תולדות - זיין אמת'דיג מיט זיך אליין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

תולדות - זיין אמת'דיג מיט זיך אליין

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אין פרשת תולדות, א פרשה וואס מיר געדענקן אלע זייער גוט נאך פון די חדר יארן, ווער ווייסט דען נישט די מעשה פון יעקב מיט עשו, ווי עס ווערן געבוירן די צוויי צווילינג, עשו איז דאך דער באקאנטער 'עשו הרשע' וואס זינדיגט און פירט זיך אויף שלעכט, און ווי רש"י ברענגט אין אונזער פרשה, אז ווען עשו איז אהיימגעקומען פון פעלד, וַיָבֹא עֵשָׂו מִן הַשָּׂדֶה וְהוּא עָיֵף, עשו איז געווען מיד און אויסגעמוטשעט, פון וואס איז ער אזוי מיד? זאגט רש"י אז ער איז געווען אויסגעמאטערט פון רציחה, פשוטו כמשמעו, עשו איז געווען א בלוט-דארשטיגער מענטש, א רוצח! און באמת, חז"ל זאגן אונז נאך מער (בבא בתרא דף ט"ז:) אז ער האט עובר געווען פינף גרויסע עבירות אין יענעם טאג אליינס, בקיצור, מ'רעדט פון עשו הרשע... דאגעגן יעקב אבינו איז דער צדיק, דער אִישׁ תָּם ישֵׁב אֹהָלִים וואס זיצט על התורה ועל העבודה, ער איז פארנומען מיט'ן דינען דעם אייבישטער, און ער וואקסט אויס צו זיין דער צדיק יסוד עולם, דער טאטע פון די הייליגע שבטים, דער 'בחיר שבאבות' ווי ער ווערט אנגערופן אין זוהר הקדוש, דער אויסדערוועלטער פון אלע אבות הקדושים.

אבער איין מינוט, לאמיר קוקן וואס די תורה הקדושה האט צו זאגן אויף די צוויי ברידער. ווען מען כאפט א בליק אין פסוק שטייט בלויז געציילטע ווערטער, וַיְהִי עֵשָׂו אִישׁ יֹדֵעַ צַיִד אִישׁ שָׂדֶה, עשו איז א מענטש וואס קען גוט פאנגן חיות, ער דרייט זיך אין די פעלדער און וועלדער, וְיַעֲקֹב אִישׁ תָּם ישֵׁב אֹהָלִים און יעקב איז דער 'תַּם' דער תמימות'דיגער און וואוילער וואס זיצט אין די געצעלטן פון תורה און ער לערנט תורה ביי שֵׁם ועבר. די קושיא שרייט לכאורה ארויס ווי פון זיך אליינס, דאס איז די גאנצע וואס די תורה האט צו זאגן? אזוי באשרייבט מען עשו הרשע? זיין גאנצע מהות איז נאר דאס אז ער איז א פאַנגער אין פעלד? און וואס איז מיט די אלע עבירות חמורות אויף וואס עשו איז עובר?. און די זעלבע קושיא פרעגט זיך אויף יעקב אבינו, צו דען האט די תורה נישט געפונען פאר וויכטיג צו שרייבן מער איבער די גרויסקייט פון יעקב אבינו, זיין גדלות, זיין קדושה, זיין צדקות און ערליכקייט? פארוואס שטייט נאר דערמאנט דעם אִישׁ תָּם ישֵׁב אֹהָלִים.

כדאי צו פארשטיין דעם ענין איז כדאי מקדים צו זיין א געוויסע נושא, א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, וואס פארשטייט זיך מיר ווילן נישט דערמיט אפלערנען פשט אין די פסוקים אדער אין די אבות הקדושים אין וועלכע מיר האבן נישט קיין השגה, נאר דערהערן א מוּשָׂג וואס ליגט דא בדרך רמז אין די פרשה פון יעקב ועשו.

עס האט דערציילט א איד, דער בעל המעשה, לאמיר איהם אנרופן ר' משה. ר' משה דערציילט אז עס האט איהם איין טאג אנגעכאפט א געוואלדיגע תשוקה צו טוהן צדקה און חסד, זעהט אויס אז ער האט געלערנט אדער געליינט איבער די גרויסקייט און חשיבות פון טוהן חסד, און ס'האט איהם אנגעכאפט א פרישקייט אז ער גייט טוהן חסד! הכלל, ער האט באשלאסן אז יעדן טאג וועט ער אוועקלייגן א קליינע סכום געלט אין א ספעציעלן ענוועלאפ, מיט'ן ציל אז די געלט זאל גיין פאר א גוטע צוועק, פאר עפעס א נצרך, אדער פאר אן אנדערע דבר טוב, וכדומה, און אזוי וועט ער כסדר האבן די זכות פון טוהן חסד, ממש יעדן טאג וועט ער האבן א שייכות מיט'ן טוהן צדקה וחסד, און ווען ס'וועט זיך אנזאמלען א שיינע סכום וועט ער עס געבן פארן ריכטיגן מענטש.

הכלל, אזוי האט ער טאקע געטוהן א לענגערע צייט, יעדע נאכט האט ער ערליכערהייט אריינגעלייגט געלט אינעם קאנווערט, און ענדליך ווען ס'האט זיך צונויפגעקליבן א גרעסערע סומע געלט, און ס'איז געווען אין די אנגעשטרענגטע ערב פסח טעג, איז ר' משה אריבערגעלאפן מיט גרויס שמחה צו דער רב פון זיין קהילה, א דערהויבענער איד, וואס אויסער זיין גדלות בתורה און זיין כוח ההנהגה פאר זיינע תלמידים, איז ער אויך באקאנט מיט זיינע פילע מעשים פון צדקה וחסד פאר נויטבאדערפנדע אידן, א איד וואס זארגט פאר אנדערע מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און עסקנות. הכלל, ר' משה קומט אריין צום רב מיט א גרויסע שמייכל דערלאנגענדיג פארן רב די 'מתנה' וואס ער האט אנגעזאמלט, א שיינע סכום געלט וואס דער רב קען טוהן מיט דעם וואס ער פארשטייט, ער קען עס געבן פאר וועלכע צוועק ער פילט פאר וויכטיג. דער רב הערט איהם אויס מיט נייגער וואס דאס איז, און ער שאקלט זיין קאפ מיט הנאה צו הערן פון דעם געטרייען חבר הקהילה אז ער שפאָרט שוין אפ דאס געלט א לענגערע צייט, אלעס כדי צו קענען טוהן גוטס מיט אנדערע אידן.

דער רב פרעגט איהם איבער אויב ער האט שוין מקדיש געווען די געלט פאר א געוויסע צוועק אדער אינזין א געוויסע סארט צדקה דווקא. "ניין" פארזיכערט ר' משה, איך האב עס באמת אנגעגרייט פארן רב אז ער זאל קענען טוהן דערמיט וואס ער וויל, וועלכע צוועק ס'ליגט יעצט אויפן טיש וואס איז וויכטיג, זאל דער רב אהינגעבן דאס געלט, איך האב נישט קיין שום מיינונג און קיין שום פארלאנג, ס'איז דעם רב'ס געלט! רופט ער אויס מיט התלהבות.

"נו, אויב אזוי וועל איך דיר שיקן אויף א שליחות דערמיט" זאגט דער רב, און דערביי נעמט ער ארויס א פעדער און שרייבט ארויף אויפן ענוועלאפ א נאמען מיט אַן אדרעס און גיבט עס צוריק פאר ר' משה אין די הענט אריין, אז ער זאל זיין דער שליח לדבר מצוה און איבערגעבן דאס געלט וואו מען דארף עס אזוי וויכטיג האבן.

ר' משה נעמט עס איבער מיט א שמחה, און זיינע אויגן פאלן אויפ'ן קאנווערט, ער קוקט מיט ערשטוינונג איין מאל און נאָכאַמאָל, ער ציפט זיך די אויגן אויב ער חלומ'ט נישט אדער ער מאכט נישט קיין טעות, וואס האט דער רב דא געטוהן? ער האט דאָך געשריבן מיין נאמען און מיין אדרעס... "רבי, וואס איז דאס? פאר מיר? וואס איז די כוונה?". דער רב הייבט אויף זיינע ליבליכע אויגן און זאגט מיט א ווארימע שמייכל, ר' משה, ווען האסטו די לעצטע מאל געקויפט עפעס פאר דיינע אייגענע בני בית אויף יום טוב?, דיין געטרייע ווייב, אדער דיינע זיסע קינדערלעך, ווען האבן זיי באקומען פון דיר א מתנה אויף יום טוב?... איך בעט דיר פאלג מיך, האסט דאָך געוואלט טוהן א גוטע זאך מיט די געלט, נעם עס און גיי קויף איין פאר דיין משפחה, עס וועט זיין די שענסטע 'דבר טוב' וואס דו קענסט נאר טוהן.

ר' משה האט זיך געכאפט אז דער רב איז גערעכט, דער רב וועלכער איז געווען א טאטע פאר זיינע בני הקהילה האט גאנץ גוט מיטגעהאלטן און געקענט די מציאות און די מצב וואס שפילט זיך אפ ביי יעדע פון זיינע ארומיגע, מיט זיין חכמה און פארשטאנד האט ער געוואוסט אז דאס איז וואס פעלט זיך יעצט אויס ביי ר' משה אין שטוב; די בני בית קענען נוצן אביסל חיזוק, זיי קענען נוצן א גוט ווארט און א מתנה פון זייער פאטער... פלוצלינג האט ר' משה אנערקענט אז ער דארף באמת זיך פארבעסערן אין דעם געביט, ער וויל טאקע זיין א בעל חסד און העלפן אלע אנדערע ארימעלייט און נצרכים, אבער פון זיין אייגענע משפחה האט ער ליידער פארגעסן; שוין א לאנגע צייט וואס ער קוקט זיך נישט אום געהעריג אויף זיי, שוין א לאנגע צייט וואס ער האט 'פאַרקוקט' אויף זייערע געברויכן און פארגעסן זיין תפקיד אלס מאן און אלס טאטע. דער רב'ס איידעלע 'מוּסר מעסעדזש' דורכ'ן צוריק געבן דעם ענוועלאפ פאר איהם אליין, האט איהם גאר שטארק געפאטשט אין פנים, און טיף אריינגעדרינגן אין זיינע ביינער...

און באמת איז דאס מעשים בכל יום, עס מאכט זיך ביי אונז כסדר ווי מיר 'פארזארגן די שטאט' און זענען פארנומען זיך אפצוגעבן מיט אלס און אלעמען, אבער נאר נישט מיט דאס וואס מ'דארף די מערסטע וויכטיג.

נאך א יונגערמאן האט דערציילט, אז ער איז אמאל געפארן א נסיעה אין א קאר וואס א געוויסע חסד ארגענעזאציע האט איהם צוגעשטעלט, ער האט דאן געדארפט פאָרן אין שפיטאל אריין, און די ארגענעזאציע האט אנגע'שַׁדְכֶ'ענט א דרייווער וואס איז געווען גרייט איהם צו פירן אהין. דערציילט דער יונגערמאן, אינמיטן וועג הער איך ווי דער דרייווער באקומט א טעלעפאן רוף פון זיין אייגענעם הויז, איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען זיין ווייב אדער זיינס א קינד, אבער פון וויפיל עס האט דערגרייכט צו מיינע אויערן לויט וואס דער איד האט געענטפערט אינעם טעלעפאן, האב איך פארשטאנען אז מ'דארף איהם יעצט גאנץ וויכטיג אינדערהיים צו קומען טראגן איינעם וואו זיי דארפן גיין, אבער ער האט ממש געשריגן מיט כעס "איך בין פארנומען יעצט! איך האב נישט קיין צייט צו קומען", זיין גאנצע שפראך איז געווען גאר ווייט פון איידל, און ער האט געהאט טענות פארוואס מ'שטערט איהם און מ'קומט צו איהם מיט אזעלכע נאַרישע בקשות פון טראגן און ברענגן אהין און אהער... איך האב זיך ממש געשעמט צו זיצן אין זיין קאר, מיין הויט האט געברענט אויף מיר, איך האב געשפירט אזוי אומבאקוועם, אז כ'האב זיך פשוט געוואלט אנרופן, ר' איד איר קענט מיר אראפלייגן שוין דא, איך וועל נעמען א טעקסי, און איר זייט מוחל נעמט אייער ווייב/טאכטער צו וואו זי דארף...

היוצא לנו, זייער אסאך מאל פאסירט אז א מענטש רעדט זיך איין אז ער טוט גוטע זאכן, ער איז א בעל חסד, ער איז א עסקן, א צדיק, א אויפטוער פארן כלל, אבער למעשה ווען עס קומט צו טוהן וואס איז ריכטיג, ווען עס קומט צו טוהן חסד ביי זיך אין שטוב, דעמאלטס איז ער נישט דא צום האבן, דארט עקזיסטירט פלוצלינג נישט די אלע גרויסע ענינים וואס שטייט געשריבן אויף חסד, דארט נעמט ער עס לעוֹל ולמשא, ער ווערט ברוגז און ער שפירט ווי מ'נוצט איהם אויס. זעהט אויס אז פאר איהם וואלט בעסער געווען ווען זיין ווייב און קינדער רופן אריין צום אפיס פון די חסד ארגענעזאציע און זיי בעטן אז מ'זאל שיקן זייער טאטע אויף א חסד מיסיע זיי צו טראגן פון איין פלאץ צום אנדערן, אדער אהיימצוקומען און העלפן אין שטוב... אפשר דעמאלטס וואלט ער זיך יא אנגערופן ווארים צו זייער רוף.

עס איז א ביטערע געלעכטער, אבער ליידער מאכט זיך עס זייער אפט, מיר האבן אלע געוויסע שוואכקייטן, וואס ווען עס קומט צו טוהן זאכן וואס מיר דארפן, זענען מיר פויל און מיר האלטן נישט דערביי, מיר זעען נישט אין דעם קיין חשיבות, אבער ווען עס ווערט 'דראמאטיש' ווייל ס'קומט מיט די לבוש פון זיין א עסקן אדער א בעל חסד אין די גאס, דארט באקומט מען פלוצלינג חשק און מוט עס צו טוהן.

באמת איז עס נישט קיין חידוש, חז"ל זאגן שוין אזוי אז "גדול הַמְצֻוֶה ועושה יותר ממי שאינו מְצֻוֶה ועושה" עס איז אסאך גרעסער און חשוב'ער ווען איינער טוט א מצוה וואס ער איז 'באפוילן' און מחוייב דאס צו טוהן, ווי דער וואס טוט א מצוה וואס ער איז בעצם פטור דערפון נאר ער טוט עס פון זיין אייגענע גוטע ווילן. און די הסבר איז פשוט, ווייל א מצוה וואס מען איז מחוייב, דארט קומט דער יצר הרע איבערעדן פארקערט, דארט איז דא א נסיון און עס קומט אָן שווער, אבער די אלע מצוות וואו מ'טוט פאר אנדערע, מ'טרעפט ווייטע זאכן וואס זענען נישט אין די אייגענע שטוב, און ווער רעדט נאך ווען מ'באקומט אנערקענונג פאר דעם, מ'ווערט געשעצט און קאמפלימענטירט דורך אנדערע פארן טוהן די אלע גוטע זאכן, פארשטייט זיך אז דאס טוט זיך אסאך גרינגער און אסאך געשמאקער.

יעצט, על פי רוב פאסירט עס צו אונז דורך 'חסרון ידיעה' דער מענטש כאפט זיך פשוט נישט, ער באמערקט נישט אז ער איז פארנומען צו טוהן חסדים מיט אלס און אלעמען נאר נישט וואו ער דארף באמת, ער מיינט חלילה נישט קיין שלעכטס, ער איז פשוט נישט באוויסטזיניג צו זיין מצב, ווי די מציאות איז אז א מענטש קען זיך נישט אליינס זעהן, ער באמערקט נישט זיינע שוואכקייטן, און ווען ער האלט אינמיטן טוהן חסד מיט א פרעמדן און אין די זעלבע צייט שרייט ער און ער דערנידערט זיין אייגענע ווייב אדער קינד, איז דאס נישט בעצם פון רשעות, ער כאפט זיך נאר נישט, און ער דארף א דערמאנונג, ער דארף אן אויפוועקונג זיך מתבונן צו זיין און גוט קוקן אין שפיגל אויף זיינע מידות און מעשים, און ווען ער וואלט פארשטאנען אז ער פירט זיך נישט אויף ריכטיג, וואלט ער באמת געטוישט זיינע וועגן.

דער פראבלעם איז נאר, אז זייער אסאך מאל איז דער מענטש בכלל נישט אויפריכטיג מיט זיך, ער איז נישט אמת'דיג מיט זיך אליינס, און ער זוכט נישט זיך גוט בּוֹדֵק צו זיין און זיך אונטערזוכן אויב זיינע מעשים זענען אויסגעהאלטן. אדרבה, עס איז איהם אסאך גרינגער צו אנטלויפן פון זיך, צו אנטלויפן פון זיין גאנצע מציאות, זיך נישט צו קוקן אין שפיגל, און ווייטער אָנגיין מיט זיינע שלעכטע מעשים אומגעשטערט.

אין אזא פאל קען אמאל זיין אז דער מענטש איז פארנומען מיט'ן אנטלויפן פון זיך אליינס, און ער נוצט גאר זיינע גוטע פעולות ברבים אלס א 'צודעק' און א שלייער זיך אהערצושטעלן ווי א צדיק. דאס הייסט, אז טיף אינעווייניג ווייסט ער אביסל אז ער איז נישט אין ארדענונג, ער ווייסט אז זיין התנהגות איז נישט אויסגעהאלטן, ער ווייסט אז ער פירט זיך נישט אויף אינדערהיים ווי עס דארף צו זיין, [נישט קיין חילוק אויב ס'איז אין די ענינים פון בין אדם לחבירו, אז ער פירט זיך נישט מענטשליך און נישט העפליך, ער טוט נישט זיינע אויפגאבן, ער טוט וויי און איז מצער זיינע ארומיגע, ער איז א כעסן, וכדומה; אדער אויב ס'איז אין די ענינים פון בין אדם למקום, אז ער איז נישט אזוי מקפיד אויף געוויסע הלכות אין שולחן ערוך, ער איז מזלזל אין פארשידענע וויכטיגע זאכן וואס א איד דארף אכטונג געבן], הכלל, ער וויל אבער אנשטעלן א פנים כאילו ער איז יא אויסגעהאלטן, עס פּאַסט דאָך נישט צו זיין דער גראבער יונג, און דערפאר טוט ער פארשידענע גוטע זאכן אינדרויסן אויף די גאס וואו יעדער זעהט, דארט איז ער דער גרויסער בעל צדקה און עסקן, דארט איז ער דער ערליכער איד וואס איז מדקדק על קלה כחמורה. און די חשבון איז פשוט, ווייל ברבים איז איהם אסאך גרינגער זיך צוצושטעלן, ווען יעדער זעהט גיבט עס איהם חשק זיך צו מאכן וואויל און ערליך, ער פארדינט נאך אפילו כבוד און גדולה צו די זייט, און דערמיט געלונגט איהם נאך אויסצונארן די וועלט אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער איז באמת, און וויאזוי ער פירט זיך אויף אונטער פארמאכטע טירן.

קומט אויס אז דאס ביסל גוטע מעשים וואס ער טוט בפרהסיא, די גמילות חסדים און עסקנות, זענען בלויז א וועג פון אויסנארן און פאָפּן די מענטשהייט אז ער זאל אויסקוקן גוט און איידל. אבער ווי מיר ווייסן די כלל וואס צדיקים האבן געזאגט, מ'קען קיינעם נישט נאַרן, נאר זיך אליינס... די סוף פון אזא מענטש וועט זיין אז זיין הארעוואניע פון אויספאָפּן און אויסנארן וועט ווירקן אויף איהם אליין! ווייל פאר אנדערע מענטשן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה ווער ער איז און וואס ער טוט באמת, עס איז זיי בכלל נישט נוגע למעשה, אבער אויף איהם אליינס וועט עס יא משפיע זיין. ער וועט ווייטער אנגיין מיט זיינע שלעכטע מעשים, ער וועט נישט האבן קיין שום פראבלעם צו ווערן ערגער און ערגער, אלעס מיט'ן איינרעדעניש אז סוף כל סוף איז ער נישט אזוי שלעכט, וְהָא ראיה ווייל ער טוט נאך גאנץ אסאך שיינע זאכן אינדרויסן, מענטשן זענען איהם מכבד, אין בית המדרש איז ער היבש באליבט, ער באקומט שיינע קאמפלימענטן, און ממילא וועט דאס איהם געבן חיזוק זיך נישט צו דארפן טוישן פון אינעווייניג. אזא מענטש קען חלילה זיין א חיה רעה אינדערהיים, ער קען זיך אויפפירן ווי א רשע, אבער ער וועט אינגאנצן נישט פילן אז ער מוז זיך טוישן, עס וועט איהם זיין גוט אזויווי ער איז, ווייל ער איז פארנומען אויסנארן יעדן איינעם, און בעיקר בעיקר זיך אליינס, אז ער איז אין ארדענונג... איי די נישט גוטע זאכן וואס ער טוט יא? נעה, דאס איז דאָך גארנישט, מ'דארף נישט מאכן קיין עֵסק פון יעדע זאך... ווי באקאנט האט יעדער מענטש א בארג מיט תירוצים 'זיך' צו פארענטפערן, צו זיך פארשטייט יעדער, ער האט אלע סארטן הסברים און פשעטלעך פארוואס ביי איהם איז אנדערש, פארוואס ער מעג באמת טוהן וואס ער טוט, פארוואס ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, און פארוואס ער איז בלל נישט אזוי געפערליך.

חכמינו ז"ל זאגן (שבת דף ק"ד.) אז די אותיות אמ"ת זענען די ווייטסטע און מערסטע צושפרייטע אותיות וואס איז דא אין די אלף בית, ווייל די א' איז די ערשטע אות, די מ' איז די מיטלסטע אות, און ת' איז די לעצטע אות, קומט אויס אז זיי זענען דערווייטערט גאר שטארק איינס פון די אנדערע, דאגעגן די אותיות שק"ר זענען דריי אותיות איינס נעבן די אנדערע לויט'ן סדר, ק' ר' ש', און בדרך רמז קומט עס לערנען אז דעם אמת דארף מען שטארק זוכן, עס קומט נישט אָן אזוי גרינג צו טרעפן. א מענטש דארף זיך גוט גוט מתבונן זיין, און שווער ארבעטן כדי צו טרעפן און אנערקענען זיינע חסרונות און שוואכקייטן, און וויסן וואס ער דארף פאררעכטן. ווייל צו לעבן מיט'ן שקר און פאָפּעריי, דאס איז זייער גרינג און נאנט... און ווען דער מענטש לעבט מיט'ן שקר קען ער איינזינקן אלס טיפער און טיפער אָן זיך אפשטעלן, און אָן צו באמערקן ווי ווייט ער האט זיך דערקייקלט. ווער רעדט נאך אויף א אופן אזויווי מיר האבן פריער דערמאנט, אויב ער באקומט נאך קאמפלימענטן און כבוד ברבים אויף די פּאָר קלייניגקייטן (די אינו מְצֻוֶה ועושה זאכן) וואס ער טוט יא, איז ער דאָך ממש א 'מושלם' אין זיינע אויגן, ער קלאפט זיך אין רוקן און ער זעהט זיך ווי א צדיק גמור וואס דארף זיך בכלל נישט טוישן, און די סוף קען זיין זייער ביטער ח"ו.

און אט דאס איז די עבודה פון א איד, זיך כסדר פאָרשן און אליינס פרעגן, זיך אומקוקן וויאזוי זעה איך אויס אינדערהיים? וויאזוי זעהט אויס מיין יראת שמים ווען קיינער זעהט נישט? וויאזוי פיר איך זיך אויף מיט מיינע נאנטע דארט וואו מען טיילט נישט קיין 'פְּלֶעקס' אדער תעודות הוקרה פארן זיין דער איש החסד, וויאזוי בין איך דארט??? און כאטש ס'קען אמאל וויי טוהן דעם אמת, און ס'איז פּיינפול זיך צו באגעגענען מיט'ן אמת'ן 'זיך' און אנערקענען וואו מ'שטייט אויף די וועלט, אבער דאס וועט זיין די גרעסטע ישועה. אין די מינוט וואס דער מענטש אנערקענט זיינע שוואכקייטן, ער באגעגנט זיי פנים אל פנים און ער זוכט נישט צו אנטלויפן דערפון, ער פרואווט נישט זיך צו פאָפּן און איינרעדן אז אלעס איז ארדענונג מיט איהם, אדרבה ער גייט זוכן הילף, ער גייט רעדן צו זיין מורה דרך, ער גייט ארבעטן זיך צו טוישן, ער גייט מאכן השתדלות, דאס איז א סימן אז ער פאָרט כאטש אינעם גוטן ריכטונג, עס איז דא גרויס האפענונג אז זיין השתדלות און זיין ארבעט וועט אי"ה אויפטוהן און ער וועט מצליח זיין זיך צו פארבעסערן. אבער אויב וויל מען ווייטער לעבן מיט'ן שקר וואס איז אסאך גרינגער און געשמאקער, דעמאלטס קען דער באן פאָרן ווייטער און ווייטער אזוי ווי עס איז, דער מענטש איז ממשיך מיט זיינע שלעכטע וועגן, ווייל ער איז זיך נישט מתבונן, ער קוקט זיך נישט אום אויף זיינע מעשים, און ער לעבט אין א עולם הדמיון אז ער איז וואויל און אויסגעהאלטן.

אצינד לאמיר צוריק קומען צו יעקב מיט עשו. ווען זיי זענען געבוירן געווארן זענען זיי געווען צוויי קליינע קינדער, קיינער ווערט דאָך נישט געבוירן קיין צדיק אדער רשע, ווען א קינד איז קליין נאך איידער ער טוט מעשים און ער נוצט זיין כוח הבחירה, דעמאלטס זענען אלע קינדער אייניג. זיי האבן טאקע געהאט אנדערע מציאות'ן און אנדערע תכונות הנפש, עשו איז געווען אן 'אַדְמוֹנִי' א רויטער, ער האט געהאט א היציגע נאטור און זיין בלוט האט געקאכט אין איהם, אבער דאס מוז נישט דווקא זיין א חסרון, עס וואלט גאר געקענט זיין זיין גרעסטע מעלה, ער וואלט דאס געקענט אויסנוצן צום גוטן ווי באקאנט. הכלל, עשו איז נאכנישט קיין רשע, און להבדיל יעקב איז נאכנישט קיין צדיק, ער איז נאכנישט אנגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות פון זיין יעקב אבינו דער בחיר שבאבות. אבער וואס יא, עס איז שוין דא א יסודות'דיגע און שארפע חילוק צווישן זיי, וואס אין דעם שטעקט זייער גאנצע עתיד, די גאנצע חילוק וואס גייט זיין אין די צוקונפט צווישן עשו הרשע און יעקב אבינו, א חילוק וואס גייט זיי דערווייטערן און אפטיילן איינעם פונעם אנדערן אזויווי הימל און ערד, שטאמט פון איין נקודה! וַיְהִי עֵשָׂו אִישׁ יֹדֵעַ צַיִד... וְיַעֲקֹב אִישׁ תָּם ישֵׁב אֹהָלִים!

וואס הייסט? ערקלערט רש"י, וואס מיינט אז עשו איז א יֹדֵעַ צַיִד און ער קען פאַנגען, "לצוד ולרמות את אביו בפיו, ושואלו אבא היאך מעשרין את המלח ואת התבן, כסבור אביו שהוא מדקדק במצוות", עשו האט געפאַנגען זיין טאטע יצחק מיט די רייד פון זיין מויל. עשו איז א פאָפּער, פשוט און גראד, ער האט ליב אנצושטעלן א פנים און קומען צו גיין מיט אזעלכע פרומע שאלות "טאטע וויאזוי דארף מען אפשיידן מעשר פון זאלץ אדער פון שטרוי?", און יצחק אבינו איז זיך מחיה צו הערן אז ער האט א ערליכער זוהן, א מדקדק במצוות, און פאר עשו איז דאס די בעסטע זאך, ווייל דאס איז זיין גאנצע תכלית און ציל, וויאזוי מ'קען איינרעדן די וועלט אז ער איז גוט און וואויל.

אבער יעקב אבינו איז א אִישׁ תָּם, און ווי רש"י זאגט, "אינו בקי בכל אלה, אלא כלבו כן פיו, מי שאינו חריף לרמות קרוי תם" יעקב איז נישט באהאוונט אין די אלע פאלשע שטיק פון עשו, ביי איהם איז זיין הארץ מיט זיין מויל אייניג, זאכן וואס ער האלט נישט דערביי, זאגט ער נישט מיט'ן מויל, ער שטעלט נישט אָן קיין פנים כאילו ער טוט זאכן וואס באמת טוט ער דאס נישט, ער איז נישט קיין 'חריף לרמות' ער שארפט נישט זיינע ציינער צו פאָפּן און אויסנארן יענעם, פארקערט, ער איז א תם, א לשון פון תמימות און אמת, ער גייט מיט'ן גאנצן גערעכטיגקייט און אמת'דיגקייט, ער מאכט נישט קיין טיפע פשעטלעך זיך צו פארענטפערן, ער זוכט נישט צו פארהוילן זיינע מעשים, יעקב איז די מידת האמת אזויווי עס שטייט אין פסוק תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב, יעקב וויל נאר וואס איז ריכטיג און אמת.

און דארט ליגט די גאנצע חילוק! ווי מיר האבן פריער געפרעגט, צו דען האט די תורה נישט געפונען פאר וויכטיג צו שרייבן די חילוק צווישן יעקב און עשו, דער תירוץ איז אז אלעס האט זיך אנגעהויבן פון דא, און נאר פון דא. איינער וואס איז א אִיש יֹדֵעַ צַיִד, ער לעבט מיט די מידה פון אויסנארן און פאנגען אנדערע מיט זיינע שקרים, אפילו יעצט איז ער נאך יונג און איז נאך גאנץ גוט, צום סוף וועט ער חלילה וואַקסן א עשו הרשע, ווייל גארנישט וועט איהם נישט אפהאלטן און אפשטעלן פון צוקומען צו די ערגסטע עבירות רח"ל. אבער דער וואס נעמט די מיה און די שטארקייט צו זיין א אִישׁ תָּם, צו זיין אמת'דיג מיט זיך, צו גריבלען אין זיינע אייגענע מעשים, און זיך גוט אומקוקן צו וועלן דערגיין וואו ער שטייט באמת אויף די וועלט, וואס בין איך טאקע? אין וועלכע פְּרַט דארף איך זיך פארבעסערן? וואו שטעקט מיין שוואכקייט?, אפילו ס'איז נישט גרינג און נישט אזוי געשמאק, אבער צום סוף קען מען אנקומען צו גיין אין די וועגן פון יעקב אבינו, און פון אזא הנהגה וואקסט ארויס א בחיר שבאבות.

און אגב, מיר געפונען טאקע דארט וואו די תורה שילדערט די התנהגות פון עשו ווען ער האט געגעסן די ברויט און די לינזן וואס יעקב האט איהם געגעבן, שטייט אין פסוק וַיֹּאכַל וַיֵּשְׁתְּ וַיָּקָם וַיֵּלַךְ, און ווי מיר געדענקן אלע געוויס פון חדר וויאזוי אונזערע רבי'ס האבן געטייטשט דעם פסוק מן הסתם שוין אזוי פון דורי דורות, "וַיֹּאכַל, עשו האט געגעסן און ער האט זיך נישט געוואשן, וַיֵּשְׁתְּ, ער האט געטרינקן און נישט געמאכט קיין ברכה, וַיָּקָם, ער איז אויפגעשטאנען און נישט געבענטשט, וַיֵּלַךְ, ער איז ארויסגעגאנגען און נישט געקושט די מזוזה"... נו, וואלטן מיר געקענט קלערן אז עס איז אביסל אינטרעסאנט, צו דען זענען דאס טאקע די חטאים פון עשו? הייסט זיין נטילת ידים און זיינע ברכות זענען געווען זיין פראבלעם? מ'רעדט דאָך דא פון עשו הרשע וואס האלט ביי גארנישט, ער איז עובר פינף הארבע עבירות אין איין טאג, און פונקט אויף דעם כאפן מיר זיך ארויף אז ער קושט נישט די מזוזה?.

אבער דער תירוץ קען זיין א שטארקע מוסר השכל פאר אונז, אז דייקא דאס דארף מען אריינבאקן אין אידישע קינדער, טאקע די קליינע מעשים וואס א מענטש טוט אינדערהיים, אין זיינע אייגענע ד' אמות, דארט ווי קיינער זעהט נישט, דאס איז די גרעסטע 'בחינה' וואו א מענטש קען זיך פארהערן און זיך מתבונן זיין אויף זיינע מעשים. אויב וויל מען זיין אמת'דיג מיט זיך, איז דאס די פלאץ וואו מ'קען זיך די מערסטע און שנעלסטע איבערצייגן! וויאזוי זעה איך אויס אינדערהיים? וויאזוי מאך איך א ברכה? וויאזוי בענטש איך? וויאזוי זעהט אויס מיין קריאת שמע ליינען?, און טאקע דארט, און נאר דארט, קענען מיר זיך אביסל ארויסהאבן ווער מיר זענען באמת. ווייל די גרויסע מצוות וואס מיר טוען אין גאס לעיני כל הקהל, דאס מיינט נאך גארנישט, צומאל קען דאס זיין אזויווי עשו וואס פרעגט אַבָּא האיך מעשרין את המלח ואת התבן, מיר נוצן דאס אלס אונזער שלייער און פאָפּעריי זיך אליינס צו פאָפּן אז מיר זענען גוט און וואויל און ערליך. דערפאר איז וויכטיג זיך אפצושטעלן און מאכן א חשבון הנפש וויאזוי זעהט אויס מיין וַיֹּאכַל, וַיֵּשְׁתְּ, וַיָּקָם, וַיֵּלַךְ, וויאזוי זעהט אויס מיין התנהגות צו מיין אייגענע ווייב און קינדער, וויאזוי זעען אויס מיינע באהאלטענע חלקים... אפילו דאס זענען טאקע קלייניגקייטן און אפשר לייכטע זאכן, אבער דאס זענען די שטערקסטע און מערסט אמת'ע באווייזן אויפן מצב פון א מענטש. און אויב עשו וואלט זיך אפגעשטעלט דארט און אריינגעקוקט אין זיך, אנשטאט זיין פארנומען מיט'ן פאנגען זיין טאטן און איינרעדן פאר די וועלט פארשידענע פאלשע זאכן, וואלט ער גאנץ אנדערש אויסגעקוקט. און אפשר פארדעם איז דאס די פאסיגסטע פלאץ וואו מען דארף מאכן א 'עֵסֶק' און אויסלערנען פאר זיך און פאר די קינדער ווי וויכטיג עס איז זיך אפשצושטעלן טאקע אויף די קליינע, פשוט'ע, און באהאלטענע נקודה'לעך, וואס דאס וועלן אונז שנעל אויסזאגן ווער מיר זענען, און מיר וועלן האבן די ברירה זיך צו נעמען אין די הענט אריין און גיין אין די וועגן פון יעקב אבינו.

לסיכום געדענק:
• מ'קען קיינעם נישט פאָפּן, נאר זיך אליינס, און דער מענטש וואס נאַרט זיך, קען חלילה פאלן גאר נידריג ח"ו.
• די עצה איז זיך גוט בודק צו זיין און קוקן וויאזוי מיר זעען אויס ביי די קליינע פשוט'ע מעשים אינדערהיים, ווען קיינער זעהט נישט.
• יעקב איז די מידת האמת אזויווי עס שטייט אין פסוק תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב, יעקב וויל נאר וואס איז ריכטיג און אמת.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר