חג השבועות - זענען מיר טאקע פארשלאפן?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

חג השבועות - זענען מיר טאקע פארשלאפן?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען שוין ביים שוועל פונעם הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, דער יום טוב שבועות אין וועלכע מיר כלל ישראל זענען געווארן דער עם הנבחר, דער אויסדערוועלטער פאלק, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, די זמן וועלכע מיר זענען געשטאנען ביים בארג סיני און צוזאמען אויסגעשריגן א הילכיגע נעשה ונשמע, אז מיר זענען גרייט און ווילן טוהן אלעס וואס הקב"ה וועט פארלאנגן פון אונז, מיר זענען מקבל אויף זיך דעם עול התורה והמצוות מיט א ברען און א התלהבות. און ווי מיר ווייסן ווערט דער כוח נתעורר יעדעס יאר פון דאסניי, "זמן מתן תורתינו" איז א הווה וואס קומט אין יעדן דור, דער אייבישטער קומט און גיבט אונז איבער די תורה הקדושה, לנו ולבנינו עד עולם.

חז"ל דערציילן אונז אין מדרש (שהש"ר א' ב') א משל צו א קעניג וואס האט געלאזט מעלדן אין א געוויסע שטאט אז אין א שטיק צייט ארום פלאנט ער צו קומען אהין אויף א באזוך, און דער מלך האט אנגעגעבן א פונקטליכע צייט ווען ער גייט אנקומען צו זיי. פארשטייט זיך אז עס איז געווען צום ערווארטן א מאיעסטעטישע קבלת פנים ווי עס פּאַסט פאר אזא גרויסער קעניג, און עס איז א דבר פשוט אז די גאנצע שטאט, קינד און קייט וועלן אלע ארויסקומען אין די מאסן און אנפילן די גאסן מיט גרויס כבוד און פאראדע לכבוד דעם דערהויבענעם גאסט.

אבער ויהי היום, ס'קומט צו גיין יענעם טאג וואס דער קעניג האט באשטימט, און ער האט טאקע געהאלטן ווארט, ער קומט צו גיין צו די פונקטליכע צייט, אבער... קיינער איז נישט דא, די גאסן זענען ליידיג, קיין זכר פון א קבלת פנים, מ'זעהט ניטאמאל קיין נפש חיה אינדרויסן. און עס שטעלט זיך ארויס דער בילד אז דער עולם איז פשוט געגאנגען שלאפן, זיי זענען געווען מיד, און האבן זיך אלע ארייגעפּאַקט אין זייערע בעטן און געשלאפן רואיג.
דער מלך שיקט תיכף ומיד זיינע באדינער מיט אלע סארט כלים וואס מאכן א רעש און א טומל, און עס נעמט נישט לאנג, און איבער די גאסן פון שטאט הערט זיך א קול פון פויקן און קלאפן, שופרות בלאזן, די גאנצע שטאט דינערט, אז דער עולם זאל שנעל ארויסטאנצן פון בעט און קומען צו גיין צום גרויסארטיגן קבלת פנים.

די זעלבע זאך, זאגט די מדרש, האט פאסירט ביי מתן תורה; דער אייבישטער האט געמאלדן פון פריער פונקטליך ווען ס'גייט פארקומען די גרויסע מעמד, ווען עס גייט זיין מתן תורה, ווי עס שטייט אין פסוק כִּי בַּיּוֹם הַשְּׁלִשִׁי יֵרֵד ה' לְעֵינֵי כָל הָעָם עַל הַר סִינָי, און דערווייל זענען די אידן געגאנגען שלאפן יענע נאכט. נאך מער, די לשון המדרש איז "ישנו להם ישראל כל אותו הלילה לפי ששינה של עצרת עריבה" זיי זענען געשלאפן די גאנצע נאכט וויבאלד די שלאף פון שבועות ביינאכט איז א זיסע שלאף (וואס בפשטות מיינט עס צו זאגן אז ס'איז א פיינע וועטער אינדרויסן, ס'איז א איינגענעמע צייט צו שלאפן) און ווען ס'איז געקומען צו מתן תורה, האט זיי משה רבינו גאר געדארפט אויפוועקן און ארויסשלעפן פון די בעטן צו קומען צום גרויסן און הייליגן מעמד פון מתן תורה, וַיְהִי בַיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי בִּהְיֹת הַבֹּקֶר וַיְהִי קֹלֹת וּבְרָקִים... וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה, עס איז פארגעקומען קולות וברקים און א קול פון א שופר פשוט כדי אויפצוּוועקן די אידן פון זייער שלאף, און ווי עס איז אויך מרומז ווייטער אין פסוק "וַיּוֹצֵא מֹשֶׁה אֶת הָעָם לִקְרַאת הָאֱלֹקִים" משה רבינו האט ארויסגעברענגט דעם פאלק, ער האט זיי אויפגעוועקט און געטראגן צום אייבישטער, צום מעמד הר סיני.

און עס איז באקאנט אז דער מגן אברהם ברענגט טאקע דעם טעם פארוואס מיר זענען אויף שבועות ביינאכט און לערנען תורה, וויבאלד די אידן זענען דעמאלטס געשלאפן פאר מתן תורה, דעריבער דארפן מיר דאס מתקן זיין דורכ'ן בלייבן אויף און נישט שלאפן.

יעצט, יעדער בר-דעת פארשטייט אליינס אז דעם מדרש קען מען נישט אפלערנען כפשוטו, מ'רעדט דאָך נישט דא פון קיין נארישע מענטשן אדער אנשים פשוטים אז מ'זאל קענען זאגן זיי האבן זיך פשוט און פראסט אריינגעלייגט אין בעט און כמעט פארשלאפן מתן תורה ח"ו. מ'רעדט דאָך דא פונעם דוֹר דֵיעָה, די הייליגע אידן וואס האבן זוכה געווען צו יציאת מצרים, צו קריעת ים סוף, צו התגלות אלקים, צו זאגן שירה פארן אייבישטער, און זיי אליינס האלטן שוין נאך לאנגע טעג פון הכנה פיל מיט פרישות און קדושה לכבוד מתן תורה, און יעצט גייט מען דאס אלעס פארשלאפן, מ'לייגט זיך אריין אין בעט, און נישט סתם, נאר ס'איז נאך א שינה של עצרת עריבה, א זיסע שלאף.

אין ספרים הקדושים ווערן געברענגט פאשידענע בחינות און רמזים וואס עס באדייט דער ענין פון דעם שלאף, און וואס די מטרה פון זיך לייגן שלאפן דעמאלטס איז געווען, און מיר וועלן דערמאנען דא איין ווארט וואס ווערט געברענגט פון צדיקים, א זאך וואס מיר קענען בעזר ה' גוט אפלערנען און ברענגן נענטער צו אונזער שכל און השקפה, און זעהן מיט וואס עס איז אונז נוגע למעשה ביז'ן היינטיגן טאג.

די אידן דעמאלטס זענען געווען גאר הייליג און דערהויבן, און אדרבה, זיי האבן זייער גוט פארשטאנען וואס פאר א גרויסע און לעכטיגע תורה עס ווארט זיי אפ. די אידן האבן זיך געגרייט און געמאכט הכנות בקדושה ובטהרה, אבער זיי זענען געקומען צו די מסקנא אז זיי זענען נאך אלס נישט ראוי מקבל צו זיין אזא גרויסע און הייליגע תורה, זיי האבן געוואוסט אז סוף כל סוף זענען זיי נאר א בשר ודם, א מענטש פון בלוט און פלייש, מיט גשמיות'דיגע נסיונות און תאוות, און זיי האבן באמת געהאלטן אז זיי וועלן נישט קענען ריכטיג מקבל זיין און זיך באהעפטן צו די תורה הקדושה וואס אזוי הויעך און אזוי הייליג. און דעריבער זענען זיי געקומען צו די החלטה אז דורכ'ן זיך לייגן שלאפן, אפשר אזוי וועט זיי געלונגען מקבל צו זיין די תורה, זיי האבן געוואלט זיין אין א מצב פון 'התפשטות הגשמיות' אין א מצב ווען דער מענטש לעבט טאקע אויף די וועלט אבער ער האט גארנישט קיין שייכות דערצו, זיינע חושים זענען פארלאשן און זיינע נסיונות שטערן נישט, וואס דאס איז נאר ווען דער מענטש שלאפט, ער לעבט און ער אטעמט, אבער ער געפונט זיך נישט באמת אין די עולם הזה'דיגע אטמאספערע, דעמאלטס איז ער נישט מגושם און פארגרעבט.

פונקט ווי דער רמב"ם ברענגט אז ווען א נביא פלעגט מקבל זיין א נבואה מן השמים פלעגט ער פאלן אויף זיין פנים און ווערן פאר'חלש'ט, ווייל די גשמיות האט נישט געקענט זיין אנוועזנד ווען עס איז געקומען צו גיין די דבר השם. דאס זעלבע האבן די אידן דעמאלטס געשפירט, אז זייערע גופים און זייערע שוואכקייטן וועלן זיי שטערן פון מקבל זיין די תורה הקדושה. און דעריבער האבן זיי זיך געלייגט שלאפן, און נישט סתם א שלאף, "עס איז געווען א הייליגע לעכטיגע שלאף, שינה של עצרת עריבה, עס איז געווען א הייליגע און זיסע שלאף ברוחניות, א שלאף וואס איז געווען ריין לשם שמים", זיי האבן געהאפט אז דער אייבישטער וועט זיך באווייזן צו זיי און אריינשיינען די תורה אין זייער נשמות בשעת ווען דאס גשמיות שטייט נישט אין וועג, בשעת ווען די נסיונות זענען נישט דארט.

דער ענין ווערט אויך דערמאנט אין סוף ספר דרך המלך פון הרה"ק רבי קלונימוס קלמיש פון פיאסעצנא הי"ד, ווי עס שרייבט א תלמיד וואס האט געהערט פון איהם, אז דעריבער זאגן חז"ל (ברכות נ"ז.) אז א חלום וואס א מענטש חלומ'ט אין זיין שלאף איז אזויווי א זעכציגסטל פון נבואה מן השמים, דאס הייסט אז ס'קען האבן אין זיך א אמת אזויווי א נבואה, וויבאלד בשעת א מענטש שלאפט דעמאלטס איז פארהאן א מצב פון 'בִּיטוּל הַיֶשׁ' די גאנצע גאוה און ישות וואס דער מענטש פארמאגט, דאס שלאפט דעמאלטס, און דעריבער איז א מענטש מער געאייגענט פאר נבואה אין אזא צייט, מה שאין כן ווען דער מענטש איז אויף, אפילו ווען ער איז עוסק אין תורה, סוף כל סוף נוצט ער שוין זיין אייגענע אנוכיות, ער איז פארנומען מיט זיך, 'איך' לערן, 'איך' קלער, וכדומה, נאר ביים שלאפן דעמאלטס קען מען זיין כולו קודש...

הכלל, ווען השי"ת האט דאס דערזעהן, האט ער שנעל געשיקט משה רבינו זיי אויפוועקן און זיי ברענגן צו מתן תורה, ווייל די גאנצע תכלית פארוואס הקב"ה וויל אונז געבן די תורה אויף די וועלט איז ממש דאס פארקערטע פון זייער פלאן. בורא עולם וויל אז דייקא דא אונטן, אינעם עולם המעשה והנסיונות, אין די שווערע וועלט וואס האט מיט זיך אזויפיל פראבלעמען, שוועריגקייטן, חושך, טאקע דא זאלן מיר קומען און אנכאפן די הייליגע תורה און זיך אנהאלטן אין איר, די תורה דאס איז אונזער לעבן און אונזער עקזיסטענץ אין יעדן מצב, און ממילא איז בכלל נישט קיין קונץ און נישט ריכטיג זיך צו לייגן שלאפן און ווערן אזויווי א מלאך, דאס איז די היפוך פון די אמת'ע מטרה און תכלית פארוואס דער רבונו של עולם איז געקומען אונז שענקן די תורה, דער אייבישטער ערווארט פון אונז די עבודה פון א בשר ודם, נישט פון א מלאך! מלאכים זענען דא גענוג אין הימל, זיי פארמאגן טאקע נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין נסיונות, און זיי גייען נישט אדורך קיין שוועריגקייטן, אבער צו דעם דארף מען נישט קיין תורה! תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, פאר אנשים פשוטים, צו נעמען די תורה הקדושה און גיין אין אירע וועגן אויף טריט און שריט, אין יעדן מצב טוהן וואס דער אייבישטער פארלאנגט דעמאלטאס, האנדלען ערליך, לעבן ערליך, קומען און גיין ווי א איד, זיך פירן ווי א איד, און אזוי ווייטער.

מיר געפונען טאקע נישט אז דער אייבישטער האט געהאט טענות צו כלל ישראל אז זיי זענען געשלאפן, דער אייבישטער האט זיי נישט באשטראפט אויף דעם. ווייל ווי מיר דערהערן דא, איז דאס געווען א געוואלדיגע זיסע שלאף מיט די שענסטע כוונות און מיט די בעסטע ווילן, ס'איז אבער פשוט געווען א טעות, ס'איז פשוט געווען צוליב נישט פארשטיין און נישט ארויסהאבן ריכטיג די תכלית און די טיפקייט פון קבלת התורה אויף די וועלט.
ווי לעכטיג און ווי שיין קענען מיר דערמיט ערקלערן א שטיקל גמרא וואס חכמינו ז"ל דערציילן אונז אין מסכת שבת (דף פ"ח:) בשעה שעלה משה למרום אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה, רבונו של עולם מה לילוד אשה בינינו, אמר להן לקבל תורה בא... תנה הודך על השמים, אמר לו הקב"ה למשה החזיר להן תשובה... ווען משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אין הימל מקבל זיין די תורה הקדושה האבן די מלאכים גע'טענה'ט צו הקב"ה "תנה הודך על השמים" לאז דיין שיינקייט ביי אונז און געב אונז די תורה, האט דער אייבישטער געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי א תירוץ אויף די טענה וואס זיי האבן, און משה רבינו האט טאקע אויפגעוויזן פאר די מלאכים אז די תורה איז נישט נוֹגֵעַ פאר זיי און ס'האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אין די תורה שטייט לא תשא אז מ'זאל נישט שווערן פאלש, איר האט עפעס געשעפטן צווישן זיך? איז דען פארהאן ביי אייך קנאה אדער שנאה? האט איר דען א יצר הרע?! און תיכף נאכדעם האבן די מלאכים טאקע מודה געווען אז די תורה איז נישט געאייגענט פאר זיי.

וואס לכאורה דארף מען פארשטיין, השי"ת האט דאך געהאט א טעם און א הסבר פארוואס ער וויל געבן די תורה הקדושה פאר כלל ישראל, און משה רבינו שטייט שוין דארט גרייט עס צו נעמען, און דא פלוצלינג ווען די מלאכים קומען מיט טענות הייסט ער אז משה רבינו זאל אריינגיין אין א ויכוח מיט זיי און זיי אפענטפערן?! השי"ת אליין האט דאך זיי געקענט שטיל מאכן אין א רגע מיט'ן זאגן דאס איז מיין רצון און אזוי וויל איך, אדער אפשר גאר זיך נישט וויסענדיג מאכן און נישט גוֹרֵס זיין זייערע טענות.

נאר בדרך רמז לויט ווי מיר דערהערן ביז אהער, האט דער אייבישטער געוואלט זעהן אויב מיר, די מקבלי התורה, און משה רבינו בראשם, אויב מיר האבן ריכטיג ארויס מיט א קלארקייט די תכלית און די מהות פון קבלת התורה אויף די וועלט; אויב ווען די מלאכים שרייען "מה לילוד אשה בינינו?" וואו קומט אהער א ילוד אשה, א בשר ודם מיט זיינע מענטשליכע שוואכקייטן און נסיונות, וואס פאר א שייכות האט ער מיט די געוואלדיגע קדושת התורה, האט דער רבוש"ע געוואלט אז דווקא אונז, טאקע א מענטש פון בלוט און פלייש זאל ענטפערן פאר די מלאכים, אדרבה, וואס האט עטס א שייכות מיט די תורה, האט איר דען א יצר הרע? גייט איר דען אמאל אין גאס? האנדלט איר אמאל מיט אנדערע? וואס טוט זיך מיט שלעכטע מידות און שווערע תכונות הנפש? ווייסט איר אפילו וואס דאס מיינט? אויב אזוי, איז די תורה אינגאנצן נישט פאר ענק, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דייקא פאר אט די ילוד אשה'ס וואס פארמאגן יא די אלע פראבלעמען, וואס גייען אדורך די אלע נסיונות און שוועריגקייטן אין עולם הזה, און פאר זיי איז עס געגעבן געווארן, צו נעמען די תורה אלס זייער דרך החיים, אלס זייער וועג ווייזער און לערנער אויף טריט און שריט וואס הייסט זיי וויאזוי זיך צו פירן און וויאזוי זיך צו שטארקן אויף די אלע שוואכקייטן און פראבלעמען.

היוצא לנו, לאמיר עס דערנענטערן אביסל צו אונזער היינטיגע שפראך און לעבנס שטייגער. ווי מיר זענען שוין עוסק בס"ד אין די פריערדיגע עטליכע שיעורים, אז איינס פון אונזערע הויפט מכשולות, און איינס פון די גרעסטע זאכן וואס האלטן אונז אפ פון זיך ריכטיג נעמען אין די הענט אריין און מאכן אמת'ע החלטות און קבלות אין עבודת השי"ת, איז די פארשידענע 'חשבונות רבים' און די פחדים וואס נעמען ארום דעם מענטש, א מענטש לעבט מיט דאגה אז אפשר וועט ער נישט מצליח זיין, אפשר וועט ער אדורכפאלן, ווער ווייסט וואס מ'וועט זאגן אויף איהם, אדער ווייל ער גלייבט נישט אז ער וועט קענען אנהאלטן, און אזוי ווייטער נאך און נאך מחשבות וואס באפאלן איהם און שטערן זיין הצלחה. אבער ווי מיר האבן דערמאנט, דאס זענען טאקע קליינע 'קריצן' און פראבלעמען, אבער זיי זענען בלויז דמיונות, זיי זענען איינגעקריצט אין הארטע אייז, און ווי דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע (יארצייט שבועות) האט געזאגט פאר זיינע תלמידים, אז ווען די אייז צולאזט זיך בלייבט נישט קיין זכר אין די אלע שלעכטע זאכן וואס זענען דארט אריינגעקריצט...

קומט אויס פון דעם אז מיר האבן אויך א ברעקל שייכות צום פריערדיגן ענין, ווייל מיר מאכן צומאל דעם זעלבן טעות ווי די אידן בעפאר מתן תורה, אויף פיל א קלענער מדריגה פארשטייט זיך, אבער מיר מיינען אויך אז מ'דארף זיין א מלאך ווען עס קומט מקבל צו זיין די תורה, מיר זוכן שלימות, מיר ערווארטן גרויסע זאכן, און דעריבער ווערן מיר דערשראקן פון יעדע קליינע שטיינדל וואס שטייט אונז אין וועג, יעדע קריץ ווארפט אויף אונז א פחד און זאגט אונז, "נעה, ס'איז נישט געמאכט פאר דיר, דו וועסט נישט קענען אנהאלטן דעם שיעור צו לאנג, דו וועסט נישט קענען אנהאלטן דיין דאווענען מיט מער כוונה, די שינוי לטובה וואס דו פראבירסט צו מאכן אין דיין התנהגות וועט נישט דויערן צו לאנג".

אבער דווקא דא דארפן מיר דערהערן דעם אייבישטער'ס רוף מיט די קולות וברקים פון פאר מתן תורה, רבי איד! וועקט אייך אויף! ס'איז נישט קיין קונץ צו שלאפן און מקבל צו זיין די תורה ווי א מלאך, דער רבונו של עולם וויל דווקא דעם מה לילוד אשה בינינו, דער רבוש"ע וויל דיר מיט דיינע חסרונות אינאיינעם, און טאקע פאר דעם האט ער דיר געגעבן א תורה, אז דו זאלסט האבן וואס אנצוכאפן, די תורה זאל זיין דיין סם החיים, דיין כי הם חיינו ואורך ימינו, און דו זאלסט וויסן אז די תורה הקדושה הייבט אויף א איד, ס'העלפט א איד, עס לייטערט אויס און הייליגט דעם איד, און ממילא איז נישט דא קיין שום סיבה זיך צוריק צו האלטן וועגן נאטורליכע תירוצים אדער מענטשליכע שוואכקייטן.

פונקט ווי ווען א מענטש זאל זיך ח"ו האלטן אינמיטן דערטרינקען אין וואסער רח"ל, און איינער ווארפט איהם א שטריק זיך אנצוכאפן און איהם ארויסשלעפן, וועט זיך דער מענטש נישט אפשטעלן טראכטן אויב ער וועט מצליח זיין ארויס צו קומען אדער נישט, ער וועט נישט מאכן קיין חשבונות ווי לאנג די שטריק איז אדער וועלכע קאליר עס איז, נאר ער וועט זיך אנכאפן פאר זיין לעבן און פראבירן וואס נאר מעגליך זיך צו ריקן פאראויס און ארויס פון די וואסער. דאס זעלבע איז מיט די תורה וואס איז "כי הם חיינו", דאס איז אונזער גאנצע חיות און עקזיסטענץ, אָנדעם האבן מיר גארנישט, און ממילא זענען קיין שום חשבונות נישט פארהאן, די אלע מניעות און חששות קומען אינגאנצן נישט אריין, מיר דארפן זעהן זיך אנצוכאפן מיט אלע כוחות און פראבירן אריינצוכאפן וואס מיר קענען יא.

און דאס קומט מען דערמאנען פאר דעם אידל שבועות ביינאכט, ווייס און געדענק ווען מ'גייט מקבל זיין די תורה, לייג זיך נישט שלאפן, אדרבה אינעם טונקלקייט פון די נאכט, מיט אלע שוועריגקייטן, מיט אלע נסיונות און חשכות, און אפילו ווען ס'איז דא קולות וברקים, אפילו ווען דו זעהסט נישט די הצלחה פאר דיינע אויגן, דו האלט זיך נישט צוריק! דער רבונו של עולם גיבט אונז די שטריק זיך אנצוכאפן, עץ חיים היא למחזיקים בה, שבועות באקומען מיר די רוחניות'דיגע מתנה פון לעבן, און מיר טארן זיך נישט איינרעדן דעמאלטס אז ס'איז נאר געמאכט פאר מענטשן וואס זענען בשלימות, ס'איז נאר געמאכט פאר אידן וואס געפונען זיך אין א מצב פון התפשטות הגשמיות אזויווי מאלכי השרת, אדרבה ואדרבה, וואס מער נידריג איך בין, וואס מער נסיונות און שוואכקייטן עס נעמען מיר ארום פון אלע זייטן, דארף איז זיך מער קלאמערן ארום די תורה און עס מקבל זיין מיט ביידע הענט.
דער בארימטער מחנך און משפיע הרה"ג רבי גָד'ל אייזנער ז"ל דער משגיח אין ישיבת חידושי הרי"ם, פלעגט זאגן מיט ביטול, אז צומאָל הערט ער פון געוויסע בחורים א טענה אז זיי האבן נישט קיין חשק צום לערנען. פלעגט ר' גד'ל זאגן אז דאס נישט וועלן לערנען ווייל מ'האט נישט קיין חשק, דאס איז "א גוי'אישע טענה". וויבאלד מיר געפונען אין חז"ל אז איידער מתן תורה איז השי"ת ארומגעגאנגען צווישן די פעלקער, און געפרעגט פון יעדן אויב זיי ווילן די תורה, האבן די פעלקער צוריקגעפרעגט וואס עס שטייט אין די תורה, און ווען זיי האבן געהערט לא תגנוב, לא תרצח, וכדומה, האבן זיי נישט געוואלט נעמען די תורה, נאר זיי האבן געזאגט "ס'איז נישט פאר אונז, מיר האבן נישט קיין חשק דערצו". קומט אויס פון דעם אז א גוי טוט טאקע נישט דאס וואס ער האט נישט קיין חשק, אבער די אידן, זיי האבן באלד געזאגט "נעשה ונשמע" מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס, סיי אויב מיר האבן יא חשק, און סיי אויב מיר האבן נישט, ווייל א איד דארף טוהן דעם רצון ה' אפגעזען צו ער האט חשק אדער נישט, און דער אייבישטער וועט איהם שוין העלפן אז ער וועט צוקומען צום טעם.

און דאס איז נישט נאר געזאגט געווארן לגבי זיצן און לערנען תורה, נאר די גאנצע קבלת התורה פון א איד, די קבלת עול מלכות שמים, זיין גרייט צו דינען השי"ת און נישט אנטלויפן דערפון, דארפן מיר געדענקן אז ס'האט נישט מיט אונזער חשק אדער אפעטיט, ס'האט נישט מיט אונזערע חשבונות אויב מיר וועלן מצליח זיין אדער נישט, ס'האט בלויז מיט צוויי ווערטער "נעשה ונשמע!" איך שפרינג אריין און איך טוה, איך בין אן עבד ה' און איך נעם זיך פאָר די ריכטיגע קבלות, און איך וועל משתדל זיין עס אנצוהאלטן, נישט קיין חילוק אויב עס וועט יא געלונגען צום סוף, אדער עס וועט נישט געלונגען.

און דערמיט דערהערן מיר א נייע פארשטאנד אין א טעם וואס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים אויפן מנהג ישראל תורה צו עסן מילכיגס שבועות, וויבאלד מילך איז די שפייז פון א קינד, א קליין קינד זייגט מילך און אויף דעם לעבט ער. דאס איז א רמז פאר אונז, ווען מ'גייט מקבל זיין די תורה דארף עס זיין ווי א קליין קינד, ווי א קטן שנולד, ער מאכט נישט קיין חשבונות וועגן נעכטן און מארגן, ער האט נישט קיין דאגות און זארגן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסארבעטן, א קינד איז לויטער און ריין, ער האט נישט די אלע אייגן-געמאכטע קריצן וואס א ערוואקסענע מענטש האט זיך שוין ערווארבן אין זיין לעבן. און דערפאר דעמאנט מען פאר א איד, אז היינט זענען מיר מקבל די תורה ווי א תינוק בן יומו, אָן קיין חשבונות און אָן קיין זארגן, מיר שפרינגן
אריין און שרייען אויס נעשה ונשמע!

ווי פאסיג איז דאס מיט דעם וואס מיר ליינען אין די תורה פרשת במדבר נאנט צום יום טוב שבועות, וואס חז"ל לערנען אונז (עירובין דף נ"ד.) אז דאס איז מרמז אויף דעם, "אם משים אדם עצמו כמדבר זה שהכל דשין בו, תלמודו מתקיים בידו, ואם לאו אין תלמודו מתקיים בידו", צו תורה קען מען נאר זוכה זיין אויב א איד מאכט זיך אליינס אזויווי א מדבר. וואס מיינט דאס זיין אזויווי א מדבר?, נאר פונקט ווי א מדבר איז א פלאץ וואו עס געפונט זיך גארנישט, עס איז פוסט און ליידיג, דער מענטש האט נישט קיין שום ערווארטונגען עפעס צו געפונען אינעם מדבר, ער איז נאר דא כדי אדרוכצוגיין דעם מדבר און אנקומען צו זיין ציהל. דאס דארף זיין אונזער בליק אויף קבלת התורה; התבטלות צום אייבישטער, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה, נאכגיין השי"ת און זיין תורה אָן קיין חשבונות און אָן קיין ערווארטונגען וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן, בלויז זיך וועלן רוקן פאראויס און שטייגן העכער אין עבודת השי"ת און אין קיום התורה והמצוות.

און ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה אין פרשת ואתחנן, אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה דִּבֶּר ה' אֶל כָּל קְהַלְכֶם בָּהָר מִתּוֹךְ הָאֵשׁ וגו' קוֹל גָּדוֹל וְלֹא יָסָף, איינס פון די פשטים וואס חז"ל זאגן אונז אויף די ווערטער קוֹל גָּדוֹל וְלֹא יָסָף איז אז דער קול פון השי"ת ביי מתן תורה האט נישט געהאט קיין 'ווידער קול' וואס קומט צוריק פונדערווייטענס, וואס בדרך כלל ווען א מענטש לאזט ארויס א הויכע קול, ווען עס קלאפט זיך אָן אין א וואנט וכדומה, קערט זיך דער קול צוריק און עס ווערט אזויווי א צווייטע קול, אבער ביי מתן תורה איז דאס נישט געווען. דאס קומט אונז מרמז זיין אז דער קול ה' בכוח פאָרט און פאָרט און עס שטעלט זיך נישט אפ אין ערגעץ, דער קול ה' דערגרייכט יעדן איינציגסטן איד, אין יעדן מצב, און אין יעדן דור, און טאקע ביז'ן היינטיגן טאג, אויך צו אונז קליינע מענטשן, מיט אונזערע שווערע נסיונות, יא דער קול ה' קומט ווייטער צו גיין און עס בלייבט נישט שטיין, עס גייט אריין און אונזערע נשמות און עס רופט אונז מיט זייער אייביגע רוף אז מיר זאלן זיך אנכאפן אין די תורה, זיך דערהאלטן ביים לעבן מיט די תורה הקדושה וואס גיבט אונז חיות, און בתנאי אז מיר זאל זיך אנכאפן אינעם שטריק אָן קיין חשבונות און אָן קיין מחשבות וועגן דאס און יענס, נאר ווי א מדבר, ווי א קטן שנולד, אויסשרייען נעשה ונשמע אפילו ווען מ'האט נישט קיין חשק, אפילו ווען מ'האט נישט אזוי שטארק דעם געפיל, און אפילו ווען מ'זעהט נישט די הצלחה פאר די אויגן. ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן! פאר אלע מענטשן, אין אלע מדריגות, אין אלע מצבים, און אין אלע צייטן.

וּבָאוּ כֻלָּם בִּבְרִית יַחַד נַעֲשֶֹה וְנִשְׁמַע אָמְרוּ כְּאֶחָד
וּפָתְחוּ וְעָנוּ ה' אֶחָד בָּרוּךְ הַנּוֹתֵן לַיָּעֵף כֹּחַ!

א לעכטיגע שבת קודש
און א גוטן פרייליכן יום טוב!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר