א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

א רוף פאר א נייע שולחן ערוך

שליחה דורך פרנס החודש »

פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק האט געלעבט אין צפת א רב מיטן נאמען הרב יוסף קארו, ער האט איינגעזען די וויכטיגקייט פון א ספר וואס זאל צוזאמברענגען אלע הלכות מנהגים און דינים וואס זענען נוגע פאר א איד. די ארבעה טורים האט שוין אוועקגעשניטן אלע דינים וואס זענען נישט נוגע היינטיגע טעג, און מיט דעם ספר האט רב קארו אויפגעטון אז ער האט ארויסגענומען אלע אומנויטיגע אריכות׳ן און מחלוקת׳ער און ברוך השם עס איז געווארן אנגענומען אין גאנץ כלל ישראל.

שטייען מיר היינט אפאר הונדערט יאר שפעטער און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא א שטארקע חלל אין פיל הינזיכטן וואס דער שולחן ערוך דעקט נישט מערסטנס צוליב וואס געוויסע זאכן זענען נישט געווען נוגע אין זיינע צייטן. און ממילא הערשט א שטארקע צומישעניש אין די ענינים ,זה אומר בכה וזה אומר בכה און עס פירט ליידער צו גרויסע פילוגים אין כלל ישראל. צום ביישפיל פעלט פון שולחן ערוך די וויכטיגע הלכות פון משיח וכדומה וואס אמאל איז עס נישט געווען נוגע, אבער היינט מיט די טענה פון חב״ד אז זייער רבי איז משיח און מיט די גרונדונג פון די נייע מדינה און די סאטמארע חרם דערויף דערזעט מען זיך מיט א גרויסן חלל וואס ברויך ערפילט ווערן כדי צו פארמיידן מחלוקת און צומישעניש אין כלל ישראל.

לעצטנס האב איך געזען געוויסע קול קורא׳ס וואס האבן אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון אזא נייע שולחן ערוך. א ביישפיל ווי די קול קורא איבער לעיס טאפ וואס זאגט מיר נישט צו עס איז אסור מחמת שעטנז, חרישת שור וחמור יחדיו, אדער עפעס אנדערש, איז עס א דאורייתא, דרבנן, אפשר גאר מצד מנהג שנהגו הנשים מצד נדר. און קודם האב געוואלט אפירהאלטן די רבנים פארן פארזען צו געבן מראי מקומות, אבער איך האב געכאפט אז די פראבלעם איז אז די זאכן ווערן בכלל נישט דערמאנט אין שולחן ערוך און ווי קען איך האבן טענות אויף זיי?

ממילא קום איך ארויס מיט א שטארקע רוף צו די רבנים ארויס ורומים מיט א נייע שולחן ערוך כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון צופאלן אויף שטיקער.

פאלגנד אז א טיילווייזע ליסטע פון הלכות וואס ברויכן בארבייט ווערן אין דעם נייעם שולחן ערוך:
הלכות התגרות באומות
די דינים פון כאפן בילדער ביי פרויען אסיפות
הלכות פון ס.ד. קארטלעך אין ישיבות
די הלכות פון התחברות לרשעים
אלעס איבער די לימודים אין די ישיבות (לימודי חול וכו׳)
הלכות סכנה לגבי די וואקסינען און עלעקטריק סקוטערס
הלכות פון געבורט קאנטראל

יכלו הזמן והם לא יכלו ממילא ענדיג איך דא ואידך פירושא זיל גמור.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0107.jpg
IMG_0126.jpg
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר