חומש רש"י כפשוטו (של מקרא)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

חומש רש"י כפשוטו (של מקרא)

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין די פ' פון די פארגאנגענע וואך, וישלח.(בראשית לב פסוק ט'). "והיה אם יבוא עשיו אל המחנה האחת והכהו והיה המחנה הנשאר לפליטה"...זאגט רש"י אז דאס ווארט מחנה קענמען טייטשן סיי אלס לשון זכר. און סיי אלס לשון נקיבה.

ער ברענגט ראיות פון פארשידענע פסוקים וואו מחנה איז מיט א לשון זכר. און וואו מחנה איז מיט א לשון נקבה. אויך אין זעלבן פסוק.

ווייל פאר רש"י איז שווער געווען אז אין זעלבן פסוק שטייט סיי א לשון נקבה (האחת) און סיי א לשון זכר (והכהו). רש"י ברענגט אויך אז ס'זענען דא ווערטער (אין לשה"ק) וועלכע מ'קען ניצן סיי פאר א לשון זכר. און סיי פאר א לשון נקבה. אזוי ווי שמש. אדער רוח...!

איז דאך משמע פון דעם אז די מערסטע ווערטער קענמען נישט ניצן פאר ביידע. געוויסע ווערטער זענען לשון זכר. און געוויסע ווערטער זענען לשון נקבה.

להוציא מליבן פון א סאך פון די היינטיגע שרייבערס אין לשה"ק און אידיש וועלכע פראקטיצירן דאס (היינטיגע) פאלשע אידישקייט. וועלכע פרובירן צו שרייבן אלעס נאר בלשון זכר. למשל. פאר..."תורה"... שרייבן זיי ...דער תורה. נישט, די תורה. און אזוי א סאך ווערטער.

לויט דעם קומט אויס אז זיי דארפן (ברוב טיפשותם) צענזורירן דעם מאמר חז"ל..."תורה מה תהא עליה. והתורה מונחת בקרן זוית"...דארפן זיי שרייבן אזוי. "תור' מה יהא עליו. התור' מונח בקרן זווי'...!

אמאל פלעגן אפילו די גרעסטע קנאים ווי ר' סענדער דייטש אויך שרייבן אידיש מיט א גראמאטישע פונקטליכקייט.

לא אלמן ישראל. ס'זענען (ב"ה) נאך היינט אויך דא גוטע שרייבערס אויף אידיש. די שרייבערס פון מאמענט...נו, אבער זיי זענען דאך שקצים. נישט אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות וועלכער קייעט איבער די זעלבע אויסגעדראשענע שטותים וואך איין וואך אויס. ער שרייבט לויט דעם היינטיגן פארגרייזטן דיקדוק.
רעאגיר