נח - צוברעכן די תיבה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

נח - צוברעכן די תיבה?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אט טרעטן מיר שוין אריין בעזהשי"ת אינעם נייעם ווינטער, און מיר זענען זוכה זיך צו באגעגענען נאכאמאל מיט די לעכטיגע פרשיות פון ספר בראשית וואס ענהאלטן אין זיך די מעשי אבות און די השתלשלות פון די גאנצע בריאה.

אצינד זענען מיר עוסק אין פרשת נח, וואס מיר אלע געדענקן נאך גוט פון אלס קינד, ווי דער אייבישטער האט באפוילן פאר נח צו בויען א תיבה וויבאלד ס'גייט קומען א מבול און חרוב מאכן די וועלט. נח שטייט און בויט די תיבה במשך הונדערט און צוואנציג יאר, ווען דורכאויס די גאנצע צייט שטייען זיינע שכנים ביי די זייט, זיי הערן נישט אויף חוזק צו מאכן פון איהם, זיי לאַכן פון איהם און שפעטן אָפ פון זיין תמימות, זיי האלטן אז ער לעבט עפעס אין א עולם הדמיון אז ס'גייט קומען א חורבן און נאר ער אליינס וועט געראטעוועט ווערן... און דער אמת, אויב מיר ווילן זיך אריינלייגן אין זייער מצב, לכאורה איז נישט ווייט צו זאגן אז מיר קענען זיי גאנץ גוט פארשטיין. שטעלט אייך פאָר אז מ'זאל שמועסן אין די גאסן אז ס'איז דא א איין איינציגע מענטש אין די וועלט וואס טענה'ט אז די גאנצע וועלט גייט אונטערגיין, ער טענה'ט אז ער ווייסט פונקטליך וויאזוי דאס גייט פאסירן, און ער ווייסט אויך וואס איז די עצה צו ווערן געראטעוועט, און ער לייגט אריין ענדלאזע כוחות און ענערגיע כדי אנצוגרייטן זיין רעטונגס פלאַן וואס וועט איהם העלפן אינעם טאג ווען די וועלט גייט אונטער, ער גיבט זיך אפ דערמיט שעות ארוכות יעדן איינציגסטן טאג, און די גאנצע שטאט האלט מיט זיינע ענדלאזע מעשים וואס ער טוט כדי אנצוגרייטן זיין קאמפליצירטע רעטונגס שיפל, נו, פארשטייט דאָך יעדער איינער אליינס אז די ליצנות וואלט געגאנגען עד לב השמים, דער עולם וואלט נישט אויפגעהערט זיך אונטערצוהאלטן אויף זיין חשבון, די גוטע ווערטלעך און חוזק וואלטן געפלויגן אָן אויפהער.

אבער דא לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און זיך מתבונן זיין אין די ווערטער פון רש"י הקדוש אויפן פסוק (ז' יג) בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה בָּא נֹחַ וְשֵׁם וְחָם וָיֶפֶת וגו' אֶל הַתֵּבָה, וואו רש"י ערקלערט דער ענין פארוואס האט נח געדארפט אריינגיין אין די תיבה "בְּעֶצֶם הַיּוֹם" אינמיטן העלן טאג ווען יעדער איינער זעהט, זאגט רש"י, למדך הכתוב שהיו בני דורו אומרים אילו אנו רואים אותו נכנס לתיבה אנו שוברין אותה והורגין אותו, אמר הקב"ה אני מכניסו לעיני כולם ונראה דבר מי יקום. די מענטשן פונעם דור האבן געסטראשעט אז אויב זיי וועלן זעהן ווי נח גייט אריין אין די תיבה וועלן זיי צוברעכן די תיבה און איהם הארגענען, און דערפאר האט הקב"ה ספעציעל געמאכט אזוי אז נח זאל אריינגיין אינמיטן טאג פאר זייערע אויגן, כדי אז יעדער זאל זעהן "ונראה דבר מי יקום" לאמיר זעהן ווער עס וועט בלייבן גערעכט, און ווער וועט אויספירן זייער פלאן.

באמת איז זייער שווער צו פארשטיין וואס דא קומט פאָר, אויב האבן די מענטשן פון זיין דור געהאלטן אז ער חלומ'ט און ער לעבט אין עפעס א מאדנע דמיון אז ס'גייט קומען א מבול, וואלטן זיי געדארפט לאכן פון די גאנצע זאך, און צולייגן אז אויב וועלן זיי זעהן ווי נח גייט אריין אין די תיבה, דאן וועלן זיי אלע איהם באגלייטן מיט געזאנג און טענץ, זיי וועלן העלפן שטופן זיין תיבה, אדער העכסטנס וועלן זיי שטיין אינדרויסן און לאכן פון איהם... זיי האבן דאָך נישט געהאלטן באמת אז ס'קומט א מבול און נח גייט למעשה אריינגיין און געראטעוועט ווערן דורכ'ן תיבה, איז אויב אזוי וואס באדייט זייער טענה פון "אילו אנו רואים אותו נכנס לתיבה אנו שוברין אותה והורגין אותו?!", צו וואס דארפן זיי זיך בכלל באוואָרענען און זאגן אז זיי וועלן איהם הארגענען אויב זיינע פלענער געלונגען?.

און בכלל איז כדאי צו כאפן א נענטערע בליק איבער די גרויסקייט פון נח, און בפרט ווי די תורה הקדושה שרייבט אויף איהם אין סוף פרשת בראשית וְנֹחַ מָצָא חֵן בְּעֵינֵי ה', עפעס האט נח געטוהן גאר ספעציעל אז ער האט זוכה געווען צו אט די מעלה פון 'נוֹשֵׂא חֵן' זיין ביים אייבישטער, א זאך וואס מ'געפונט נישט ביי די אבות הקדושים אדער ביי אנדערע צדיקים. און ווי דער אור החיים הקדוש זאגט אונז אויפן פלאץ, "כי יש לך לדעת כי יש מצוות שתועלתם היא להמשיך חן על האדם או בבחינת ג' או ד' מצוות ידועות, וה' לא הודיע תועליות המצוה לטעם שאמרו ז"ל שירוצו כל העולם לתועליות"... אז עס זענען פארהאן געציילטע מצוות וואס אויב מ'טוט זיי איז מען זוכה צו די ספעציעלע נשיאות חן ביים באשעפער, אבער די תורה זאגט אונז בדווקא נישט אויס דעם סוד וועלכע מצוה איז מסוגל דערצו, ווייל דעמאלטס וועט דאָך דער עולם לויפן צו טוהן נאר די פּאָר מצוות, ווייל יעדער וועט וועלן פארדינען די סגולה און די תועלת דערפון, און דעריבער האט די תורה פארהוילן פון אונז דעם סוד, מיר ווייסן נישט וואס איז גורם דער חן פון א מענטש ביים אייבישטער. אבער פארשטייט זיך אז דאס פַּטֶרְ'ט אונז נישט אינגאנצן פון זיך פארטיפן און זוכן כאטש אביסל אין וואס עס איז געלעגן די גרויסקייט און די חן וואס נח האט געהאט ביי השי"ת, און וואס מיר קענען זיך בעזר ה' לערנען דערפון.

לעצטע וואך האבן מיר עוסק געווען באריכות אינעם ענין פון "דרך ארץ קדמה לתורה" און אז די תורה הקדושה הייבט אָן פרשת בראשית מיט די ענין פון קנאה, סיי ביים עץ הדעת, און סיי צווישן קין והבל, אונז צו לערנען אז דער מענטש מוז פאררעכטן זיינע מידות און זיין אויסגעהאלטן בין אדם לחבירו, ער מוז ארויסהאבן זיין יצר הרע און זיינע שלעכטע נאטורן, ווייל אויב נישט וועט דאס זיין "מוציאין את האדם מן העולם" און עס וועט ברענגן צו זיין גענצליכע חורבן בגשמיות וברוחניות ח"ו.

אין א המשך פון אט דעם יסוד איז כדאי זיך מתבונן צו זיין אין נאך א נקודה וואס איז שטארק נוגע צו אונזער עבודת המידות. און מיר וועלן עס פראבירן צו ערקלערן בעזהשי"ת מיט עטליכע משלים און דוגמאות פונעם טאג טעגליכן לעבן.

אסאך מאל מאכט זיך ווי עס זיצט אינאיינעם א קבוצה פון גוטע פריינט און ידידים, מען זיצט ביי א מסיבה אדער ביי א שמחה פון איינס פון די חברים, די אטמאספערע איז געשמאק און איינגענעם, עס הערשט א געהויבענע שטימונג, יעדער איינער איז אין א גוטע גיסטע, ווען פלוצלינג קומט אריין מעכל, ער רוקט זיך צו א בענקל, און די ערשטע זאַץ וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז "אהא, ער האט נישט געטראפן קיין צווייטן וועמען צו רופן רעדן ביי די שמחה, נאר פלוני"... מעכל איז באקאנט ביי יעדעם נישט פון היינט אז ווען ער וויל זיין נעגאטיוו קען ער דאס זיין זייער שטארק, און אזוי אין די ערשטע צוויי מינוט פון זיין אנוועזנהייט האט ער שוין באוויזן 'אראפצורייסן' און אוועקצומאכן בערך זיבן זאכן פון די שמחה, דער רעדנער, די מוזיק, דאס עסן, אה און יענער רב וואס זיצט דא אויבנאָן וואס האט מיין חבר אייגעזעהן אין איהם בכלל?... נו, וועט איר מיינען אז מעכל האט פשוט ריכטיגע קאמענטארן אויפן מצב, ער קוקט זיך אום און ער באמערקט שנעל די אלע זאכן וואס קלאפן נישט געהעריג (ווייזט אויס אז דער רבוש"ע האט איהם געשאנקן א שנעלע תפיסה, ער האט א כשרון אויפצוכאפן זאכן שנעל) און ער קען עס פשוט נישט איינהאלטן ביי זיך אין בויך, ער זאגט עס נאר ארויס אזוי ווי עס איז, ער האט ליב צו זאגן דעם אמת, אבער בעצם איז זיין תכונת הנפש נישט אזוי געפערליך.

דער ענטפער איז, ניין! מעכל איז נישט סתם א אמת-זאגער און שווארץ-קוקער, נאר על פי רוב שטאמט אזא הנהגה פון א פשוטע השחתה אין מידות, ער איז א מענטש מיט פארדארבענע מידות און א שלעכטע נאטור וואס קען פשוט נישט צוקוקן זיי חבר'ס הצלחה; עס עסט איהם אויף אינעווייניג ווען דער עולם זיצט אזוי געמיטליך און באקוועם ביי יענעמ'ס שמחה, און ער איז דא אריינצוברענגן א גייסט פון ליצנות און ביטערקייט, ער שפירט זיך אסאך בעסער ווען זאכן ווערן אפגע'חוזק'ט און אוועקגעמאכט, און ער וועט זוכן פאר יעדן פרייז 'אונטערצוברענגן' און אוועקמאכן די געשמאקע לופט ארום דעם טיש. והא ראיה, א קלארע סימן קען מען האבן, ווי נאר ער האט געענדיגט זיין ערשטע רונדע אטאקעס, אויב די חברים האבן נישט צוגעשטימט מיט איהם, לאמיר זאגן דער עולם טענה'ט אז זיי האבן גראדע יא הנאה פון יענעם רעדנער, און די מוזיק און דער זינגער זענען הערליך שיין, און יענער רב איז יא א חשובער איד וכו' וכו' און דערווייל איז נאכנישט געלונגען פאר מעכל אראפצוברענגן דעם שטימונג, וועט איר באמערקן, אז ניין און ניינציג פראצענט פון די מאל, וועט ער אנהייבן צו רעדן פון אנדערע נעגאטיווע זאכן, ער וועט רעדן פון שלעכטע נייעס, אז פלוני איז געשטארבן, דארט האט פאסירט אן עקסידענט רח"ל, אדער אז אלמוני איז געווארן דיגנאזירט מיט א שווערע מחלה ל"ע... עס איז כמעט ווי א פאַקט אז דאס גייען זיין זיינע קומענדיגע קאמענטארן. פארוואס? ווייל מעכל האט איין ציל דא, ער וויל פארשווארצן דער מצב רוח, ער וויל אראפברענגן די גוטע גיסטע, און ער גייט דאס טוהן פאר יעדן פרייז, וואס עס פעלט זיך נאר אויס צו טוהן דערצו וועט ער טוהן.

פארשטייט זיך אז ער ווייסט נעבעך נישט אז דאס איז זיין תכלית, און ער טוט עס נישט ממש במזיד מיט א 'לשם יחוד' צו וועלן מאכן אומעטיג די מצב, און ער כאפט אינגאנצן נישט אז אלע זיינע רייד האבן א 'צַד השוה' און אלע זענען אייניג מיט זייער ביטערקייט און נעגאטיווקייט. אבער ווען א מענטש ארבעט נישט אויס זיינע מידות און ער קען נישט פארגינען פאר א צווייטן אדער זיך מיטפרייען מיט יענעמ'ס הצלחה, וועט דאס פאסירן פון זיך אליינס, ער וועט זיך נישט בארואיגן ביז עס וועט איהם 'געלונגען' אראפצוברענגן די געלונגענקייט און גוטע שטימונג פון די מסיבה.

אויב זאל מעכל ווען מיינען אמת'דיג זיינע ערשטע פּאָר טענות וואס ער האט געהאט ביים אריינקומען אין זאל, וואלט ער זיך געדארפט באגנוגן מיט דעם; ער האט זיך אפגעזאגט זיינס, און אז דער עולם האלט אנדערש ווי איהם, שוין, זאל זיין אזוי, עַל טעם וריח אין להתווכח, יעדער פארשטייט זאכן אנדערש. אבער פון יעצט און ווייטער מעג ער דאָך שוין זאגן א גוט ווארט אויך, מ'מעג שוין רעדן פון פרייליכע נייעס אדער אנדערע גוטע זאכן וואס גייען צוזאמען מיט א שמחה. וואס איז דאס ממשיך זיין מיט די ביטערקייט, פארוואס הערט ער נישט אויף? נאר ווייל ער איז ליידער א מוּשְׁחָת אין מידות, און ער וועט נישט איינרוען ביז ער וועט חרוב מאכן די זאך, אפילו ווען זיינע זאכליכע טענות האבן זיך שוין געענדיגט, וועט ער שאַפן נייע קריטיק און נייע ביטערנישן וואס קומען אינגנאצן נישט דא אריין, אלעס אַבּי צו שטילן זיין שלעכטן יצר.

לאמיר אריבערגיין אביסל צו "בין אדם למקום" ווי דער זעלבער לץ קומט צו גיין מיט איין ציל. ראובן און שמעון זענען צוויי חברים אין איין בית המדרש אדער אין איין ישיבה, ראובן און שמעון זענען ביידע נישט געווען אויפן בעסטן פלאץ ביז יעצט, זיי האבן פארברענגט די צייט, נישט געדאווענט און נישט געלערנט ווי עס דארף צו זיין, אבער ראובן האט באשלאסן אז דאס איז עס! ער נעמט זיך אין די הענט אריין, די נייע ווינטער זמן איז געקומען צו גיין און ער מוז מאכן דעם טויש. אומר ועושה, ער שטעלט זיך אוועק אויף איין פלאץ ביים דאווענען, ער דאווענט פון אנהייב ביז'ן סוף, ער שמועסט שוין נישט, ער פארברענגט נישט מיט אנדערע ביים דאווענען. אויך הייבט ער אָן צו לערנען מיט א ברען, מיט א קביעות, ער פראבירט מיט אלע כוחות צו שטייגן און ווערן בעסער. שמעון האלט עס נישט אויס, שמעון איז דאָך געווען זיין לאנג יעריגע חבר און שותף צו אלע זיינע שמוסערייען און שטופערייען ביז אהער, און ער וויל פארשטייט זיך נישט בלייבן אליינס אויף זיין אונטערשטן זיץ, איז קודם קומט ער צו צו ראובן מיט א שטעך-ווארט, הע ביסט מיר געווארן הייליג? האלאו בארואיג זיך... גיב אכטונג פלי נישט אזוי הויעך... און אזוי ווייטער, יעדן טאג מיט פרישע חוזק און טשעפערייען, ער ווארפט אזעלכע שפאָטישע בליקן כסדר, און ער טרייבט ליצנות פון ראובן ווען ער קען נאר, אלעס צוליב די איינע סיבה ווייל ער קען נישט צוקוקן און אויסהאלטן אז זיין אלטע חבר פארלאזט איהם, ראובן גייט שטייגן און ער גייט בלייבן שטעקן, און ממילא וועט ער אנווענדן אלע מיטלען אראפצוברענגן ראובן און מאכן זיכער אז ער בלייבט אויך שטעקן ביים אלטן.

אויב וואלט שמעון געווען אַן אמת'ער מענטש, און ער מאכט ליצנות פון ראובן פשוט ווייל ער האלט אז ראובן איז נאכנישט דערביי, ער האלט באמת אז ראובן פליט צו הויעך און צו שנעל און ער וויל איהם נאר בארואיגן; דאן וואלט די ליצנות זיך געדארפט אמאל אויפהערן, עס וואלט געדארפט אנקומען צו א געוויסע פונקט ווען שמעון באמערקט אז ראובן שטייגט טאקע, ער רוקט זיך פאראויס יעדן טאג מיט שנעלע טריט, און איך בלייב ווייטער דער אלטער נאַר! עס וואלט איהם געדארפט אנהייבן צו דרוקן אויפן הארצן און פאָדערן פון איהם, הער אויף מיט דיין ליצנות! אדרבה, הייב זיך אויף און כאפ זיך מיט, בעהט פון ראובן אז ער זאל דיר מיטטראגן אויף זיין רוחניות'דיגע רייזע! אפשר איז ער גרייט צו לערנען מיט דיר יעדן טאג אפאר מינוט, אפשר איז ער גרייט דיך צו העלפן און אויסלערנען דעם וועג וויאזוי מ'מאכט א טויש.

אבער אויב שמעון מאכט זיך קיינמאל נישט דעם חשבון הנפש, נאר אנשטאט דעם איז ער מוסיף והולך, און ער זעצט ווייטער פאָר יעדן טאג מיט זיינע נארישע ליצנות און חוזק פון ראובן, איז א סימן אז ס'האט גארנישט קיין שייכות מיט'ן אמת, ס'איז נישט פשט אז ער האלט בלויז אנדערש ווי ראובן, אדער אז ער פילט אז מ'דארף עכט בארואיגן ראובן, ווייל ווען יא, וואלט זיך דאס געדארפט אמאל אפשטעלן. עס וואלט געדארפט אנקומען דערצו אז שמעון זאל הייבן הענט און מודה זיין צו זיך אז ער באגייט א טעות דא. אבער אויב דאס געשעט נישט, איז א סימן אז באמת האט שמעון בלויז איין ציל, ער וויל חרוב מאכן ראובן און שטערן זיין הצלחה פאר יעדן פרייז. עס אינטערסירט איהם נישט די אמת, און ער זוכט נישט זיין אייגענע הצלחה בכלל, ער האט זיך פשוט און גראד גענומען א מיסיע צו מאכן זיכער אז ראובן פאלט, כדי אז ער -שמעון- זאל נישט זיין קיין לוּזער... און דאס איז ריכטיג השחתה לשם השחתה! ווען א מענטש גייט מיט די קאפ אין וואנט אריין בלויז צו צושטערן יענעם צוליב זיין אייגענע גאוה און נידריגקייט, ער קען קיינמאל נישט אויפהערן מיט זיין ליצנות, אפילו ווען דער אמת שרייט ארויס גאר הויעך, קוק ווי שיין ראובן פירט זיך, אדרבה, געב אויף דיין קאמף, לערן זיך אפ פון איהם און מאך איהם נאך; אפילו ווען ער זעהט עס שווארץ אויף ווייס, איז ער נאך אלס נישט גרייט אראפצולייגן זיין שעדליכע געווער.

און באמת קען מען מאריך זיין מיט נאך פילע משלים, וויפיל מאל מאכט זיך ווען א חבר, א מחנך, אדער א רבי, האט אונז מוסר געזאגט אדער געהייסן טוהן א געוויסע שריט, און מיר האבן אפגעלאכט און עס אוועקגעמאכט האלטנדיג אז ער איז נישט גערעכט. אבער יעצט ווען די אמת פּאַטשט שוין אין פנים אריין, ווען די מציאות ווייזט קלאר אז יענער האט געוואוסט וואס ער רעדט, יעצט בין איך דען מודה? הער איך דען אויף צו לאכן און איך בין מודה אז כ'האב א טעות געהאט? אדער עס פּאַסט מיר שוין נישט און איך בין ווייטער ממשיך מיט א בלעכענע פנים כאילו איך בין גערעכט?... מיר דארפן זיך שטארק בודק זיין אויב מיר האבן נישט אין זיך אביסל פון אט דעם פראבלעם, פון אנהאלטן די קעגנערשאפט, די ליצנות, דאס אפלייקענען, אפילו ווען מ'ווייסט גאנץ גוט אינעווייניג אז מ'איז נישט גערעכט.

אז מיר דערהערן גוט דעם יסוד, וועלן מיר שוין גוט פארשטיין די שלעכטע פלענער פונעם אנשי דור המבול, זיי זענען געווען פארדארבן אין זייערע
מידות, כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ, און זיי האבן געפראוועט ליצנות פון נח די גאנצע צייט אז עס גייט קומען אן עונש אויף זייערע שלעכטע מעשים. אבער יעדער בַּר-דעת וואלט פארשטאנען אז טאמער וועט זיך ארויסשטעלן אז די מבול וועט צום סוף יא קומען צו גיין, א שווערע שטורעם וועט אויסברעכן, און נח מיט זיין משפחה שפאנען אריין באקוועם אין די תיבה און אנטלויפן פון די שווערע פארפלייצונגען, נו, דא האט דאָך שוין נישט קיין פשט חוזק צו מאכן, געענדיגט מיט די ליצנות, פארפאלן נח איז גערעכט געווען, עס רעגנט און גיסט און יעדער דארף זוכן וויאזוי זיך צו באשיצן.

און אפשר טאקע אויב וואלטן די אנשי דור המבול דעמאלטס תשובה געטוהן, זיי וואלטן צוריק געצויגן פון זייער לאנג-יעריגע ליצנות מאכן, און זיי וואלטן געקומען קלאפן אויפן טיר פונעם תיבה מיט הכנעה און געבעטן אז נח זאל זיי ארייננעמען, איז שטארק מעגליך אז השי"ת וואלט זיי מוחל געווען און אריינגעלאזט אין די תיבה צו ווערן געראטעוועט. דער פראבלעם איז אבער געווען אז די מענטשן זענען געווען פארדארבן אין זייערע מידות, און זיי האבן גענומען דעם וועג פון קעמפן דורך זייער ליצנות ביז'ן סוף, זיי האבן קלאר געוואוסט אז זיי נישט גרייט אויפצוגעבן זייער מלחמה פאר קיין געלט אויף די וועלט, ביז'ן מבול וועט מען חוזק מאכן, און איינמאל דער מבול וועט קומען און ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז מיר זענען גאר געווען אומגערעכט, וועלן מיר נאך אלס נישט אויפהערן און זיך ברעכן, אדרבה, אילו אנו רואים אותו נכנס לתיבה אנו שוברין אותה והורגין אותו... מיר וועלן אונטערברענגן נח פאר יעדן פרייז, אויב ס'גייט נישט מיט די בלויזע ליצנות פון אנהייב, זענען מיר גרייט איהם צו הארגענען און צוברעכן זיין תיבה, מיר וועלן טוהן וואס עס פעלט זיך נאר אויס איהם צו שטערן. אויב אזוי, "אמר הקב"ה אני מכניסו לעיני כולם ונראה דבר מי יקום", אין אזא פאל זאגט השי"ת לאמיר זעהן ווער עס וועט אויספירן! פון אזא השחתה איז שוין נישט דא קיין תשובה, עס איז שוין נישט דא דער וועג ארויס, פאר איינער וואס איז דא נאר צו שטערן, און איז נישט גרייט אויפצוהערן ווען ער זעהט שוין די אמת פאר זיינע אויגן, זיי וועלן שוין מוזן אפגעמעקט ווערן פון די וועלט רח"ל.

וואס איז טאקע די עצה פאר אונז נישט צו ווערן חלילה אריינגעכאפט אין אט דעם זעלבן נעץ? וויאזוי קענען מיר זיך היטן פון ווערן אזא סארט מענטש וואס גייט אָן מיט זיין שלעכטקייט אָן קיין גבול און איז נישט גרייט אויפצוהערן אפילו ווען ער איבערצייגט זיך אז ער איז נישט גערעכט.
איז כדאי צו ברענגן א מורא'דיגע לשון וואס שטייט אין ספר חרדים (פרק ט' אות מ"ב) וואו ער ברענגט ארויס די חשיבות און גרויסקייט פון א מענטש צו לעבן מיט יישוב הדעת, מיט רואיגקייט און קלארקייט, די פארקערטע פון כעס און ווילדקייט, וזה לשון קדשו: רמז שישמור את הנשמה הקדושה שבו שלא תפרד ממנו על ידי הכעס, אלא יהיה לבו נח ומיושב תמיד, ועל זה אמרו במדרש הנעלם, שנרמז בתורה ונח מצא חן בעיני ה', כלומר על ידי שהיה לבו תמיד 'נח' ומיושב מצא חן בעיני ה', דכל ניחא מסטרא דקדושה וכל רוגזא מסטרא דמסאבא, וכתיב בתריה אלה תולדות נח וכו' שלש פעמים נח, שמתוך שלבו נח ומיושב מאד, יהיה נח בדבורו נח בהילוכו נח במעשיו. ואע"פ שאין המקראות יוצאין מידי פשוטן, דרך רמז נאמר בהם למשה בסיני כל אלו הדברים...

דא שטייט דער סוד פון נח דער איש צדיק תמים, נח איז א לשון פון 'מנוחה' ער האט אלעמאל געלעבט מיט א רואיגקייט, מיט מחשבה און התבוננות, יעדע זאך אדורכגעטראכט מיט יישוב הדעת, וואס דאס האט גורם געווען אז ער זאל געפונען חן ביי השי"ת. "דכל ניחא מסטרא דקדושה" ווייל יעדער מענטש וואס איז צוגעלאזן, רואיג, און במנוחה, ער קומט פון די צד הקדושה, און פארקערט, "וכל רוגזא מסטרא דמסאבא" דער ענין פון כעס און בהלה דאס שטאמט פון די סטרא אחרא ח"ו, דאס איז היפוך פון קדושה און ערליכקייט. און דערפאר שטייט דריי מאל די ווארט נח אין די ערשטע פסוק פון אונזער פרשה, אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק וגו' אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ, מרמז צו זיין אז וויבאלד אין זיין הארץ איז נח אלעמאל געווען אין א מצב פון מנוחה און יישוב הדעת, דאס האט געברענגט אז ער זאל זיין 'נוח' און צוגעלאזן, סיי ביים רעדן, סיי ביי זיין אויפפירונג, און סיי אין די מעשים וואס ער האט געטוהן, אין אלע דריי חלקים פון זיין לעבן האט זיך דערקענט און אפגעשפיגלט דער ענין פון נח און מנוחה וואס האבן איהם געגעבן דעם הייליגן חֵן, אזוי ערקלערט דער חרדים.

און באמת דאס איז דאָך געווען די גאנצע מהות פון נח, ווי עס שטייט אין פרשת בראשית "וַיִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ נֹחַ לֵאמֹר זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵׂנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" אז נח איז געווארן אנגערופן מיט'ן דעם נאמען טאקע צוליב די שורש פון 'מנוחה' און 'נָחָה' ווייל ער וועט אונז בארואיגן און ברענגן דערלייכטערונג. ווייל ביז די צייטן פון נח פלעגט מען ארבעטן שווער און אויפגראבן די ערד מיט די בלויזע הענט, און נח האט מחדש געווען דער 'מחרישה' א אַקער-אייזן וואס מ'קען מיט דעם גרינגערהייט אקערן, קומט אויס אז ער האט געברענגט מנוחה און רואיגקייט צו די וועלט. (זעה רש"י דארט)

ווי וואונדערליך זענען די ווערטער פונעם רא"ש על התורה וואס ברענגט בשם רבי יהודה החסיד ז"ל אז ביז נח איז געבוירן געווארן האבן די מענטשן נישט געהאט קיין באזונדערע פינגער, נאר די גאנצע האנט איז געווען באהאפטן ווי איין שטיק פלייש, און נח איז געווען דער ערשטער וואס איז געבוירן געווארן מיט פינף באזונדער פינגער אויף זיין האנט, ממילא האט ער שוין נישט געהאט די זעלבע כוחות צו קענען גראבן מיט די הענט אזויווי די אנדערע מענטשן, און צוליב דעם האט ער טאקע געמוזט אויפקומען מיט א כלי וואס זאל טוהן די ארבעט אנשטאט איהם.

בדרך רמז קען מיר זאגן אז די ענין פון 'פיסוק אצבעות' צו האבן באזונדערע פינגער דאס ווייזט אויף א לעבן מיט חשבון און מיט א סדר, ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן ווען מ'ציילט אדער מ'מאכט סיי וועלכע חשבון, נוצט מען די פינגער כדי צו רעכענען און מאכן א סימן אפצוציילן יעדע זאך באזונדער.

און אט דאס איז געווען די סוד פון נח, צו לעבן מיט א חשבון! צו לעבן מיט יישוב הדעת און מחשבה. נישט צו ווערן נאכגעשלעפט בלינדערהייט נאך די אינערליכע הרגשים פון קנאה און שנאה און מאכן ליצנות אָן אויפהער אפילו ווען ס'האט שוין נישט קיין פשט, אדרבה, זיך מתבונן זיין אין יעדע זאך, טראכטן און זיך פרעגן "בין איך טאקע גערעכט?" אדער אפשר מאך איך א טעות, "קומט מיין נעגאטיוויטי פון א אמת'דיגע פלאץ, אדער סתם ווייל איך קען נישט פארגינען און איך בין בלויז דא צו שטערן?". און אויב א מענטש לעבט אזוי, ער לעבט מיט מחשבה, ער נוצט זיין שכל, ער טוט נישט קיין איבערגעאיילטע שריט, און ער לאזט זיך נישט פארפירן פון זיין כעס און פון זיינע אומאויסגעארבעטע מידות, און ער נעמט די קוראזש און די שטארקייט מודה צו זיין אז ער האט געמאכט א טעות ווען ער איז נישט געווען גערעכט, און ער שעמט זיך נישט צו זאגן פאר זיין חבר, ראובן, אפשר העלפסטו מיר אויך, אפשר לערנסטו מיר אויס וויאזוי זיך צו פארבעסערן. אויב מ'לעבט אזוי איז מען זוכה צוצוקומען צו די געוואלדיגע שלימות פון וְנֹחַ מָצָא חֵן בְּעֵינֵי ה'.

לסיכום געדענק:
• איינער וואס איז פארדארבן אין מידות וועט מאכן ליצנות און שטערן יענעם, אפילו ווען ער ווייסט אז ער איז נישט גערעכט.
• די פארקערטע דערפון איז יישוב הדעת און מחשבה, טראכט אריין פון וואו דיין ליצנות און קעגנערשאפט שטאמט.
• צוגעלאזן, רואיג, און מנוחה, קומט פון די צד הקדושה, ס'איז דער סגולה פון ונח מצא חן בעיני ה'!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר