הרב עידו פכטר איז מתיר סוכה אונטערן דאך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

הרב עידו פכטר איז מתיר סוכה אונטערן דאך

שליחה דורך שאלתיאל »

אינערהאלב די מזרחי'סטישע עליטע איז עס הימל און ערד און דער שטורעם וואס הרב עידו פכטר האט אנגעדרייעט. מיט א וואך צוריק האט פכטר, אין א פאוסט אויף פעיסבוק, פארגעשלאגן מתיר צו זיין פון היינט און ווייטער אויפצושטעלן סוכות אונטער די דאך פון א באלקאן.

זיין פארשלאג קומט אין רעאקציע צו די פראבלעמאטישע סיטואציע וואס אסאך מוטשען זיך דערמיט אין איזראעל, נעמליך די הויעכ-שטאקיגע געביידעס, וואס פארשווערן דאס אויפשטעלן א נארמאלע כשר'ע סוכה. פכטר טענה'ט אז חז"ל האבן געשריבן די הלכות סוכה אין א צייט וואס א בית און א עליה איז געווען דער מאקסימום וואס זיי האבן געהאט, זיי האבן פארשטייט זיך נישט גע'חלומ'ט דעמאלט אז ס'וועט קומען א טאג וואס אנ"ש וועלן וואוינען אין ריזיגע צעשטופטע בניינים וואס ערלויבן נישט בויען א נארמאלע סוכה. פארשטייט זיך אז זיין פארשלאג האט פאראורזאכט א שטארקע שטורעם, בעיקר אינערהאלב די מזרחי לאגער. טיטלען ווי 'רעפארמער' האבן נישט געשפעטיגט צו קומען אין זיין ריכטונג ווען פון דער אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס לויבן אויס זיין געוואטגקייט.

עס איז נישט דער ערשטע שטורעם זיינע, הרב ד"ר עידו פַּכטר איז א אפטע שטורעם אנדרייער. פכטר איז א יונגע ענערגישע און געלערנטע רב, געהערט צו די ליבעראלע לאגער פון די ציונות דתית אין מד"י און איז פון די פירער פון די נאמני תורה ועבודה באוועגונג וועלכע לייגט א דגוש אויף מער א פּלאָראַליסטישע ליבעראלע צוגאנג צו אידישקייט. פכטר נעמט עס אבער צו א קומענדיגע שטאפל און האלט זיך נישט אפ צו שטעלן פאר א דעבאטע אזעלכע נושאים וואס רוב רבנים, אפילו די מער ליבעראלע פון זיי, האלטן זיך אפ דערפון א שטייגער ווי דער צוגאנג צו הלכה. אין זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן היי יאר יהדות על הרצף רופט ער צו באטראכטן דער צוגאנג צו הלכה פון פריש און עס באטראכטן אלץ מער א ווייכע פלעקסיבל זאך וואס יעדער יחיד קען עס נעמען אויף זיין שטאפל און עס צופאסן צו די היינטיגע מאדערנע מציאות, ווי אויך צו מאראלישע און עטישע קאנסידערעישאנס.

ער וויל אויך טוישן די סידור, די י"ג עיקרי אמונה און אין אלגעמיין פארברייטערן און רידעפינירן אידישקייט אזוי אז ס'זאל אריינעמען אנגעהויבן פון מסורתיים ביז רעפארמער און אפי' סעקולערע. פאר חרדים, דאקעגן, טרעפט ער נישט קיין פלאץ אין זיין אידישקייט, ער טענה'ט גאר אז א גר וואס איז זיך מתגייר צו לעבן ווי א חרדי איז זיין גיור נישט וואליד!, ווארום חרדיזם האט גארניט מיטן ארגינעלן אידישקייט.

אינטערסאנט אנצמערקן אז זיין יעצטיגע הצעה מתיר צו זיין סוכות אונטערן דאך האט ארויסגערופן קעגנערשאפט נישט נאר ביי פונדאמענטאליסטישע רבנים נאר אויך ביי די מער ליבעראלע פון זיי וועלכע זענען יא בעד טוישן די הלכה א שטייגער ווי יואב שורק, מיכאל אברהם און רונן לוביץ. זייער טענה איז נישט אויף די עצם טוישן די הלכה נאר אויף די סיבה פארוואס פכטר וויל עס טוישן נעמליך די שוועריגקייט פון עס אויספירן און די רצון אז ווי מער מענטשן זאלן קענען קאנעקטן צו הלכה, זיי טענה'ן אז דאס אליין האט נישט קיין שום ווערד כשלעצמו, פאסטן יו"כ איז אויך נישט אנגענעם און מען גייט עס נישט טוישן דערפאר, די איינציגסטע קאנסידערעישן אויף צו טוישן הלכה איז אויב די טעם פון די הלכה איז נישט גילטיג אדער עס שטימט נישט מיט דער היינטיגע מציאות.

אינטערוויו מיט פכטר פאר 'מקור ראשון' איבער זיין בוך
https://www.makorrishon.co.il/culture/410781/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר