תרומה - פורים - פון וואו 'האסטו' עס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

תרומה - פורים - פון וואו 'האסטו' עס?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

מיר האלטן פרשת תרומה, די פרשה וואס הייבט זיך אָן מיט די נדבת המשכן וואס די אידן זענען באפוילן געווארן צו ברענגען כדי צו קענען דערמיט אויפבויען די משכן וואס וועט דינען אלס א ארט פון השראת השכינה און וועט מכפר זיין אויף כלל ישראל, וואס די טעג האבן אויך אלעמאל א שייכות מיט'ן לעכטיגן און פרייליכן חודש אדר אויף וואס חכמינו ז"ל זאגן אונז "משנכנס אדר מרבים בשמחה", א צייט וואס איז מיוחד פאר שמחה און דינט אלס ימי הכנה לקראת די דערהויבענע ימי הפורים הבאים עלינו לטובה.

די תורה הקדושה פאַנגט אָן מיט די ווערטער פון השי"ת צו משה רבינו, דַבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל רעד צו די אידישע קינדער, וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה און זיי זאלן נעמען אן אפשיידונג צו מיר, זיי זאלן מפריש זיין פון זייער געלט א נדבה פאר השי"ת, מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי, פון יעדער מענטש וואס זיין הארץ וועט באוויליגן, זאלט איר נעמען פון איהם די תרומה פארן אייבערשטן.

כדי צו האבן א שטיקל באגריף וויאזוי מען האט געבעטן די תרומה פון די אידן, איז כדאי צו לערנען א שטיקל מדרש וואס ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (כ"ה שס"ג) ווי פאלגענד: "ויקחו לי תרומה, מי שנאמר בו לה' הארץ ומלואה, אשר לו הים והוא עשהו, ואומר הן לה' אלקיך השמים, הוא צריך לבשר ודם? אלא שחומד לישראל לשרות שכינתו בהם כאב שמחמד לבניו לכך נאמר ויקחו לי". דער מדרש פרעגט א קשיא, דער גרויסער באשעפער אויף וועמען עס שטייט לה' הארץ ומלואה אז די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס געפינט זיך אין איר איז זיינע, און די זעלבע שטייט אויך אין די תורה הֵן לַה' אֱלֹקֶיךָ הַשָּׁמַיִם וּשְׁמֵי הַשָּׁמָיִם הָאָרֶץ וְכָל אֲשֶׁר בָּהּ, דער אייבערשטער איז דער וואס געוועלטיגט אויף אלע הימלען און אויף די ערד און אויף אלעס וואס געפונט זיך אין איר, ער איז דער באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע ים און די יבשה, איז ער דארף צוקומען אז מיר זאל זיך משתתף זיין און געבן פאר זיינעטוועגן? ער דארף כביכול אז מ'זאל מאכן אן 'אפיעל' און נעמען פון אונז צו קענען בויען א משכן פאר איהם? אויב אזוי, פארוואס שטייט "ויקחו לי" כאילו מ'טוט עפעס א טובה דערמיט פאר השי"ת און מ'נעמט עס פאר איהם?. ענטפערט דער מדרש אז דער אייבערשטער האט געגלוסט צו קומען מאכן רוען זיין שכינה צווישן כלל ישראל, ווי א פאטער וואס גלוסט און בענקט צו זיינע קינדער, און דערפאר ווערט דאס גערעכנט כאילו מיר טוען כביכול א טובה פארן אייבערשטן, ווייל השי"ת האט אזא שטארקע חשק און השתוקקות צו מאכן א משכן צווישן אונז, אז פון גרויס חביבות רעכנט ער דאס אלס א "ויקחו לי"! יא, כלל ישראל נעמט פאר מיר, זיי טוען מיר דערמיט א טובה אז איך וועל קענען קומען און זיין צווישן זיי.

און דער מדרש איז ווייטער ממשיך דארט (ארויסצוברענגען א צווייטע ענין, און בתוך הדברים שטייט:) ומה לעשות משכן כבוד וכפרה לישראל אמר הקב"ה דבר אל בני ישראל בלשון פיוס כמה דאת אמר דברו על לב ירושלים, טראצדעם וואס די משכן איז געווען א ענין פון כפרה און כבוד פאר כלל ישראל, דאָך האט השי"ת געהייסן משה רבינו זאל רעדן צו זיי שיין מיט א לשון פון מפייס זיין און איבערבעטן, דַבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל רעד צו די אידישע קינדער מיט א שיינע לשון פון געבעט אז וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה, און דער מדרש ברענגט א ראיה אז 'דַבֵּר' איז א לשון פון מפייס זיין און טרייסטן, ווי מיר געפונען אין פסוק וואס מיר זאגן אין די הפטרה פון שבת נחמו "נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם, דַבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלִַם וְקִרְאוּ אֵלֶיהָ", פונקט ווי דארט שטייט אז מ'זאל רעדן טרייסט ווערטער און ווייכע רייד אויף די הארץ פון ירושלים נאך די גרויסע חורבן וואס האט פאסירט, די זעלבע זאך איז דא וואו ס'שטייט 'דַבֵּר' אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, מיינט דאס אויך אז מ'זאל רעדן צו זיי ווייך און שיין אז זיי זאלן קומען און אנטייל נעמען אין די נדבת המשכן...

די ווערטער פונעם מדרש זענען אבער זייער שווער צו פארשטיין, וואס איז די געוואלדיגע 'פִּיוּס' וואס מ'דארף דא איבערבעטן און איבעררעדן די אידן צו געבן? לאמיר א מינוט אריינטראכטן וואו מ'האלט דא אויף די וועלט: נישט לאנג צוריק האט דער אייבערשטער באוויזן אזעלכע נסים ונפלאות כדי צו ראטעווען די אידן און זיי ארויסנעמען פון מצרים, די אידן האבן באקומען דעם 'רכוש גדול' אויפן וועג ארויס, און דערנאך ביים ים סוף ווען השי"ת האט זיי געהאלפן האבן זיי באקומען 'ביזת הים', ווי אויך די מָן וואס איז געפאלן יעדן טאג פון הימל בחינם, און יעצט ווען דער רבוש"ע קומט און בעהט צוריק א 'טובה' פון די אידן אז דער עולם זאל זיך אנרופן ווארים און ברענגן אביסל זָהָב כֶסֶף וּנְחשֶׁת אדער תְּכֵלֶת וְאַרְגָּמָן וכדומה, דארף מען פלוצלינג זיך בעטן בלשון פיוס און תחנונים אז דער עולם זאל אביסל 'צוריקגעבן' פון וואס השי"ת האט אונז געשאנקען?! האבן דען די אידן נישט געוואלט קומען צו לויפן ווי פון זיך אליינס און געבן אלעס וואס זיי פארמאגן נאר כדי צו געבן א מתנה כביכול פאר בורא כל עולמים וואס האט זיי געגעבן און געגעבן אזויפיל אָן אויפהער?! אויב אזוי פארוואס דארף מען זיך אזוי בעטן ביי זיי.

און אויב איז דאס נישט גענוג, לאמיר מְדייק זיין אין די ווערטער פונעם מדרש, ס'איז נישט גענוג סתם זיך צו בעטן שיין ביי די אידן, נאר עס דארף זיין אזויווי "דַבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלִַם" ווי דער מדרש ברענגט א ראיה פון די טרייסט ווערטער וואס איז געזאגט געווארן צו ירושלים, הייסט עס אז נישט מער נישט ווייניגער, נאר ווען מ'בעהט דא א נדבה פארן משכן האט דאס געדארפט קומען מיט אזעלכע תחנונים און בקשות ממש ענדליך צו די ווארימע און הארציגע דברי נחמה מיט וואס מ'האט מנחם געווען ירושלים נאך די שרעקליכע חורבן בית המקדש? פארוואס דארף מען אזוי שטארק איינרייסן און זיך בעטן אויף די נדבה וואס יעדער איד וואלט געדארפט שפרינגען פון זיך אליין און וועלן געבן פאר השי"ת מיט זיין גאנצע הארץ.

און אין איינוועגס לאמיר צולייגן די באקאנטע קושיא וואס אלע ספרים פרעגן, וואס באדייט די לשון "וְיִקְחוּ" לִי תְּרוּמָה, לכאורה וואלט געווען מער פאסיג ווען עס שטייט 'וְיִתְּנוּ' לִי תְּרוּמָה, ווייל דא רעדט מען דאָך פון געבן פארן אייבערשטן און נישט פון 'נעמען' עפעס פאר זיך.

אבער די תשובה אויף דאס אלעס איז גאנץ פשוט, און מיר וועלן אנהייבן מיט א קליינע דוגמא פון טאג טעגליכע לעבן וואס מיר אלע האלטן מיט אויף פארשידענע אופנים. מאכט זיך אמאל ווען דער טאטע קומט אהיים אין א גוטע שטימונג מיט א גאנצע פעקל נאַש וואס ער האט געקויפט פאר זיינע קינדער לכבוד שב"ק, און ער דערלאנגט דאס פאר זיין קליינעם שמואליק זאגענדיג "שמואלי דאס איז פאר דיר, דו ביסט אזוי וואויל און טאטי האט דיר געקויפט א גוטע זאך", שמואלי נעמט איבער דעם גרויסן פעקל אין זיינע קליינע הענטעלעך, און פון יעצט און ווייטער איז אלעס א פארגאנגענהייט, דערוואגן זאל זיך איינער צו נעמען אָן רשות פון 'זיין' נאש וואס 'ער' האט באקומען, און אפילו אויב דער טאטע אליינס וועט אויסשטרעקן א האנט און איהם בעטן געב מיר אביסל פון דיין נאש, וועט ער שאקלען מיט זיינע אקסלען ארויף און אראפ אז ער וויל זיך בשום אופן נישט טיילן דערמיט... יא מיר קענען אלע גוט דעם בילד. איי וואס האט טאקע דא פאסירט? געדענקט דען נישט דאס קינד אז פינף מינוט צוריק האט איהם דער טאטע דאס געגעבן, ער האט עס געקויפט, ס'איז געווען פון זיין געלט, ער האט עס אהיימגעברענגט, און ער האט עס איהם אוועקגעשענקט, אן דא ווען דער טאטע בעהט איהם איין קענדי קען ער נישט אוועקגעבן?.

און אויב מיינען מיר אז דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי קליינע קינדער וואס באקומען צוקערלעך, איז דער ענטפער ניין, ווי באקאנט איז דאס איינס פון די שוואכקייטן פון א בשר ודם, מיר מענטשעלעך האבן זייער נישט ליב צו בלייבן שולדיג, מיר האבן נישט ליב צו אנערקענען און געדענקען אז יענער האט אונז געהאלפן און געגעבן א מתנה. ווי נאר מיר באקומען א גוטע זאך פון א צווייטן וועלן מיר זיך באציען דערצו אלס אונזערס א זאך, עס וועט שנעל ווערן א חלק פון אונזער פארמעגן, אָן זיך רעכענען מיטן פאַקט אז פלוני האט אונז דאס געשאנקען, און באמת איז עס א מתנה און א טובה פון יענעם און מיר זענען איהם שולדיג הכרת הטוב דערויף.

און צו באמערקן ווי ווייט דאס גייט, עס איז אמאל געווארן אדורכגעפירט א שטודיע אויף א ריזיגע גרופע מענטשן וואס זענען אויסגעפרעגט געווארן אויף פארשידענע מתנות וואס זיי האבן ענטהאלטן פון אנדערע, אז זיי זאלן זאגן פונקטליך פון וועמען און ווען זיי האבן באקומען די מתנות, אבער רוב מענטשן האבן בכלל נישט געוואוסט און געדענקט! זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג ווער עס האט זיי געגעבן וועלכע מתנה און ביי וועלכע געלעגנהייט זיי האבן דאס באקומען, און הגם טייל פון די מתנות זענען נאך געווען גאנץ ניי און זיי האבן דאס באקומען נישט אזוי לאנג צוריק... דאס איז איינס פון די ביטערע 'מציאות האדם' וואס וויל נישט אנערקענען אז ער האט געהאט א טובה פון א צווייטן, צו ווייל עס פּאַסט איהם נישט, צו ווייל ער וויל נישט זיין שולדיג אויף צוריק, אדער סיי וועלכע אנדערע סיבה מ'קען אלס זאגן, אבער דאס איז די פאַקט.

און די זעלבע איז מיט די פילע מתנות וואס השי"ת שענקט פארן מענטש, ווען דער אייבערשטער איז משפיע שפע פאר א איד, וואלט דאָך דאס געדארפט זיין א מילתא דפשיטא אז זיין תפקיד איז 'צוריק צו געבן' פארן רבונו של עולם וואס מער, און יעדער איד וואס קומט קלאפן אויפן טיר פאר צדקה וואלט געדארפט זיין א גאלדענע געלעגנהייט צו קענען טוהן עפעס אויף צוריק, צו קענען מכיר טובה זיין דעם אייבערשטן על כל החסד... אבער דערווייל זעהט מען אסאך מאל דאס פארקערטע, וויפיל מער דער מענטש באקומט פון הימל, אלס גרעסער ווערט זיין נסיון און אלס מער ווערט זיין הארץ פארשטאפט ח"ו, און עס פאדערט זיך פון איהם א שווערערע עבודה צו קענען געבן צדקה און טוהן חסד מיט זיין געלט. אנשטאט אז א מענטש זאל האלטן פאר די אויגן אלעמאל אז ער איז א פשוט'ער 'בעל חוב' צו השי"ת אויף די אלע רחמים וחסדים וואס דער אייבישטער טוט מיט איהם, און ממילא איז זעלבסט-פארשטענדליך אז ער איז מחוייב צו טוהן וואס מער גוטס, זעהט מען ביי פילע מענטשן אז ווי מער זיי באקומען אלס מער ווערן זיי אריינגעטוהן אין זיך, זיי זעען דאס אלס זייער אייגענע רכוש וואס איז בלויז געגעבן געווארן פאר זיי און פאר זייער אייגענע תענוג און הנאה.

אגב, עס ווערט דערציילט אז ס'איז אמאָל געווען א איד, כאטש ער איז נישט געווען קיין עושר און איז נישט געבענטשט געווארן מיט א גרויסע פארמעגן, דאָך האט ער אבער אלעמאל געהאט פלאץ אין זיין הארץ פאר אנדערע אידן, ער האט שטענדיג געהאט אן אפענעם טיר פאר געסט און פאר ארימעלייט, און געטוהן צדקה וחסד לויט זיין יכולת, מיט גרויס איבערגעגעבנקייט און ליבשאפט בסבר פנים יפות. דער איד פלעגט זיין דבוק צו הרה"ק רבי משה לייב פון סאסוב זי"ע, און פלעגט אויך מכניס אורח זיין זיין רבי'ן רבי משה לייב ווען ער איז נאר געקומען אין זיין שטאט, און איהם געהאלפן מיט זיינע פדיון שבויים און צדקה צוועקן. דער צדיק וואס האט שטארק הנאה געהאט פון די צדקה און חסד וואס זיין תלמיד האט געטוהן שטענדיג מיט אזא ברייט הארץ, האט ער איהם געבענטשט אז דער אייבישטער זאל באגליקן זיינע וועגן, און ער זאל זוכה זיין צו עשירות און א ברייטע פארמעגן.

די ברכה פונעם צדיק האט עושה רושם געווען, און ביז א קורצע צייט איז דער איד שטארק נתעשר געווארן, און זיין מזל האט זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן שיינען מער און מער פון טאג צו טאג. פארשטייט זיך אז איינמאל ער איז שוין געווארן 'דער גביר פון שטאט' און ער האט זיך געלאזט בויען א שיינע פאלאץ מיט משרתים, האט זיך זיין הארץ צוביסלעך אנגעהויבן צו פארמאכן, און ער האט אנגעהויבן צו פארגעסן פון די ארימעלייט וועמען ער פלעגט אזוי העלפן ביז היינט. וויפיל זיין עשירות איז געשטיגן, איז אויך זיין קארגשאפט מיטגעוואקסן אינאיינעם, און ער האט גענצליך אויפגעהערט טיילן צדקה און אריינעמען געסט צו זיך אין שטוב.

די שמועה האט דערגרייכט אויך צו די אויערן פון הרה"ק רבי משה לייב זי"ע, וואס עס האט איהם זייער וויי געטוהן צו הערן אזא בשורה, אז א איד וואס האט אלעמאל אזוי ליב געהאט צו טוהן חסד, האט פארלאזט זיינע אלטע גוטע דרכים, און האט פארשטאפט זיין הארץ פון צו הערן דאס געשריי פון די ארימע און צובראכענע אידן. און בפרט נאכדעם וואס די עשירות איז דאָך געקומען פונעם צדיק'ס ברכה, און דאס האט גורם געווען אז ער זאל זיך נישט פירן ווי עס דארף צו זיין ח"ו. רבי משה לייב האט מחליט געווען אז ער מוז גיין מוסר זאגן פאר זיין תלמיד און איהם פארבעסערן אז ער זאל זיך צוריקערן צו זיינע אלטע דרכים. און ער האט זיך געלאזט אין וועג אריין צו גיין באזוכן זיין תלמיד און זעהן איבערצודרייען זיין הארץ צום גוטן.

ווען דער צדיק איז אנגעקומען צום הויז פונעם גביר און געלאזט מעלדן אז ער איז דא, פארשטייט זיך אז דער חסיד איז געקומען צו לויפן און פאַרבעטן דעם צדיק אריינצוקומען אינעווייניג צו זיך אין זיין פרעכטיגן פאלאץ. דער צדיק איז אריינגעקומען, אבער אנשטאט זיך אראפזעצן, האט ער זיך געשטעלט ביים פענסטער און ארויסגעקוקט אויפן גאס, און אזוי האט אויך געטוהן דער עושר ער איז געשטאנען און געקוקט נישט וויסענדיג וואס איז די תכלית פונעם קוקן. ביז ענדליך רופט זיך אהן צו איהם רבי משה לייב "זאג נאר, וואס זעסטו דארט אינדרויסן", דער גביר האט נישט געוואוסט וואס דער צדיק וויל, און ער ענטפערט פארוואונדערט, איך זעה דארט מענטשן מיט קינדער וואס גייען אין די גאס.

דערנאך איז דער צדיק צוגעגאנגען צו איינע פון די שיינע שפיגלעך וואס זענען געשטאנען ביים גביר אין פאלאץ, און ער פרעגט איהם "און וואס זעסטו דא", דער גביר ענטפערט "דא זע איך זיך אליין" ווען זיין גרויס וואונדער שטייגט פון מינוט צו מינוט נישט פארשטייענדיג וואס דער צדיק וויל מיט זיינע מאדנע שאלות. אבער דער אינטערסאנטע שמועס ציהט זיך נאך ווייטער, ווען דער רבי פרעגט איהם, פון וואס מאכט מען א פענסטער? "פון גלאז" ענטפערט דער חסיד. און פון וואס מאכט מען א שפיגל? "אויך פון גלאז" ענטפערט דער חסיד, נו אויב אזוי פארוואס פון א פענסטער קען מען אדורכזעהן אנדערע מענטשן און פון א שפיגל קען מען נישט זעהן קיין אנדערע מענטשן -איז רבי משה לייב ממשיך מיט זיינע רייד- אלא מאי מוז מען זאגן, אז ווילאנג ס'איז נישט באדעקט מיט קיין זילבער דעמאלטס קען מען נאך זעהן און געדענקען אנדערע מענטשן, אבער ס'איז איבערגעדעקט געווארן מיט די שיינע זילבער, דאס שטערט פון זעהן אנדערע מענטשן, און מ'פאנגט אָן צו זעהן נאר זיך אליינס און נישט קיין אנדערע, און נאר אז מ'וועט אפקראצן די זילבער פונעם שפיגל, דעמאלטס וועט מען קענען אדורכקוקן און זעהן אנדערע...

דער חסיד איז געשטאנען מיט א געבויגענע קאפ פון גרויס בושה און פחד, הערנדיג די מוסר רייד פונעם צדיק, אז ווי נאר ער איז 'באדעקט' געווארן מיט עשירות דורך זיין הייליגע ברכה, און ער איז ארומגענומען מיט גאלד און זילבער, האט ער טאקע פארגעסן פון אנדערע מענטשן און ער האט נאר זיך אינזין, און דער צדיק וויל ח"ו 'אפקראצן' פון איהם און אוועקנעמען זיין עשירות. טרערן פון חרטה האבן זיך באוויזן אין זיינע אויגן, און מיט א צובראכן הארץ האט ער צוגעזאגט אז פון יעצט און ווייטער וועט ער טוישן זיינע וועגן. און כך הוה, פון דעמאלטס אָן האט ער צוריק געעפנט דאס הארץ און זיין טויער און ווייטער ממשיך געווען מיט די צדקה און חסד ווי אין די אלטע צייטן.

הכלל, איז ווי מיר האבן פריער דערמאנט אז דאס איז איינס פון די שווערע נסיונות פון א מענטש, און עס איז א חלק פונעם טבע האדם צו ווערן פארבלענדעט און וועלן אנהאלטן שטארק זיין פארמעגן, און נישט אנערקענען פון וואו עס איז געקומען צו איהם און פארוואס ער האט זוכה געווען דערצו.

די בעלי מוסר זאגן פשט אינעם אויבנדערמאנטן מדרש, ווען עס איז געקומען צו בויען א משכן האט מען פשוט געדארפט אנהייבן צו רעדן צו כלל ישראל "בלשון פיוס כמה דאת אמר דברו על לב ירושלים", מען האט זיך געדארפט איינבעטן ביי מענטשן אז זיי זאלן זיך אנשטרענגען און מתגבר זיין אויף זייער יצר און זייער נסיון און מסכים זיין צו ברענגן זייער נדבה צום משכן, ווייל דער מענטש פארגעסט זייער שנעל ווער עס האט איהם דאס אלעס געגעבן און פאר וועמען ער איז דאס שולדיג, אפילו ווען מ'שטייט אזוי קורץ נאך יציאת מצרים און קריעת ים סוף, דאָך האט זיך שוין דער יצר הרע פארלייגט און געטוהן דאס זייניגע, און מ'האט פשוט געדארפט שפאלטן די שווערע מויער וואס א מענטש באקומט געווענליך נאטורליכערהייט ארום זיין געלט און זיין פארמעגן... (זעה אור יהל ח"ג, און נאך)

ווי וואונדערליך קענען מיר דערהערן מיט דעם נאך א טיפע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין אונזער פרשה: ווען דער אייבישטער באפעלט איינס פון די זאכן וואס כלל ישראל זאל ברענגען פאר די נדבת המשכן, שטייט וְעֹרֹת תְּחָשִׁים וַעֲצֵי שִׁטִּים, פרעגט רש"י "ומאין היו להם במדבר? פון וואו האבן די אידן בכלל געהאט טענען-ביימער אין מדבר וואו עס וואקסט נישט קיין בוים, פירש רבי תנחומא, יעקב אבינו צפה ברוח הקודש שעתידין ישראל לבנות משכן במדבר והביא ארזים למצרים ונטעם וצוה לבניו ליטלם עמהם כשיצאו ממצרים. אז יעקב אבינו האט געוואוסט מיט רוח הקודש אז די אידן וועלן בויען א משכן אין מדבר און דערפאר האט ער שוין איינגעפלאנצט די ארזים ביימער אין מצרים, און ער האט געהייסן זיינע קינדער אז ווען מ'וועט ארויסגיין פון מצרים זאל מען דאס מיטנעמען מיט זיך, און אזוי האבן טאקע די אידן געהאט די עצי שטים פארן משכן".

וואס אגב באמערקט מען א אינטערסאנטע זאך אינעם לשון פון רש"י, בדרך כלל ווען רש"י ברענגט א מדרש ברענגט ער דאס אזויווי עס שטייט, אבער דא הייבט אָן רש"י מיט א שאלה "ומאין היו להם במדבר?" פון וואנעט האבן די אידן גענומען ביימער אינעם מדבר, און אויף דעם ברענגט רש"י די ווערטער פון רבי תנחומא אין מדרש, וואס איז מרומז אין די שאלה און תשובה.

און נאך מער איז אינטרעסאנט ווען אביסל ווייטער אין די פרשה (כ"ו ט"ו) ווען דער אייבישטער זאגט וְעָשִׂיתָ אֶת הַקְּרָשִׁים וגו' עֲצֵי שִׁטִים עֹמְדִים, אז משה רבינו זאל מאכן די ברעטער פאר די ווענט פונעם משכן פון שטייעדיגע עצי שטים, איז רש"י מדייק פארוואס שטייט הַקְּרָשִׁים מיט א ה' וואס איז משמע די באקאנטע און חשוב'ע קרשים, און אויף דעם ברענגט רש"י ווידער די זעלבע מדרש, אז דאס זענען געווען ספעציעלע אויסגערופענע קרשים וואס איז געמאכט געווארן פון די האלץ וואס יעקב אבינו האט שוין אנגעגרייט דערפאר מיט יארן פריער, "מהו הקרשים, מאותן העומדין ומיוחדין לכך, יעקב אבינו נטע ארזים במצרים וכשמת צוה לבניו להעלותם עמהם כשיצאו ממצרים ואמר להם שעתיד הקב"ה לצוות אותן לעשות משכן במדבר מעצי שטים, ראו שיהיו מזומנים בידכם"... וואס דאס איז שוין די
צווייטע מאל וואס רש"י חַזר'ט איבער די זעלבע זאך אין איין פרשה, וואס ליגט אין דעם א מוסר השכל פאר אונז?

נאר מען קען מפרש זיין דעם ענין לויט ווי מיר רעדן, לאמיר אריינקלערן, יעקב אבינו האט גערעדט צו זיינע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זיך אפגעבן מיט די טענען-ביימער און זיי מיטנעמען מיט זיך ווען זיי גייען ארויס פון מצרים. עס זענען געווען דורות פון אידן אין מצרים וואס האבן זיך מְטַפֵּל געווען און זיך אפגעגעבן מיט די ביימער וואס זיי האבן גע'יַרְשֶׁ'ענט פונעם זיידן, זיי האבן פארמאגט די ביימער מיט א ידיעה אז עס וועט נאך איין טאג צונוץ קומען. למעשה האבן די אלע נישט אליינס דערלעבט דאס צו זעהן מיט די אויגן, ערשט זייערע אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים און זוכה געווען צו ברענגען די עצי שטים פארן משכן.

און דאס דארף דינען אלס מוסר השכל פאר יעדער איד אין יעדן מצב און אין יעדן דור! א איד דארף שטענדיג וויסן און געדענקען אז ווען דער רבוש"ע גיבט איהם מתנות, ער שענקט איהם פארמעגן, איז ער א 'שליח' צו האלטן דעם באשעפער'ס פקדון און מאכן זיכער אז עס קומט אָן צום ריכטיגן פלאץ, פונקט ווי די קינדער פון יעקב אין מצרים וואס האבן במשך לאנגע יארן געהאלטן און געהיטן די ביימער, אלעס כדי ס'זאל אנקומען עטליכע דורות שפעטער צום תכלית! צומאל איז אונזער גאנצע פארמעגן אנגעקומען צו אונז נאר כדי צו קענען העלפן דערמיט אנדערע, און שיקן דערפון ווייטער ביז עס וועט אנקומען צום ציל וואס מ'האט באשטימט דערפאר פון הימל!

און דאס קען זיין איז אונז רש"י מרמז מיט די אויבנדערמאנטע שאלה, און רש"י שרייט ארויס צו אונז, רבי איד זיי זיך מתבונן, מאין היו להם במדבר?! פון וואו האבן די אידן געהאט ביימער אין מדבר, אלעס ווייל השי"ת האט עס שוין געלאזט אנגרייטן יארן פריער דורך יעקב אבינו, און עס איז אריבערגעגאנגען בירושה פון טאטע צו קינד, ביז ס'איז ענדליך אנגעקומען צום תכלית שוין לאנג נאך וואס די פריערדיגע דורות וואס האבן זיך מטריח געווען דערפאר האבן לאנג נישט געלעבט... רבי איד קלער אריין דערין! האלט דאס אלס א מוסר השכל פאר דיינע אויגן און לערן זיך אפ פון דעם וואס דו האסט צו טוהן מיט דיין פארמעגן, די טובות וואס השי"ת איז דיר משפיע האבן אויך א תכלית און א ציל וואס השי"ת וויל פון דיר דערמיט.

און רש"י באגנוגט זיך נישט מיט איין מאל זאגן, רש"י הייסט אונז דאס חַזר'ן איינמאל און נאכאמאל, און ווי די תורה הקדושה רופט עס אָן "עֲצֵי שִׁטִים עֹמְדִים" זיי זענען עצי שטים וואס שטייען און בלייבן אלעמאל (ווי חז"ל דרש'ענען אין מסכת סוכה) דאס הייסט אז די לימוד און דער מוסר השכל בלייבט שטיין אויף אייביג במשך אלע דורות, און ווי רש"י פירט אויס "ראו שיהיו מזומנים בידכם!" זעהט אז די לימוד דערפון זאל זיין אין אייערע הענט, האלט עס חשוב און טייער און פירט דאס אויס למעשה.

און ווי פאסיג איז דאס אין די יעצטיגע טעג פון הכנה צו פורים ווען מיר זענען באפוילן געווארן לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים, עס איז א זמן פון שמחה דורך געבן און זיך טיילן איינער מיט'ן אנדערן, ווייל דאס איז די גרעסטע שלימות פון א הייליגע שמחה, ווען דער מענטש ווייסט אז ס'האט גארנישט צו טוהן מיט 'זיך' נאר עס איז אלעס בלויז פאר יענעם, געבן, שענקען, און העלפן א צווייטן, און געדענקען אז אונזער פארמעגן און אונזער גאנצע האב און גוטס איז אלעס א פקדון פון השי"ת, און עס איז גארנישט קיין ויתנו לי תרומה, געדענק אז באמת גיבסטו גארנישט פארן אייבערשטן, עס איז "ויקחו!!!" דו נעמסט, דו האלטסט אין איין נעמען פונעם אייבערשטן, ער איז דער וואס גיבט דיר און איז משפיע פאר דיר אלעס וואס דו האסט, און אפילו עס קומט אמאל אָן שווער און מ'דארף אסאך ארבעטן אויף זיך צו האלטן דערביי, און מ'דארף רעדן אסאך דברי פיוס און נחמה צום הארץ, אבער לאמיר נישט פארגעסן אז מיר זענען נישט מער ווי די שליחים צו האלטן דעם אייבישטער'ס מתנה און דאס משפיע צו זיין ווייטער ביז ס'קומט אָן צום ריכטיגן ציל.

און אז מיר וועלן לעבן מיט די ידיעה וועלן מיר בעזהשי"ת זיין גרייט אלעמאל צו טוהן וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז, מיר וועלן אויספירן אונזער שליחות ווי עס דארף צו זיין, און ועל כולם זוכה זיין צו די ריכטיגע שמחה ברוחניות ובגשמיות.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר