בשלח - ווען איך זארג זיך...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

בשלח - ווען איך זארג זיך...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען בעזהשי"ת אין פרשת בשלח, די דערהויבענע פרשה פון שבת שירה, אין וועלכע די אידן האבן זוכה געווען צו די געוואלדיגע נסים פון קריעת ים סוף און די מָן, און נאך פארשידענע גרויסע נסים ונפלאות וואס שטייען אויסגערעכנט אין אונזער סדרה.

לאמיר נישט צופיל מאריך זיין מיט קיין קושיות, אבער אז מ'וועט כאפן א שטיקל בליק אויפן סדר און די השתלשלות פון די געשעענישן וואס ווערן אלס אויסגערעכנט אין די פרשה, שטעלט זיך ארויס א וואונדערליכע ערשיינונג.

צום ערשט האבן די אידן זוכה געווען צו די גרויסע ישועה, דער אייבישטער האט זיי געראטעוועט פון פרעה און די מצריים וואס זענען זיי נאכגעלאפן ביים ים, די מצריים זענען דערטראנקן געווארן אין די וואסער, און די אידן האבן געזען די מפלה פון זייערע פיינט און באקומען די טייערע ביזת הים. די אמונה פון כלל ישראל איז געווארן גאר גרויס, זיי האבן אנערקענט אז השי"ת פארלאזט זיי נישט און ראטעוועט זיי פון די הענט פון די וואס שטייען אויף קעגן זיי, און ווי די תורה הקדושה זאגט עדות, וַיַּרְא יִשְׂרָאֵל אֶת הַיָּד הַגְּדֹלָה... וַיִּירְאוּ הָעָם אֶת ה' וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדּוֹ. דערנאך קומט טאקע די הייליגע שירה וואס אידישע קינדער האבן געזינגן פארן אייבישטער, אָשִׁירָה לַה' כִּי גָאֹה גָּאָה סוּס וְרֹכְבוֹ רָמָה בַיָּם... ה' אִישׁ מִלְחָמָה ה' שְׁמוֹ, יְמִינְךָ ה' נֶאְדָּרִי בַּכֹּחַ, מִי כָמֹכָה בָּאֵלִם ה' מִי כָּמֹכָה נֶאְדָּר בַּקֹּדֶשׁ... זיי ברענגן ארויס די גרויסקייט פונעם אייבישטער און זיין שטארקייט מיט וועלכע ער האט זיי געראטעוועט.

נו, וואלט דאָך געווען צום ערווארטן אז פון יעצט און ווייטער וועט כלל ישראל לעבן מיט איין שטיק אמונה און בטחון, זיי וועלן אלעמאל וויסן און געדענקן אז השי"ת העלפט זיי אין יעדן מצב און ס'איז נישט דא פון וואס זיך צו זארגן. אבער אז מיר קוקן אריין אין די קומענדיגע פסוקים באלד נאך די שירה, דערציילט אונז די תורה, וַיָּבֹאוּ מָרָתָה וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מַיִם מִמָּרָה כִּי מָרִים הֵם, די אידן זענען אנגעקומען צו א פלאץ וואס הייסט מרה וואס מען האט נישט געקענט טרינקן פון די דארטיגע וואסער צוליב זייער שטארקע ביטערקייט, וואס טאקע דערפאר האט דאס פלאץ געהייסן 'מרה' וואס באדייט ביטער, הכלל די אידן הייבן אָן צו וויינען און שרייען, "מַה נִּשְׁתֶּה - וואס וועלן מיר טרינקן?", ביז השי"ת האט באפוילן פאר משה רבינו צו נעמען א שטיק האלץ און עס אריינווארפן אינעם וואסער, און ס'איז געשען א נס אז די וואסער איז זיס געווארן און מ'האט שוין געהאט וואס צו טרינקן.

די זעלבע פאסירט אביסל ווייטער ווען די אידן מאכן זיך א חשבון אז זיי האבן נישט וואס צו עסן, וַיִלוֹנוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עַל מֹשֶׁה וְעַל אַהֲרֹן, זיי קומען ווייטער צו לויפן מיט טענות און קריגעריי און זיי רעדן זיך אפ הלוואי וואלטן מיר געשטארבן אין מצרים, אוי ווי גוט איז דארט געווען, בְּשִׁבְתֵּנוּ עַל סִיר הַבָּשָׂר בְּאָכְלֵנוּ לֶחֶם לָשֹׂבַע, דארט האבן מיר געהאט פלייש און ברויט צו די זעט, און דא האט איר אונז געברענגט אין מדבר אריין וואו מיר וועלן אלע שטארבן פון הונגער ח"ו. דער אייבישטער האט געהערט זייערע טענות, און האט געשיקט משה רבינו זיי מבשר זיין אז ס'וועט פאַלן מָן פון הימל און זיי וועלן האבן וואס צו עסן יעדן טאג.

א קורצע צייט שפעטער, די אידן קומען אָן אין א נייע פלאץ, רְפִידִים, און זיי זעען נישט קיין וואסער דארט, און די טענות און שרייערייען הייבן זיך ווידער אָן, וַיָּרֶב הָעָם עִם מֹשֶׁה וַיֹּאמְרוּ תְּנוּ לָנוּ מַיִם וְנִשְׁתֶּה... וַיָּלֶן הָעָם עַל מֹשֶׁה וַיֹּאמֶר לָמָּה זֶּה הֶעֱלִיתָנוּ מִמִּצְרַיִם לְהָמִית אֹתִי וְאֶת בָּנַי וגו' בַּצָּמָא, די אידן פארלאנגן וואסער פון משה, און זיי פרעגן איהם פארוואס האסטו אונז ארויסגענומען פון מצרים אויב דא וועלן מיר שטארבן פון דארשט ח"ו. משה רבינו האט מורא אז די אידן ווילן איהם כמעט באשטיינערן, און ער לויפט צום אייבישטער, דער אייבישטער הייסט איהם שלאגן דעם שטיין און ס'קומט ארויס וואסער.

שטעלט זיך די קושיא, אויב די אידן האלטן שוין נאך א קריעת ים סוף, זיי האבן שוין געזען פון די נאנט און זיך איבערצייגט דעם יד השם אז הקב"ה פארלאזט זיי קיינמאל נישט, פון וואו קומט דאס אז אין אזא קורצע צייט אפשניט זאלן זיי אריינפאלן איינמאָל און נאָכאַמאָל אינעם זעלבן לאָך פון פארלירן זייער אמונה און בטחון אין השי"ת? וויאזוי קען דאס זיין אז זיי האבן נישט געהאלטן פאר זייערע אויגן די קלארע ידיעה און הכרה וואס זיי האבן שוין באקומען פריער ביים ים סוף אז דער טאטע אין הימל פארגעסט נישט פון זיי און העלפט זיי אין יעדע צרה?.
י
עצט פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון כלל ישראל אין יענעם דור, ווי זיי ווערן אנגערופן אין חז"ל מיט'ן נאמען דער 'דוֹר דֵיעָה' וואס זענען געווען גרויסע און הייליגע מענטשן, אבער אז די תורה הקדושה שרייבט אונז דאס אלעס, דארפן מיר דאָך עס אפלערנען און ארויסנעמען דערפון א מוסר השכל.

און טאקע פון די אנדערע זייט ווערט דער ענין נאך שווערער, ווייל די פרשה ענדיגט זיך מיט מלחמת עמלק, די אידן געפונען זיך נאך אין רְפִידִים, און וַיָּבֹא עֲמָלֵק וַיִּלָּחֶם עִם יִשְׂרָאֵל, עמלק קומט און האלט מלחמה מיט זיי, א גרויסע און שטאקע פאלק קומט זיך רייצן און שלאגן מיט זיי פאר קיין שום סיבה אין די וועלט, אבער דא געפונען מיר נישט אז די אידן רעדן זיך אפ, מ'זעהט נישט אין פסוק אז די אידן האבן מורא געהאט אדער זיך שטארק געזארגט וויאזוי די ישועה וועט קומען, איז דאָך יא משמע אז די אידן האבן געהאט אמונה און בטחון אין השי"ת און זיי האבן פארשטאנען אז ער וועט זיי נישט פארלאזן. אויב אזוי וואס איז די פשט דערפון, פארוואס אין געוויסע מצבים האבן זיי זיך אפגערעדט און געזארגט, און אין אנדערע אומשטענדן האבן זיי זיך אינגאנצן פארלאזט אויפן בורא עולם?.

איז איידער מיר קומען אָן צו פארשטיין די תשובה און דערהערן א חשוב'ע און וויכטיגע יסוד אין אונזער טאג טעגליכע לעבן, איז כדאי מקדים צו זיין מיט עטליכע משלים און דוגמאות אין דעם ענין.

הערט א שיינע געשעעניש וואס עס האט דערציילט א יונגערמאן וואס איז געווען אנוועזנד דארט, און ער דערציילט אזוי: יענקל איז איינס פון אונזערע חברים, אחד מבני החבורה מיט וועמען מיר פארברענגן כסדר אינאיינעם און מיר דאווענען אין איין בית המדרש, ער איז א טיכטיגער ביזנעסמאן וואס האט אונטער זיך א פלאטע מיט ארבייטער, און איז על-פי-רוב פארנומען ב"ה ביי פילע גרעסערע בוי פראיעקטן וואו מען דינגט זיין פירמע און מ'באנוצט זיך מיט זיינע סערוויסעס.

איין טאג נאכן דאווענען אין בית המדרש שפאנט יענקל צו צום צענטער פונעם קרעמל וואו זיינע חברים שטייען און שמועסן צוזאמען, און ער גיבט זיך א רוף אָן אזוי גאנץ הויעך "יישר כוח הייליגע באשעפער אז היינט האב איך נישט קיין ארבעט, אלע מיינע טרעקלעך בלייבן אינעם פארקינג לאַט, מיינע גויים בלייבן אינדערהיים, זיי האבן נישט וואו צו גיין"... די חברים טוישן אזעלכע אומאיינגענעמע בליקן צווישן זיך, מיינענדיג אז אפשר איז יענקל געווארן אביסל דערביטערט פון זיין צושטאנד אז יעצט האט ער נישט קיין ארבעט, עס האט איהם נעבעך בארירט און ער האט באשלאסן 'זיך אויפצורייסן' ברבים דערוועגן, אדער אפשר איז עס גאר א רמז צו אונז, זיינע חברים, אז מיר טוען נישט גענוג איהם צו העלפן, און ווען אונז וואלטן איהם מער אינזין געהאט וואלט ער געהאט מער פרנסה... בקיצור, דער עולם שטייט אזוי שטיל און אומבאהאלפן נישט וויסענדיג וויאזוי צו רעאגירן צו יענקל'ס פלוצלינגע אויסברוך. אבער יענקל לאזט אונז נישט טראכטן צו לאנג, און ער רופט זיך אָן מיט אפנהארציגקייט און תמימות, און ער ערקלערט צו זיינע פארוואונדערטע פריינט ווי פאלגענד:

הערטס מיך אויס, איך האב מיך לעצטנס געמאכט א שטיקל חשבון הנפש, אז מיר זענען אלע געוואוינט צו דאנקן דעם אייבישטער און זיך לאזן הערן ווען זאכן פאָרן א מחיה. יעדער אויף זיין שטייגער, איינער שרייט 'טענק יו השם' און איינער דערציילט מיט א געשמאק זיין הצלחה אין ביזנעס און ער הערט נישט אויף צו זאגן 'ברוך השם' און געלויבט איז השי"ת וואס שטעלט איהם צו פון אלעם גוטן. אבער איך בין געקומען צו די הכרה אז דאס איז נאך ווייט פון שלימות און פון אמת, דער מענטש איז פשוט גוט אויפגעלייגט און ער האט הנאה פון זיין מצב, און אין איינוועגס קען ער אויך באשטיין אז זיינע חברים זאלן וויסן ווי סוקסעספול ער איז, און דעריבער קומט ער ארויס אין די עפנטליכקייט מיט א 'שבח והודאה צום אייבישטער' און ער רעדט ארום מיט א פילע מויל פונקטליך ווי גוט דער אייבישטער איז צו איהם וואס דערמיט איז ער בדרך אגב מפרסם פאר יעדן ארום איהם ווי גוט זיין ביזנעס פאָרט ב"ה און ווי טויגליך ער איז. איך האב אבער באשלאסן ביי זיך, אז אויב מיין איך עס אמת'דיג, אויב מיין איך טאקע דעם אייבישטער אליינס, און איך בין איהם באמת דאנקבאר אויף אלעס וואס ער טוט פאר מיר, אויב אזוי דארף איך 'היינט' דאנקן דעם אייבישטער! יא טאקע היינט ווען מיין ביזנעס שלאפט און איך האב נישט קיין ארבעט, דעמאלטס וויל איך ארויסקומען און דאנקען און לויבן השי"ת ברבים, ווייל דאס איז דאָך דער זעלבער באשעפער וואס זארגט פאר מיר אלעמאל; און דער זעלבער באשעפער וואס האט מיר נעכטן יא געגעבן ארבעט, און ער מיינט דאָך אודאי מיין טובה, און ער האט מיך זיכער אויך נישט פארלאזט יעצט, איז יעצט די פאסיגסטע צייט איהם צו דאנקן, טאקע אין די מינוטן ווען איך קען זיך נישט אויפטוהן דערמיט און איך קען נישט ארויסנעמען קיין שום כבוד און קיין קרעדיט דערפון, נאר פשוט סתם דאנקן און לויבן השי"ת אויף זיינע רחמים וחסדים אלעמאל.

הערט די אמונה תמימה פון א פשוט'ער איד! ער פארשטייט און אנערקענט אז אלעס קומט פונעם זעלבן אבינו אב הרחמן, עס איז דער זעלבער אייבישטער ווען ס'גייט גוט ווי ווען ס'דאַכט זיך פארן מענטש אז ס'גייט חלילה נישט גוט, און אפילו ווען מ'זעהט עס נישט אפענערהייט, מ'שפירט נישט אויף די מינוט דעם חסד השם, דאָך דארף מען ווייטער דאנקן און לויבן, ווייל דאס איז דער מצב וואס דער רבוש"ע האט אויסגעוועלט פאר מיר יעצט, דאס איז מיר באשערט, איך מוז דאס אדורכגיין, און ס'האט א פונקטליכע חשבון און א פלאן, און ס'איז די זעלבע טובה פאר מיר פונקט ווי ווען איך זעה מיט די אויגן ווי אלעס איז גוט.

און אט דאס איז אונזער עבודה, זיך איינצו'חַזר'ן און איינבאקן ביי זיך אז השי"ת איז אלעמאל דא מיט אונז, ער העלפט אונז אלעמאל, און ער טוט אלעמאל וואס איז פאר אונזער טובה; נישט צו דאנקן און לויבן בלויז ווען ס'גייט גוט, און ווען ס'איז פארקערט ווערן גאנצן פארלוירן ח"ו און נישט דאנקן, נאר צו געדענקן אלעמאל דעם הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך, כי 'מעולם' קוינו לך! אלעמאל האפן און דאנקן און לויבן אין יעדע מצב וואס ס'זאל נאר זיין.

און ווי ס'האט מיר לעצטנס דערציילט א חבר וואס האט א זוהן אין א ישיבה אין ארץ ישראל און ווארט אויף זיין באשערטע זיווּג, דער איד האט דערציילט אז זיין ווייב 'האלט עס נישט אויס' און זי איז זייער צוטראגן און צובראכן וועגן א שידוך, זי האלט זיך אין איין זארגן און פרעגן וואס וועט דא זיין, מאין יבוא עזרי, דער בחור איז שוין היבש העכער די צוואנציג אבער קיין פאסיגע שידוך זעהט זיך דערווייל נישט אָן אויפן האריזאנט, און זי דרייט זיך ארום אינגאנצן פאר'דאגה'ט און באזארגט וואס וועט זיין. איין טאג האט איר דער חשוב'ער מאן געפרעגט, איין מינוט, איך פארשטיי נישט עפעס, יעדן טאג ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זארגסטו זיך דען אויב אונזער זוהן אָטעמט? אויב ער לעבט? אויב ער קען גיין אויף זיינע פיס?, אוודאי נישט, האט די פרוי געענטעפערט, ב"ה ער איז געזונט און שטארק און איך האָף צום אייבישטער אז עס האלט ווייטער אָן, פארוואס זאל איך מיך בכלל זארגן אויף די אלע זאכן?... זאגט איר דער מאן, זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל האט נארוואס געזאגט, דו ווייסט און דו גלייבסט אז דער בורא עולם איז דער וואס גיבט לעבן, געזונט, כוח, און ביי די אלע זאכן ביסטו גאנץ רואיג און פארזיכערט אין איהם אז ער שטעלט דאס ב"ה צו פאר אונזער זוהן, נו, דער זעלבער באשעפער ער איז אויך ממוּנה אויף די שידוכים, ער איז דער וואס באשערט א זיווּג פארן מענטש, און פונקט ווי ער האט נישט פארגעסן פון אונזער זוהן אין אלע אנדערע ענינים, האט ער נישט פארגעסן פון איהם אויך לגבי דעם, און ס'וועט קומען די טאג וואס זיין באשערטע וועט קומען צו גיין אין א מזל'דיגע שעה.
ו
ואס די ווערטער געבן אונז א שטארקע נקודה למחשבה, וואס איז טאקע פשט אז א מענטש קען אמאל זיין א מאמין און א בוטח בה' אין פילע הינזיכטן אין זיין לעבן, ער גלייבט באמת אז אלעס איז פונעם אייבישטער, ער פארלאזט זיך אויפן אייבישטער אין זייער אסאך זאכן, אבער ווען ס'קומט צו א 'געוויסע נקודה' דארט ווערט ער פאַרהאַקט! דארט פארגעסט ער פלוצלינג פונעם רבוש"ע ח"ו. און ביי יעדעם איינעם איז עס עפעס אנדערש, ביי איינעם איז עס ווען ס'קומט צו שידוכים, ביי איינעם איז עס בשעת ער גייט אדורך שוועריגקייטן אין פרנסה, ביי איינעם איז עס זיין געזונט, און אזוי ווייטער.
ו
ואס לכאורה די הסבר דערפון איז, ווייל יעדער איינער ביי זיין שוואכקייט, מאכט דעם טעות און רעדט זיך איין אז למעשה ביי דעם איז 'ער' אליינס אחראי און ס'ליגט יא אין זיינע הענט... דאס הייסט, מ'קען זיין א ערליכער איד וואס געווענליך ווייסט ער אוודאי אז דער אייבישטער פירט די וועלט און אלעס קומט פון אויבן און ס'איז באשערט וכו', ער לעבט באמת ווי א איד און ער ווייסט אז מ'דארף זיך פארלאזן אויף השי"ת; אבער דערנאך מאכט זיך אזא 'בליינד ספאַט' א פינטל וואו ער פארזעהט אביסל דעם אייבישטער ח"ו, און עס דאכט זיך איהם אז פונקט דא איז די אחריות געפאלן אויף זיינע פלייצעס און דא מוז ער מאכן די נויטיגע השתדלות, ווייל טאמער נישט וועט עס נישט געשען.

ווי מיר האבן שוין אמאל דערמאנט וואס דער ירושלימ'ער מגיד הגאון רבי שלום שבדרון זצ"ל פלעגט דערציילן, אז אמאל איז ער געגאנגען אין די גאס, ווען פלוצלינג האט ער באמערקט אז צווישן די קינדער וואס האבן זיך דארט געשפילט, איז איין קינד אראפגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט, ער האט באקומען א לאָך אין זיין קאפ, און בלוט האט אנגעהויבן צו פליסן. אין איילעניש האט ר' שלום א כאפ געטוהן דאס קינד אויף זיינע ארעמעס, און אנגעהויבן צו לויפן צום דאקטער וואס האט געוואוינט צוויי געסלעך ווייטער. אויבן אויף די טרעפ פון איינס פון די הייזער, איז געשטאנען א עלטערע אידענע און זי האט מיטגעהאלטן פון דערווייטענס ווי ר' שלום לויפט מיט א צוביילטע קינד אין זיינע הענט, און כדרכם פון די נשים צדקניות, האט זי אנגעהויבן צו זאגן דברי חיזוק, "ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט אדורכגיין, נישט געזארגט - ביז צו זיין חתונה וועט זיך עס אויסהיילן אי"ה", און אזוי ווייטער פארשידענע בארואיגנדע רייד אז מ'זאל חלילה נישט זיין היסטעריש. פלוצלינג ווען ר' שלום איז פארבייגעלאפן ממש אונטער אירע טרעפ וואו זי איז געשטאנען, דארט האט זי געכאפט א נענטערן בליק אויפן קינד אין זיינע הענט, און צו איר גרויס שאק האט זי באמערקט אז דאס איז גאר איר אייגענע באליבטער אייניקל מאיר'ל, און פלוצלינג האט זי אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין און אנגעהויבן צו מאכן קולות "אוי וויי מאיר'ל, מיין מאיר'ל, וואס האט פאסירט מיט דיר?!"...

ר' שלום שבדרון האט געזאגט אז ער האט שפעטער אריינגעקלערט וואס האט דא פאסירט, אין אנהייב איז דאָך אלעס געווען בסדר, און די באבע האט דאָך אליינס געזאגט מיט די אייגענע מויל די טרייסט ווערטער אז ס'איז נישט געפערליך, און אז ביז צום חתונה פונעם קינד וועט שוין די לאָך זיין פארהיילט, נו, וואס איז פלוצלינג געשען, וואס האט זיך געטוישט אז זי האט אזוי אנגעהויבן צו וויינען? נאר דער תירוץ איז "מיין מאיר'ל!"... ווען עס איז יענעמ'ס קינד איז טאקע נישט געפערליך, ס'וועט אדורכגיין, און מ'דארף זיך נישט זארגן, אבער אז עס איז "מיין מאיר'ל" דעמאלטס האט דאס שוין א אנדערע דין אינגאנצן, ס'איז דאָך מיינער.

דער מגיד רבי שלום האט דאס גענוצט ארויסצוברענגן א געוויסע מוסר השכל, אבער צוריק צו אונזער שמועס, דארפן מיר וויסן און אנערקענען אז יעדער מענטש פארמאגט 'זיין מאיר'ל', יעדער מענטש האט זיך זיין שוואכקייט און זיין דאגה וואס דארט ווערט ער שטארק פארלוירן, ווי מיר האבן פריער דערמאנט, צו עס איז בנוגע די געזונט, די פרנסה, די נחת פון די קינדער, שידוכים, שלום בית, ווייל כמעט יעדער איינער האט א געוויסע מצב וואס נעמט איהם ארויס פון זיין גלייכגעוויכט און פון זיין יישוב הדעת, און ביז אהין קען ער באמת שטיין און גלייבן און געדענקן אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט וואס פירט אלעס און טוט אלעס, אבער פלוצלינג ווען עס קומט צו 'זיין מאיר'ל' - זיין געוויסע שוואכקייט וואס ער פארמאגט, דארט שטעלט זיך אלעס אפ און דארט ווערט ער אינגאנצן היסטעריש און באזארגט, ער פארגעסט אז 'אויך דאס' ליגט אין די הענט פונעם בורא עולם, אויך דא האט דער מענטש נישט קיין שום ווארט און קיין שום מעגליכקייט צו טוישן דעם מצב מיט זיין כוחי ועוצם ידי.

און אונזער עבודה איז, נישט צו פארגעסן! א איד דארף אריינלייגן גרויסע כוחות און 'אריבער שלעפן' פון די אמונה און בטחון וואס ער פארמאגט ביי אנדערע זאכן, אויך צו די מצבים ווען ער ווערט פארלוירן, און צו לייגן א באזונדערע דגוש אויף די שוואכע מינוטן. למשל דער וואס האט טאקע א שטארקע פארלוירנקייט לגבי שידוכים און שפירט ווי עס גייט איהם נישט, און עס פעלט איהם זיין געווענליכע בטחון, דארף טאקע אנווענדן אלע מיטלען זיך צו שטארקן מיט בטחון דווקא דארט! חַזר'ן צו זיך איינמאל און נאָכאַמאָל אז דער רבוש"ע טוט אלעס און אז ער פארגעסט נישט פון איהם, און עס איז זיכער דא די ריכטיגע שידוך, נאר צוליב א פונקטליכע חשבון האלט עס דער רבוש"ע אפ אויף דערווייל ביז ס'וועט קומען די באשערטע מינוט. ווייל ווארשיינליך די טאג טעגליכע בטחון פון אזא מענטש -דעמאלטס ווען עס איז נוגע פאר אנדערע זאכן- דארט דארף ער נישט אזא גרויסע עבודה און עס קומט איהם אָן גרינג, דעריבער דארף ער זיך אנגארטלן און שטארקן ביי דעם 'שוואכקייט פונקט' דארט וואו עס פעלט זיך יא אויס אן עבודה, דארט וואו ער פארגעסט אמאל פונעם אייבישטער.

און בדרך מוסר קענען מיר זיך אפלערנען דעם יסוד, פון די פאסירונגען אין אונזער פרשה, ווי מיר האבן פריער מקדים געווען איז אוודאי נישט אונזער כוונה אפצולערנען דעם דור דיעה און זאגן וואס זיי זענען אדורכגעגאנגען, אבער על כל פנים פאר אונז בדרך רמז, דערהערן מיר גאר שטארק דעם לימוד. מ'קען אמאל זוכה זיין צו נסים גלויים, צו קריעת ים סוף, צו התגלות השכינה, צו זינגן שירה, אבער מארגן קען מען אריינפאלן אין א צווייטע לאך... דער איד קען באמת וויסן און גלייבן אז השי"ת העלפט איהם אין די שווערסטע מצבים, עס קען זיין א מצב פון וַיִּירְאוּ הָעָם אֶת ה' וַיַּאֲמִינוּ בַּה', און דאס העלפט איהם טאקע ביישטיין די שווערסטע מצבים, פונקט ווי כלל ישראל דעמאלטס האט דאס באמת געוואוסט און געגלייבט, און צום ביישפיל ווען עמלק איז שפעטער געקומען מלחמה האלטן מיט זיי, האבן זיי טאקע נישט מורא געהאט, ווייל זיי האבן געלעבט א העכערע לעבן פון אמונה און בטחון אין השי"ת. אבער אינמיטן ביי די פּאָר קלייניגקייטן, ווען ס'איז געקומען צו ברויט און וואסער, דארט זענען זיי פלוצלינג געווארן פארלוירן, דארט האבן זיי געהאט א געוויסע שוואכקייט ח"ו. עס קען זיין אז זיי האבן געקלערט ביי זיך אז נאר אזעלכע 'גרויסע זאכן' ווי קריעת ים סוף און מלחמת עמלק דעמאלטס קומט זיי דער רבוש"ע צו הילף, אבער די טאג טעגליכע שפייז דאס דארפן זיי זיך אליינס פארזארגן, און דעריבער האבן זיי געוויינט און געשריגן. אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין, דארף דאס אונז דינען אלס א מוסר השכל אז מ'קען האבן גרויס אמונה און בטחון, אבער נאך אלס דארפן אכטונג געבן פון געוויסע 'קלייניגקייטן' וואס דארט פארגעסט דער מענטש אויפן מינוט, און ער רעדט זיך איין אז דארט האט איהם דער רבוש"ע פארלאזט ח"ו...

מענין לענין באותו ענין איז כדאי צו דערמאנען וואס חז"ל זאגן אין מסכת יומא (ע"ה:) אז די תלמידים האבן געפרעגט פון רבי שמעון בן יוחאי פארוואס איז נישט די מָן געפאלן איין מאל א יאר אזוי אז ס'זאל זיין גענוג אויף א גאנץ יאר, פארוואס האט דאס געדארפט קומען "דבר יום ביומו" יעדן טאג באזונדער. האט רשב"י זיי געענטפערט מיט א משל, ס'איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געגעבן 'קעסט' פאר זיין זוהן, און ער האט באשטימט אז איין טאג אין יאר וועט ער געבן געלט פאר זיין זוהן עס זאל איהם דעקן אלע זיינע קאסטן צו קויפן עסן אויף א גאנץ יאר, איז דער זוהן געקומען צו גיין נאר יענעם טאג כדי אפצונעמען זיין געלט, און מער פון דעם פלעגט ער נישט באווייזן זיין פנים פארן טאטן. דער קעניג האט געזען אז דאס איז נישט קיין עֵסֶק, האט ער געטוישט דעם פלאן און באשטימט אז פארקערט, יעדן איינציגסטן טאג וועט ער צושטעלן פאר זיין זוהן בלויז די שפייז פאר יענעם טאג, אזוי וועט ער קענען זעהן זיין זוהן יעדן טאג.

דאס זעלבע האט השי"ת געטוהן מיט כלל ישראל, דורכדעם וואס די מָן איז געפאלן יעדן טאג באזונדער, און מענטשן האבן זיך געזארגט פון וואו וועלן זיי שפייזן זייערע קינדער מארגן, האבן זיי אלע געוואנדן זייערע הערצער צו השי"ת, און ארויסגעקוקט און געווארט אויפן חסד ה' יעדן טאג, דאס איז געווען די תכלית פונעם מָן אז דער איד זאל נישט
פארגעסן פונעם רבוש"ע, נאר ער זאל כסדר האָפן און בעטן פונעם אייבישטער.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט נאכגעזאגט בשם דער גדול המוסר הגאון רבי ישראל סאלאנטער זי"ע, אז לכאורה געפונען מיר פונקט פארקערט אין די גמרא מסכת מנחות (דף ק"ג:) וואס דארט דרש'ענט די גמרא איינס פון די פסוקים אין די תוכחה "וְלֹא תַאֲמִין בְּחַיֶּיךָ - זה הסומך על הפלטר" דער וואס האט נישט אוועקגעלייגט קיין אוצרות פון ברויט און תבואה, נאר ער מוז גיין יעדן טאג צום בעקער און קויפן א ברויט, דאס איז ממש א קללה, ווייל ער ווייסט נישט צו ער וועט האבן מארגן וואס צו עסן ח"ו. האט רבי ישראל סאלאנטער געפרעגט, דאס וואס א מענטש ווייסט נישט וואס וועט זיין מארגן איז א גוטע זאך אדער נישט? פון די ווערטער פון רשב"י ביי די מָן איז משמע אז עס איז א טובה, און אין די צווייטע גמרא איז משמע אז עס איז א קללה ח"ו.

נאר האט רבי ישראל סאלאנטער ערקלערט א דבר נפלא, עס ווענדט זיך וואס דער מענטש איז! אויב לעבט ער נישט מיט די ריכטיגע אמונה און בטחון און ער רעדט זיך איין אז 'ער' דארף זיך אליינס שפייזן, איז דאס די גרעסטע קללה וואס קען נאר זיין, וואס הייסט, ער ווייסט דאָך נישט אויב מארגן וועט ער געפונען עפעס צו עסן, און אפשר וועט ער שטארבן פון הונגער ח"ו. אבער א איד וואס לעבט מיט בטחון, א איד וואס פארגעסט נישט פונעם אייבישטער און ער ווייסט אז דער אייבישטער איז דער זן ומפרנס, און דער זעלבער באשעפער וואס האט מיר געגעבן נעכטן און היינט דער וועט מיר אויך זיכער געבן מארגן, פאר אזא איינעם איז דאס די גרעסטע ברכה, עס איז איין שטיק התקרבות און דביקות צום בורא עולם, דאס מאכט איהם מכוין זיין זיין הארץ צום אייבישטער און ער קוקט ארויס און האפט צו איהם, קען גארנישט זיין בעסער פון דעם!.

היוצא לנו, לאמיר ארויסנעמען די ריכטיגע לימוד פון דא, זיך צו שטארקן אין אונזער עבודה פון אמונה און בטחון, צו זינגען שירה פאר השי"ת נישט נאר ווען מ'זעהט דעם יד השם אפענערהייט, און נישט נאר ווען ס'גייט גוט און ס'איז אונז גרינג צו גלייבן און צו דאנקן און לויבן, נאר דאס אויך אריבערפירן אויף אזעלכע 'שוואכערע טעג' און שווערערע זמנים ווען עס קומט נישט אָן אזוי גרינג, צו גלייבן און זיך פארלאזן און דאנקן און לויבן השי"ת אויף אלעס וואס ער גיבט אונז בכל עת ובל שעה.

אַשְׁרֵי אִישׁ שֶׁלֹּא יִשְׁכָּחֶךָּ וּבֶן אָדָם יִתְאַמֶּץ בָּךְ!

לסיכום געדענק:
• מ'קען אמאל זיין א שיינע בעל בטחון, אבער ווען עס קומט צו א געוויסע נקודה אדער דאגה, דארט פארגעסט דער מענטש ח"ו אז אויך ביי דעם ליגט אלעס אין די הענט פון השי"ת.
• די עבודה איז נישט צו פארגעסן, און לייגן א שטארקע דגוש און אנווענדן אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק אויך אין די שוואכע מינוטן.
• א זאך וואס ביי איינעם איז א קללה ח"ו, אויב מ'לעבט מיט בטחון קען דאס זיין די גרעסטע ברכה!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר