ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל

ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??

שליחה דורך קרן זוית »

יעדן טאג קומען ארויס נייע ספרים על התורה, חידושים און געשריבענע געדאנקען פון כל מיני מענטשן אין דער היימישע וועלט, אנגעהויבען פון רבי'ס ראשי ישיבת ווי אויך פון בעל בתים כולל אינגעלייט. ספרים אנגעפילט מיט דרושים אדער סתם טייטשען אדער געדאנקען ווי אזוי זיי שפירען אריינצולערנען אינעם פסוק חומש און אריינקנייטשען ככל העולה על רוחם און דאס קומט אן אין שבת גליונות וכו' אזוי אויך איז דא ביינונז כל מיני בעלי דרשנים און דרש'ענען אריין אין חומש דרשות כפי בחירות לבם.

מיין פראגע איז, צו אויף די אלע ספרים און דרשות איז אויך שוין אמאל ארויסגעקומען איסורים און חרמות, אדער געזעצן און נאכגעגאנגען אויב יעדע טייטש איז לפי מסורות היהדות?!

ווי לאנג ס'איז געדאנקען אדער חסידישע טייטשען, מעגסטו מפיץ זיין וואס דו ווילסט און אנפילן אונזערע ספרים געשעפטן און אריינברענגן השקפה'דיגע געדאנקען אין אינזער געזעלשאפט לויט ווי אזוי ער זאגט אז כך כתוב בתורה, מיט די צייט זאגט מען דאס איבער פאר אונזערע קינדער אין חדר אדער בחורים אין ישיבה דאס און דאס מיינט די פסוק, אריינברענגעדיג פרישע גייסטליכע מחשבות און עניני השקפה לויט ווי אזוי זיי לערנען אריין פשט...

ווידערעם די תלמידי חכמים, המחברים פון די הייליגע חומש "פשוטו של מקרא" וואס האבן געבויט זייער פירוש לפי הראשונים מפרשי ע"פ הפשט און אפילו את"ל זיי האבן יא צוגעלייגט סברות ישרות לויט זייער תורה'דיגן און שכל'דיגע פארשטאנד, מה כל הצעקות האלה?! ע"פ דרוש וע"פ סוד ורמז חסידות מעג יעדער אריינלערנען אבער ע"פ פשט דאס נישט !!

אויב שוין יא עפעס וואס ס'פאסט צו מפיץ זיין אין א ספר, זאל עס זיין אזעלעכע טייטשען וואס זענען על פי פשט אזוי ווי די גמרא זאגט בפירוש במסכת שבת "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".

וואס זעמער אונז שולדיג, אז עס זענען געווען געוויסע משכילים וואס זענען אויך געגאנגען אויף מהלך וואס זעהט אויס צו זיין ע"פ פשוטו של מקרא, הונדערטער יארען שפעטער טאר קיינער נישט זאגען א שיינע פשט אין די פסוק ווייל משכילים האבן אויך אזוי געטוהן?!
אדרבא, דאס איז אייביג געווען א מהלך און לכאורה די לכתחילה'דיגע מהלך פון זיכען צו טייטשען על פי "פשוטו של מקרא.

לסיומה, דא איז א שטיקל פון "אור החיים" אנפאנג פרשת בראשית, וזה לשונו...
דע "כי רשות" לנו נתונה לפרש משמעות הכתובים בנתיבות העיון "ויישוב הדעת" הגם שקדמונו ראשונים ויישבו באופן אחר כי ע' פנים לתורה ואין אנו מוזהרים שלא לנטות מדברי הראשונים אלא בפירושים שישתנה הדין לפיהן, ולזה תמצא שהאמוראים אין כח בהם לחלוק על התנאים במשפטי ה' אבל ביישוב הכתובים ובמשמעותן מצינו להם בכמה מקומות שיפרשו באופן אחר:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרן זוית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר