ואת ענינו - זו פרישת דרך ארץ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

ואת ענינו - זו פרישת דרך ארץ

שליחה דורך פרנס החודש »

דאס איז אן ענין וואס איך און אנדערע וואלטן שוין לאנג געוואלט ארויפברענגען, נישט די הלכה׳דיגע חלק נאר די פילאזאפישע און סאציאלע פראבלעם אין די חרדישע וועלט ואס רופט זיך פרישת דרך ארץ.

השם בחכמה יסד ארץ, איינע פון די צענטראלע באדערפענישן פון א ערוואקסענער מאנספערזאן איז צו פארברענגען מיט מיטגלידער פון די אנדערע מין. אין די שמועס מיין איך עס נישט נאר אין א געשלעכטליכע פארנעם, נאר פשוט פארברענגען צוזאמען.

האט פאסירט אין אונזער ציבור אז נאכ׳ן קריג איז געווארן איינגעפירט אז א מאן האט נישט וואס צו פארברענגען מיט א פרוי. די געדאנק איז געווען צו פארמיידן זנות, אבער עס האט זיך אויסגעשפרייט צו ארייננעמען אפילו בחורים און מיידלעך וואס זענען נישט חתונה געהאט.

טרעף איך א בחור וואס לערנט אין איינע פון אונזערע פריש געשאפענע ״ישיבות״ פאר עלטערע בחורים, ער האט נאך צוויי ברודערס אין שידוכים העכער זיך, דאס מיינט אז בדרך הטבע טרעפט ער נישט קיין שידוך אין די קומענדיגע צוויי יאר. עס קען זיך יעדער (יא אדער נישט) פארשטעלן וואס פאר א פיין פון פרישת דרך ארץ ער גייט דורך. מיין פראגע איז צו עס עקזיסטירט בכלל דער חכם וואס קען נעמען אחריות אויף דעם און זאגן ״ריכטיג, עס איז שרעקליך פאר עם אבער עס פעלט אויס פארן גרעסערן ציבור׳ס טובה״?

און ווער אדער וואס קען בארעכטיגן דאס מקריב זיין א חלק פון אונזער ציבור פאר די טובה פון די איבריגע?


מיין רוף איז צו ערנסט איבערטראכטן פון א סאציאלע שטאנדפונקט די וועג מיר קוקן אן בחורים און מיידלעך פארברענגען צוזאמען.
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר