יעצט ווען ער זעהט ביי זיי די געוואלדיגע תשובה שלימה און חרטה אויפון עבר, און ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אויף די ווערטער וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ, ועתה איז א לשון פון תשובה. טאקע יעצט קען ער זיי רואיג זאגן "כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹקִים לִפְנֵיכֶם" דער אייבישטער האט מיך געשיקט אהער לטובה. עס טוט שוין נישט וויי פאר די שבטים דאס צו הערן, ווייל זיי אליין האבן שוין אינגאנצן מהפך געווען די רעה און עס געטוישט לטובה, זיי אליינס האבן גענוצט זייער ירידה און געמאכט דערפון א תיקון און א עליה אז מער זענען זיי שוין נישט מסוגל צו פארקויפן דעם ברודער, און ממילא אין דעם מצב קענען זיי ריכטיג דערהערן די טובה וואס איז ארויסגעקומען דערפון מן השמים, ווייל זיי אליינס זעען שוין אין דעם א טובה, זיי אליינס האבן זיך שוין פאָראויס גערוקט פון יענעם פלאץ וואו מכירת יוסף איז נאך געווען א שלעכטע זאך. אדרבה, היינט צו טאגס זעען זיי שוין אויך די ליכטיגקייט דערפון און לעבן דאס שוין מיט אויף אן אנדערע אופן, זיי האבן עס באמת איבערגעדרייט און געטוישט אינגאנצן, און דערפאר פרייען זיי זיך צו הערן אז עס איז באמת געווען א טובה און א ישועה פאר זיי אלע.

מיר וועלן נאר מסיים זיין מיט א מעשה וואס מיר האבן שוין אמאל דערציילט, א מעשה וואס מיר האבן דאסמאל געהערט פון א צווייטע זייט פון די מטבע, פונעם יונגערמאן וואס איז געווען איינס פון די בעלי המעשה, דער יונגערמאן דערציילט:

מיט יארן צוריק האב איך געלערנט פריוואט מיט א יונגל, דער זוהן פון מיין שכן, מיר האבן געלערנט יעדן טאג מיט א קביעות, און איך האב אריינגעלייגט אין אים געוואלדיגע כוחות, איך האב אים באגלייט אין די תקופה פון זיין בר מצוה, און אפילו פאר נאך א שיינע פּאָר יאר נאכדעם אויך, און איך האב אלס געהאפט אז מיין ארבעט וועט עושה פירות זיין און איך וועל זעהן ווי ער שטייגט און וואקסט לשם ולתפארת. די מציאות איז אבער געווען אנדערש, דער בחור האט נישט צו שטארק מצליח געווען, ער איז געפארן לערענען אין א ישיבה אין אויסלאנד, און ער האט זיך צוריקגעקערט אהיים אלס עלטערע בחור וואס האט שוין נישט געהאט קיין חשק צו לערנען, ער האט געהאט עפעס א האלבע סדר אין א ישיבה, און אין די איבריגע צייט האב איך געזען כסדר ווי ער גייט און קומט מיט חברים, ער פארט אהער און אהין, און מ'זעהט אים אין די שפעטע נאכט שעות אנקומען מיט זיין קאר און אוועקפארן. מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פון ווייטאג, איך האב געהאט טענות און עגמת נפש פון זיין התנהגות, איך האב עס גענומען פערזענליך צום הארצן וויסענדיג ווי שטארק איך האב אריינגעהארעוועט אין אים, און דא פירט ער זיך אזוי אויף. איך האב אפילו גערעדט צו זיין פאטער דערוועגן אז ער דארף זעהן צו נעמען זיין זוהן אין די הענט אריין, זיין טאטע האט געהערט און געקרעכצט, אבער ווייזט אויס אז קיין סאך האט ער נישט געקענט טוהן דערוועגן. דער בחור האט לכאורה גאנץ גוט געוואוסט און געשפירט וואס איך האלט פון אים, און כמים הפנים לפנים, מיר פלעגן זיך פארטוישן כסדר מיט אזעלכע אומבאקוועמע און בייזע בליקן, מיר האבן נישט אויסגעטוישט קיין ווארט צווישן זיך, עס איז געווען אזא דיקע מויער פון שנאה צווישן אונז.

ויהי היום -דערציילט דער יונגערמאן- מיין קינד האט זיך זייער שלעכט געשפירט און מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, דארט האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין מצב איז נישט גוט און מ'דארף אים גלייך אפערירן, איין זאך האט געפירט צום אנדערן, און איך האב זיך געטראפן זיצן אין שפיטאל באלד צוויי און זיבעציג שעה ברציפות. איך האב געשפירט אז איך טראג עס שוין נישט אריבער, איך האב געוואלט טוישן מיינע קליידער און זיך אביסל אויפפרישן, און דער אייבישטער האט מיר געשיקט איינס פון זיינע גוטע מלאכים, א געוויסע עסקן וואס האט זיך געדרייט אין שפיטאל, יענער האט געזאגט אז ער קען רופן א וואלאנטיר וואס וועט מיך קומען איבערנעמען און זיצן ביי מיין קינד'ס בעטל ביז דעם קומענדיגן אינדערפרי. ער האט געמאכט צוויי דריי טעלעפאן קאלס, און ער זאגט מיר אז ביז א קורצע צייט וועט איינער קומען.

די איבריגע דארף מען שוין נישט דערציילן, ביים טיר האט זיך באוויזן יענער בחור, מיין שכן... עס איז נתברר געווארן אז ער גיבט אוועק זיינע טעג און נעכט צו טוהן חסד מיט אידישע קינדער, און ער קומט און גייט אין די שפיטעלער צו העלפן פאציענטן און זייערע משפחות. איך בין ממש ארויפגעפאלן אויף זיינע אקסלען און אנגעהויבן ביטערליך צו וויינען, איך האב זיך נישט געקענט מוחל זיין אויף די אומזיסטע האַס און שנאה וואס איך האב אים ארויסגעוויזן די גאנצע צייט עַל לא דבר, איך בין געווען א ריכטיגע חושד בכשרים.

דער בחור איז געקומען אין שפיטאל נישט נאר יענע נאכט, נאר פון דעמאלטס און ווייטער איז ער געווען ביי אונז א אפטע גאסט און באגלייט מיין קינד ביז צו זיין
גאנצע ערהוילונג ב"ה, און עס איז געווארן צווישן אונז א באנייטע ווארימע קשר פיל מיט ליבשאפט און געפיל. איך האב זיך נישט אויפגעהערט צו פייניגן און עסן דאס געזונט וויאזוי איך האב אים געקענט דַן זיין און אפזיגלען אָן צו וויסן דעם אמת וואס ער טוט. לכבוד דעם האב איך געמאכט א שיעור מיט אים, און צוביסלעך האט ער אנגעהויבן צו ברענגן זיינע חברים אויך, און מיר לערנען צוזאמען עד היום מיט א געשמאק, און איך פראביר זיי צו העלפן און טוהן וואס נאר מעגליך, ווייל איך האב זיך געלערנט אויף די אייגענע ביינער אז מ'טאר נישט דן זיין יענעם.

אט דאס איז א דוגמא פון נעמען דעם חושך און עס מהפך זיין צו אור! אמאל אנערקענט א מענטש אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט חרטה און ער גייט ווייטער. דאס איז בכלל נישט גענוג, אנשטאט דעם דארפן מיר אריינבאקן אין זיך די חרטה געפילן, און מאכן זיכער אז דאס איז אונז מחייב צו זיין מוסיף והולך, צו מאכן דערפון א ליכטיגקייט, און זעהן וואס מיר קענען אויפטוהן דורכדעם, עס זאל אונז מחייב זיין צו טוהן דעם "עשה טוב" און מיט דעם פארטרייבן די חושך און די טעותים וואס מיר זענען באגאנגען, און ווי נאר מען געבט זיך א כאפ א בליק אויף צוריק באמערקט זיך בעזר ה' אז דער גאנצע פריעדיגע טעות איז נתהפך געווארן צו איין שטיק אור.

ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין אריין צוברענגן דעם יסוד אין אונזער טעגליכע לעבן, צו איינערקענען אז איעדע טעות, שוועריגקייט, צער און עגמת נפש איז א געלעגנהייט איבערגעדרייט צו ווערן צו א שטיק לעכטיגקייט, און אלעס וואס ס'פארלאנגט זיך איז א קליין ביסל מְעַט מן האור דוחה הרבה מן החושך!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר