תשעה באב - כאפ די רמז

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

תשעה באב - כאפ די רמז

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האבן אנגעהויבן ספר דברים, די רייד פון משנה תורה וואס משה רבינו רעדט צו כלל ישראל אין די געציילטע טעג איידער ער גייט נסתלק ווערן פון די וועלט.

די תורה הקדושה הייבט אָן מיט די ווערטער אֵלֶה הַדְבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר מֹשֶׁה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל – דאס זענען די ווערטער וואס משה רבינו האט גערעדט צו גאנץ כלל ישראל, וואו האט ער גערעדט צו זיי? בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן בַּמִּדְבָּר בָּעֲרָבָה מוֹל סוּף בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן וַחֲצֵרֹת וְדִי זָהָב, וואס בפשטות וואלט מען געקענט מיינען אז דאס איז א גאנצע רשימה פון סימנים אז מ'זאל וויסן וואו פונקטליך עס איז פאָרגעקומען די מעמד, אבער יעדער פארשטייט אליין אז עס פעלט נישט אויס אזא אריכות צו זאגן וואו משה רבינו און די אידן זענען דעמאלטס געשטאנען.

קומט רש"י הקדוש און ערקלערט אונז דעם ענין, אז דא ליגט באהאלטן 'רמזים' מיט וואס משה רבינו איז מרמז און ווינקט פאר כלל ישראל פארשידענע מקומות וואו זיי האבן זיך אויפגעפירט נישט ווי עס דארף צו זיין. "לפי שהן דברי תוכחות ומנה כאן כל המקומות שהכעיסו לפני המקום בהן, לפיכך סתם את הדברים והזכירם ברמז מפני כבודן של ישראל" דאס הייסט אז צוליב די כבוד פון כלל ישראל האט משה רבינו נישט געוואלט ארויסזאגן קלאר און בפירוש די אלע עבירות, און דערפאר זאגט ער עס נאר בקיצור דערמאנענדיג די נעמען פון די פלעצער וואו די זאכן זענען פאָרגעקומען.

וואס באמת דארף מען פארשטיין וואס איז דא דער ענין "מפני כבודן של ישראל", פארוואס האט מען נישט געקענט ארויסזאגן די אלע זאכן בפירוש, איבערהויפט נאכדעם וואס די אידן האבן גאנץ גוט געוואוסט פון וואס מ'רעדט, און די תורה הקדושה האט שוין ארויסגעשריבן די אלע מעשיות באזונדער ווען זיי האבן פאסירט, די חטא העגל, קרח, ווען זיי האבן זיך אפגערעדט ביים ים סוף און אויף די מָן, און משה רבינו האט זיי מוסר געזאגט אויף די אלע זאכן, איז פארוואס דא שטייט אלעס פלוצלינג ברמז צוליב די כבוד, עס מוז האבן אין זיך א לימוד און א 'רמז' פאר אונז לדורות וואס מיר קענען ארויסנעמען און זיך אפלערנען דערפון.

און צום לעצט, די לעצטע רמז איז "וְדִי זָהָב", און ווי רש"י איז מסביר, הוכיחן על העגל שעשו בשביל רוב זהב שהיה להם, שנאמר (הושע ב') וכסף הרביתי לה וזהב עשו לבעל, אז משה רבינו זאגט זיי מוסר אויפן עגל וואס זיי האבן געמאכט צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט צופיל גאלד, זיי האבן געהאט א נסיון העושר וואס האט זיי צוגעברענגט דערצו אז זיי זאלן זינדיגן דערמיט. איין מינוט, ער האלט דאָך אונז אינמיטן געבן דעם פארדינטן 'פְּסַק' און מוסר-שמועס אויפן עגל, אויב אזוי וואו קומט אריין די לימוד זכות פון 'וְדִי זָהָב', דאס איז דאָך אונזער תירוץ, דאס וואלטן מיר כלל ישראל געדארפט צוריק ענטפערן פאר משה: וואס זאלן מיר טוהן הייליגע רבי, מיר האבן זיך ליידער געפונען אין א שווערע נסיון, מיר האבן געהאט צופיל גאלד און זילבער און דאס האט אונז געברענגט צו זינדיגן. אבער אנשטאט דעם, שטעלט זיך ארויס אז משה רבינו איז גאר דער וואס דערמאנט דעם חטא העגל ברמז דורך די תירוץ און די סיבה וואס האט גורם געווען צום חטא, א זאך וואס איז ממש פארקערט פון א געווענליכע מוסר שמועס, ווען מ'דארף יענעם שטעלן אין פלאץ און מעורר זיין, דעמאלטס זוכט מען נישט ארויפצוברענגן די מעגליכע תירוצים און לימוד זכות וואס זענען פארהאנען; אויב אזוי מיט וואס איז דא אנדערש.

נאר לאמיר זיך אביסל פארטיפן און אפלערנען וואס מיר קענען ארויסנעמען על כל פנים 'בדרך רמז' פון אט די מוסר רייד וואס זענען געזאגט געווארן בדרך רמז.

ווי האט יענער בדחן אמאל דערציילט? געווען איז אמאל א איד, נישט קיין גרויסער חכם, וואס איז געווען באקאנט זיך צו קענען 'אנקלעבן' אין אנדערע אז מ'האט ממש נישט געקענט פטור ווערן פון איהם, א זאך וואס איז באקאנט ביי אונז מיט'ן נאמען 'פֶּעגֶר'. הכלל, דער חכם האט זיך אמאל צוגעטשעפעט צו איינעם, און יענער האט פראבירט אויף אלע אופנים זיך אפצושאקלען פון איהם, וואס ער האט נאר געטוהן זיך ארויסצודרייען האט אבער נישט געארבעט, וואו ער האט נאר געוואלט גיין, האט איהם דער פעגער געזאגט אז ער קען יעצט אויך אהינגיין און דערפאר וועט ער איהם באגלייטן. אזוי נאך פינעף און צוואנציג תירוצים און אופנים פון זוכן א וועג ארויס, ווען דער פעגער שפאצירט איהם נאך אהיים, און קומט אריין מיט איהם אין שטוב, און גייט איהם נאך ביז זיין שלאף צימער; דא האט שוין דער מענטש געפלאצט, און ער גיבט א שריי "ר' איד טשעפע זיך אפ פון מיר און זיי מוחל גיי שוין ארויס פון דא"... דער פעגער ווערט אבער אינגאנצן באליידיגט און רופט זיך אָן, אנטשולדיגט, אבער פארוואס דארפסטו אזוי שרייען און מיך פארשעמען, זאג עס שיינערהייט, האסט דאָך געקענט מרמז זיין, און איך וואלט באלד פארשטאנען אויפן ווינק וואס דו ווילסט.

עס איז טאקע א זיסע מילתא דבדיחותא, אבער אסאך מאל קענען מיר אויך זיין ווי יענער פעגער וואס כאפט נישט קיין רמזים. וויפיל מאל וויל אונז איינער עפעס מרמז זיין שיינערהייט, ער גיבט אונז א קליינע ווינק, א ווייז מיט'ן פינגער, א קליינע תנועה, אויף א זאך וואס מיר דארפן זיך פארבעסערן, און מיר ווייסן אז יענער איז זייער גערעכט, אבער אנשטאט דעם זענען מיר מחליט נישט צו 'דערהערן' דעם רמז, נאר מיר פאנגן אָן צוריק צו שרייען און אראפרייסן יענעם, אדער זיך גערעכט מאכן, וכדומה.

מען קען געבן אויף דעם צענדליגע משלים און ביישפילן ווייל עס איז מעשים בכל יום. קוקט נאר צו אמאל אין בית המדרש, ווען ראובן האט זיך פארשמועסט ביים דאווענען, און שמעון שטייט פון די זייט, און מיט די גאנצע איידלקייט גיבט ער א ווינק פאר ראובן אז יעצט דארף מען דאווענען, ראובן ווייסט אז ער טוט נישט ריכטיג, ער ווייסט אז מ'טאר נישט יעצט רעדן; אבער אנשטאט צו כאפן דעם רמז און אויפהערן צו טוהן די עוולה וואס ער טוט, ווערט ער אנגעצינדן, און ער הייבט אָן חוזק צו מאכן פון שמעון, אדער ער שרייט קוק ווער רעדט, ביסט פרום געווארן אויף מיין חשבון, הא? ווען דו האסט מיט וועמען צו שמועסן דעמאלטס רעדסטו אויך ביים דאווענען, וכו' וכו', און עס קען אסאך מאל ווערן כמעט א וועלט מלחמה, אלעס פון דעם קליינעם רמז וואס ראובן האט נישט געוואלט דערהערן הגם ס'איז געווען אמת ויציב. און אזוי געשעט כסדר, צווישן עלטערן מיט קינדער, מאן און ווייב, מחנכים מיט תלמידים, למשל ווען דער משגיח קומט צו צום בחור און איז איהם מעורר איידלערהייט אויף א זאך וואס דארף א תיקון, אנשטאט אויסצוהערן די אויפריכטיגע רייד, אננעמען די אמת'ע טענה, און זיך וועלן פאררעכטן, אנשטאט דעם וועט דער בחור נאר זיין פארנומען זיך צו פארענטפערן אז דער משגיח פארלייגט זיך אויף איהם, און ברענגן אלע סארט תירוצים אין די וועלט פארוואס ס'איז נישט קיין יושר און ס'איז נישט גערעכט.

דאס אלעס קומט פון דעם ווייל פאר א מענטש וואס איז ווייט פון שלימות, ער איז נישט אמת'דיג מיט זיך, און ער איז נישט גרייט זיך צו טוישן או פארבעסערן, איז פאר איהם אסאך גרינגער און באקוועמער זיך צו טענה'ן און אראפווארפן די שולד פון זיך, ער וויל בלייבן גערעכט, ער וויל נישט אנערקענען זיין חסרון, און דערפאר וויל ער נישט אננעמען דעם רמז ווען ס'איז נאך קליין, נאר ער לאזט עס ווערן אויפגעבלאזן און ארויס פון קאנטראל.

איז צום ערשט דערהערן מיר דא א נייע דערהער אין די ווערטער פון רש"י, "מפני כבודן של ישראל", דאס אליינס איז די גרעסטע כבוד פאר כלל ישראל אז זיי זענען געווען אין א מצב וואס זיי זענען געווען גרייט צו הערן רמזים. ווען א איד לעבט מיט חכמה און אמת איז ער גרייט צו הערן יעדע הֶעָרָה וואס ווערט געזאגט אין זיין וועג, יעדע ווינק וואס ווערט נאר געווינקן צו איהם, קלערט ער תיכף אריין אויב ס'האט טאקע אין זיך א אמת, אויב ס'איז "יֶשׁ דְבָרִים בְּגוֹ" אפשר דאָך ווייסט יענער וואס ער רעדט, אפשר האב איך טאקע נישט גוט געטוהן, אפשר דארף איך זיך פארבעסערן, און ער נעמט זיך אין די הענט אריין, אנשטאט צו זיין פארנומען מיט נארישע און פּוסטע קריגערייען און טענה'רייען דערוועגן.

וויפיל קריגערייען אין אידישע שטובער וואלטן געקענט פארמיטן ווערן אויב א מענטש וואלט געווען קלוג און אויפריכטיג און וואלט תיכף דערהערט דעם קליינעם רמז וואס ער באקומט, אפילו עס שטעכט אביסל, אפילו ס'איז נישט אזוי באקוועם צו הערן, וואס איז דען? אויב מ'האט דיר מעורר געווען אויף א זאך וואס דו דארפסט זיך פארבעסערן דערין, נעם עס אָן און גיי ווייטער, הייב נישט אָן צוריק צו שרייען אדער באוואשן ווייל דו ווילסט ווייזן אז דו ביסט גערעכט.

נישט פארהאן נאך אזא כבוד און א שלימות פאר א מענטש ווען ער איז אָפן פאר אלעס, זיינע אויערן זענען גרייט צו הערן און מקבל זיין, ער עקש'ענט זיך נישט בלייבן דער העלד. בדרך רמז קען זיין אז דאס איז דער כבודן של ישראל וואס די תורה לערנט אונז דא, די שיינקייט און חשיבות פון אידישע קינדער, אז משה רבינו האט זיי געקענט מרמז זיין, און זיי האבן דעהערט דעם רמז, זיי האבן אנגענומען זיינע ווערטער, און נישט צוריק געענטפערט, נישט צוריק געווארפן זיינע ווערטער.

און פון דא קומען מיר צום צווייטן טייל, דער "וְדִי זָהָב" וואס משה רבינו זאגט מוסר אויפן עגל וואס מען האט געמאכט צוליב דעם וואס מען האט געהאט צופיל גאלד. משה רבינו אונזער געטרייע פאסטוך און אונזער הייליגע רבי, לערנט אונז דא א יסוד נפלא, די ריכטיגע וועג צו זאגן מוסר און מעורר זיין א צווייטן, איז דווקא ווען מיר זעען יענעם, מיר פארשטייען זיין מצב, מיר פילן מיט מיט איהם, מיר ווייסן וואס האט איהם געברענגט צו זיין דורכפאל, נאר דעמאלטס קען מען מוסר זאגן מיט ליבשאפט און פארשטאנד. טאקע דארט, אינמיטן די דברי תוכחה און שטראף רייד וואס משה רבינו רעדט דא צו כלל ישראל, ווארפט ער אריין די תירוץ אינדערמיט. דער ליבליכער מנהיג ישראל זאגט פאר די אידן: איך פארשטיי ענקער נסיון, איך ווייס וואס האט ענק געברענגט דערצו, און איר זענט טאקע נישט אינגאנצן שולדיג...

זייער אסאך מאל מאכט זיך אז מיר ווילן איינעם מוסר זאגן, מיר רעדן זיך איין אז מיר האבן ארויס די סיטואציע, מיר פארשטייען פוקטליך די עוולה, און מיר ווילן יענעם פשוט פארבעסערן, אבער באמת זעען מיר איהם בכלל נישט, מיר זעען נישט זיין צַד, מיר פארשטייען איהם בכלל נישט, מיר האבן נישט גענומען די מינדנסטע מיה צו פראבירן צו פארשטיין פארוואס יענער האט דאס געטוהן, וואס ליגט אונטער זיינע מעשים. אין אזא מצב אויב מ'זאגט מוסר פאר יענעם, איז כמעט נישט דא קיין אויסזיכט אז די מוסר ווערטער זאלן ווערן אנגענומען, ווייל ווען מיר זעען נאר זיך אליינס, מיר פארשטייען נאר אונזער אייגענע צד אינעם ויכוח, מיינט אז מיר האבן בכלל נישט אנגעהויבן צו באגרייפן יענעם, און עס קען גאר זיין אז יענער איז גערעכט, יענער איז דער וואוילער, נאר מיר פארשטייען עס נישט תיכף, ווייל מיר האבן נאכנישט באטראכט די מעשה מיט די ריכטיגע אויגן, מיר האבן עס נאכנישט געשאנקן א קלארע און ניכטערע בליק ווי עס דארף צו זיין.

דאס איז ליידער זייער א אָפטע ערשיינונג ביי פארשידענע סכסוכים צווישן מענטשן, צו זאל עס זיין מאן און ווייב, צוויי חברים, אדער סיי ווער עס האט א טענה קעגן א צווייטן, און ער שפירט באמת אז דער צווייטער בא'עוול'ט איהם, ער דרייט זיך ארום מלא טענות און מיט א שווער הארץ, ער פראבירט יענעם צו ערוועקן, דער מאן איז מרמז פאר זיין ווייב אז ער וויל א געוויסע טויש פון איר זייט, ער וויל זי זאל זיך צושטעלן צו איהם מיט א געוויסע זאך, און ער קען נישט פארשטיין פארוואס זי דערהערט נישט זיינע פארלאנגען, פארוואס זי נעמט נישט אויף זיינע רמזים...
אבער רבי איד, איידער דו ווערסט אזוי פארביטערט און אנגעגעסן, פרעג זיך אליינס, האב איך טאקע פראבירט צו פארשטיין מיין ווייב? האב איך אמאל אנערקענט וואס זי גייט אדורך, וויפיל זי איז זיך מקריב פאר מיר, ווי שווער זי ארבעט אין שטוב א גאנצן טאג, און דעריבער קען זי נישט אניאָגן אלעס וואס איך בעהט פון איר?. אדער האב איך באמת פראבירט אריינצוקריכן אין מיין חבר'ס שיך? האב איך איהם באמת געוואלט פארשטיין און וויסן פארוואס ער פירט זיך אויף צו מיר אזויווי ער פירט זיך אויף.

און ליידער איז דער תירוץ אויף דעם אלעם זייער אסאך מאל, ניין! איך האב נישט באמת געפרואווט, איך האב זיך איינגערעדט אז איך ווייס און איך פארשטיי יענעם, אבער עכט נישט! איך לעב זיך אין מיין אייגענע באקוועמע וועלטל פון בשבילי נברא העולם, און ס'איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן אז יענער עקזיסטירט אויך.

און א מענטש דארף דאס גוט וויסן, "אויב ביסטו פארנומען נאר מיט'ן זעהן 'זיך אליינס' די גאנצע צייט, דו פארשטייסט נאר אזוי גוט פארוואס 'דו' ביסט גערעכט, און ווי פשוט ס'איז אז דיין טענה איז א טענה, דעמאלטס קענסטו בכלל נישט דערהערן און פארשטיין אז יענער האט אויך א מיינונג, יענער האט אויך א זייט צו זיין התנהגות, און דעמאלטס קענסטו נישט זאגן קיין מוסר, דו קענסט נישט מרמז זיין, און דו קענסט גארנישט פארלאנגן פון יענעם", ווייל דו האלטס נאך פאר די אלף בית פונעם ויכוח, דו האסט נאך בכלל נישט דעהערט אז ס'זענען דא צוויי צדדים. און אויב וועסטו יא זאגן מוסר וועט עס פאלן אויף טויבע אויערן, דיינע רייד וועלן נישט ווערן אויפגענומען ביי יענעם, ווייל יענער שפירט און ווייסט גוט אז דו זעהסט איהם נישט, אז דו פארשטייסט בכלל נישט וואס דא קומט פאָר.

ווי הרה"ק דער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע שרייבט אין די תפלה קודם התפלה וואס ער האט געמאכט, אַדְרַבָּה תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵנוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם, אז מיר זאלן זעהן יענעמ'ס מעלות און נישט די חסרונות. אבער אמאל דארף מען זיך צופייערן ביי אַדְרַבָּה תֵּן בְּלִבֵּנוּ "שֶׁנִרְאֶה!", רבונו של עולם עפן מיין הארץ אז איך זאל בכלל זעהן יענעם, אז מיינע אויגן זאלן זיך אויפמאכן צו וויסן וואס גייט אדרוך אין די הארץ פון מיין ווייב, מיין מאן, מיין קינד, מיין פריינט; איך האלט נאך אסאך פאר די מעלות און חסרונות, איך האב נאך פשוט נישט געעפנט מיינע אויגן ביז היינט צו זעהן יענעם, רבוש"ע העלף מיך קענען זעהן אז יענער איז אויך א מענטש, יענער האט אויך א מיינונג, יענער וויל אויך עפעס פון מיר.

אסאך מאל קען זיין צוויי מענטשן אויף מעסער-שטעך פאר לאנגע יארן, מ'קריגט זיך, מ'פארטראגט זיך נישט, די באציאונגען זענען קאלט און אנגעשטרענגט, אלעס ווייל איינער פון די צוויי האט נאך פשוט קיינמאל נישט אויפגעמאכט די אויגן, און קיינמאל נישט אנגעהויבן צו זעהן אז ס'איז פארהאן דא נאך איינער אויסער ער, און יענער מיינט נישט קיין שלעכטס, יענער וויל עפעס פון דיר, מען דארף זיך נאר צונויפרעדן און אויסשמועסן די זאך קלאר... הלוואי מען וואלט געקענט... אבער ווילאנג א מענטש מאכט נישט אויף זיינע אויגן און זיין הארץ צו פארשטיין און צו זעהן א צווייטן, וועט ער זיך טאקע קיינמאל נישט קענען אויסשמועסן מיט יענעם, ס'איז בדוק ומנוסה אז ס'וועט נישט ארבעטן, און זיינע ווינקן, רמזים, ווערטער, פארלאנגן, וועלן איהם נישט ברענגן אין ערגעץ.

נאר נאכדעם וואס מיר פארשטייען דעם צווייטן צד, מיר ווייסן און דערהערן אז יענער האט א סיבה פארוואס ער האט געטוהן וואס ער האט געטוהן, מיר זענען גרייט מקבל צו זיין און סובל צו זיין, מיר זענען נישט דא בלויז פאר זיך אליין, און כדי זיך גערעכט צו מאכן, דעמאלטס קען מען זאגן און בעטן, און ווי חז"ל זאגן אונז אז "דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב", אויב זענען דאס ווערטער מיט הארץ און געפיל, מיט פארשטענדעניש צו יענעם, דעמאלטס וועט עס אריינגיין ביי יענעם אין די הארץ, און אפילו די קלענסטע רמזים, די קלענסטע בקשות, וועלן ווערן באמערקט און אנגענומען מיט ליבשאפט.

און דאס לערנט אונז משה רבינו מיט די ווערטער פון וְדִי זָהָב, אנשטאט צו פארשטערקערן די מוסר-דרשה און קומען מיט די גאנצע שארפקייט און שטרענגקייט, איז משה רבינו פארנומען מסביר צו זיין אינמיטן דעם פְּסַק ווי ווייט ער פארשטייט אונז און ער זעהט אונזער צַד, ווי ווייט ער שפירט מיט מיט אונז און איז אונז דן לכף זכות, אבער דאָך... למעשה איז עס געווען א זינד און מ'טאר נישט אזוי טוהן... דאס איז די מוסר-השכל וואס אונזער רבי לאזט אונז איבער פאר זיין פטירה, צו וויסן און פארשטיין וויאזוי מ'דארף זיך באנעמען מיט א צווייטן.

און די 'קריאה' מיט די יעצטיגע 'זמן' אין וועלכע מ'ליינט די פרשה האבן א שייכות, ווייל בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען מיר וויינען אויפן חורבן בית המקדש, מיר זוכן מתקן צו זיין די חטא פון שנאת חינם וואס האט גורם געווען דעם חורבן, דארפן מיר ארבעטן אויף דעם ענין, סיי זוכן זיך אליינס צו פארבעסערן און פארשטיין זאכן אויפן ווינק אנשטאט עס אויפצובלאזן צו א גרויסע קריגעריי, און סיי צו וועלן פארשטיין אנדערע, וויסן אז יענער איז אויך א מענטש, און איהם דן זיין לכף זכות, אנשטאט צו באשולדיגן, טייטלען מיט די פינגער, און זעהן נאר כאילו יענער איז דא מיך וויי צו טוהן און בא'עוול'ען.

מענין לענין באותו ענין, וועלן מיר מסיים זיין מיט א הערליכע עפיזאד וואס עס דערציילט א יונגערמאן דער בעל המעשה, וואס איז היינט צוטאגס א לעכטיגער יונגערמאן, א כליל המעלות ברוחניות ובגשמיות, א טאטע פון זיסע קינדערלעך בליעה"ר, וואס האט זיך אין זיינע בחור'ישע יארן ליידער שטארק געוואַקלט, ער האט געהאט פארשידענע מצבים און שווערע אדורכגענג צוליב זיינע דעמאלטסדיגע אומשטענדן, און ער האט געהאט תקופות אין וועלכע זיין אידישקייט איז ליידער געווען היבש אפגעשוואכט רח"ל. הכלל, אמאל אינמיטן א שמועס, האט ער זיך געעפנט דאס הארץ, און דערציילט א זאך וואס האט געהאט אויף איהם די גרעסטע השפעה אין זיינע דעמאלטסדיגע שווערע צייטן, און האט אנגעצינדן אין איהם דעם פינק צו וועלן זיך צוריק קערן און זיך אנהייבן פירן ערליך, און ער דערציילט אזוי:

ס'איז געווען א טייערע איד, א מכניס אורח, וואס פלעגט האלטן זיין טיר אפן פאר מיר, און פלעגט מיך רופן פון צייט צו צייט צו קומען עסן ביי איהם א סעודה, שבת אדער יום טוב וכדומה. איינמאל האב איך זיך איינגעלאדענט צו איהם, כ'האב איהם גערופן אינמיטן די וואך פרעגן אויב איך קען קומען עסן צו איהם דעם שבת אינאיינעם מיט נאך געציילטע חברים וואס האבן געוואלט מיטקומען מיט מיר. דער איד האט גערן מסכים געווען, און צוגעגרייט א הערליכע סעודת שבת פאר מיר און מיינע פריינט.

איך בין דאָך אבער נישט געווען דעמאלטס אין מיין בעסטע מצב, אזוי זיצענדיג דארט ביי די סעודה פרייטאג צונאכטס, האט מיך פלוצלינג
אנגעכאפט א מורא'דיגע חשק אריבערצוגיין צו א אנדערע קליקע חברים וואס איך האב פארמאגט, א חבורה וואס איך האב געוואוסט אז זיי פארברענגן יעצט צוזאמען ערגעץ אנדערש, און איך האב אנגעהויבן צו פילן אז ווער ווייסט וואס איך פאַרפּאַס יעצט דארט... כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, און נאך די פיש האב איך מודיע געווען פאר מיין בעל אכסניא אז איך גיי אוועק. דער איד האט געקוקט אויף מיר מיט גרויסע אויגן, און דער אמת איז אז היינט שעם איך זיך פון מיר אליינס וויאזוי איך האב זיך געקענט אויפפירן אזוי נאריש, אבער מעשה שהיה כך היה, איך האב זיך אויפגעהויבן פון די סעודה וואס איך אליינס האב אראנזשירט, איך האב עס געבעטן, די גוטהארציגע מענטשן האבן אזוי שווער געארבעט אלעס אנצוגרייטן פאר מיר און מייינע חברים, און פלוצלינג, איך אליינס האב פארלוירן אינטרעסע אין די גאנצע זאך, און איך לאז זיי איבער אינדערמיטן.

מיט זיין איידלקייט האט דער בעל הבית מיר נישט געזאגט קיין איין שלעכט ווארט, נאר מיר געלאזט גיין געזונטערהייט. אזוי שטייענדיג כמעט ביי די טיר, קומט צו גיין זיין ווייב, די בעל הבית'טע און זי ברענגט שנעל א זעקל מיט פארשידענע גוטע טשאקאלאדן וואס זיי האבן געהאט איינגעקויפט פאר 'דעזערט', פון די פריערדיגע סעודות וואס איך האב דארט געגעסן האבן זיי שוין געוואוסט וועלכע סארט טשאקלעד איך האב זייער ליב, און דעריבער האט זי איינגעקויפט אויך דאסמאל, כדי איך זאל הנאה האבן נאך די סעודה, אבער וויבאלד איך גיי דאָך שוין יעצט אוועק, האט זי דאס שנעל איינגעפּאַקט און מיטגעגעבן אז איך זאל עס מיטנעמען מיט מיר. איך האב זיך שנעל באדאנקט, אריינגעריקט אין מיין טאש, און געלאפן צו מיינע חברים וואס איך האב זיך אזוי געזארגט אז זיי 'מאכן א לעבן' דארט אָן מיר.

איבעריג צו זאגן אז קיין ווארימע 'קָהּ אכסוף' האט מען דארט נישט געזינגן ביי יענעם פארברענג, יענע חברים האבן מיר נישט געהאלפן שטייגן אין יראת שמים. אבער מ'איז געזעצן און מ'האט געטריבן די צייט און געהאט א 'גוד טיים', ווען אינמיטן האב איך זיך דערמאנט פון מיינע פיינע טשאקלעד וואס איך האב מיטגעברענגט, און איך האב עס ארויסגענומען. פארשטייט זיך אז דער עולם האט זיך צוגעכאפט, זיי האבן הנאה געהאט פון די פיינע זיסווארג, און זיי האבן געוואלט וויסן פון וואו איך האב עס. אזוי דערציילענדיג פאר זיי, האב איך זיך פלוצלינג געגעבן א כאפ, אוי וויי געוואלד, וואס האב איך דא געטוהן?! א אידישע מאמע איז געשטאנען און אנגעגרייט א סעודה פאר מיר און מיינע חברים, זי האט געארבעט שווער פאר מיר, און נישט נאר דאס, נאר זי האט זיך נאך מטריח געווען, זי האט גענומען די מיה ארויסצוגיין אין א געשעפט וואו מ'קען קויפן דווקא די געשמאקע גוטע סארט דעזערט וואס איך האב ליב! זי האט אריינגעלייגט קאפ און מוח, זי האט געדענקט פון דאס פריערדיגע מאל, זי האט געטראכט פון מיר און געזוכט מיך צו געבן א באזונדערע הנאה, און איך ווי א נאַר האב זיך אויסגדערייט מיין רוקן צו אזעלכע פיינע מענטשן, אָן קיין שום בושה האב איך זיך אויפגעהויבן אינדערמיט און זיי איבערגעלאזט דארט ווי נישט מיר מיינט מען. און נישט נאר דאס, נאר די וואוילע געטרייע אידישע מאמע האט נאך געפונען פאר וויכטיג מיך שנעל אנצוגרייטן מיינע גוטע טשאקאלדן איידער איך קלאפ צו די טיר אונטער זיך, זי וויל אז ס'זאל מיר זיין גוט און זיס אפילו ווען איך גיי אוועק, און אפילו ווען איך פיר זיך אויף ווי א אוממענטש.

וואס זאל איך דיר זאגן, דערציילט ווייטער דער בעל המעשה, די מעשה האט מיך נישט געלאזט קיין מנוחה, יא אט די קליינע פעקל טשאקאלאדן האט מיך אנגעהויבן צו פייניגן מער און מער, איך האב געשפירט ווי עס ברענט אין מיר א פייער און איך ווער פארברענט פון גרויס בושה, איך האב מיך פשוט געשעמט פון זיך אליינס.

אינמיטן די וואך האב איך גענומען די קוראזש, איך האב אנגערופן מיינע טייערע בעלי אכסניא אויפן טעלעפאן, און איך האב זיי פשוט איבערגעבעטן אויף מיין טפשות'דיגע התנהגות, איך האב אויסגעדרוקט מיינע חרטה געפילן פארן אנטלויפן אינמיטן די סעודה וואס זיי האבן אנגעגרייט פאר מיר. זיי האבן נישט געהאט קיין טענות, זיי האבן מיר אויפגענומען מיט פארשטענדעניש און פארשטייט זיך אוועקגעמאכט די גאנצע זאך אז ס'איז גארנישט, אלעס איז אין ארדענונג. אבער ביי מיר איז שוין נישט אלעס געווען אין ארדענונג! איך האב שוין נישט געקענט בלייבן די זעלבע, עס האט מיר געעפנט מיינע אויגן צו אנערקענן וואו אהין איך האב זיך דערקייקלט, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן צו ווירבלען אין מיר די פעסטע החלטה אז איך מוז פארלאזן מיינע שוואכע חברים, און איך דארף טרעפן דעם וועג ארויס פון מיין פלאנטער ברוחניות ובגשמיות... און דא שטיי איך היינט, אלעס אין זכות פון די קליינע געשאנק, די קליין ביסל מחשבה, וואס האט מיך אויפגעוועקט פון מיין טיפע שלאף.

טייערע ברודער און שוועסטער! דאס איז א דוגמא פון א 'רמז' מיט ליבשאפט, כאטש ס'איז טאקע געווען א פעקל טשאקלעד און נישט קיין רמז פון מוסר און תוכחה, אבער ס'איז געווען א אקט פון ליבשאפט און פארשטאנד, ס'איז געווען א געשאנק וואס איז געקומען פון געפיל, פון הארץ, און איינמאל עס קומט פון אזא ליבליכן ארט איז שוין נישט קיין חילוק אויב ס'איז דעזערט וואס איז זיס פארן מויל, אדער א הארציגע פְּסַק וואס איז זיס פארן נפש, אויב ס'איז א רמז וואס קומט ארויס פונעם ריכטיגן ארט, וועט עס זיכער פועל'ן און אויפטוהן וואס עס דארף, ווי מיר האבן דערמאנט, דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב. מיר דארפן נאר מאכן זיכער צו האבן די ריכטיגע געפיל, די פארשטענדליכקייט, די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פאר יענעם, און דעמאלטס קענען מיר מרמז זיין און אפילו זאגן בפירוש וואס עס פעלט זיך אויס, און יענער וועט בעזהשי"ת פארשטיין און כאפן דעם וואונק, און עס וועט ברענגן די געוואונטשענע רעזולטאטן בסייעתא דשמיא.

און אז מיר וועלן לעבן מיט געפיל פאר א צווייטן, און זוכן צו פארשטיין יענעם, וועט דאס זיכער מרבה זיין אהבה אחוה וריעות, עס וועט פארמיידן אזויפיל שנאת חנם און איבריגע הארץ ווייטאג, און מיר וועלן אין דעם זכות זוכה זיין צום בנין בית המקדש השלישי און צו די גאולה שלימה ווען ס'וועט זייך והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה בימינו אמן.

לסיכום געדענק:
• וואס מער שלימות'דיג און אמת'דיג מען איז, אלס מער דערהערט מען יעדע רמז און יעדע ווינק זיך צו פארבעסערן.
• כדי מרמז צו זיין אדער זאגן מוסר פאר יענעם, דארף עס אבער קומען מיט געפיל און ליבשאפט.
• אַדְרַבָּה תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵנוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם.


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר