וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל

וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך קרן זוית »

אין א דערנעבנדיגע אשכול האט איינער צוגעברענגט א קול קורא פון רבנים ספעציעל ארויסגעקומען בעפאר פסח, מעורר זיין די געשעפטן אויף א געוויסע נושא.
שטייענדיג יעצט פאר א יום טוב וואס אסאך איינוואוינער קענען נישט נאכקומען די טייערע הוצאות יו"ט, האב איך שוין געמיינט אז די רבנים קומען ארויס קעגען סוחרים/מצה בעקערייען וואס זענען מייקרי השער? סתם אזוי איז אלעס זייער טייער ובפרט אין היימישע געגנטער זענען פראדוקטן מער טייערער און אויב עס האט א שטארקע "היימישע" הכשר קאסט עס נאכמער. ווער רעדט נאך פון די טייערע האנט מצות - לחם עוני - וואס איז געווארן נאך טייערער . למעשה זעה איך אז דאס איז נישט אזאך וואס מ'שפירט פאר וויכטיג מעורר צו זיין!!

אבער דאס איז נישט אייביג אזוי געווען, ווען וועלט איז געווען וועלט זענען אונזערע רבנים ארויסגעקומען שטארק אנקעגען הייבען יום טוב'דיגע פרייזען בעפאר פסח און סוכות אפילו ווען ס'איז געקומען צו מצוה'דיגע פראדוקטן.

דא איז צוויי דוגמאות לענין מצוות בפסח ובסוכות.
פסחים דף ל' - ואזדא שמואל לטעמיה דאמר שמואל להנהו דמזבני כנדי אשוו זביני אכנדיכי עיי"ש
אשוו זבינייכו. אל תעלו דמיהן יותר משוויי'

סוכה דף ל"ד - ואזדא שמואל לטעמיה דאמר להו שמואל להנהו דמזבני אסא אשוו וזבינו ואי לא דרישנא לכו כרבי טרפון.
אשוו וזבינו. מכרו בשוה ואל תעלו על דמיהם מפני שמבקשים מכם שלשה הדסין ושלמים:

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר