איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3105
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

שליחה דורך שמן למאור »

שמועס איך מיר אזוי דעם שבת מיט מיינס א חבר נאך פון די ישיבה יארן, וואס איז שוין ווייט נישט דער זעלבער סארט ווי ווען אונז פלעגמער אויפשטיין יעדן ליל שישי, פעדערנדיג די הינער פון שטייג, אריינהאקנדיג שווערע שעות רציפות. זיין געלעזער האט זיך שוין געטוישט צו מער א היינטיגער סארט, זיין פיאות איז פיל ליפטיגער, זיין בארד מילד געפאטשקעט, און זיין בעקיטשע בליטשקעדיג באבלימט. ער איז שוין היינט ווינציגער אריינגעטון אין אביי ורבא און מער אינטערסירט אין די ביזנעס וועלט. ער זיכט צו לעזן א גרינעם דאלער ווי אימער און אין די איבריגע צייט איז ער פארנומען אויפן כלי נישט לצורך פרנסה, אבער פארט א תלמוד חכם איז ער הפנים געבליבן.

אונז האבן געהאט א לענגערע שמועס איבער דאס און יענץ. ער האלט גראדע אז טראמפ זאל מען אריינשליידערן אין חד גדיא אריין און דיסענטיס זאל גאר איבערנעמען די קאנסארוועטיווע לייצעס. הכלל, די שמועס איז פארקירעוועט געווארן צו ווי 'ערליך' ער איז, און ווי 'ערנסט' ער נעמט אידישקייט. ער געבט אזא ווארף אריין מסיח לפי תומו אז ער ניצט זיין סמארטפאון געהעריג שבת. פארשטייט זיך אז אפענערהייט נישט! זיין ווייב וועט אים שחט'ן לעבעדיגערהייט, אבער באהאלטענעהייט ניצט ער עס נאו פראבלעם!

איך בין געווען אין א שטיקל שאק, עד כדי כך האב איך מיך נישט געראכטן. "סאו הייסט עס אז דו ביסט א געהעריגע מחלל שבת"?? פרעג איך אים מיט אזא ערנסטע מינע אויפן געזיכט. "נעע! וואס עפעס"?! זאגט ער מיר מיט אזא ביטל. ניצן א פאון שבת איז ממש נישט אסור, די אחרונים מוטשענען זיך ממש דאס צו אסר'ן! און מיין נישט אז איך בין די איינציגסטער, וועסט נישט גלייבן וויפיל היימישע אינגעלייט ניצן זייער פאון שבת! מען קען עס מיטהאלטן לייוו, מען קען זען פונקטליך ווער ס'איז יעצט אנליין, און מען קען אויך קוקן ווען יעדער איז געווען ס'לעצטע מאל אנליין!

דא בין איך שוין געווארן אביסל פארלוירן און כ'האב מיך אנגעהויבן צו טענה'ן כדרכי. "אבער איז עס דען נישט קיין עובדא דחול"? און וואס איז מיט די פייער וואס ברענט אינעווייניג? לא תבערו אש!! "נעע, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט" זאגט ער מיר, די היינטיגע פאונס ארבעטן נישט מיט קיין פייער, די היינטיגע לייטס ארבעטן מיט LED וואס איז בכלל נישט קיין פראבלעם. עובדא דחול זיידזשע מיר מוחל איז אבי אן אויסגעטראכטע איסור, אז מען ניצט עס יא איז עס אויס עובדא דחול! ווער איז מחליט וואס גייט אריין אינעם גדר פון עובדא דחול? אפשר דארף מען קוקן וואס די רופארמער טוען און אזוי מחליט זיין וואס עובדא דחול מיינט. און דא האט ער געווארפן זיין באמבע:

און וואס איז מיט דיר!??!?! דו ביסט יא אזא מורא'דיגע שומר שבת? דו גייסט אין א הייסע מקווה שבת וואס איז א פשוטע געהעריגע איסור!! נישטא קיין שום היתר!! נו אז דו ביסט נישט מקפיד אויף דעם, קום מיר נישט דרייען א קאפ וועגן מיין פאון. נישט הלכה גייט דיר אן, סך הכל גייט דיר אן די קאלטור, און ביי די סיסטעם איז א פאון אפגעפרעגט און גיין אין מקוה נישט!! סארי, איך דין נישט דער סיסטעם!!

איך בין געבליבן אזוי אנע לשון. בעיקר ווייל ער האט צאמגעווארפן זאכן וואס איך בין נישט געווען אזוי באהאוונט אין זיי. איך קען נישט די מציאות'ן פון די היינטיגע פאונס, כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עובדא דחול, און הלכות רחיצה בשבת האב איך אויך נאכנישט אדרוכגעטון. הקיצור, די שמועס איז ווייטער געפארן צו אנדערע זאכן, אבער די שאלה איז מיר געבליבן שטעקן אין קאפ. צודען איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

האב איך מחליט געווען ארויפצוברענגען די שאלה דא צו די חשובע תלמודי חכמים. אפשר קען עס דער עולם צונעמען לעומקו של הלכה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 229 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר