גזירות החינוך - פרשת לך לך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

גזירות החינוך - פרשת לך לך

שליחה דורך קרן זוית »

אזוי ווי יעדע שבת, איז די וואך געווען א נחת צו פארהערען מיין קליינע חדר אינגעל די שאלות פון די וואכעדיגע פרשה.
וויבאלד איך האב שוין מעביר סדרה געווען ער"ש, וויסענדיג וואס עס שטייט דארט האב איך ביים פארהערען מיין אינגעל געזעהן די אמת'ע "גזירות החינוך".

מ'לערנט נישט מיט די קינדער פשוט'ע אפענע פסוקים וואס זענען די סאמע יסודות פונעם אידישע פאלק און הבטחות וואס די תורה זאגט בנוגע די פאלק ישראל, וואס ווערט פארמירט צווישען די פסוקים פון די היינטיגע סדרה.

כלפי מה הדברים אמורים, פרשת "לך לך" ווערט פארמירט די מהות וואס ווער אנגערופען עם ישראל, איז אוודאי פשוט אז דאס וואלט געווען די סאמע ערשטע זאכען צו מחנך זיין אונזערע קינדער.
4 באזונדערע מאל שטייט די וואך אין די פרשה אז דער אויבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו אז ער געבט איהם א לאנד וואס הייסט ארץ כנען פאר איהם און זיינע קינדער און אויך שטייט סוף סדרא אז זיי גייען זיין א גוי און א מלכות.

תחילת הפרשה..
1) וירא ה' אל אברם ויאמר "לזרעך אתן את הארץ הזאת" ויבן שם מזבח לה' הנראה אליו.

אחרי הפרד לוט..
2) כי את כל "הארץ אשר אתה ראה לך אתננה ולזרעך" עד־עולם.

ברית בין הבתרים...
3) ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר "לזרעך נתתי את הארץ" הזאת מנהר מצרים עד הנהר הגדל נהר־פרת.

ברית מילה..
4) והפרתי אתך במאד מאד ונתתיך "לגוים ומלכים" ממך יצאו.
והקמתי את בריתי ביני ובינך ובין זרעך אחריך לדרתם לברית עולם להיות לך לאלהים ולזרעך אחריך
"ונתתי לך ולזרעך אחריך את ארץ מגריך" את כל ארץ כנען לאחזת עולם והייתי להם לאלהים.

לכאורה וואלטען אלע מלמדים געדארפט דאס פארציילן פאר די זיסע אידישע קינדערלעך, און שטערקער מאכען זייער אמונה און זאגן...

אז דאס איז אונזער הויפט זאך פון דעמאלסט ביז היינט, דער אויבערשטער איז אונזער אלהים און מיר זענען זיין פאלק אונזער פלאץ איז אין א"י מעתה ועד עולם א ממלכת כהנים וגוי קדוש !!!

און פארציילן, אידן זענען טאקע געווארען א פאלק און אריין אין ארץ ישראל,
אפי' זיי זענען פארטריבן געווארען פאר זייער זייער א לאנגע צייט זענען די אידן צוריקגעומען צו די זעלבע פלאץ קיין ארץ ישראל מילאנען מיליאנען אידען וואס זענען געווען צעשפרייט איבער 100 לענדער זענען נאך טויזענטער יאהרן צוריק איינגעזאמעלט אין א"י.

די שאלה וואס די קינדער ברענגען אהיים דארף אריינרעכענען אט די שאלה...
וועלעכע זאך זעען מיר וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און מיר לעבן היינט צו זעהן בעפאר אונזער אייגענע אויגען ?

תשובה; בני ישראל זענען נאך אלס דא אזוי ווי דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו, עם ישראל איז צוריקגעקומען צו די זעלבע לאנד וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו, און מיר זענען שוין אויפען וועג און מיר קוקען שוין ארויס צו ווערען א פולשטענדיגע ממלכת כהנים וגוי קדוש אין ארצינו הקדושה.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר